דער זוך האט געטראפן 23 רעזולטאטן: אַיִן

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: אַיִן

דורך מי אני
פרייטאג יולי 26, 2024 12:24 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

פאלשע וועקיוּם דיקעי

לגבי די געדאנק וואו די יצור און ענין פון ״ג-ט״ ציהט לכליון ואַיִן, איז ידוע אז אין קוואנטום פיזיקס ״זוכן״ די פּאַרטיקלס אָנצוקומען צום נידעריגסטן ענערגיע סטעיט וואס עס דערלאזט די קוואנטום פיעלד אין וואו די פּאַרטיקלס געפינען זיך. עס איז יתכן אז פּאַרטיקלס זאלן זיך געפינען אין א נידעריגן ענערגיע בתוך דעם פיעלד, אבער עס איז שייך נאך נידעריגער; זיי זענען אין א פאלשע וועקיום. די פּאַרטיקלס דארפן אבער האבן מער ענערגיע אריבערצוגיין אזא סארט בּעריער אָנצוקומען צום נאך נידעריגערן ענערגיע סטעיט וואו זיי קענען ליגן. עס קען זיך אבער מאכן דורך די פענאמענאן פון קוואנטום טאָנעלינג, אז א פּאַרטיקל זאל דורכגיין די בּעריער. איינמאל דאס פּאסירט, וואס דאס רופט זיך פאלשע וועקיום דיקעי, וועט די בּאָבּל פון א מער סטאבּילן ענערגיע סטעיט זיך נעמען פאאשפרייטן און איבערנעמען די פאלשע וועקיום ביי די שנעלקייט פון ליכטיגקייט.
IMG_7800.jpeg
עס איז יתכן אז די היגס פיעלד, וואס דערינען זענען די פּאַרטיקלס וועלכע געבן מאסע און דערלאזן די יקום ווי אונז ווייסן זי, איז אין אזא סארט פאלשע וועקיום. ולכן, איז בעצם שייך אז דאס זאל דיקעיען צו א מער סטעיבּל סטעיט, וואס דאס וועט חרוב מאכן די יקום.
IMG_8527.gif
ולפי דעם אז די גאנצע יקום ציהלט צו אַיִן, קען מען אולי זאגן א רמז בברכות לב.
מבלתי יכולת ה' (במדבר יד טז) יכול ה' מיבעי ליה אמר רבי אלעזר אמר משה לפני הקב"ה רבש"ע עכשיו יאמרו אומות העולם תשש כחו כנקבה ואינו יכול להציל

ואולם חי אני (שם שם כא) אמר רבא אמר רב יצחק מלמד שאמר לו הקדוש ב"ה למשה משה החייתני בדבריך
והיינו, אז טאמער איז דא א תשישת ״כח״, עס גייט צו א קלענערע ענערגיע/״כח״ סטעיט, דאן איז דאס מת היפך ״חיים״. ווען עס איז (ויקרא כו כ) ותם לריק כחכם, דאן איז, ולא תתן ארצכם.

ולגבי דעם אז שם ״אהי-ה״, וועלכע ווייזט אויף אמיתת מציאותו און ההוה של היקום, איז ביסודו מספר ״אך״ שהיא מיעוט, קען מען דאס אולי אויך מרמז זיין אינעם פסוק (תהלים לח יא) לבי סחרחר עזבני כחי. והיינו, ווייל ארום די אותיות ״לב״, ״לבי סחרחר״, זענען די אותיות ״אך״ הקודמות לאותיות ״לב״, וואס ״אך״ איז די שורש פון ענין שם ״אהי-ה״ ומציאות כנ״ל. און די ״אך״ קען אולי מרמז זיין צום ציהל פון מיעוט ואפסה, וואס דאס קען געשעהן דורך ״עזבני כחי״, ביי א פאלשע וועקיום דיקעי און וואו עס גייט צו א ווייניגער ענערגיע/״כח״ סטעיט. ״וחזקני״ נא ״אך״ הפעם הזה (שופטים טז כח).

ואולי קען מען מיט דעם אויך טייטשן (תהלים כט ד) קול ה׳ בכח. ווייל די גמרא זאגט בברכות כח: אז די שמונ״ע ברכות זענען קעגן די אכצן אזכרות במזמור כט בתהלים ע״ש. ונמצא מזה אז די זיבעטע אזכרה אין די מזמור, קול ה׳ בכח, איז קעגן די זיבעטע ברכה של שמונ״ע, וואס דאס איז ברכת הגאולה, וועלכע ווייזט טאקע אויף עסכאטאלאגיע ואחרית הימים; ביז אהין שטייט די יקום אויף דעם אז די היגס פיעלד איז אין א העכערן ״כח״ סטעיט.

ועיין כאן וואו כ׳האב צוגעברענגט פון דר. פרענק ווילטשעק אז, פון א פיזיקס פּערספּעקטיוו, קען ״אַיִן״ אליינס זיין אַן אומסטאבּילע קוואנטום סטעיט. ‏ועיין בדברי דר. וויקטאר סטענגער אז די דיפאָלט קען טאקע זיין מציאות, און עס פעהלט אויס פעולות צו ברענגען צו אַיִן.

***

לגבי דעם געדאנק פונעם רמב״ם במו״נ ח״א פנ״ט, אז יתרון החכם איז דאס וואס ער פארשטייט אלס מער תוארים וכו׳ שולל צו זיין פון הקב״ה און פארוואס, שרייבט דער מקור מים חיים ענליך מהבעש״ט בפ׳ נח:
עוד ביאר כי תכלית הידיעה שלא נדע, אמנם יש שני סוגי שלא נדע, אחד שאינו נכנס מיד לחקור ולידע מאחר דאי אפשר לידע, שני שחוקר ודורש עד שידע שאי אפשר לידע, וההפרש בין זה לזה, על דרך משל, שני בני אדם שרוצין לידע את המלך, ואחד נכנס בחדרי המלך ונהנה מאוצרות והיכלי המלך, ואחר כך לא יוכל לידע את המלך, והשני אמר מאחר שאי אפשר לידע את המלך לא נכנס כלל בחדרי המלך, ולא נודע לו כלום, ובזה יובן, ודאי בשניהם משני הסוגים הנ"ל אותי עזבו מלידע לפי שאי אפשר לידע, מכל מקום הלואי אותי עזבו מתוך החקירה והידיעה אחר שתורתי שמרו ודברי פי חכם חן, עד כאן לשונו.
דורך מי אני
פרייטאג יולי 19, 2024 5:17 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

מרת. דעיוויס

די טיעפע (מיני)סעריע מרת. דעיוויס (פון דעימאן לינדעלאף), רירט אָן, צווישן אסאך אנדערע, אויף די געדאנק פון וויאזוי יעוד האנושי וואלט אויסגעקוקט אויב א גאר גאר אַמנישיענט פארגעשריטענע AI וואלט ארויסגעהאט פונקטליך פונקטליך יעדעס מענטש, אים געגעבן אלעס וואס ער וויל און דארף, און קאמפּליצירטערהייט אים געשיקט אויף ריין קוועסטס און געימס געאייגענט פאר אים (און די קאמפּלעקסיטי דערין ווי אזוי עס איז זיך מקשר צו אנדערע מעעטש׳ן געימס, און אלעס למען איר אַבּיעקטיווע מטרה). עס רירט אויך אָן אויף די געדאנק פון ווי א גאט וואלט ל״ד געוואלט זיין לעולם, ווי אויך אויף הרב דר. מיכאל אברהם׳ס געדאנק פון די צורך פאר׳ן מענטשהייט פון (א) ג-ט׳ס התערבות בהעולם למען המענטשהייט (בנוסף סתם אזוי צו וויאזוי דאס מענטשהייט אינעם דור איז תלוי בטעכנאלאגיע אזוי ווי איר גאט וואס טראכט און טוהט פאר איר). ווי אויך אויף די געדאנק אז די ווערד וואס א זאך ומטרה האט, איז ווייל מענטשן מאכן אפ אז די מטרה האט א ווערד. (ווי אויך רירט דאס אָן אויף די שאלה צי דער מענטש וואלט דוקא געוואלט חיי נצחיים ווען ער איז טאקע שוין פריי מדאגות הצרכיים.) ובכלל רירט דאס אָן ווי א קאמפּיוטער גאט קען אפירקומען בטעות. און אונזער עתיד מיט AI, וועלכע קען זיין אביסל א דיסטאָפּיא ואפילו טאמער די קשר דערמיט איז באופן פּאזיטיוו.

די סעריע איז אויך שטארק אַבּסורדיסט, אבער בכוונה און גאר גוט געמאכט; עס איז לגמרי סעלף-עוועיר דערפון (און סעלף-עוועירנעס איז אליינס א טרויׂפּ לגבי AI). ולכאורה אויף טאקע ארויסצוברענגען אט דעם ״לוּדיק עטיטוּד״ וואס ליגט אונטער דאס׳ן זיך אונטערנעמען צו שפילן א געים - וואו מ׳איז בהדיא בוחר צו בייקומען מניעות לפי געזעצן וואס מ׳איז מסכים צו, כדי אָנצוקומען צו א מטרה וואס מ׳דארף נישט און מ׳וואלט ווען געקענט אָנקומען אסאך גרינגער ווען נישט די אייגן-מסכים געווען מניעות. (און דאס קען זיין דאס גאנצע לעבן על הכלל.)

עס איז א געוואלדיגע געוואלדיגע טיעפע און לעיערד שׁוֺי. ענליך צו די געוואלדיגע לאָסט/פארלוירן סעריע פון לינדעלאף, אבער אויף סטערוידס. קריעיטיוו גאונות! עס דערמאנט אויך א משהו פון דוד פינטשער׳ס די געים פילם, נאר נאך טיפער און קאמפּליצירטער.

ואגב, די געדאנק זיי געבן צו ישו הנוצרי, וואלט ווען געדארפט גאר אויפרעגן די נוצרים.
IMG_7776.jpeg
ובזה אז אי-הגשמת הא-ל האט צו טוהן מיט דעם אז ער איז געווען כביכול נדמה לזכר, איז טאקע מערקווידיג ווי זיי געבן א פעמינין געדאנק צו דעם AI (וואס איז סתם אזוי די קול מ'געבט דאס בדרך כלל בימינו), וואס איז כעין ווי א "גאט" צום מענטשהייט מיט'ן האבן מסדר געווען אירע פראבלעמען און איז זיי מנהיג. דאס רירט אויך אָן אויף דעם צי אויב פרויען וואלטן געפירט דאס געזעלשאפט, צי עס וואלט געווען רואיגער - וכעין דאס אָנפאנג פונעם פוריאָסאַ פילם.

גאר שטארק מומלץ!

עס האט אביסל פּאראלעלן צו אלעקס גאַרלאַנדדעווס מיניסעריע, ווי אויך די פּערזאן פון אינטערעסט סעריע פון יונתן נאָלען (קריסטאפער'ס ברודער).

און אז מ׳רעדט פון דאס אַבּסורדיסט גאנער, איז די נעטפליקס סעריע פון ‏דניאל האנדלער׳ס בוך סעריע לעמאני סניקעט׳ס ״א סעריע פון נעבעכ׳דיגע פאסירונגען״, און אויך די פילם פון בּרעד סילבּערלינג, מומלץ. עס האט אויך א שייכות מיט רעליגיעזע טעמעס, ובפרט בזה וואס דער פייטן טשארלס בּאָדעלעיר האט געזאגט, ״די גרעסטע טריק פונעם שטן, איז צו מאכן מענטשן גלייבן אז ער עקזיסטירט נישט


***

דער פראנצויזישער פילאזאף דזשילס דעלוּז האט געהאט געשריבן אז "ג-ט איז א לאַבּסטער". די געדאנק זיינער דערין איז געווען (מער-ווייניגער) אז עס איז דא צוויי קעגנזייטיגע געדאנקען דערין: ווי די יקום, "ג-ט", איז אַן אחדות הגמור של הכל, און ווי דאס/ער איז אבער אינדיווידועיטעד אין די פרטיות'דיגע חלקים פון די יקום. וממילא איז די געדאנק פארכאפט אין די צוויי פּינסערס פונעם לאַבּסטער. ווי דר. דזשאן פּראטעווי איז דאס מסביר (באריכות), איז דאס איז מקושר צום בליק איבער מהו "הטבע" (ומטרתה), ובהגדרת "אָרגעניזם". (דאס רירט שוין אָן צום געדאנק פון פּאנטעאיזם.):
The key for understanding how the organism is the judgement of God for Aristotle, Kant and Deleuze is to unearth the connections in their thought of biology, theology and politics. In a word, to think nature. But nature is conceived differently in the three thinkers, and thus so will God be, for the question of God is inextricably linked to the question of nature. For Aristotle, nature is unidirectional: it is oriented to the best, to self-direction, autarkeia. Deviation from this natural striving for self-direction is unnatural: it is monstrosity, femininity, slavishness. Thus for Aristotle, the god, the most perfectly realised instance of self-direction, is the prime mover of cosmic locomotion and its lesser analogue, species reproduction, and is also the model for organismic unity. For Kant, nature is the field in which mechanism and purposiveness must be reconciled via the thought of an architect God. For Kant, God is the architect whom we must presuppose to understand the self-organising unity of part and whole in nature and in the organism. For Deleuze, nature is the abstract machine of stratification and destratification, or, in another formulation, coding/overcoding/decoding. There is a double direction to Deleuzean nature, towards unity and towards dispersion, towards capture and towards escape. For Deleuze, however, God is a lobster, the double-pincered abstract machine of natural stratification, and thus part, but only part, of nature. It is precisely this restriction of God to a part of nature that constitutes Deleuze’s break with the tradition represented by Aristotle and Kant, and that enables his critical stance (in the technical sense of critique as separation of the discourse of production from the discourse of products) towards the theo-bio-politics of the organism as judgement of God
ולגבי סיידקעדעליקס ונבואה, האט דער פראנצויזישער פילאזאף זשאן-פּאָל סאַרטרע טאקע געזעהן שרעקעדיגע לאַבּסטערס אויף א שלעכטע טריפּ ער האט געהאט אויף מעסקאליִן.

***

איך האב געקלערט אז דער אלשיך הק' שרייבט (פ' שלח), בשם ספר לבנת הספיר, אז דאס וואס די גמרא זאגט (ר"ה יז:) לגבי די יג מדות אז "כל זמן שישראל חוטאין יעשו לפני כסדר הזה ואני מוחל להם", אז דאס איז להורות אז עס איז נישט גענוג דאס "זאגן" די מדות, נאר עס פעהלט אויס אז דער מענטש זאל זיי "טוהן" ע"ש. דער פנים יפות (פ' כי תשא) שרייבט אז דאס וואס איינע פון די מדות איז "א-ל" ווייזט אויף דעם אז עס איז גענוג דאס זיי "זאגן", וויבאלד מ'קען דאך דאס נישט "טוהן", והיינו "א-ל הורית לנו לומר שלש עשרה". אבער ער פרעגט דערויף אז מ'זעהט דאך (מגילה יט:) אז יעקב אבינו איז יא צוגעקומען צו מדריגת "א-ל", ונמצא מזה אז עס איז נישט קיין ראיה ע"ש. (ועיין בלב אהרן פ' בלק, שהביא ראיה מהא דשם הוי' ב"ה נחשבת כמדה, כדאיתא שם בר"ה בתוד"ה שלש בשם הר"ת, וזה בוודאי אי אפשר לשום אדם להיעשות, וממילא מוכח שהענין בהמדות הוא לאומרם ע"ש.)

האב איך געקלערט אז דאס איז די רמז בזה לפי ענין האשכול הלז. והיינו, אז די געדאנק פון "א-ל" וכו', איז אויך תלוי בהסכמת בני אדם און אין זייער שפראך מה שהם אומרים וקובעים. און וויבאלד, פון אַן אבּיעקטיווע שטאנדפונקט, איז אבער פאר שפראך אי אפשר לעמוד עליהן "ולאומרן", איז די עיקר טאקע וואס מ'טוהט "במעשה" בּיהעיוויארילי.

***

זעהענדיג די בילד, האב איך געקלערט עפי״ז א קליינע רמז בהגמרא בב״ב עד. תא אחוי לך היכא דנשקי ארעא ורקיעא אהדדי:
IMG_7607.jpeg
והיינו, אז אויב געב איך אריין 1, ״אחד״, אלס אַן אינפּוּט צו די אינווערס טריגאנאמעטריק פאָנקשען [אַרק] פון סיין (אדער אז איך געב ״אַיִן״, 0, אלס אַן אינפּוּט צו די אינווערס טריגאנאמעטריק פאָנקשען פון קאָסיין), גייט דאס ארויסגעבן אלס אַן אַוּטפּוּט 90⁰. וידוע אז די ר״ת פונעם פסוק (תהלים צו יא) י׳שמחו ה׳שמים ו׳תגל ה׳ארץ איז די שם הוי׳ ב״ה. והיינו הרמז אז ווען מ׳דרייט אזא סארט בילד 90⁰, וואס דאס בארונו מען דורך אַן אינפּוּט פון ״אחד״ (אדער ״אַיִן״), דאן קומען זיך צוזאמען בנשיקה השמים והארץ, וואס די צאמקום איז מרמז לשם הוי׳ ב״ה. (און דאס שטייט דארט בב״ב אחרי שהראה לו הטייעא לרבב״ח בלועי דקרח, ופירש הרשב״ם שהיה בר״ח ע״ש. וואס אויף ר״ח ניסן, דעם ראשון שבחדשים, דערמאנט מען דעם פסוק והוא הצירוף של חודש ניסן. והשיר של יום שני, שבו נחלקו השמים והארץ, איז מהבני קרח.)

***

לגבי די עקסטעטיק העלוּסינעטאָרי סטעיט פון נבואה, שרייבט דער רד״ק אויפ׳ן פסוק (שמואל א יט כד) ויפשט גם הוא בגדיו ויתנבא גם הוא לפני שמואל ויפל ערם כל היום ההוא וכל הלילה על כן יאמרו הגם שאול בנביאים:
כי בבא הנבואה על האדם יתבטלו הרגשותיו ויפול האדם, כמו שאומר בבלעם (במדבר כד ד) נופל וגלוי עינים, ואמר בדניאל (י ט) ואני הייתי נרדם על פני ופני ארצה. ופעמים יקרה שיפשט בגדיו מפני רוב ביטול הרגשותיו ומחשבותיו הנפשיות, וישאר בכח השכל לבדו.

***

א וויץ לגבי די ליידיגע סעט:
IMG_7785.jpeg
ובסתם לגבי די קשר בין מאטעמאטיקס לטעאלאגיע:
1.jpg
און ווי אלעס בנאטור איז מאטעמאטיקס:
2.jpg
דורך מי אני
זונטאג יוני 30, 2024 6:06 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

די ענטראפּיק מח

לגבי דעם אז דאס אז בע"ח האבן (לכאורה) א נידעריגערע לעוועל פון קאַנשׁעסנעס, באדייט דאס אז זיי האבן מער תענוג וכעין א סייקעדעליק סטעיט (אזוי ווי תינוקות), איז מערקווידיג צוצוצייכענען די שטודיע וועלכע שטעלט פאר א ניוראלאגישע מאדעל, אז ווי מער ענטראפּי די מח האט, והיינו נידעריגערע לעוועלס פון קאַנשׁעסנעס און אינטעלידזשענס וואס אט דאס איז דאך מער אומ'סדר, אלס מער איז מען אין א סייקעדעליק סטעיט; אט דאס איז וואס סייקעדעליקס ברענגען צו דעם מענטש צו במוחו (דורכ׳ן נידערן די אקטיוויטעט און קשרים מיט׳ן מיִדיִעל טעמפּאָרעל לוֺיבּ און דעם דיפאָלט מוֺיד נעטווארק/DMN ראיאן אינעם מח, וועלכע נעמט אויף דאס מערסטע ענערגיע, און דארט איז לכאורה דעם פרוידיען איִגאָ און דאס ״זעלבסט״). און דאס איז דאך (עכ"פ בדרך כלל) א סטעיט פון הויך תענוג. ווי זיי שרייבן:
This article takes the view that the mind has evolved (via secondary consciousness upheld by the ego) to process the environment as precisely as possible by finessing its representations of the world so that surprise and uncertainty (i.e., entropy) are minimized. This process depends on the ability of the brain to organize into coherent, hierarchically-structured systems (Bassett et al., 2008; Friston, 2010), critically poised between order and disorder (Friston et al., 2012b; Schwartenbeck et al., 2013). In contrast, in primary states, cognition is less meticulous in its sampling of the external world and is instead easily biased by emotion, e.g., wishes and anxieties

The phenomenon of “magical thinking” (Frazer, 1900; Subbotskii, 2010; Hutson, 2012) is a potential product of primary consciousness. (A style of cognition in which causal relationships between phenomena are assumed despite an absence of supportive scientific evidence. Examples include superstition, and metaphysical beliefs. Crucially, such beliefs usually honor an emotional sentiment such as a wish (or fear) that something is true.) Magical thinking is a style of cognition in which supernatural interpretations of phenomena are made. Magical thinking is more likely in situations of high uncertainty because there is a greater opportunity for dreaming up explanations that lack an evidence base (Friston, 2010). Wishful beliefs are a classic product of magical thinking because they interpret the world according to what an individual wants to be true (in Freudian terms, they adhere to the pleasure principle). Wishful inferences are quick-fixes that reduce uncertainty but via simplistic explanations that satisfy fancies or desires before careful reason. Another example of magical thinking is paranoia; in this case, an individual jumps to negative conclusions about a situation, even in the face of contradictory evidence, because to do so effectively suspends uncertainty while providing some narcissistic satisfaction. The popularity of magical thinking also suggests that there is some enjoyment in uncertainty, perhaps because it promotes imaginative and creative thinking — and that this is associated with positive affect

According to the entropic brain hypothesis, just as normally robust principles about the brain lose definition in primary states, so confidence is lost in “how the world is” and “who one is” as a personality
IMG_7678.jpeg
ולכן איז טאקע הרמז אז די קללה ויללה בא על האדם כשאכל מעץ הדעת - ווען ער איז צוגעקומען לכלל דעת און ווייניגער ענטראפּי במוחו, איז ער צוגעקומען לכלל מכאוב. (און ווי זיי ברענגען צו פון פרויד, איז די קאַנשׁעסנעס פון די אור-עלטערן פונעם מין האדם געווען כמו בחלום.)

זיי זאגן אויך אז ביים מין האדם איז מקודם במוחם טאקע געווען מער ענטראפּי ווי ביי בע״ח, און ערשט דערנאך טוהט דאס זייער מח סאָפּרעסן. ונמצא מזה אז בע״ח זענען נישט אין א סייקעדעליק סטעיט ווי מענטשן וועלכע זענען אונטער דעם איינפלוס.

און מ׳קען אפשר זאגן א רמז דערין אז וויבאלד מ׳טרעפט (ב״ק קב.) אז אין סדר למשנה (בתרי מסכתות כששנה אותם מעיקרא) ע״ש, איז לכן (ב״ב עט.) אמר רב דימי א"ר יונתן כל הפורש עצמו מדברי תורה נופל בגיהנום ע״ש. ווייל ביי תורה טרעפט מען דעם געדאנק פון ענטראפּי ואי-סדר, אשר מאי-סדר בא הענין של תענוג הסייקעדעליקס. (ולאידך גיסא אז א ״שלעכטע טריפּ״ איז דאס גיהנום, איז די רמז בהפסוק, איוב י כב, ארץ עפתה כמו אופל צלמות ״ולא סדרים״ ותופע כמו אופל. וואס ״צלמות״ איז דאך הגיהנום כדאיתא בעירובין יט.)

ולגבי דעם אז ״ג-ט״ קען זיין די געדאנק פונעם ״קאלעקטיוו אָנקאַנשׁעסנעס״, שרייבן זיי:
IMG_7680.jpeg
זיי ענדיגן צו מיט די מימרא פון קארל יונג:
Man’s worst sin is unconsciousness
ואולי איז עס די פארלוסט דערפון פונעם זיין ביי די סטעיט ווען ממש ביים באוואוסטזיין. ועיין כאן בדבריו.

***

לגבי דעם געדאנק פון משווה זיין דעם קאנצעפּט פון ״ג-ט״ מיט ״אַיִן הגמור״ (וועלכעס א מענטש קען פונקט אזוי נישט משיג זיין), ברענגט דאס דער קאמיקער פּיִט האָלמס ארויס (מיט אָווערסימפּליפיקעישאן) ע״י הומאר.

***

ווערנער הייזענבערג האט צוגעברענגט פון ניעלס בּאָהר:
I feel very much like Dirac: the idea of a personal God is foreign to me. But we ought to remember that religion uses language in quite a different way from science. The language of religion is more closely related to the language of poetry than to the language of science. True, we are inclined to think that science deals with information about objective facts, and poetry with subjective feelings. Hence we conclude that if religion does indeed deal with objective truths, it ought to adopt the same criteria of truth as science. But I myself find the division of the world into an objective and a subjective side much too arbitrary. The fact that religions through the ages have spoken in images, parables, and paradoxes means simply that there are no other ways of grasping the reality to which they refer. But that does not mean that it is not a genuine reality. And splitting this reality into an objective and a subjective side won't get us very far
דורך מי אני
זונטאג יוני 23, 2024 2:58 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

לגבי דעם געדאנק פונעם שם "אהי-ה אשר אהי-ה" און וואו דאס איז מרמז ל"אמת" ווייל אהי-ה פעמים אהי-ה איז עולה "אמת", און וואו מ'קען טאקע נישט צוקומען דערצו אין דעם, האב איך געקלערט דעם שבת על דרך דרש עפ"י מש"כ כאן. והיינו, ווייל דער ר״ן שרייבט בנדרים לח. אז די שער החמשים של הנ׳ שערי בינה איז ״ידיעת הש״י על אמתתו״. ולכן דרש׳נט די גמרא (שם ובר״ה כא:) אז משרע״ה איז נישט צוגעקומען (בחייו) לשער הנ׳, פונעם פסוק (תהלים ח ו) ותחסרהו מעט מאלקים ע״ש. (ועיין בערבי נחל פ׳ נח עפ״י האריז״ל בעץ חיים שער יג, ששער הנ׳ הוא הכוללת כולם ותיבת ״כולל״ עולה ״אלקים״.) און דער מגלה עמוקות (פ׳ ואתחנן אופן יב) שרייבט אז דאס וואס עס איז דא ע׳ פנים לתורה, איז אז בתוך דעם שער הנ׳ איז דא נאך 21 בחינות וואס אזוי, צוזאמען מיט די פריערדיגע מ״ט שערים, איז דא 70, און אט די 21 איז בבחינת שם ״אהי-ה״ העולה 21 (וזהו ענין ״מעט״ מאלקים - לאחר ה״מט״ מה שמשלים ל״ע״) ע״ש.

והנה, כנ״ל איז ״אהי-ה״ די סקווער רוט פון מספר ״אמת״, און דאס איז וואס ליגט אינעם שער הנ׳ אויף טאקע אָנצוקומען לדעת השי״ת על אמתתו, איז דאך דאס אז מ׳קען נישט אָנקומען דערצו כעין נעגאטיוו ״אמת״; 441-. וואס די סקווער רוט פון דעם איז דאך 21i. וואס לתקן זה צום געהעריגן שם ״אהי-ה״ פעהלט אויס אַן עקספּאָנענט פון 4 אויפ׳ן i. ולכן אפשר לומר אז אין ק״ש, וואס ענדיגט זיך דוקא בתיבת ״אמת״, איז אין די ערשטע פסוק דערפון פון אחדות ה׳ דא אַן אות ע׳ ואות ד׳ רבתי. ולרמז אז די סקווער רוט פון דעם ״אמת״ וואס איז א נעגאטיוו און קען נאר גערעדט ווערן בשלילה, וואס אט דאס איז דאך צו וואס די שער הנ׳ שיש בו הסקווער רוּט של ״אמת״ וואס איז ״אהי-ה״/21 המשלים ל״ע״ פנים לתורה וכנ״ל, איז וויבאלד דאס איז א נעגאטיוו קומט דאס אויס צו i, וועלכע דארף אַן עקספּאנענט של מספר ״ד״ לתקנו. (ולכן לעתיד וואו עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה׳, וועט זיין א קיבוץ מ״ארבע״ כנפות הארץ.)

ובזה קען מען זאגן אז דער תפארת יהונתן זאגט בפ׳ ויקרא, אז די א׳ זעירא מיט וואס ספר ויקרא הייבט זיך אָן ווייזט אויף די מספר ״אך״ בחינות וואס זענען בתוך דעם שער הנ׳ מנ׳ שערי בינה ע״ש. און דער פרי צדיק שרייבט בפ׳ בהעלותך, אז ספר ויקרא איז נגד יעקב אבינו ע״ה מחמת זה דמדתו אמת ע״ש. ולפי הנ״ל איז דערפאר הייבט זיך דאס אָן אין די ערשטע ווארט אינעם ספר לרמז על ענין 21 שבשער הנ׳ כהתפארת יהונתן, וואס דאס איז משם ״אהי-ה״ כנ״ל המרמז לענין מספר ״אמת״. און יעקב האט טאקע דוקא געהאט 4 ווייבער, וואס אט די מספר עקספּאָנענט דארף מען לתקן דעם סקווער רוּט פון נעגאטיוו ״אמת״ שהיא 21i כנ״ל, שלזה מרמז ענין שער הנ׳ שאי אפשר לעמוד על ידיעת אמתת השי״ת.

*

ולגבי כופל זיין שם אהי-ה על עצמו און דאס אז "ג-ט" קען באטראכט ווערן ווי "אַיִן הגמור", איז אויב איז מען כופל "אַיִן" על עצם "אַיִן", והיינו 00, דאן קען דאס זיין 1. והיינו, ענין "אחדות" ה'. (ועיין לעיל במה שציינתי לגבי די "ליידיגע סעט".)

***

ובזה אז סייקעדעליקס ברענגט נענטער לידיעת השי״ת, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין א רמז בהגמרא בב״ב עג: (וועלכע מ׳קען קלערן זענען געזאגט געווארן אונטער די איינפלוס פון סייקעדעליקס וכעין נבואה):
אמר רבה לדידי חזי לי אורזילא בר יומיה [רְאֵם בן יום אחד דאותו היום נולד - רשב״ם] דהוה כהר תבור, והר תבור כמה הוי ארבע פרסי, ומשאכא דצואריה תלתא פרסי, ובי מרבעתא דרישיה פרסא ופלגא. רמא כופתא [צואה - רשב״ם ותוס׳] וסכר ליה לירדנא.
דא הא׳מיר צוגעברענגט פון אַקטעוויע בּאָטלער אז ״ג-ט״ קען זיין די געדאנק פון ״ג-ט״, והיינו די מושג פון שינוי, וואס אט די מושג איז א קאנסטענט קבוע וואס טוישט זיך נישט. שפעטער דארט בב״ב בדף עד: זאגט תוס׳ בד״ה שמגיע, אז די נהר ירדן, ווען זי גייט דורך ימה של טבריה, מישט זיך נישט אויס מיט איר ע״ש. והיינו, אז ביי דעם איז נישטא דעם געדאנק פון ענטראפּי.

יעצט, הרב דר. נתן סליפקין טענה׳ט אז דער רְאֵם איז די (שוין עקסטינקט) אָראַקס. דא זאגט דער פּעליאוֺעקאלאדזשיסט דר. אנטאני ברוין, אז אויף די צואה פון גאר גרויסע בע״ח, כגון דער אָראַקס, קענען וואקסן מאָשׁרומס און מ׳טרעפט ספּאָרס אין די צואה פון גאר אלטע ריזיגע בע״ח. ובזה קען מען זאגן אז דאס איז די רמז אז צואת הרְאֵם האט פארשטאפט דעם ירדן. וויבאלד אויף דעם קען וואקסן מאָשׁרומס המביאים לנבואה והכרת ה׳, וואס די געדאנק דערין איז די דיינעמיזם ושינוי וענטראפּי בהעולם. ולכן פארשטאפט דאס דעם ירדן טייך וואס גייט נישט עפ״י ענטראפּי בימה של טבריה.

ובסתם טרעפט מען דארט לעיל בדף עג. אז טאקע אויף א גל הים וואס וויל טובע זיין, שלאגט מען דאס מיט א שטעקן שעליו השם של אהי-ה אשר אהי-ה ע״ש (וע״ש במהרש״א). וואס די שם ווייזט דאך אויף דעם אז מ׳קען טאקע נישט משיג אמתת מציאותו ומהותו וכנ״ל.

***

לגבי די סימיולשעיאן ארגומענט איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום גמרא בסנהדרין סה: אמר רבא אי בעו צדיקי ברו עלמא שנאמר (ישעיהו נט ב) כי אם עונותיכם היו מבדילים ביניכם לבין אלקיכם ע"ש. והיינו, אז ווען דאס מענטשהייט קומט צו צו מדריגת אלקות בחכמה ובהתנהגות, וואס דאס איז די שפיץ פון "צדיקי", קענען זיי בורא זיין עולמות דורך סימיולעישאנס.

ובנוגע דעם אז דאס דארף צושטאנד קומען דורך א העכערע ציוויליזאציע אויפ׳ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל, איז די געדאנק אז זיי גייען לכאורה נוצן דערפאר א מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער. דאס איז א ‏קאמפּיוטער וואס איז א דייסאן ספער. והיינו, אז מ׳נעמט ארום א גאנצע שטערן מיט א קאמפּיוטער, וואס די ענערגיע פונעם זון/שטערן געבט די כח פאר׳ן קאמפּיוטער. און ארום דעם איז דא נאך א לעיער, וואס דאס נוצט די היץ וואס די פריערדיגע לעיער געבט ארויס (עפ״י דאס צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס) צו געבן כח פאר׳ן צווייטן לעיער וואס איז ווייטער א קאמפּיוטער. וכן הלאה והלאה. (און די מאטעריאל פון אט די מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער קען זיין פון ״קאמפּיוטראָניאם״, וועלכעס איז א חומר וואס די עדווענסד ציוויליזאציעס קענען מאכן, וואס איז די מערסטע עפישענט פאר קאמפּיוטעישאנס; אסאך מער ווי סיליקאן וכדומה.) (דער שרייבער טשארלס סטראס שרייבט אין זיין סייענס-פיקשאן בוך אקסעלעראַנדאָ, אז צום סוף ווערט יעדעס שטערן פון א סאלאר סיסטעם פארוואנדעלטאין צו א מאַטריאָשקאַ מח סארט קאמפּיוטער. און ווי דר. ראַבּערט בּרעדבּורי שרייבט, קען דאס זיין א לעזונג צום פערמי פּאראדאקס: די צייט אפשניט וואס א טעכנאלאגישע ציוויליזאציע קאמיוניקירט ביז אלעס ווערט געפירט דורך די מאַטריאָשׁקאַ מח סוּפּערקאמפּיוטער וואס זיי בויען, איז נישט לאנג. זיי קומען שוין צו צו ווי זיי אליין לעבן גאר לאנג און זענען נאר אינטרעסירט אין שטארקע אינפארמאציע פּראַסעסינג. וכמובן קען געהעריגע לעבן נישט זיין אויף די פּלאנעטן אין דעם סיסטעם איינמאל מ׳נעמט ארום און באדעקט איר זון מיט א מאַטריאָשׁקאַ מח.)

ולפי״ז קען דאס אפשר זיין א רמז בהמימרא של ר״ל בנדרים ח: אז לע״ל הקב״ה מוציא חמה מנרתיקה צדיקים מתרפאין בה ורשעים נידונין בה וכו׳ ע״ש. והיינו, אז ווען/אויב מ׳קומט צו צו א העכערע לעוועל פון ידיעה און ציוויליזאציע, ״צידקות״ ו״צדיקים״, דאן קענען זיי נוצן דעם חמה צו טאקע סימיולעיטן און שאפן אנדערע וועלטן ועולמות, דורכ׳ן דאס נוצן פאר א מאַטריאָשקאַ מח קאמפּיוטער. וואס די קאמפּיוטער אליינס קען זיי העלפן בסתם אויף טיפערע דעת.

***

דר. וויליאם לעין קרעיג טענה׳ט אז פאר אויפגעוואוזענע פאקטן ממש וכדומה, קען א מענטש טאקע נישט וועהלן בבחירתו וואס צו גלייבן. אבער לגבי זאכן וואס קענען זיין אזוי צי אזוי מער-ווייניגער בשווה, קען א מענטש יא. ועיין בדברי הרב דר. י״ד סאלאווייטשיק.

***

ולגבי דעם אז בע״ח׳ס קאַנשׁעסנעס קען זיין בתענוג כעין אויף א סייקעדעליק טריפּ כל חייהם, אפגעזעהן פון וואס ווערט געטוהן צו זיי און ווי זייערע אינסטינקטס ארבעטן, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען דאס וואס דער רמב״ם שרייבט במו״נ ח״א פע״ג:
שאם ידעת הנפש וכוחותיה והתאמת לך בה כל דבר לפי אמיתת מציאותו, הנה תדע כי הדמיון נמצא לרוב בעלי החיים (אמנם בעלי החיים השלמים כולם, רצוני לומר אשר להם לב, מציאות הדמיון להם מבואר), ושהאדם לא הובדל בדמיון.
עס איז נאר כח השכל וואס דער מין האדם איז מובדל מבע״ח. (ועיין בשמונה פרקים פ״א.)

און די סייקעדעליק הנאה ותענוג קומט (לכאורה) פון דאס סאָפּרעסן חלק השכל און נאר ארויסברענגען דעם חלק המדמה.
דורך מי אני
מאנטאג מאי 06, 2024 12:39 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

דא זאגט סטיפען וועסט לגבי דעם געדאנק פון ״סורפּלאָס הנאה״, בתוך זשאַקעס לאַקאַן׳ס געדאנק פון זשוּסאַנס, וואס איז די געדאנק פון די הנאה וואס מ׳האט פונעם פּראצעס און יגיעה להגיע אל מטרה, אָן דייקא אָנקומען צום מטרה, ועכ״כ אז אָנקומען צום מטרה (ובפרט גרינגערהייט) קען גאר זיין אנטיקלימאקטיק און א שטער צום הנאה און מיינונג דערפון. ווי ער איז מסביר:
Why does a baby suck on a pacifier? It's actually a concept from Freud. Originally, a baby has to learn the skill of moving its mouth and applying suction so that it can get milk from its mom. In other words, the sucking is instrumental. For the baby, when it learns to suck, there's a very clear thing that baby is doing that activity for. But what eventually happens, Freud says, is that the baby learns to enjoy the process of sucking on the pacifier or its hand, not because it wants milk, but because there's a certain kind of satisfaction in the repetition of a particular task that will never be complete. There's what Freud calls an oral drive, where the original reflex of sucking becomes something that's a source of pleasure for the baby beyond any sort of immediate reward that was the original purpose of the reflex

Jacques Lacan, who came after Freud, thinking that Freud's work was maybe interpreted a bit too narrowly, given the historical moment that it came out in, leads Lacan to very different explanations for this behavior in the baby, but it also ends up being something he sees in adults. He calls it “Surplus Enjoyment”

That is that at first humans want things, then they go and do the work to get the things they want, and then they get a sense of enjoyment out of getting the things they want. And then that process just repeats itself. What you notice is that people also get a sense of enjoyment sometimes out of the process of not getting what they want. More accurately, they get a type of surplus enjoyment out of something about the process of pursuing the thing they want, even if they don't end up getting it

People will actually start constructing big aspects of their lives around this surplus enjoyment, setting things up in a way where it starts to seem like they're setting their life up in a way where they ensure that they're never actually gonna get the thing they want. So contrasting this against the backdrop of what we talked about before, Lacan's concept of the “Surplus Enjoyment”, where you're never actually getting what you truly desire, that what you truly desire is always something that lies beyond what we seem to want in the short term
ווי צוגעלינקט אויבן, האט דאס א שייכות צום פראבלעם פון שלעכטס און נהמא דכיסופא.

אין אונזער קאנטעקסט קען מען דאס נוצן לגבי די מיענינג פון קיום המצות און א רעליגיעזע לעבנסשטייגער אָן דייקא א גלויבונג ממש אין עפעס ״העכערס״ וכו׳ (אין א ממשות׳דיגן אנטאלאגישן זין). והיינו, מעיקרא באטראכט מען קיום המצות ווי תכלית האדם און קיומן איז נאר אַן עול ומשא וועלכע מ׳האט נישט קיין ברירה נאר לקיימן כדי להגיע למטרה של תענוג. נאר דאס איז די סיבה ער איז דאס מקיים. אין אנדערע ווערטער, תכלית האדם שהיא קיום המצות איז אך ורק נאר מכח דעם וואס דאס איז די איינציגסטע וועג, בלית ברירה, כדי להגיע אל תענוג היעוד. אבער ער וואונטשט זיך אז ולוואי ווען ער קען ווען מגיע זיין להתענוג והיעוד, אין וועלכעס ער גלייבט באמת אין, בלא זה האמצעי בכלל.

אבער וואס מ׳קען (און דארף) צוקומען צו איז א הכרה אז אט די פּראצעס פון אָנקומען צום (כלומפרשט׳ן) מטרה ותענוג, איז אליינס די עצם תענוג ומיענינג מ׳קען דערפון האבן און באקומען. עס איז אזוי ווי דאס בּעיבּי׳ס זייגן אויפ׳ן צומי וואס איז אים אליינס א תענוג און איז געווארן אפגעטיילט פונעם אריגינעלן מטרה להגיע אל תענוג אחר.

וכעין ווי דמטין משמיה דרעלף וואָלדאָ עמערסאן לגבי דאס לעבן בכלל:
It’s about the journey and not (necessarily) the destination

דאס איז אין איינקלאנג מיט סיי די געדאנק פון אַלבּערט קאמוס לקיום המצות, וואו אפגעזעהן צי עס איז באמת דא א תכלית אדער אלעס איז לבסוף הבל און אבסורד, קענען קיום המצות באמת האבן א מיענינג פאר׳ן מענטש. ווי אויך מיט די געדאנק אז א רעליגיעזע דרך החיים מיט אירע סאָציאלע/קולטוראלע נאָרמעס איז טאקע בעצם א ״געים״, אבער אט דאס אליינס קען זיין תכלית האנושי, וואו ער האט די ״לוּסארי עטיטוד״ וואו די ״פאָן״ און מיענינג אין דעם (פאר איינער וואס איז מעטשור) איז דוקא די שפיל אפגעזעהן פון צי ״מ׳געווינט״ די מטרה. די ״געווינס״ און עפעס א מטרה צום געים איז נאר א פּלעיסהאָלדער כדי די אמצעי און שפיל זאל קענען חל זיין און פארקומען. לאחר וואס מ׳(האט גע)שפילט שוין איז עס נישט עכט נוגע והיא רק טפל אל האמצעי.

***
מי אני האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 12:44 pmא הארה וואס איך האב געהאט בשעת מעשה איז אז פיזיקער זוכן דעם יסוד פונעם יקום; די ״טעאריע פון אלעס״. וואס איך האב ״געזעהן״ איז אז די מאדעלן וואס מ׳שטעלט אויס להסביר היקום זענען כעין 4D טעסערעקטס מיט אינטריקעט חלקים. בתוכה אבער, וואס דאס איז די יסוד היסודות, איז דא א לאך וואס פעהלט און וואו מ׳קען דארט אריינגיין טיפער. (איך ווייס אז דאס איז גאר שווער צו וויזשוּעלייזן און איך פרוביר דאס מסביר צו זיין עפ״י וואס איך האב געשפירט (געזעהן?).) פיזיקער פרובירן אריינצוגיין דארט, און ווען מען גייט דארט אריין, צוברעכט זיך א חלק פונעם באוואוסטזיין, זינען, און דעם מענטש׳נס רעאליטעט; אבער מ׳קען בעצם אריינגיין. ווען מ׳גייט און מ׳פארשט דארט אריין אנטפלעקט זיך נאך א טיפערע מאדעל אין 5D וואס איז מסביר די גאנצע לאך וואס פעהלט; א טיפערע הבנה אין וואס איז ״באמת״ די יקום וחוקותיה אשר תחתיה. אבער ״אידערמיט״ פון דעם, די יסוד פון דעם מאדעל, איז ווייטער דא א לאך. ווען מ׳גייט אריין אהין צוברעכט זיך נאך א חלק פונעם באוואוסטזיין און דעם מענטש׳נס רעאליטעט טאמער פארשט ער דארט. אבער מ׳קען אריינגיין. ווען דער פארשער גייט אריין דארט אנטפלעקט זיך דאס איבער אין 6D, מיט א לאך אינדערמיט. וכן הלאה והלאה בב״ת.

דער מיסטישער פילאזאף זאגט צום פיזיקער וחוקר אז עס פעהלט נישט אויס צו גיין ווייטער, וואו עווענטועל וועט ער צוברעכן און פארלירן זיין גאנצע באוואוסטזיין און זינען, ווייל ער אינטוּאיט אז דאס ענדיגט זיך נישט און גייט ווייטער און ווייטער עד אין סוף. און די לאך ו״אַיִן״ וואס איז דא אינדערמיט פון יעדעס מאדעל ווייטער און ווייטער, אט דאס איז וואס מ׳מיינט מיט ״ג-ט״ - די ״אין סוף״ אַיִן בתוך יעדעס מאדעל טיפער און טיפער. און דאס איז וואס חז״ל האבן (אפשר) געמיינט מיט׳ן צוברענגען ספר בן סירא בחגיגה יג. לגבי מסביר זיין די משנה בריש פ״ב שם:
כל המסתכל בארבעה דברים ראוי לו כאילו לא בא לעולם מה למעלה מה למטה מה לפנים ומה לאחור

עד כאן יש לך רשות לדבר מכאן ואילך אין לך רשות לדבר שכן כתוב בספר בן סירא במופלא ממך אל תדרוש ובמכוסה ממך אל תחקור במה שהורשית התבונן אין לך עסק בנסתרות.
דא שרייבט דער פיזיקער דר. מאַרטין בויער אז די יסוד הבריאה איז (לכאורה) טאקע פרעקטעל און סעלף-ריפּיעטינג, מיט קליינע שינויים, ווי טיפער און קלענער מ׳גייט.

***

דא האט @סקעפטיקער געשריבן (עפ״י מה שהביא @קול גדול) לגבי ״תורה קוֺידס״:
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:55 pm ראה זה פלא, אין די תורה טרעפט מען די אותיות י-ה-ו-ה-ש-ק-ר אפגערוקט די זעלבע צאל אותיות 22 מאל כמנין שם כ"ב
עפ״י כל הנ״ל בהאשכול קען מען אולי זאגן בדרך צחות אז אפילו דאס קען אפשר זיין א ראיה להם. והיינו, אז וואס אימער א פּאזיטיווע הגדרה מ׳וועט נאר געבן צו הוי׳ ב״ה, איז דאס בהכרח שקר, ואפילו פון א טעאיסטישן טעאלאגישן זין…

ועיין לעיל אודות הפסוק (ירמיה י י) וה׳ אלקים אמת, ‏וחותמו של הקב״ה הוא אמת.
דורך מי אני
מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:11 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

דר. דניאל מאַט (וועלכע האט מתרגם געווען דעם זוהר אויף ענגליש) זאגט לגבי דאס ‏קאנסעפּשאן פון ״ג-ט״ אלס ״‏אַיִן״:
There's some fascinating parallels between the theology of Meister Eckhart, who's a little bit after the Zohar, and the Zohar. But I think the most important figure here, as an influence on the Zohar, is really Maimonides. Maimonides is important to Kabbala in various ways, but I think the most important is how Maimonides championed Negative Theology, which really means that you can't say who or what God is, rather you should say what God is not. If you say, “God is strong”, that makes him sound like a “He-Man”; if you say, “God is smart”, that makes him sound like a a scholar or professor. You should rather say, “God is not weak”, “God is not limited”. If you try to say what God is, you'll go wrong. Maimonides even says the more you negate of God, the closer you're coming to an understanding of God

You can really say that the kabalists just take that to the extreme. They actually call God “nothing”; the Hebrew term we mentioned of “Ein Sof”. But I think a more interesting term is “Ayin” spelled aleph yud nun. I think it's better understood as “No Thingness”. That is a name for the highest of the ten sefirot which is Keter, the crown on the head. It's given the name Ayin which really means that you can't know anything about it. God is not a “thing”, of which you could say “that God is pure energy or pure potential”. The kabalists really learn from Maimonides, who doesn't call God “Nothing”, but it is his negative theology taken to the extreme. Meister Eckhart, just a couple of decades after the Zohar, calls God “Nicht” writing in German and calls God “Nihil” writing in Latin; John of the Cross, a couple of centuries later in Spain writing in Spanish, calls God “Nada

To call God “Nothing” almost sounds like atheism, but that's not what the Zohar means. The Zohar is saying that you have to sweep away all your conceptions of God. Otherwise, to the Zohar that's a mental idolatry, to think of God as “this” or “that” is a category mistake. You find the idea of mystical nothingness also in mystical Christian Traditions and especially in Buddhism

I think that's one of the most interesting things in all of Kabbala to call God “nothingness” and how that derives in a way from Maimonides himself. And that is fascinating, as there is this irony in this way of “Nothingness” the kabalists describe God. This is as they immediately proceed to fill that void with a great deal of material, which Maimonides does not do. They create the void of God by calling him “Ayin”, and then they immediately fill it with ten Sefirot and to each of the Sefirot they ascribe an enormous amounts of symbolism, from months of the year, to astrological signs, to figures from the Bible, to everything and anything - they create the vacuum and immediately fill it with just about everything you could possibly want. It's very different from Maimonides in that sense and quite jarring l'd say. They're attacking Maimonides and yet influenced by Maimonides at the same time

You could say in a way that they inherit from Maimonides the notion of “Ein Sof”, even though Maimonides doesn't use that term, but that is such an abstract Divinity that they feel that people will be lost and that there's no way to reach out to the concept of God. How can you pray to “Infinity”? So they're influenced by him, but then they fill the void. It's actually beautiful how they play with the word “Ayin”. You have this phrase “Yesh”, which is Creatio ex Nihilo out of nothing. The meaning of that is that there's nothing and then God creates something. But in Kabbala that “nothing” is this vibrant teeming vacuum. It's a little bit like the vacuum of modern cosmology, which is anything but empty, but it's rather a seething froth of virtual particles. So “Ayin” is really what that is. And out of that maelstrom and whirlpool comes the emanation of the Sefirot. The Zohar concentrates on the Sefirot, but in a sense they can protect themselves by saying, “Oh no no. Ultimately it's “Ayin”. Don't take this too seriously, that God has an arm or that God has a phallus. Really and ultimately God is unnamable.” So they want to have their cake and eat it too in a sense
וידוע התשובה מהריב״ש בסימן קנז.

ער ברענגט ארויס אז די געדאנק פון די עשר ספירות בקבלה (לפי הרבה מפרשים) איז אז דאס איז אלעס ממבט שלנו ומסיטרא דילן (עיין בזוהר פ׳ תרומה ח״ב קעו.); אזא סארט ״‏מלמטה למעלה״. אין ״ג-ט״ אליינס, שהוא האין סוף, קען מען נישט האבן קיין שום השגה. ועיין בתורת העולה (ח״ג פ״ד) אז די ספירות הם תוארי הפעולות שרואים בהעולם, וכעין במו״נ בח״א פס״א לגבי שמות הקב״ה ע״ש. וע״ש ווי ער איז מסביר אז די געדאנק פון פונקט 10 און 7 בתוכם, איז ווייל די מספרים ראויים להימנות (וכעין להיפך ממש״כ הכוזרי במאמר א אות נט ומאמר ד אות כז). ער איז דארט מסביר אז די י״ג מדות של רחמים זענען אויך בעצם 10 וואס אונז קענען פארשטיין (ועיין במו״נ ח״א פנ״ד), און עפי״ז האבן זיי געמאַדעלד די 7 מתוך 10.
IMG_6800.jpeg
*

ולגבי דעם טעזע פון דר. דוד בּלומענטאל איבער דעם אז להרמב״ם קומען די עליטע שבעליטע צו צו א פילאזאפישע סארט מיסטיסיזם בדביקותם בה׳, זאגט דר. תמר רודאווסקי אז הגם דער רמב״ם איז נישט אין איינקלאנג מיט קבלה (דלא כהרב אברהם אבולעפיה), האבן זיי אבער א גאר ענליכע שפראך ווען עס קומט לענין דביקות בה׳.

*

ובענין זה, טענה׳ט דר. ארטור גרין אז כהיום איז פאר׳ן אלגעמיינעם מאדערנעם איד נישטא קיין סיבה, וואס איז נישט מיסטיש און ספּיריטואל, צו מקיים זיין די מצות. ולכן פעהלט אויס א מהלך חסידי דערין.

***

אז איך האב צוגעברענגט שוואנצונעס בזה, האב איך געקלערט אז דאס איז א שטיקל ראיה צום רעיון פון דעם אז די פראבלעם פון אמונה איז נאר ביי ״האומר״. והיינו, ווייל ווי ערווענט אפאר מאל אין שטיבל (דאכט זיך מיר אז ס׳איז אמאל אפילו געווען א גאנצע אשכול דערוועגן), איז די פענאמענאן פון ״שוואנצאנעס״ בעצם מער-ווייניגער דא אין אלע חסידי׳שע הויפן. אבער דאך ברענגט דאס וואס הר״מ האגער טוהט, פי כמה מער איבל און אפשיי ביים אלגעמיינעם געזעלשאפט ווי אנדערע. און דאס איז ווייל ער זאגט דאס אפען און גראב ארויס. ער איז א ״האומר״ דערביי.

און מ׳קען דאס זעהן בסתם. ווייל פאר אַן אלגעמיינעם סטיריאָטיפּעקעל חסיד/חרדי, וועלכע פון די צוויי וועט אים ברענגען מער איבל? דער איד וועמען ער ווייסט פאר א פאקט גלייבט אין גארנישט, אבער דאך (מאיזה סיבה שהיא) היט און איז מדקדק בתורה ובהלכה אפילו בינו לבין עצמו? אדער דער וואס גלייבט שטארק אבער איז א ״קל שבקלים״ בשמירת התורה והלכה? איך האב טאקע נישט געמאכט קיין אנקעטע דערויף, אבער לענ״ד גלייב איך אז ס׳איז דער צווייטער וואס ברענגט מער איבל ביי פרומע מענטשן. והיינו נמי טעמא מיט די איבל אויף הר״מ האגער.

***

לגבי גדר ״אמונה״ במש״כ הרמב״ם במו״נ ח״א פ״נ, שרייבט דר. שלום צדיק:
Maimonides defines faith at the beginning of chapter I:50 as “the notion that is represented in the soul when it has been
averred of it that it is in fact just as it has been represented.” According to this definition, the essence of faith is a correct knowledge that corresponds with reality. However, Maimonides himself uses the same Judeo-Arabic word elsewhere to describe a belief that is based on imagination, and even beliefs that are demonstrably false. Because of this contradictory usage, we need to look more closely at the definition Maimonides provided in Guide I:50, which apparently is not speaking of belief in the metaphysical truth of the Torah inasmuch as we see later in the paragraph that the perplexed reader does not actually understand the metaphysical content of the Torah. Therefore, the established belief Maimonides speaks of in I:50 is probably the reader’s deep appreciation for the social benefit of the Torah. Another possibility is that the reader’s belief is not based on any philosophical education and knowledge but rather on the reader’s religious upbringing. In other words, this faith is based on the senses and the imagination, which do not arrive at knowledge via true scientific inquiry
ולגבי די געדאנק וואס דר. צדיק האט ארויסגעברענגט אז דער רמב״ם האט געוואלט אז דער קלוגער געלערענטער מענטש זאל פארשטיין אז ער קען אריינלערנען וואס אימער ער האלט, אריין אינעם מו״נ און דאדורך משווה זיין שיטתו עם התורה (אפילו טאמער זענען דעם מענטש׳נס דעות נישט דאס וואס דער רמב״ם האט אליינס געהאלטן), שרייבט ער:
Maimonides wanted every religious philosopher to be able to see in the Guide how their personal philosophical positions can be read into Scripture as the underlying secret message of the prophets. This is why Maimonides instructed his readers to look for hints and sub-hints to various philosophical positions (and he himself scattered such clues to positions he knew of and wished to guide readers to), and why he established interpretive rules of his book that allow any reader – and even the reader who espouses positions that Maimonides did not even know of at all – to see their positions as the Guide’s positions, and their philosophical lines of thought as the secret message of the prophets. Ultimately, the extreme multiplicity of radical positions to which Maimonides’ instructions can lead was necessary to fulfill the Guide’s main goal of helping the perplexed reader to not feel torn between philosophy and religion, for a reduction of the interpretive space to the one philosophical truth that Maimonides indeed believed in would have resulted in a very large reduction of this benefit. In other words, were the Guide a book with a clearly stated philosophical position, it would have been suitable solely for those few readers who have already reached the same philosophical conclusions as Maimonides – something he was not at all interested in. It is important to emphasize that what we are talking about here does not mean that Maimonides supported the idea of multiple and equally valid truths, or the insignificance of attaining philosophical truth. What Maimonides wanted was that each sincere reader should feel fully confident that the Guide secretly confirms the reader’s own personal philosophical position while simultaneously strengthening that reader’s commitment to the religion and its commandments
ועיין כאן במה שהבאתי מדר. מאַרווין פאַקס והרב דר. מלך שפירא בזה.
דורך מי אני
דינסטאג יאנואר 02, 2024 6:28 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

דאס וואס @מתתיהו שרייבט דא, גייט אין איינקלאנג מיט'ן טעזע פונעם אשכול הלז, בשילוב מיט וויאזוי דר. שלמה פּינס האט אפגעלערענט דעם גישה פונעם רמב"ם לבסוף צו עניני מעטאפיזיקס/אלהיות אז דאס איז לעולם סקעפּטיקעל. דהיינו, אז חוקר זיין בעניני אלהיות וואס איז נוגע לאמונה איז לשלעצמו נישט קיין פראבלעם, און איז גאר א מעלה; אט די נפש המשכלת ששואף ומשתוקק לידע איז וואס מאכט דער מענטש "מענטש". אבער, דאס דארף אליינס צוקומען ממבט סקעפּטיסיזם אז א בירור אין וואס איז "אמת" (פון טאקע א מעטאפיזישע און קאָרעספּאַנדענס מבט) איז נישט שייך. וממילא, דארפן די חקירות, אפגעזעהן פון וואס איז אים מער מסתבר דייעלעקטיקעלי, ל"ד האבן השלכות אויף זיין התנהגות און רעליגיעזע בּיהעיוויאר ושמירת התורה בפועל (ובפרט אז בדעות סתם, שאינן נוגעות ממש למעשה, איז שווער צו פסק'ענען אז "אזוי דארפסטו גלייבן", ועיין בריש האשכול אודות קושיתו של האור ה'. און ווי ארויסגעברענגט במשך האשכול, איז שייך און מען קען בעצם אפטיילן שמירת המצות בפועל פון וואס מ'גלייבט אלס "פאקט" וכו'.). (ועיין במש"כ לעיל.)

ער דערמאנט אויך דעם געדאנק פון געבן חז"ל דאס פּרינציפּ פון טשעריטי, וכדכתב הרמב"ם בהקדמתו לפ' חלק, איבער וועלכע איך האב געשריבן דא (און דאס איז אויך ביחד עם מש"כ במו"נ ח"ג פי"ד).

ואגב, איז אינטרעסאנט וואס דער ר״י קרא איז מפרש די פסוקים בקהלת (טז-חי) אל תהי צדיק הרבה ואל תתחכם יותר למה תשומם, אל תרשע הרבה ואל תהי סכל למה תמות בלא עתך, טוב אשר תאחז בזה וגם מזה אל תנח את ידך כי ירא אלקים יצא את כלם:
שלא תאמר, הואיל והחכמה יתירה תשומם את בעליה, למה אתחכם, טוב לי שאאחוז בסכלות. לכך נאמר, ואל תהי סכל.

ושמא תאמר, הואיל והצדק יתר והחכמה יתירה משוממים את האדם, בצדקתי שהחזקתי ארפה, וחכמה שחכמתי אניחנה. לכך נאמר, טוב אשר תאחוז בזה – הוא הצדק, וגם מזה אל תנח ידך – היא החכמה, ואל תדאג, שלא תשומם כשתאחוז בשניהם, כי ירא אלקים יצא את כולם.
און דער רלב״ג איז מפרש דארט:
ואל תתחכם יותר מן הראוי, וזה כי בכאן דברים אי אפשר לאדם להשיגם ואין ראוי לו לחקור בהם, כמי שיחקור מה למעלה ומה למטה מה לפנים ומה לאחור ומה שידמה לזה מהחקירות אשר אין לאדם כח על השגתם.

וטוב להתחכם ולחקור במקום הראוי ולהמנע מהחקירה במקום הבלתי ראוי, כי מי שהוא ירא ה׳ יקח הממוצע ויצא בפעולותיו עם כל הקצוות, רצוני, שפעם יטה בפעולותיו אל האחד ופעם יטה אל האחר, וזהו הממוצע על דרך האמת.
ולעיל שם בפסוק ז:
והזהיר עם זה מנטות בכשרון המעשה אל החסידות והקצה, במקום הבלתי ראוי, ר״ל שלא יהיה צדיק הרבה ולא יהיה רשע הרבה, אבל ראוי שיטה אל האמצעי במדות לפי מה שישוער בדבר דבר. ובזה הזהיר זאת האזהרה בענין החכמה, כי אין ראוי שיחקור האדם במה שאין לו פתח יכנס ממנו בהשגתו. ולא ימנע מהחקירה בדברים אשר אפשר לו השגתם. ולזה אמר אל תתחכם יותר וגו׳ ואל תהי סכל.
וכעין מש״כ הרמב״ם בהל׳ דעות (א ד).

און שד״ל איז מפרש שפעטער דארט אויפ׳ן פסוק (שם שם כ) כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא:
ועוד טעם אחר על שאין להיות צדיק הרבה, כי אדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, אם כן מה בצע כי תתם דרכיך, אחר שעל כל פנים לא תוכל להמלט מעברות.
***

לגבי מיין חילוק און דיסטינקשאן צווישן מענטעליסט דעות ומחשבות בשכל, און צווישן בּיהעיוויארעל התנהגות בפועל וואס איז אַבּזערוועבּל, וואס נאר דארט איז דא די פראבלעם פון ״כפירה״, האט @אלפא דא דערמאנט אז מ׳טרעפט יא דעם געדאנק פון מחשבה כמעשה ביי הירהורי עבירה. אבער מ׳מוז אויך פארשטיין אז, ווי תוס׳ דערמאנט בפסחים כה: ד״ה אף, לגבי הירהורי ערוה של זכר איז דאס בעצם יא אַן אַבּזערוועבּל מעשה דמה שהוא מתקשה הוי מעשה ע״ש.

וואס מ׳קען אבער ווייטער פרעגן איז אז אונז טרעפן בקידושין לט: אז הגם אז מ׳איז טאקע נישט מצרף מחשבת עבירה למעשה לגבי עונש, איז אבער ביי חטא ע״ז יא ע״ש? איז אבער די געדאנק סתם אזוי לפי גישת הרמב״ם, אז וויבאלד דאס איז דאך א יסודות׳דיגע אינטעלעקטשואלע טעות וסכלות בשכלו של אדם, איז לא ימלט אז דאס זאל שוין מיטקומען מיט מעשים וכו׳ וואס וועלן אים אונטערברענגען ומסבב זיין מקרים רעים. (וידוע המו״נ בח״ג פ״ח לגבי מה דאיתא ביומא כט. דהירהורי עבירה קשים מעבירה, שחוטא בשכלו ובמובחר מדותיו במה שהוא יותר מהבהמה ע״ש.)

ואגב, דער ר״א מבלגנצי איז מסביר פשט בהפסוק ביחזקאל (יד ה) למען תפש את בית ישראל בלבם, פון וואו די גמרא בקידושין לערענט ארויס אז ביי מחשבת ע״ז איז הקב״ה מצרפה למעשה, אז די נבואה איז אז עס וועט צוגעברענגט ווערן אז עס וועט טאקע לבסוף נתגלה ווערן המחשבה שבלבם (לעין כל) ע״ש. און דאס איז נישט ווייט ממש״כ.

***

איך האב געקלערט אז מ׳קען זאגן בדרך רמז אז בב״ק ס. האט רב יוסף געוויינט לגבי די צדיקים אז כולי האי נמי לאַיִן דומין ע״ש. און די רמז דערין קען זיין אז דער צדיק פארשטייט אז הגדרת ״ג-ט״, וואס ליגט אונטער דעם ״כולי האי״, קען באדייטן דעם דמיון צום אַיִן הגמור.

***

דר. ווינסענט בּערי שרייבט לגבי די חילוק צווישן פילאזאפיע און טעאלאגיע:
It has been said that philosophy is like standing in a dark room looking for a black cat. Theology, on the other hand, is like standing in a dark room looking for a black cat and shouting: “Found it!” This old saw can be explained by reference to why each believes as it does

‏Although both share an interest in first principles and reality, theologians trust in faith and generally assent to a revealed, fixed, and universal truth. Philosophers trust in reason and assent only to what can be rationally demonstrated. Theologians, typically, have found their final truth, whereas philosophers are still searching for theirs. These fundamentally different sources of authority for beliefs — the one divine, the other secular — account for both the theologian’s claim to have objective certainty and the philosopher’s skepticism toward the theologian’s faith-based certitudes. Metaphorically, the theologian can claim to have found the black cat that the philosopher continues to search for in the dark room
און די טעזע פונעם אשכול איז צו טוישן דאס וואס מ׳טוהט ״טעאלאגיע״, צו א מער ״פילאזאפישע״ מהלך, וכדרכו של הרמב״ם, וואו די עמפאסיס איז אויף די שלילה און וואס מ׳ווייסט נישט, ווי איידער אויף וואס (מ׳האלט אז) מ׳ווייסט יא.

***

בנוגע דאס וואס כ׳האב געשריבן לענין איסור גידוף, אז דאס איז טאקע וויבאלד עס גייט קעגן די סאָשעל קאַנסטראָקט און הסכמת בני אדם איבער וואס ווערט גערעכענט ווי ערכים וכו׳ ולכן טרעהט דאס אויף געפיהלן און איז מצער, איז דאך מן הראוי צוצולייגן אז דאס איז נאך טיפער. מיינענדיג, אז די גאנצע חטא איז דאך בלשון, וואס, ווי דער רמב״ם ורלב״ג שרייבן, זענען לשונות אליינס אך ורק מן המוסכמיות. וממילא אז מ׳האט בכוונה צו שענדן דורך א מילים בלשון, איז דאס אז די ווערטער זענען בעצם ״שלעכט״ וכו׳, נאר מכח דעם אז עס איז מוסכם אזוי. און ווי די לינגוויסטס שרייבן:
IMG_6660.jpeg
מערק ווי זיי דערמאנען אז דאס נישט פורש זיין א שם ה׳, וואס איז דאך למעשה א ווארט אין שפראך וממילא נאר א מוסכם בשורשה זי מיינט, איז אויך למעשה מכח הסכמה.

ואגב, עיין מה שפי׳ בשם טוב שם בח״ג פ״ל:
והורה לנו ג״כ הרב כשהאדם הוא המשים שמות לכל הבהמה ומשים שמות לכל הדברים, אין ראוי שיקרא ״לשון קודש״ מפני שהוא נתון מהא-ל, כי הנביא ינבא בלשון אשר הוא מורגל.
וידוע שיטתו בח״ג פ״ח, שהלשון יהודית היא ״קודש״ מפני שלא הונח בו שם כלל לכלי המשגל לא מן האנשים ולא מן הנשים ולא לגוף המעשה המביא להולדה ולא לשתן ולא לצואה.
דורך מי אני
דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 12:24 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

ווי באקאנט גייט דאך דר. פּיטערסאן טאקע מיט די בּיהעיוויארעל מהלך פון נישט לייגן א דגוש אויף וואס מ׳גלייבט, נאר איידער וויאזוי מ׳פירט זיך במעשה - ״כאילו״ עס איז דא א ג-ט. ועיין לעיל. און ווי @ברוך שפינוזה האט צוגעברענגט, האלט פּיטערסאן אז די געדאנק פון ״ג-ט״ איז פשוט די (דזשוּנגיען) קאלעקטיוו קאַנשעסנעס.

***

לגבי דעם געדאנק פון ״ג-ט״ אלס ״אַיִן״, און אין נעגאטיווע טעאלאגיע וואו יעדעס זאץ אליינס אלס א פּאזיטיווע פּראפּאזישאן אן מוז אן מען אן נעגעיטן און שולל זיין, האט דער טעאלאג ניקאלאס פון קוסאַ געזאגט:
God is neither nothing nor something
***

אין די לעקציע ברענגט דר. רעימאנד גועס צו פון לודוויג פויערבאך אז די געדאנק פון ״ג-ט״ איז אפירגעקומען מכח דעם וואס דער מענטש בטבעו האט א דראנג צו האבן קאנטראל און עקסערסייזן זיין מאכט אויף די כאאטישע חוקי הטבע, אבער קעגן וועלכע ער איז (געווען מער) הילפסלאז און געזעהן ווי געצוימט זיין מענטשליכע מאכט און כח איז אין פאקט. און דעריבער, צו בארואיגן זיין געוויסן, האט ער דאס געטוהן פּראדזשעקטאן אויף א קאנסטראָקט וואס ער שטעלט זיך פאר האט יא דאס קאנטראל און יכולת קעגן דעם. (ועיין כאן וכאן.) איינמאל דער מענטש האט יא באוואוזן צו האבן מער קאנטראל קעגן די מאורעות הטבע קעגן וועלכע ער האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן אינעם עבר, איז אדער האט ער פּראדזשעקטעד די געדאנק פון ״ג-ט״ נאך ווייטער אויף וואס איז (נאך) נישט תחת ידו, אדער איז ער געווארן סעקולאר/אטעאיסט. און דאס איז טאקע פארוואס סעקולאריזם און נאַן-טעאיזם זענען שטארק געוואקסן אין די מאדערנע תקופה. ער האט גע׳טענה׳ט אז דאס אליין פון פּראדזשעקטן די יכולת אויף א ״ג-ט״/געטער, האט געברענגט דערצו אז דאס מענטשהייט זאל אויך פרובירן צו האבן דעם כח ובהנדסה וחכמה דאס צו קענען כובש זיין און (מער) קאנטראלירן (דאס דערמאנט אביסל פון מעקס וועבּער׳ס טעזע איבער וויאזוי די פּראטעסטאנט ארבעט עטיק בנוצרות איבער דאס חשיבות פון ארבעטן און אויפקומען וכו׳, האט צוגעברענגט צו אינדאָסטרי און קאפּיטעליזם).

ועפי״ז, זאגט ער, איז דאס געווען וואס קאַרל מאַרקס האט גע׳טענה׳ט נאך ווייטער:
For Marx it's a complete waste of time to refute theological propositions. The person who talks to a religious person and argues about the concept of God or the arguments for God has missed the point. Because as Marx says the need for these religious structures don't have their origin in an attempt to cognitively understand the world - that's not their origin. They're not ways of trying to make us understand the world - rather, they have a completely different structure. Their structure is to give us consolation for needs that would be unsatisfied, and so, as Marx says, as long as the need is not satisfied, you can refute the ideas all you want, but all that will do is that it will cause the people in question to generate some new crazy ideas. So you can refute the Christian idea of God but then they'll still believe in superstition, as long as the need is there. The need is going to satisfy itself one way or the other, so engaging in this discussion with theologians is pointless because that's not what they're doing. Saying “God exists” is not a cognitive problem. Saying “God exists” is different than saying “that hippopotami exist”. The “hippopotami exists” means that you go to some place and you can see there are these animals and that have the qualities of a hippopotamus which have these various properties. “God exists” doesn't have that structure at all. It has a different structure. The structure is “I need reassurance”. And you don't get rid of the need for reassurance by attacking the propositions that the construct that gives you reassurance has. So Marx says you'll only get rid of religion when the need from which religion arises and the need which religion satisfies is satisfied in a different, more direct way
ולגבי ״קאנטראָל״ און ״ג-ט״, דערמאנט דר. געוס דארט במשנתו של טעאדאר אַדאָנאָ פונעם מאַרקסיסט חדר:
Adorno in the twentieth century says it's actually even worse for people in our society to be happy and not to think they're alienated. He says imagine the little boy that goes to the school. If he's happy in the school, he hasn't really understood what's going on. He hasn't understood that there's someone else who has complete control over his life and the natural human reaction to that ought to be that he's unhappy. That's why Adorno says that the point of art is to make people unhappy; the point of art is to make us realize that we're not - we're living in a fool's paradise. The fact that we don't see that all the essential properties, powers and forms of meaning that ought to be under our immediate control or under our re-appropriated control, are actually out of our power, that's the worst stage - the being okay with it
ואולי איז דאס טאקע א חלק פון דאס וואס ליגט אונטער דעם אז עס איז נישטא עכט קיין מקום פאר אַרט בתוך יהדות, און טאקע לכאורה מכח דעם (שמות כ ג) לא תעשה לך פסל וכל תמונה לגבי געטער.
דורך מי אני
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:57 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

דא האב איך צוגעברענגט פון קורט וואַנעגוט:
IMG_5053.jpeg
דא איז דר. וויליאם לעין קרעיג מסביר דר. ריטשערד סווינבּורן לגבי יחוד ה׳, אז אין מעטאפיזיקס/חכמת אלהיית קען איך ביי יעדעס נומער/צאל וואס א זאך/מהות פארמאגט, פרעגן דערויף ״פארוואס פונקט די צאל?״ (ועיין במו״נ ח״ג פכ״ו), אחוץ ביי 0 און ∞. און דאס איז ביי ״ג-ט״ וואס ער איז ∞ און עס איז 0 בדומה לו.

ובזה האב איך געקלערט אז די ״קשר״ און השוואה צווישן 0 און ∞ הנ"ל, איז עפ״י וואס מאכט א קשר א מאטעמאטישע קשר. און מ׳טרעפט בספר דניאל ווען בלשאצר האט געוואלט א פתרון אויף דעם וואס די יד האט געשריבן אויפ׳ן וואנט, האט מען געזאגט אויף דניאל וועלכער קען דאס פותר זיין (דניאל ה טז), ואנה שמעת עליך די תוכל פשרין למפשר וקטרין למשרא כען הן תוכל כתבא למקרא ופשרה להודעתני. און שמואל זאגט בסנהדרין כב. (ווי אויך ר׳ חייא בשהש״ר ג ד) אז די טעם פארוואס חכמי בלשאצר האבן נישט געקענט פותר זיין אז ס׳שטייט דארט געשריבן אויפ׳ן וואנט ״מנא מנא תקל ופרסין״, איז וויבאלד עס איז געווען געשריבן אין דריי שורות, איינס העכער דאס אנדערע. אויפ׳ן ערשטן איז געשטאנען ״ממתוס״, אויפ׳ן צווייטן ״ננקפי״, און אויפ׳ן דריטן ״אאלרן״, און זיי האבן נישט געכאפט אז מ׳דארף דאס צו ליינען מלמעלה למטה, ווי איידער געהעריג ברוחב ע"ש (וע"ש במהרש"ל ומהרש"א, ובמצודות דוד שם בדניאל ה כה).

ולדרכינו אפשר לומר דהרמז בזה הוא אז בענין אלקות והבנה בו, וואס אין דעם האט דאך דניאל מוכיח געווען בלשאצר אויף זיין גאווה (שם כב-כג), דארף מען דאך דאס באטראכטן אדער מלמעלה למטה, וואס דאן איז דאס ענין ״יש״ און ∞, אדער כאטש מלמטה למעלה איז עס ״אַיִן״ און 0 (אדער אפילו ∅ און נאך ווייניגער); נישט ברוחב וואס באדייט מושגים הדומים לאדם וגוף. און מלמעלה למטה, וואס דארט זעהט מען די חילוק, איז ווי אזוי מ׳האט געדארפט צו ליינען וואס די האנט האט געשריבן. און די חילוק בין 0 צו ∞, אויף וואס דאס ווייזט, איז בענין מאטעמאטישע קשרים, וואס דאס איז דאך וואס דניאל האט געקענט וקטרין למשרא.

ועיין כאן.

***

במשנתו של פרידריך היינריך דזשעקאָבּי לגבי דייטשע איידיעליזם און קאנט׳ס טרענסעדענטעל איידיעליזם, וואו די ראציאנאלע מח שטעלט אויס מעיקרא די פארעם וכו׳ ווי אזוי עמפּירישע מדע דערנאך, וואס מ׳קען יא וויסן, זאל קענען ארגאנעזירט ווערן בתוכה וכו׳ וכו׳:
IMG_5904.jpeg
ועיין לעיל בזה במשנתו של שלמה מימון בתוך דייטשע איידיעליזם ושיטת קאנט.

***

ולגבי דעם אז לבסוף קען זיין אז די הסכמת הכלל להמצות איז דאס וואס באגרונד זיי אפילו פון א טעאיסטישן מבט, ועפ"י סאָשעל קאנסטראָקשעניזם, קען דאס געבן א פשר צו דעם:
קוגל.jpg
אז דאס האט דעם הסכמת הכלל המצייתין לחוקי הדת, קען דאס זיין אין דעם אזוי ווי הסכמת הכלל למצות תקיעת שופר וואס געבט פאר מצות שופר למעשה איר סמכות. (און אז מ'לאכט אויף דעם, ווייזט דאס אז מצות שופר האט דעם הסכמה, בשעת אכילת קוגל בשבת ויו"ט נישט אזוי ווייט.)
דורך מי אני
מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2023 10:16 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

ס'איז גאר מערקווידיג ווי דער אברבנאל איז מפרש דעם רמב"ם במו"נ ח"א פ"נ:
ובעבור שהתארים יפלו עליהם האנשים מדרך האמונה בפשוטי התורה כמו שיביא אחר זה, ובאמרו שראוי שירוחקו ממנו ית' יראה הפסד באמונה, לכן ראה הרב להקדים לפרק התוארים ביאור אמיתת האמונה, להודיע שלא יפול שם "אמונה" כי אם בדבר שיצוייר והדבר שלא יפול בציור אינו בגדר ה"אמונה", וזה להודיע שמציאות התארים הרבים בו ית' באמונת אחדותו, הוא דבר בלתי מצוייר, ולא יפול עליו שם "אמונה" וגדרה, ויוליד מזה שדעתו אינו סותר ל"אמונה".

וביאר הרב איך הציור השכלי לא יסבול אמונת רבוי התארים עם אמונת הייחוד, באמרו, אמנם מי שהאמין שהוא אחד בעל תארים רבים כבר אמר שהוא אחד במלתו והאמינו רבים במחשבתו, ר"ל אמנם האיש שיאמין שהוא אחד בעל תוארים הנה הוא באמת אינו מאמין אחדותו, כי האחדות וריבוי התארים הם דברים סותרים ואיך שכלו יצייר דברים סותרים זה לזה, אבל האמת הוא שהאחדות הוא במלתו משפה ולחוץ, ואינו בציורו כי שם אינו כי אם רבים כי בהיות התארים רבים האמין שהש"י רבים, ואמנם האחדות בפיו ובשפתיו אמרו אבל לא האמינו כיון שהאמין התארים, התבאר שמה שאמר הרב כבר אמר שהוא אחד במלתו ענינו שיתחייב לומר זה בהכרח.

הנה לדעת המאמין הגשמות בו ית' יוכל לומר שהוא אחד בעצמו, והוא בעל תארים רבים, כמו שיאמר על גל אבנים שהוא אחד, או על גוף אחד כולל ענינים רבים, אבל בהסתלק הגשמות והאמנת הפשיטות בהשי"ת איך אפשר שיהיה הוא ית' אחד והתארים יהיו רבים זה לא יפול בציור השכל, ואם אינו מצוייר לא יפול שם אמונה עליו.
דער אברבנאל אליין דארט האלט נישט ווי דער רמב"ם:
הגדר אשר נתן הרב כאן ל"אמונה" אינו מחוור אצלי...

ואני לא מצאתי בכתבי הקודש שתאמר "אמונה" על הדבר המושג במחשבה ועיון, ושתהיה שם נרדף לידיעה או להשגה. אבל כפי הוראת הכתובים אומר אני שה"אמונה" כפי השתוף הזה תגזור ד' ענינים:

הא', שתהיה מקובלת ולא מושגת בחקירה ועיון...

הענין השני שתגזור האמונה הוא שתהיה התחלתה אם בנבואה ואם בנפלאות, לא בטענה וראיות שכליות, כי אז תקרא "ידיעה" ו"מושכל" או "חכמה" לא "אמונה"...

הענין השלישי שתגזור האמונה היא שתהיה אמתית קיימת, ואם איננה כן לא תקרא "אמונה" כי אם מחשבה כוזבת או ספק, אבל "אמונה" לא קראה הכתוב בשום מקום אם לא הוא דעת המקובל לאדם האמתי מצד עצמו...

הענין הד' שתגזור שם אמונה מהשי"ת, והמובן הזה הוא שלא תאמר כי אם בפנות ודברים האלהיים, כי אף שישמע האדם ויקבל מציאות החומר הראשון ועניינו, לא יקרא זה "אמונה" כי אם "דעת" או "מושכל" או "קבלה".

אבל "אמונה" לא יאמר כי אם על הדעת המקובל שהיה השגתו בנבואה או על פי המופת הנסיי והוא אמתי קיים מהדברים והכנות האלהיות.
***

ואגב בענין "אַיִן", איז מערקווידיג ווי דער עקידה טייטשט בפ' בשלח (שער לט) אויף די סוג השכלה במושכלות רוחניים, די פסוקים (איוב כח יב) וְהַחָכְמָה מֵ"אַיִן" תִּמָּצֵא און (קהלת ג יט) וּמוֹתַר הָאָדָם מִן הַבְּהֵמָה "אָיִן" ע"ש.

ולגבי העקידת יצחק(...) שרייבט ער אין זיין חזות קשה (שער ג):
הרבה נבוכו קצת התורנים בטעם העקידה כי לא מצאו לה שום טענה על ההקש השכלי, לא בתורת נסיון ולא בתורת מצוה. לפי, שהנסיון הנעשה בבחינת הכרת המנסה את המנוסה אי אפשר, כי הכל גלוי וידוע לפניו יתברך, אין טעם לשידע מה שעשה, לשידע מה שיעשה. גם מטעם להיישיר בו את הרבים - כי לא נעשה בפומבי ואין מבוא להכיר במצוה ובעשייתה אלא הוא לבדו. ואין צריך לומר מטעם עצם המעשה כי איככה יוכל שום בעל שכל לחשוב שהאל יתברך יצוה להשחית נפש אדם על לא דבר ואף כי הוא עתיד לומר לסוף ״אל תשלח ידך אל הנער״ (בראשית כב יב), יש על המצִוה להרהר על המצוה הזאת וכל שכן למה שקבלו קצת מעניין הנבואה כי חשבו לנמנע שתושפע מפאת מעלה על השכל האנושי עצה נבערה כזאת להמית נפש אדם, קל וחומר נפש בנו יחידו אשר חשקה נפשו, ולכן באו לחשוב מחשבות זרות ולהכניס מעשה זה בכלל הדברים אשר שמו מציאותם במראה הנבואה, כלומר שיהא הישרה שכלית לאדם שראוי שיעשה כזה אם הוצרך לעשותו כשיגזור השכל להימסר על דבר אמת וענות צדק כמו שסופר מאברהם אבינו באור כשדים, וכמו שעשו דניאל חנניה מישאל ועזריה, וכל שכן שיסבול הדברים הקשים למטה מזה, והוא מה שיאמרו קצתם וקצתם ירמזוהו כי יראו לאמר.

ואמנם, האמת הברור והמוחלט בזה הוא מה שהקדמנוהו בשער הקודם, כי לפי שממנהג הפילוסופים היה להודות הפעולות כולם אל הא-ל יתברך, על דרך ההשתלשלות והוא מה שעלה מדעת העיוני ומהשערתם השכלית, הוא מה שיחסוהו אל הא-ל יתברך כמו שאמרנו עד שבזה האופן יאמרו שכל הפעולות השלמות והמעשים השכליים על פי ה׳ יעשו, יעשה מי שיעשם, אמנם הפעולות אשר לא יגזור השכל על שלמותם ותועלתם המה המעשים המיוחסים אל סכלות האנשים ואל העדר שכלם, לא אליו יתברך בשום פנים. והיה גם כן האמת כמו שאמרו שהריגת האדם בנו - משחית נפשו הוא יעשנה ולא בשום הקש שכל כלל. הוצרך הא-ל יתברך להוציא אברהם אבינו וזרעו אחריו מאצטגנינות שלו לצוותו לעלות בנו לעולה שיושכל מדבריו בתחילה לשוחטו כדי שיפרוד עוד וינזר מהדעת הפילוסופי ויכנס לפני ולפנים במסורת האמונה בהשגחת הא-ל יתברך באופן מעולה מעלה מעלה מן הטבע הכוללת שבעבור זה תהיה חובה מוטלת על כל בעל שכל לעשות מצוותו אף כי תנגדה שכלו וימאסה רצונו תכלית המיאוס וההתנגדות, כדי שיגיע מזה מורא ופחד על אוהבי השם יתברך הקרובים אליו מעבור על דברו בשישיגם על זה הרע היותר גדול שישוער שהוא דבר שלא יקבלו הפילוסופות בשום פנים.
***

ולגבי די חילוק בין דת הנוצרות, וואס איז בעיקר מיוסד על אמונה, ודת יהודית, וואס איז מיוסד על המעשה, ענדיגט ר' חסדאי קרשקש זיין ביטול עיקרי דת הנוצרים:
ההבדל שבין הדת היהודית ובין הדת הנוצרית הוא, כי היהודים חיים על פי דתם, והנוצרים מתים ע"פ דתם.

היהדות היא תורת חיים מלאה חוקים ומשפטים אשר יחיה בהם האדם (ויקרא יח ה) ואף כי היהדות תאמין ג"כ בשכר ועונש לעוה"ב, העיקר הוא החיים בעוה"ז ע"פ התורה והמצוה.

היהדות מקפת כל פעולות האדם והליכותיו בחיים. לא רק בבית הכנסת אלא גם בשכבו ובקומו ובהליכתו בביתו ובצאתו לדרכו, באכילתו ובמסחריו.

בקיצור היהודי חי באמונתו.

לא כן הנצרות שכל עמקה רק באמונה בבן אלהים, בטבילתו ובווידוי לפני הכומר קודם המיתה, ותו לא. גם הנוצרי האדוק הנהו נוצרי רק בבית תפלתו, וזולת זאת הוא חי כבן בלי דת. כי בביתו וחוץ לביתו ובכל מעשיו ופעולותיו אין זכר לנצרות, ואינו ניכר כלל שהוא נוצרי, וכל חייו החברתיים יוצאים מתחום אמונתו, ואפילו אם הוא גנב וגזלן וכל משחת בו והוא פגע רע לבריות, אם רק נטבל בשם ישו ומאמין שהוא אלוה ונצלב לכפרת עוונות העולם ומתוודה ומת, הוא עולה לג"ע העליון ואין מוחה בידו. ישו עצמו אמר לאחד הרוצחים שנצלב עמו יחד: היום תהיה עמי בג"ע אחרי אשר הבטיח הרוצח שהוא מאמין בישו (לוקס כג מג).
***

לגבי דעם "נישט לערנען מו"נ" בענין זיך טועה זיין אין "נמצא ולא במציאות" און די חילוק דערין צווישן זאגן "ניין" לגמרי, און נאר "נישט-יא", קען מען דאס אולי אריינלענרנען אינעם מורה דארט פריער בח"א ריש פל"ג, וואו ער רעדט איבער די הקדמות עס פעהלט אויס בחכמה לזאת הלימוד:
אמנם, כשיתחיל בזאת החכמה האלהית, לא יתחדש לו בלבול לבד באמונות אבל ביטול לגמרי.
דורך מי אני
מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 2:59 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

הרב חיים הירשנזון זצ"ל אין זיין מושגי השוא והאמת פ"ד, טענה'ט אז עס איז באמת נישטא אזא זאך ווי "רוחניות". דאס וואס מ'מיינט ווען מ'זאגט "רוחניות" איז פשוט די פענאמענאלאגישע נמצאים, ווי טעם ריח וקול ורגש, וואס זענען נישט תחת ממשלת של שטח; זיי זענען באיכות אך לא בכמות. ועפי"ז זאגט ער ווייטער בפ"ה, אז די טעות איז ארויסגעוואקסען אז "רוחניות", וואס איז נישט בשטח, איז א בלתי בעל תכלית/אינפיניט. דאס איז וויבאלד מ'שטעלט צאם אז זאכן וואס זענען תחת שטח זעהט מען אלס אז זיי זענען בעלי תכלית, זאגט מען שוין אטאמאטיש אז עפעס וואס איז נישט בשטח איז "בלתי בעל תכלית". אבער דאס איז נישט אמת, וויבאלד דברי איכות המה בעלי "שיעור" וממילא זענען זיי פונקט אזוי בעלי תכלית. ער ענדיגט צו דעם פרק:
אבל "בלתי בעל תכלית בעצמותו" אין לנו ליחס המושג הזה לשום נמצא אשר ימצא כי לבד מה שבלתי בעל תכלית בעצמותו לא יתרבה ולא יתחלק ולא יבא במספר, לא שייך ג"כ עליו השם "נמצא" אשר על כן אינם נמצאים כלל ואין לנו רק "מצוי" אחד, אשר השם "מצוי" הוא ג״כ שם אשר בדו להם הפיליסופים הדתיים בדרך העברה, ובעיקר יש לנו לומר שיש לנו רק "יש" אחד אשר מאמינים אנו באמונה שלמה וגם המופת מראה לנו "ישותו" שהוא בלתי בעל תכלית בעצמותו והוא "הא-ל יתברך", והשגתינו והשכלתינו לא יוכל להשכיל מציאות כזה כלל רק בנשמת המציאות הכללי, מפני שאין השגתינו יכולת להשיג את "האַיִן" כלל כמו שלא נוכל להשיג את היש הבלתי בעל תכלית, כי השגת ביטול כל יש אצלנו הוא ע״י יש אחר הלוקח מקומו וחסרון השגת האין המוחלט הוא לנו למופת על נשמת המציאות הכללי שהוא בלתי בעל תכלית, והוא הא-ל יתברך המחיה את כולם
עס איז אויך אינטרעסאנט ווי ער זאגט אָנהויב פרק אז זאגן אויפ'ן נשמה אז דאס איז א "חלק אלו-ה ממעל" איז א סתירה מיניה וביה, אויב נעמט מען אָן אז "ג-ט" איז בב"ת.

עס איז אויך מערקווידיג וואס ער שרייבט אינעם נעקסטן פ"ו, לגבי די מושג פון "אַיִן":
ומזה תבין כי לא נכון הוא מצד הלשון המאמר המורגל בפי כל בעל דת "כי העולם נברא יש מאין", וכל צדיק אשר באמונתו יחיה עליו לאמר כי "העולם נברא אין מיש", לומר בעל תכלית מבלתי בעל תכלית ובלשון היותר פשוט עליו לאמר כי "העולם הוא נמצא מן העדר" או נברא מן העדר, והמעמיק חקר יאמר כי היש הבלתי בעל תכלית מגלה ישותו על ידי תמונות תכליתיות או "המחויב הישות מגלה ישותו על ידי אפשרי המציאות".
ער איז מבאר, ועפ"י החובת הלבבות, אז דאס וואס מ'קען טאקע נישט משיג זיין אַיִן הגמור און בב"ת, ווייזט אויף א "יש הגמור" בב"ת, והיינו "ג-ט" (און ווי איך זאג "דאס פּרינציפּ פון עקזיסטענץ"). און אין פ"ז ברענגט ער ארויס די השלכות דערפון לגבי התואר "רצון" און ווי אזוי עס איז שייך צו צושטאנד קומען אפשרי המציאות פון א מחוייב הישות/המציאות:
כי המחויב המציאות הוא לא רק בלתי בעל תכלית במקום וזמן, אך גם באיכות מציאותו. ומה הוא בלתי בעל תכלית באיכות המציאות? הוא כי יכול לגלות מציאותו באפשריות מציאות שונות לבלי תכלית, וא״א לנו לומר כלל על איכות מה שזאת היא איכותיו איכות מציאותו המחויבת, כי אם נאמר כן אזי יתבטלו כל האפשרים שבעולם ולא היו נמצאים כלל, וגם לאיכות מציאותו היתה תכלית, לאמר שלא יוכל להיות איכות אחר, אבל אפשרי המציאות הרבים המה לנו לאות ולמופת כי איכות מציאותו הוא לבלי תכלית, לזאת כל אפשרי המציאות המה רק תמונות שונות אשר בהם מתגלה לנו המחויב המציאות, והאפשרות הזאת הוא אשר קראו בעלי דת בשם "רצון", לאמר רצונו של המחויב המציאות.
אין פ"ט איז ער מבאר אז ווען "רצון" איז בהחֵפֶץ אבער נישט בהחָפֵץ, דאן באדייט דאס נישט קיין שינוי.

אין פט"ו, וואו ער מאכט א חילוק צווישן "השגת אלו-ה" און "התגלות אלו-ה", זאגט ער ענליך צו @בְּתוֹךְ עַמִּי:
בהשגת אלקות מבינים השגת איש את מציאות המחויב המציאות בעצמו אם שאין אנו יכולים להשיג בשום אופן את ״מהותו״, ו״בהתגלות אלקות״ אנו מבינים התגלותו על ידי אפשרי המציאות אשר מתגלה בהמה, אם התגלות קיימת על ידי חוקות שמים וארץ, או התגלות לשעה ע״י אפשרים שנבראו לשעתן חדתין נבוט לצפרין, אך לחשוב כי ״השגת אלקות״ הוא דבר בלתי אפשר בטבע כלל, ג״ב לדעתי "מושג שוא הוא". "מהותו" אין אנו יכולים להשיג כי איננו ממהות חושינו, אבל מציאותו יכולים להשיג, ומה שחושבים כי הוא דבר בלתי אפשר בטבע הוא בא ע"י ההרגל אשר הורגלנו להשיג כל הדברים אפשרים נעדרים ובעלי תכלית אשר רק אלה מרגישים החושים כלם, ומבלבלים השגתינו לבלי תשיג רק כמו אלה, ובפרט כי לקחנו מאז כלל כי אי אפשר להשיג דבר בלתי אמצעות החושים, אך גם הכלל הזה לקחת אותו לכלל קיים, מושג שוא הוא.
ולגבי ענין "מציאותו" ברענגט ער טאקע ארויס בסוף פי"ז דעם חילוק צווישן דער עיקרים און דעם רמב"ם:
ולחזור בשטה האחרונה ההבדל בין שיטתי לשיטת הפילוסופים הוא שלשיטתם אנחנו עיקר הנמצאים והמחוייב המציאות הוא מין מציאות אשר איננו מציאות, ולא ידענו סוד אחדותו וחכמי לב יתמהו. ולשיטתי עיקר המציאות הוא מציאותו ית"ש שהוא מחויב המציאות ומציאותינו איננה מציאות שלמה רק המציאות אשר בהם מתגלה לנו אפס קצהו של מחויב המציאות, לומר שהוא מצוי ומחויב המציאות. ומה שאדם משתלם יותר בחכמה ובדעת ובמוסר ובמדות ובצדק ובמשפט מתגלה לו יותר חיוב מציאותו ית״ש אם לא מהותו שא״א לאפשר המציאות להשיג מהותו יתברך שמו, אבל כל שיעור מציאותינו הוא ממנו ית"ש כי הוא מחיה את כל המציאות כנשמה לגוף.
אין פכ"ז שרייבט ער דערין, און איבער דעם צי שאלת המהות קומט בעפאר שאלת מציאותו (עכ"פ ווען מ'ווייסט שוין איבער א זאך, וממילא עטוואס מהותו):
וכל המהות בשלימותו לא נודע לנו לא רק מהא-ל אך גם לא משום דבר, כי כל מהות אשר ניתן לדבר נשאל מהות למהותו ואיננו מתבאר רק על ידי משיגיו, ומפני שהמשיגים לכל דבר רבים המה מאד אין אנו יודעים מן מהות כל דבר רק מה שקשור עם המשיגים הנודעים לנו ממנו, ומי אשר יודע לו יותר משיגים מהדבר יודע לו יותר מה מן מהות הדבר, ורק הא-ל יודע מהות כל דבר על אמתתו, כי יודע כל משיגיו, ואין אתנו יודע הכל אפילו עד מה, ומכש״כ שאין אנו יודעים את "המָה" בעצמו בשלמותו. וההבדל בין הנבראים להא-ל, שמהנבראים אנו יודעים עכ״פ שיעור מה מן המהות, ובמהות הא-ל לא ידענו מאומה.

ולא בצדק אמר ר׳ שמואל אבן תבון כי שאלת המהות ראויה לבא אחרי ידיעת המציאות, לאמר הישות. ואין הדבר כן כי הידיעה הראשונה היא הישות, לאמר המציאות, והשניה היא משיגיו, והשלישית היא המהות. לזאת שאלת החכם במהות דת ישראל ישים לבו ראשונה על משיגיו ויאמר מה העדות החוקים והמשפטים, והתם שואל בראשונה מה זאת. ואין אתנו יודע עד מה!
אין פכ"א-כ"ב ברענגט ער ארויס (עפ"י מלות ההגיון שער יא) אז תוארים זענען בדבר והיפוכו, וואס דבר והיפוכו קענען נאר בענין וגדר אחד וואו די חילוק איז נאר צי עס איז בחיוב או בשלילה. ולכן איז די פראבלעם מיט תוארים כלפי הא-ל, אז די תואר שבח איז דאך א התגברות על ההיפיכו השלילה הגנאי, און וועגן דעם איז דאס א טעאלאגישע פראבלעם וויבאלד דאס ווייזט בהכרח על שינוי; א כסדר'דיגע התגברות על השלילה בהגדר. אבער דאס אלעס, די דבר והיפיכו בנושא אחד, איז נאר ווען עס איז בההפשטה להמורכבים לאפשרי המציאות, וואס דאס קומט דאך מאיכות הבב"ת של המחוייב המציאות, ווי ער האט פריער מבאר געווען בפ"ז. אבער בשורשו במקורו איז דאס אלעס איינס במושגם המופשט, וממילא ווייזט דאס נישט דעמאלטס אויף קיין שינוי וחסרון. דער מענטש, וואס איז נאר אַן אפשרי המציאות, קען דאס נישט משיג זיין, ולכן איז ער משבח וואס פון מבטו איז די צד הטוב שבהתואר.

ולגבי דאס וואס ר' יוסף אבן כספי שרייבט לגבי "כי השכל היא הא-ל והא-ל היא השכל", שרייבט ער אין פ"א:
כל דבר נמצא בעולם בכל באי עולם עובר הוא תחת שבט הבקורת חוץ מאחד והוא "השכל" אבי כל מושכל, כי כל מבקר צריך לעזרתו, או יותר טוב לומר כל הבקורת על פיו תצא ועל פיו תבא, וכאשר הוא ישא פנים לעצמו מי יבקרהו.

אמנם לא כל אשר מזלו או עוצם ידו גורמים כי דבריו לא יבוקרו אות הוא כי עומד הוא באמת למעלה מן הבקורת, [כי] אין למעלה מן הבקורת רק המושג אשר אנו קוראים בשם "אלו-ה", אבל כל הנמצאים חוץ ממנו כולם לבקר הם עומדים, והמבקר הגדול, לאמר "השכל", הוא כאחד מהם.

השכל איננו כהא-ל הקדמון אשר ברואיו צריכים לו והוא אינו צריך לברואיו, השכל צריך למושגי החושים כאשר הם צריכים לו, ועוד יותר מהם, החושים מרגישים רק לא משיגים ורואים נכונה בלתי השכל, אך השכל לרוב לא ישכיל מאומה בלתי החושים, וכאשר ישיגו החושים מושגי שוא אז לשוא ישכיל גם השכל, ועל כן יצא לפעמים גם משפט השכל מעוקל ומעוקם יען כי הוסכמו אצלנו הרבה מושגי שוא באמת אין ספק בהמה, והוא הסיבה החמישית נוספת על הד׳ סיבות למניעת ההשגה האמתית שהזכיר הרמב״ם ז"ל במו"נ בל"א לראשון, או יותר טוב לומר שהיא הסיבה המקורית לכל הד' סיבות שהזכיר.
אין פל״ד איז ער מבאר וויאזוי אמונות און רעליגיע באדארפן צו זיין אינדיווידואל לגבי דעם מענטש׳נס פערזענליכע הרגשה און געפיהל:
IMG_5882.jpeg
ער שרייבט שפעטער:
מה הוא אלקות? אלקות הוא חיוב המציאות בלתי סבה קדומה לה.
מי הוא אלוק? המחויב המציאות המהוה ומכשיר את כל אפשר המציאות הוא אלוק הוי"ה אלקי ישראל.
דורך מי אני
מאנטאג אוגוסט 28, 2023 9:54 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

ווי געזאגט, בין איך נישט אויסגעקאכט בתורת חב"ד. דא איז טאקע משמע אז דער מיטעלער רבי זאגט אז די כח המהוה איז "אַיִן", אבער דאס איז למעשה נאר א ממוצע. פריער איז אבער משמע אז ער זאגט אז דאס איז יא בתוך העצמות. איך זעה אז דר. רחל אֶליאור שרייבט במשנתה של חב"ד:
In general the world appears to be Yesh and the unseen God is grasped as Ayin, and this is the common way of viewing Yesh and Ayin, but in truth the situation is the reverse. The Holy One blessed be He is the only true Yesh, whereas the world, which itself lacks any vital force, is actually the Ayin

On the four meanings of Yesh and Ayin - on the Yesh as a divine entity, on the one hand, and as a corporeal substance, on the other; and on the Ayin as absence and concealment, on the one hand, and conversely, as a symbol of the depths of the divine Infinite [Ein Sof] - see Rabbi Shneur Zalman, Maamarei-Admor ha-Zaken 5565b [1805] (Brooklyn 1981), p. 598
דארט וואו זי צייכענט צו, שרייבט דער אדמו"ר הזקן:
הרי בחינת היש האמיתי הוא למעלה במדות דאצילות, וההשפעה הנמשכת מהם למטה נקרא בשם אַיִן משום דכלא חשיב בביטול זיו השמש בשמש עצמו כו׳, וזהו בבחינת יחודא עילאה דזעיר אנפין. אבל בבחינת יחודא תתאה דמלכות נהפוך הוא ממש שהרי ידוע דבחינת המלכות הוא ענין כח הפועל בנפעל, וידוע שכח האלקי הוא המהווה מאַיִן ליש כל הנבראים, והיינו שהכח אלקי נקרא בחינת אַיִן, והנבראים המתהוים נקראים בחינת יש, מאחר שהן מתהוים בבחינת יש מאַיִן כידוע.
עכ"פ עס זעהט אויס ווי עס ווענדט זיך פון וועלכע פּערספּעקטיוו מ'באטראכט דעם "אַיִן". (אדער "אלקים" לחוד ו"כח אלקי" לחוד, און די "כח אלקי" איז די ממוצע שהיא "אַיִן"? :קייןמושג: "אין" לי מושג... און ווי דער מ"א שרייבט באו"ח סימן רפה ס"ק א לגבי קבלה, "ואין לי כאן עסק בנסתרות". און אט דאס זאג איך בעצם דורכאויס דעם אשכול: וויבאלד הכל מודים אז די מושג פון "ג-ט" איז הסתר שבנסתרות, דארף די עסק און דגוש דערויף נישט זיין אזוי ווי עס איז. פאקוס אויף קיום המצות - נישט "אמונה".)

אזוי צי אזוי, אריינקוועטשן דעם רמב"ם אין די תורת חב"ד דא, איז לכאורה זיכער שווער.
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנטאג אוגוסט 28, 2023 7:56 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

עיין כאן דמשמע אז מיט דעם ווארט ״אַיִן״ (בבחינת ממטה למעלה) מיינט מען נישט עצמותו ומהותו ית׳ בעצמו, עיין שם
דורך מי אני
מאנטאג אוגוסט 28, 2023 7:02 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:להמעיין בתוכן הדברים זאגט דער אדמו״ר הזקן נישט אנדערש ווי דער צמח צדק.
אט דאס זאג איך דאך! אז דער צמח צדק רעדט מבחינת מלמעלה למטה, וואס דעמאלטס איז הקב"ה נקרא ה"יש" האמיתי. משא"כ דער אדמו"ר הזקן רעדט מבחינת מלמטה למעלה, וואס דעמאלטס ווערט ער נקרא ה"אַיִן" האמיתי. כמובן, להמעיין בתוכן דברי... ;)
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ולעניננו, צום אשכול׳ס קעפל פראגע: צו ״דו גלייבסט אין ג-ט״? קען זיין אז בדיוק יותר איז די שאלה צו דו גלייבסט ״אין ג-ט״, דהיינו אז דו זעסט דו וועלט ווי ער כביכול, מלמעלה למטה - אז ער איז דער יש האמיתי, וכו׳
יא יא. דער אדמו"ר הזקן איז טאקע ממשיך דארט בפ' שלח:
ולע"ל שיהיה גילוי אלקות הנה מבחינת אַיִן והעלם יהיה בחינת אני אשר אני מורה על גילוי והיינו שיהיה גילוי בחינת אני דהיינו מה שלמעלה היש
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מאנטאג אוגוסט 28, 2023 6:56 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

מי אני האט געשריבן:ייש"כ ייש"כ! :oops:

ובענין תורת חב"ד בענין צי "ג-ט" = "אַיִן", שרייבט דער צמח צדק בספר החקירה (דרך אמונה, הנה מקום, עז ב):
שלמעלה היש, ולמטה הכל אין וכלא חשוב וזהו ענין הכתר והכבוד לחי עולמים כי הוא היש האמיתי, ממקומו דא כבוד דלתתא פי' מ' שהוא ענין הבריאה יש מאין שלמטה נראה העולם ליש ומה שהוא למעלה נקרא אין ע"ש ההעלם שאינו מושג
דא זעהט מען דאך פארקערט לכאורה אז "הוא היש האמיתי". אבער דער אדמו"ר הזקן שרייבט בליקוטי תורה (פ' שלח):
מהותו ועצמותו ית' והוי"ה הוא מה שמהוה ע"י צמצום יו"ד חכמה כו' והנה והחכמה מאַיִן תמצא בחי' אַיִן הוא אותיות אני והוא סתימו דכל סתימין כו' כנ"ל ונקרא אצלינו "אַיִן" לרוב העלמו שאינו בגדר תפיסא והשגה ועיין מ"ש בד"ה שחורה אני ונאוה אש שחורה בפי' ישת חשך סתרו. ומ"ש במ"א בענין כי א-ל דעות שמלמטה למעלה נקרא למטה היש ולמעלה אַיִן לפי שאינו מושג אבל מלמעלה למטה הוא בהפך שלמעלה היש ולמטה אין משום דכולא קמיה כלא חשיב
והיינו, אז מבחינת מלמעלה למטה, וואס פון דעם רעדט דער צמח צדק, זעמיר אונז למטה ה"אַיִן" ולמעלה, הקב"ה, ה"יש" הגמור. משא"כ מבחינת מלמטה למעלה, זעמיר אונז למטה ה"יש", און למעלה והקב"ה ה"אַיִן" הגמור מחמת רוב העלמו. אין אנדערע ווערטער, וונ דער אדמו"ר הזקן הייבט דא אָן איז מהותו ועצמותו המהוה נקרא אצלינו "אַיִן" לרוב העלמו.
להמעיין בתוכן הדברים זאגט דער אדמו״ר הזקן נישט אנדערש ווי דער צמח צדק.

ולעניננו, צום אשכול׳ס קעפל פראגע: צו ״דו גלייבסט אין ג-ט״?
קען זיין אז בדיוק יותר איז די שאלה צו דו גלייבסט ״אין ג-ט״, דהיינו אז דו זעסט דו וועלט ווי ער כביכול, מלמעלה למטה - אז ער איז דער יש האמיתי, וכו׳
דורך מי אני
מאנטאג אוגוסט 28, 2023 6:47 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

ייש"כ ייש"כ! :oops:

ובענין תורת חב"ד בענין צי "ג-ט" = "אַיִן", שרייבט דער צמח צדק בספר החקירה (דרך אמונה, הנה מקום, עז ב):
שלמעלה היש, ולמטה הכל אין וכלא חשוב וזהו ענין הכתר והכבוד לחי עולמים כי הוא היש האמיתי, ממקומו דא כבוד דלתתא פי' מ' שהוא ענין הבריאה יש מאין שלמטה נראה העולם ליש ומה שהוא למעלה נקרא אין ע"ש ההעלם שאינו מושג
דא זעהט מען דאך פארקערט לכאורה אז "הוא היש האמיתי". אבער דער אדמו"ר הזקן שרייבט בליקוטי תורה (פ' שלח):
מהותו ועצמותו ית' והוי"ה הוא מה שמהוה ע"י צמצום יו"ד חכמה כו' והנה והחכמה מאַיִן תמצא בחי' אַיִן הוא אותיות אני והוא סתימו דכל סתימין כו' כנ"ל ונקרא אצלינו "אַיִן" לרוב העלמו שאינו בגדר תפיסא והשגה ועיין מ"ש בד"ה שחורה אני ונאוה אש שחורה בפי' ישת חשך סתרו. ומ"ש במ"א בענין כי א-ל דעות שמלמטה למעלה נקרא למטה היש ולמעלה אַיִן לפי שאינו מושג אבל מלמעלה למטה הוא בהפך שלמעלה היש ולמטה אין משום דכולא קמיה כלא חשיב
והיינו, אז מבחינת מלמעלה למטה, וואס פון דעם רעדט דער צמח צדק, זעמיר אונז למטה ה"אַיִן" ולמעלה, הקב"ה, ה"יש" הגמור. משא"כ מבחינת מלמטה למעלה, זעמיר אונז למטה ה"יש", און למעלה והקב"ה ה"אַיִן" הגמור מחמת רוב העלמו. אין אנדערע ווערטער, ווי דער אדמו"ר הזקן הייבט דא אָן איז מהותו ועצמותו המהוה נקרא אצלינו "אַיִן" לרוב העלמו.
דורך מי אני
מאנטאג אוגוסט 28, 2023 6:12 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

איינער האט מיר געשריבן אין אישי (מיט רעדאגירונג):
איינער האט געשריבן:קיינער איז נישט אינטערסירט אין די דקות׳דיגע פילאזאפישע חקירות, סוי דיין מהלך לגבי אמונה און געפיהל לתומ״צ גייט בדרך הטבע קיינעם נישט אינפלוענסן.

דו אליינס קענסט לעבן אויף דיין מהלך אויב דו ווילסט, אבער קיין שותפים וועסטו נישט האבן בזה.

באמת שוין איך דיר גאר שטארק ווייל דו שטייסט איינער אליין מיט דיין מהלך וואס איז אומאקצעפטירבאר ביי ביידע מחנות.
צו וועלכע איך האב גע'ענטפערט:
מי אני האט געשריבן:דאס איז גאנץ ברור אז די "ראדיקאלע" מפרשי הרמב"ם וועלכע זענען געלעגן אין אט די פילאזאפישע דקות'דיגע חילוקים, ווי דער נרבוני, אלבלג, כספי, פלקירה ועוד, זענען געווען (מער-ווייניגער) אזוי ווי איך. קיינער לייקענט נישט און טענה'ט אז זיי זענען נישט געווען שותומ"צ.

יעצט, איה"נ אז פאר רוב מענטשן ארבעט דאס נישט. אבער רוב מענטשן זענען טאקע נישט קיין פילאזאפן אדער חכמים! צו וועמען דען באציה איך זיך אויב נישט צו די מיעוט חכמים וואס זענען נבוך אויף דעם סארט אופן.

לגבי צי דאס וועט האבן א קיום פאר מיר און מענטשן וואס אקצעפטירן דאס יא? ווער ווייסט? מענטשן האלטן זיך אין איין טוישן בדעותיהן דורכאויס זייער לעבן. דו און דיינע קינדער, און מאמינים ווי דיר, זענען דען יא פארזיכערט (בפרט אין די עידזש פון אינפארמאציע)?

ואגב, ייש"כ פאר'ן מיר מדמה זיין, ובענין אפטייטש באמונה, צו בחינת אברהם אבינו מיט דעם (יחזקאל לג כד) אחד היה אברהם (און דער רמב"ם בהל' ע"ז פ"א ה"ג לייגט אים בעצם אראפ ווי א פילוסוף אין דעם ע"ש). און די תורה לויבט אים מכח זיין שמירת התורה (בראשית כו ה) עקב אשר שמע אברהם בקולי וישמר משמרתי מצותי חקותי ותורתי (וידוע הגמרא ביומא כח:). והאמין בה' ויחשבה לו צדקה (בראשית טו ו) איז מער בגדר אז ער האט געטראָסט הקב"ה צו האלטן דאס וואס ער האט אים דעמאלטס צוגעזאגט.
אויך האט מען מיר געהאט געפרעגט אז איך זאל מער מסביר זיין דעם מו"נ בח"א פנ"ז:
מי אני האט געשריבן:די געדאנק איז אז די רגע דו זאגסט אז "דו ווייסט מציאותו" איז עס אדער איינס פון צוויי:

1). אדער זאגסטו פונקט אזוי אז "דו ווייסט מהותו", וויבאלד, כנ"ל, מציאותו = מהותו. און דאס איז, כמובן, א טעאלאגישע פראבלעם.

אדער,
2). אז דו מאכסט עס סעקאנד-אָרדער. מיינענדיג, אז דו זאגסט אז "עס איז מצוי עפעס וואס מציאותו איז מהותו". אין אנדערע ווערטער, דו שטעלסט דעם ווארט "מצוי" אויף מציאותו/מהותו - אַן אנדערע מציאות על מציאות/מהות. אבער דאן האסטו ווידער א טעאלאגישע פראבלעם, מיט'ן צווייטן עיקר פון יחוד ה', פון האבן געשטעלט א מקרה פון מציאות על מהותו, וכדביאר הרמב"ם במו"נ ח"א פנ"ז.

להרמב"ם אין מנוס.

דאס איז א משהו ענליך צו טענה'ן אז מ'קען טאקע נישט זאגן גארנישט אין שפראך אויף "ג-ט", אבער אפשר קען מען אט דאס זאגן: "עס עקזיסטירט עפעס וואס איך קען בשו"א נישט נוצן שפראך אויף." אבער כמובן איז תשובתו בצדו אז דאס אליין איז דאך אין שפראך! מיינענדיג, מקען יא נוצן א זאץ אין שפראך לגבי "ג-ט" וואס גייט כנ"ל: "עס עקזיסטירט עפעס וואס איך קען בשו"א נישט נוצן שפראך אויף." דאס איז דאך סותר אט דאס וואס דו זאגסט פריער און איז סעלף רעפערענשאל.
מ'האט מיר אויך געפרעגט צי בתורת חב"ד איז דא דעם געדאנק פון "אַיִן" = "ג-ט". האב איך געזאגט אז דער אדמו"ר האמצעי/מיטעלער רבי פון חב"ד שרייבט בפירוש המלות למזמור שיר ליום השבת (עט ג):
כמ"ש ה' בחכמה להיותו בחי' מ"ה בעצם שלזה שורה בו בחינת אַיִן האמיתי דעצמות אור אין סוף ממש כו'.
זייענדיג אז דאס איז א "בחינת" קבלה, ווערט דאס סתם אזוי גאר פארנעפעלט, אבער א קלאנג דערפון איז דאס לכאורה.

איך בין נישט אויסגעקאכט כלל בתורת חב"ד.
דורך מי אני
זונטאג אוגוסט 13, 2023 11:47 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

לגבי דעם געדאנק אז די עיקר איז טאקע געפיהל, שרייבט דר. אַיאַלאַ פעדער לגבי וואס א קירוב רב האט געזאגט צו א באהאלטענער אפיקורוס א ת״ח (דער וואס איז געווען באשריבן אין די עמי מאגאזין אין 2011 ארום אדר-ניסן צייט) וועמען זי רופט ״דוד״:
The last kiruv rabbi that “Dovid” saw before he gave up on them entirely was very different. He told Dovid, “Why do I believe? I believe. I want to believe. I’m sorry, but I don’t have any way to help you, and I don’t think you will ever get your belief back”
ווי איך פארשטיי, איז די געדאנק פונעם ״ווילן״ דא דערין מער בנוגע השלכותיה על למעשה. אין אנדערע ווערטער, דאס גייט צוזאמען מיט׳ן פּרעגמעטיסם פילאזאפיע און איר אפשטייטש פון ״אמת״, אז דאס איז דאס וועליוּ פון די השלכות וואס קומען ארויס דערפון וואס איז אפעקטיוו פאר׳ן אינדיווידואלן מענטש בחיי היום יומית שלו. ובתוך דר. וויליאם דזשעימס׳ס ברייטערן טעזע דערין בנוגע רעליגיע אז דאס איז א ״ליִפּ אָוו פעיט״ (ובפרט וואו עס איז נישט אויף דייקא אָנצונעמען, נאר אויף איידער נישט אפצוווארפן).

דאס גייט אויך אין איינקלאנג מיט מאמרו של המהרש״ב (מה ששמעתי מהרב מוויען שליט״א בדרשת ז׳ אדר תשפ״ג) אז צווישן קאלטקייט און כפירה איז כחוט השערה. עס איז געפיהל וואס האלט דאס (די פידעאיזם), ובלא זה איז טאקע לבסוף נישטא קיין (געהעריגע) ראציאנאלע אפהאלט לכפור לגמרי ולהזניח שמירת התורה. (ועיין במה שהבאתי כאן.)

***

לגבי דעם געדאנק פון דעם אז "אַיִן" איז הקב"ה, און דעם געדאנק פון הוכחות למציאות הא-ל, איז דא די באקאנטע געדאנק פונעם פּרינציפּ פון סאָפישענט ריִזען, וועלכע לויטעט אז עס איז נישטא קיין זאך בעולם וואס האט נישט קיין סיבה דערצו וואס האט דאס ארויסגעברענגט לפועל. ברענגט אין דעם דר. יצחק מלמד צו פון קריסטשען וואלף און קאנט:
the most famous proof attempts to derive the PSR from the Law of Non- Contradiction. According to the latter, if a thing A is assumed to exist without reason, than “nothing is posited that explains why A exists”. This, according to Wolff, would mean that A exists because of nothing (Ontologia, §70), which Wolff claims to be absurd. (Wolff seems to be assuming here the ex nihilo nihi fit maxim.) Kant criticized the proof claiming that it is based on an equivocal use of the term “nothing”
(ועיין כאן.)
דורך מי אני
דינסטאג אוגוסט 01, 2023 4:18 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

יא יא. איך זאג דאך כסדר דא אינעם אשכול א (כעין) דעפינישאן צום טערמין "ג-ט" אלס "דאס פּרינציפּ און גרונט פון עקזיסטענץ". אבער, ווי געזאגט, איז אפילו דאס אויך בעצם בלשון מושאל. ווייל, ככל הנ"ל, איז אפילו די טערמין "עקזיסטענץ/מציאות", און דאס מייחס זיין ומקשר זיין צו "ג-ט", שווער צו זאגן אין די קאנטעקסט (און equivocal ווען ס'איז לגבי עצמותו פונעם דעפינישאן). אין אנדערע ווערטער, מייחס זיין א "מסבב הסיבה" (וואס אינעם טערמין דערפון דא, אימפּלייד דאס דאך "מציאות" און אז עס "איז דא/עקזיסטירט" א מסבב/סיבה) צו "איך ווייס נישט פון וואס איך רעד" (אדער ל6/דג&3מ#ז'קו) איז דאך גאר שווער. וממילא נשארנו מיט פשוט "ג-ט = ג-ט". ודומו סלה.

***

לגבי די געדאנק פון "ג-ט" מיט "אַיִן", עיין כאן במה שהבאתי מדר. ראַבּערט נאָזיק עפ"י דר. מארטין היידעגער אז מ'קען נישט זאגן אויף דעם "איז". און עס ארבעט טאקע עפ"י דאָבּל נעגעישאן.
דורך מי אני
דינסטאג אוגוסט 01, 2023 11:14 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

:D
ובענין נעגאטיווע טעאלאגיע, דארף עס דייקא זיין די "אומגעליינטע הודעות אויף קאווע שטיבל"...
:lol:

דער תניא שרייבט דארט טאקע בפ' בראשית:
כי הנה כל ישראל מאמינים בני מאמינים כו׳ מה שנלאו חכמי הפילוסופים והמחקרים להבין בשכלם כי האמונה היא למעלה מן ההשגה והשכל ואפי׳ מההשגה שבשרש נפש האלקית שבישראל דמזליה חזי בו׳ שהרי לית מחשבה תפיסא ביה והוא רם ונשא למעלה ממזלייהו.
וידוע מש"כ בפי"ח בתניא.

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. עליאט וואלפזאן שרייבט במשנתה של תורת חב"ד ביחס לתורת הרמב"ם בנעגאטיווע טעאלאגיע, ובענין דאס געדאנק פון "אַיִן" אלס "ג-ט":
We both note an important affinity and mark a significant discrepancy between the leaders of Habad, beginning with Shneur Zalman, and the medieval sage Maimonides, who clearly functioned as their spiritual mentor: just as the via negativa embraced by Maimonides served to augment rather than to abolish physical and metaphysical inquiry of a scientific nature — the former designated as maaseh bereshit, the ‘‘account of creation,’’ and the latter as maaseh merkavah, the ‘‘account of the chariot’’ — so the perspective expounded by Habad encourages the exercise of intellect to plumb the depths of the universe and to probe the unfathomable mystery of God

The paradoxical nature of Habad cosmology leads to the assertion that "it is impossible for something to come to be from something," an explicit rejection of the well-known philosophical maxim ex nihil, nihil fit, "from nothing, nothing comes," since the source of all that exists is the "aspect of the true nothing of the essence of the light of the Infinite in actuality". With regard to this true nothing, Habad plainly deviates from Maimonides, for while the latter also identified ultimate human felicity as a state of conjunction whereby the intellect rids itself of its bodily encasement and is united with the Active Intellect, the last of the incorporeal intellects that emanate from God, he did not advocate a cosmology that would disrobe the world of its material investiture. For Maimonides, there is no logical principle that would allow for the dialectic inversion of being into nothing, and even his commitment to the dogma of creatio ex nihilo is suspect; by the logic of the aforementioned principle ex nihil, nihil fit, the presumed traditional doctrine of yesh me-ayin, the creation of something from nothing, is a marvel beyond the comprehension of created beings, but it still falls short of the absurdity implied in the paradoxical identification of yesh and ayin that overwhelms Habad thinking
עס איז אויך אינטרעסאנט וואס דר. ווירדזשיניע בּורוס שרייבט בענין נעגאטיווע טעאלאגיע, וממילא בריאת יש מאַיִן עפ"י דאָבּל נעגעישאן:
For Jews and Christians, and most profoundly for their mystical traditions, this dyad [Nothing vs. Something; One vs. Many] frames a doctrine of creation conventionally dubbed the ex nihilo, in which, I suggest, origin is associated with the negation of a nothingness that may also be thereby perfected (a prime instance is found in the version of kabbalah carried forth in the philosophical mysticism of Habad Hasidism. The ex nihilo concept is so crucially and pervasively generative within Habad cosmology that it is said to be “impossible for something to come to be from something”)
זי ברענגט דארט אויך צו פון דר. וואלפזאן:
about nothing there is no limit to our (un)saying
:D
דאס קען אָנרירן אויפ'ן געדאנק אז הומאר, וואס איז דאך זיך ארומשפילן מיט שפראך און ווערטער (וואס אט דאס איז די נושא דא, לגבי די אינסאָפישענסי פון שפראך לגבי דעם טערמין "ג-ט"), ברענגט ארויס טיפע פילאזאפישע נקודות. ובפרט בענין "ג-ט" וואו עס איז מעגליך נישטא קיין הומאר ושמחה, ועיין בהל' יסודי התורה (פ"א הי"א-הי"ב).

ואגב בענין נעגאטיווע טעאלאגיע און די טעאלאגישע פראבלעמען פון ווי אזוי עס זעהט אויס פאר'ן המון עם, ברענגט דר. איידאָגאַן קאַרס צו א סיפור אין איסלאַם:
On a beautiful Friday, according to an Anatolian anecdote, two villagers eventually decided to begin performing the daily prayers that they had neglected. They went to the mosque of their village and began listening to the Friday sermon. Yet the sermon turned out to be infuriating. The preacher was uttering only negative statements, occasionally decorating his sermon with quotations from the Qurʾan: “God is not similar to what you imagine; God cannot be compared to anything; God is elevated from anything you say; God is not this, and God is not that.” One of them could not stand it anymore, and whispered in the ear of his fellow: “This despicable man is trying to say that there is no God, but he just cannot dare say it”
דאס דערמאנט אויך פון וואס איך האב צוגעברענגט פון דר. דוד בּיאלע:
Although Maimonides holds that a chain of negations leads ultimately to the affirmation of God's unity (albeit in the form of a negative proposition), it could just as well - against Maimonides' intention - lead to the final, big negation of atheism: a God so transcendent that "he" cannot be described is virtually a God that doesn't exist
*

איך האב געקלערט אז מ׳קען אולי זאגן נאך מער בנוגע דעם געדאנק פון נישט קענען בכלל רעדן איבער ״ג-ט״. דער לאגיקער גאטלאבּ פרעגע האט אז פארוואס ווערט די זאץ פון ״4=4״ נישט פארעכענט ווי עס זאגט עפעס ״אינטרעסאנט״, א פשוט׳ע טאָטאַלאַדזשי, בשעת די זאץ ״1+3=2x2״ ווערט יא אזוי גערעכענט וואו מ׳ווערט עפעס געוואור? ביידע זאצן זאגן דאך דאס זעלבע זאך. אַן ענליכע משל איז בנוגע די חילוק צווישן די זאץ ״די מארגנשטערן איז די מארגנשטערן״, און די זאץ ״די מארגנשטערן איז די אווענט שטערן״. ביידע באציהען זיך צום כוכב נוגה (ווענוס) און זאגן בעצם אז ״נוגה איז נוגה״.

זיין תירוץ (וקדמו קאַנסטענס דזשאָנס) איז אז יעדעס זאץ האט א רעפערענט, וואס דאס איז צו וואס עס באציהט זיך. אין ביידע זאצן איז די רעפערענט פון סיי ״מארגענשטערן״ און סיי ״אווענט שטערן״ דאס גענויע זעלבע פון נוגה. דערנאך איז אבער דא דעם סענס פון א זאץ, וואס דאס איז די וועג ווי אזוי די זאץ ווערט געגעבן און וואס עס ברענגט ארויס. און אין דעם זענען די צוויי זאצן אנדערש. ווייל הגם ביידע האבן אלס די גענויע זעלבע רעפערענטס, האט אבער די ערשטע נאר איינס און דאס זעלבע סענס, בשעת די צווייטע האט שוין צוויי אנדערע: דעם מארגענשטערן מיט דעם אווענט שטערן. וכן הוא לגבי ״1+3=2x2״ וואס האט סענסעס בנוגע עדישאן און מאָלטיפּליקעישאן.

ולכאורה בנוגע זאצן איבער ״ג-ט״ איז (אולי) דא א רעפערענט צו וואס מענטשן פיהלן און מיינען, אבער עס איז נישט שייך דערביי קיין שום סענס לגבי וואס עס וויל ארויסברענגען. וממילא איז די איינציגסטע זאץ וואס איז אמת שייך דערביי איז ״ג-ט = ג-ט״. (עס קען פארעכענט ווערן ווי א וועקיוּאָס אמת.)
דורך מי אני
פרייטאג יולי 14, 2023 10:42 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

לגבי דעם אז נבואה ווענדט זיך אינעם עצם מענטש וואס ער האלט מעיקרא וכו', האב איך דא געהאט צוגעברענגט אז לפי הרמב"ם איז יתכן אז יחזקאל הנביא האט זיך טועה געווען במעשה מרכבה. דער נרבוני איז מפרש במו"נ ח"ג פ"ז אז דאס איז מכח דעם אז יחזקאל האט געהאט מעיקרא די טעות פון די חכמי ישראל אז גלגל קבוע ומזלות חוזרין (פסחים צד:) ולפי"ז האט ער געזעהן זיין נבואה ולכן באו השיבושים בה. והא לך לשונו:
אמר משה ראיתי להעירך הֵנָה על דרוש אינו קטן אצלי ונחתום בו דברינו במרכבה, לא ראיתי אחד מן החכמים דבר בו, לא מי אשר ראיתים ודברתי עמהם פנים בפנים ולא אחד מן הקדומים אשר הגיעו ספריהם אלי, והוא זה: הלא ראיתי כי החכם האלקי המורה כתב פרק ח׳ מן החלק השני כי מן הדעות הקדומים המתפשטים אצל הפילוסופים ורוב האנשים שלתנועות הגלגלים קולות נוראים עצומים מאד וכי זה הדעת מפורסם באמונתינו גם כן, וכי זה הדעת נמשך אחר אמונת גלגל קבוע ומזלות חוזרים והוא אשר בו נצחו חכמי אומות העולם לחכמי ישראל וזה אמת, וכל מה שכתב הרב ז׳׳ל בפרקים ההם אמנם הכוונה בו לבאר מעשה מרכבה ורמז הרב בזה כי חכמי ישראל וראשוניהם היו מאמינים זה הדעת וכי מה שאמר יחזקאל מסיפור הקול אמנם הוא נמשך אחר זה הדעת באמרו וקול כנפי הכרובים נשמע עד חצר החיצונה כקול א-ל שד-י בדברו. ואל תתמה מזה כי יהושע אמר, והוא מה שאני מבין באמרו, (יהושע י יב) שמש בגבעון דום וירח וגו׳, כי אחר שהיתה השמש כפי הדעת הקדום מוליד קול גדול בעת מרוצתה בגלגל והיה מצוה יהושע שיעמד השמש והירח אמר שידומו כאילו אמר שיעמדו כי אחר שלא יולידו קול לא ירוצו, גם כמאמר דוד ע״ה (תהלים יט ד) בלי נשמע קולם, רמז אצלי על העלה בהיותנו בלתי שומעים הקולות.

וזה מקום פלא גדול איך יאמר הנביא או חכמי ישראל המקובלים מהנביא דבר שהתאמת סותרו במופת? ומה שצריך שתדעהו מה שאשיבך עליו והוא שורש אתנהו לך יתיר אלו הספקות ומה שישתרג מהם והוא זה ואומר, דע כי הנביא אמת ותורתו אמת ומה שישיג אמת בלתי מעורב בו שקר כלל כמו שאמר הנביא (ירמיה כג כח) אשר אתו חלום יספר חלום ואשר דברי אתו ידבר דברי אמת (ולא יקרא חלום) מה לתבן את הבר נאם ה׳, כי התבן כבר קדם אל הבר, אמנם אחר השלמו הבדילו התבן והתברר הדגן והובדל, ככה משפט הנבואה עם החלום, כי כל קנין ענין ואין כל ענין קנין ודבר השם כאש ידביק הדומה ויפריד הבלתי דומה, ר״ל שיפריד התבן מן הבר ויברר האמת ויבדילהו מן הכזב ומן הדומה הבלתי מסכים עם המציאות וישלים המדומה הצודק בהשפיע עליו אור השכל המשפיע מן השכל הפועל, הנה שהנביא לא יראה רק אמת, אבל אין נבואה מאיר מה שאינו דרוש כי מה שידרוש הנביא ויבא לו נבואת עליו תודיעהו האמת גם אם יהיה לו דרוש ונבואתו יראה הדבר ההוא, הנבואה לא תראהו בו רק האמת, אמנם אם יאמין הדבר בחלוף מה שהוא בו ותנוח דעתו עליו ולא יחשוב בו ולא ידרוש עליו ותבא לו נבואה על דבר מה אינו מוכרח שנאמר שאחר שהתנבא כבר יראה הכל והתירה לו מה שלא ספק עליו והודיעהו מה שלא דרשו. אני רואה שיחזקאל אם היה מסופק אם גלגל קבוע ומזל חוזר או הפך והיתה באה לו נבואה עליו היה רואה בנבואה הגלגל מוזר ומזל קבוע, אמנם כשהיה מאמין גלגל קבוע ומזל חוזר ובלתי דורש בו שמע קול כנפי הכרובים ואפשר שעל מרוצת המזלות אמר והחיות רצוא ושוב כמראה הבזק.
דער שם טוב איז דאס מבאר דארט:
כי הנביא לא יראה רק אמת אבל אין כל נבואה מאירה מה שאינו דרוש, אבל מה שידרוש הנביא אם הוא אמת או שקר לא יבוא לו אלא נבואה אמתית, או גם כן אם לא היה לו דעת קדם עליו ובא לו הנבואה לא יראה רק אמת, אבל אם היה לו דעת קדם עליו מצד חקירתו ונתקיים עליו שהוא אמת מה שיראה בנבואה לא יראה האמת אחר שלא חקר עליו, ואם היה יחזקאל מספק אם הגלגל קבוע או המזל חוזר או היפך והיה בא לו נביאה עליו היה רואה בנבואה גלגל חוזר ומזל קבוע כמו שהוא האמת, אמנם כשהיה מאמין גלגל קבוע ומזל חוזר ובלתי דורש בו שמע קול כנפי הכרובים. וזהו מה שהשיב החכם הנזכר בתשובת זה הספק העצום.

ומה שאמר החכם שאם היה מספק עליו היה בא לו הנבואה האמתית, אינו כן, כי אין ספק שיחזקאל בכל הדברים אשר אמר בהם דמות היה מספק בעת לימודו והיותו חוקר על זה ונשארו בנבואתו מסופקים כמו שהיו בראשונה. אבל האמת בזה כי השפע שופע מאת השכל הפועל על הכח המדמה יבוא על נפש הנביא מפנים שונים, אם להודיע לו מה שלא היה לו ידיעה מקודם ואי אפשר ידיעתו בחקירה, או שישיג בהיותו חולם או במראה הנבואה ישיג מה שהיה משיג קודם ויחקה הדמיון בנפש השכל הפועל מה שהיה משיג קודם בחקירתו השכלית ויגשים הדברים הרוחניים, וזה אי אפשר מבלי שפע גדול שישפיע על השכל ועל הכח המדמה, וכבר ידבר הנביא בענינים העיוניים במשפט החכם ולא ידבר בהם כמו נביא אם שאמרם הנביא, והבן זה כי נמצאו בנביאים כל אלה הדרכים שזכרתי לך. הדיבור באלו העמוקות בלתי ראוי להאריך בו ולכן נקצר בזה.
עס איז טאקע אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רמב"ם בהקדמתו לפרק חלק בפי' המשניות וואו ער רעכענט אויס די דרייצן עיקרים, איז ביי יסוד/עיקר ששי איבער נבואה שרייבט נישט "שכל דברי נביאים אמת" ‏(וכאמור איז די פיוט פון ״אני מאמין״ נישט מדוייק איבער וואס עס זענען טאקע די רמב״ם׳ס עיקרים). והא לך לשונו שם:
והיסוד הששי, הנבואה. והוא שידע אדם שזה מין האדם יִמָּצֵא בהם בעלי טְבָעִים ממידות מעולות וְזַכּוֹת מאוד ושלמוּת גדולה, ונפשותיהן נכונות עד שהן מקבלות צורת השכל. אחר כן יִדְבַּק אותו השכל האנושי ב"שכל הפועל", וְנֶאֱצַל ממנו עליו אצילות נִכְבָּדָה, ואלה הם הנביאים, וזו היא הנבואה, וזהו עִנְיָנָהּ. וביאור יסוד זה על בּוּריוֹ יֶאֱרַךְ מאוד, ואין כוונתנו להביא מופת על כל יסוד מהם ובאור מציאות השגתה, לפי שזה הוא כלל החכמות כולן. אבל אזכרם דרך סיפור בלבד. ומקראי התורה מעידים על נבואת נביאים הרבה.
עכ"פ עס איז אין דעם גדר פון אמת שמצינו בהאורים ותומים אז עס ווענדט זיך אויך אינעם שואל ושאלה כדאיתא ביומא עג: ע"ש (וואס די גמרא זאגט דארט אז דברי וגזירת אורים ותומים איז שטערקער ווי ביי נבואה אין דעם אז עס נישט חוזר כמו בנבואה).

דער ראגעטשאווער שרייבט אויף דעם נרבוני:
ראגעטשאווער.jpg
ער ברענגט טאקע קעפּלער אלס א ראיה צו חז"ל. און דאס גייט אין איינקלאנג מיט דאס וואס איך האב דא צוגעברענגט לגבי די גמרא בפסחים.

ער ברענגט עטליכע מאל צו דער נרבוני און שרייבט "עיין להלן עמ' תכב", וואס דארט איז ער שופך בוז וחמתו אויף אים (אזוי ווי אנדערע האבן געטוהן):
ראגעטשאווער.jpg
ס'איז אינטרעסאנט ווי ער שרייבט אז אינעם נרבוניו, בשיטתו בענין קדמות, זענען דא קלאנגן פון שפינאזע עפ"י מה שפירש בח"ב סופי"ג ובח"ג פכ"ט.

און דאס זעלבע איז בנוגע די וואס האבן טענות אויפ'ן נרבוני. והיינו, אז אפצולערנען דעם רמב"ם וועט זיך ווענדן אינעם תכונת הנפש הקודם פונעם מענטש וואס איז דאס מפרש, וואס די זעלבע זאך איז בנוגע נוטה זיין להחמיר או להקל לגבי פסק'ענען הלכה, און ווי דער בעל שו"ת מלכי בקודש האט געזאגט (וועלכער האט גראדע פארטיידיגט שפינאזע אלס טועה און אז ער איז נישט קיין כופר או אפיקורוס. אבער ווער ווייסט? מגדיר זיין "כופר" און "אפיקורוס" וכו' וועט זיך אויך ווענדן בתכונת הנפש של המגדיר...).

***

דא האב איך צוגעברענגט ווי דער פראנצויזישער פילאזאף דעניס דידעראט האט מחבר געווען א בוך וואס קען פארעכענט ווערן ווי "פילאזאפישע פּארנאגראפיע". די נאוועל פארציילט ווי א קעניג באקומט א רינגל פון כישוף וואס מאכט אז פרויענס' ערוות זאלן אים אויסזאגן זייערע סודות. דר. עני דענעיס-טוני שרייבט אין דעם וואו זי טוהט דורך דעם בוך:
Les bijoux indiscrets attempts to convert sexual enjoyment into discourse. This project, however, fails in the end, and its failure raises the following question: how are we to say or represent the unsayable or the incomprehensible?
ולפי"ז האב איך געקלערט אז דאס קען ליגן אונטערן געדאנק פון וואס מ'זעהט בקבלה אז מ'באנוצט זיך מיט (כנראה) געשלעכטליכע לשונות בנוגע רעדן פון ג-ט. והיינו, לרמז אז ביי ביידע איז דא די שוועריקייט: פון זאגן דאס וואס קען בעצם נישט געזאגט ווערן אין ווערטער. ואולי איז דאס אויך א רמז אינעם געדאנק פון חומר ניבול פה בשבת לג. וואו מ'שטעלט צו דערצו די פסוק (ישעיה ט טז) על כן על בחוריו לא ישמח ה' וגו' בכל זאת לא שב אפו ועוד ידו נטויה. והיינו, אז לגבי ג-ט קען מען דאך בכלל נישט זאגן קיין "שמחה", וכדכתב הרמב"ם בהל' יסודי התורה (פ"א הי"א-הי"ב), און אויך נישט קיין יד או כעס ואף, וכדכתב הרמב"ם שם בה"ט ובמו"נ ח"א פכ"ח ופל"ו (ועכ"כ אז דארט בפל"ו מאכט ער א וויץ, בשמחה, אז אויב איינער האלט אז ביי ג-ט איז שייך כעס, איז ער דעמאלטס מעורר כעסו של ה'...)

ובכלל קען מען זאגן אז ס'איז אזא סארט מעז יצא מתוק דערביי (וואס דאס האט דאך שמשון געזאגט, שופטים יד יד, וואס ער איז הלך אחר עיניו בזה, סוטה פ"א מ"ח), וואס הקב"ה גייט דאך צוזאמען און ארויס מבחינת אַיִן, וואס ווי באקאנט האט דאך הרב שאול ליבערמאן געזאגט אויף קבלה צו דר. גרשום שולם אז "עס איז נארישקייט, אבער די שטודיע פון נארישקייט איז אקאדעמיע/חכמה."
דורך מי אני
זונטאג יולי 09, 2023 12:44 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

מיין סייקעדעליק טריפּ והארה

נעכטן נאכט האב איך גענומען 3.5 גראם פון פּסילאסייבּין מאָשׁרוּמס/שוועמלעך/פטריות (מיט מיין ווייב אלס גייד), וואס דאס איז בערך 35 מיליגראם פּסילאסייבּין (מיט די (מלכים ב ג טו) קחו לי מנגן, מיוסד אויף ריסערטש בזה, וואס האט צוגעברענגט מעין נבואה (אזהרה: עס האט בתוכה א הינדוּ מענטרע. ועיין ביו״ד ריש סימן קלט, ולכאורה לא נשתמשו בתקרובת/נוי זה לשם ע״ז.)).

א הארה וואס איך האב געהאט בשעת מעשה איז אז פיזיקער זוכן דעם יסוד פונעם יקום; די ״טעאריע פון אלעס״. וואס איך האב ״געזעהן״ איז אז די מאדעלן וואס מ׳שטעלט אויס להסביר היקום זענען כעין 4D טעסערעקטס מיט אינטריקעט חלקים. בתוכה אבער, וואס דאס איז די יסוד היסודות, איז דא א לאך וואס פעהלט און וואו מ׳קען דארט אריינגיין טיפער. (איך ווייס אז דאס איז גאר שווער צו וויזשוּעלייזן און איך פרוביר דאס מסביר צו זיין עפ״י וואס איך האב געשפירט (געזעהן?).) פיזיקער פרובירן אריינצוגיין דארט, און ווען מען גייט דארט אריין, צוברעכט זיך א חלק פונעם באוואוסטזיין, זינען, און דעם מענטש׳נס רעאליטעט; אבער מ׳קען בעצם אריינגיין. ווען מ׳גייט און מ׳פארשט דארט אריין אנטפלעקט זיך נאך א טיפערע מאדעל אין 5D וואס איז מסביר די גאנצע לאך וואס פעהלט; א טיפערע הבנה אין וואס איז ״באמת״ די יקום וחוקותיה אשר תחתיה. אבער ״אידערמיט״ פון דעם, די יסוד פון דעם מאדעל, איז ווייטער דא א לאך. ווען מ׳גייט אריין אהין צוברעכט זיך נאך א חלק פונעם באוואוסטזיין און דעם מענטש׳נס רעאליטעט טאמער פארשט ער דארט. אבער מ׳קען אריינגיין. ווען דער פארשער גייט אריין דארט אנטפלעקט זיך דאס איבער אין 6D, מיט א לאך אינדערמיט. וכן הלאה והלאה בב״ת.

דער מיסטישער פילאזאף זאגט צום פיזיקער וחוקר אז עס פעהלט נישט אויס צו גיין ווייטער, וואו עווענטועל וועט ער צוברעכן און פארלירן זיין גאנצע באוואוסטזיין און זינען, ווייל ער אינטוּאיט אז דאס ענדיגט זיך נישט און גייט ווייטער און ווייטער עד אין סוף. און די לאך ו״אַיִן״ וואס איז דא אינדערמיט פון יעדעס מאדעל ווייטער און ווייטער, אט דאס איז וואס מ׳מיינט מיט ״ג-ט״ - די ״אין סוף״ אַיִן בתוך יעדעס מאדעל טיפער און טיפער. און דאס איז וואס חז״ל האבן (אפשר) געמיינט מיט׳ן צוברענגען ספר בן סירא בחגיגה יג. לגבי מסביר זיין די משנה בריש פ״ב שם:
כל המסתכל בארבעה דברים ראוי לו כאילו לא בא לעולם מה למעלה מה למטה מה לפנים ומה לאחור

עד כאן יש לך רשות לדבר מכאן ואילך אין לך רשות לדבר שכן כתוב בספר בן סירא במופלא ממך אל תדרוש ובמכוסה ממך אל תחקור במה שהורשית התבונן אין לך עסק בנסתרות
און דאס זעלבע קען זיין בנוגע ״אמת הגמור״ על הכלל כולו, וואס איז פונקט אזוי א לאך טיפער און טיפער עד אין סוף בב״ת. און דאס איז א געדאנק אין (שבת נה.) חותמו של הקב״ה הוא אמת.

מיין שאלה איז צי די סארט הארה איבער ״ג-ט״ איז שוין מיוסד אויף מיינע פערזענליכע לייף-עקספּיריענסעס שוין פון פריער (בלימוד ש״ס ופילוסופיה ופיזיקס וכו׳), וואס געבט מיר מער אַן אַבּסטראַקטע און אומפערזענליכע, ״נישט-אגענט, מיימאַנידיען״ קאנסעפּשאן דערפון, ולכן איז דאס וואס איך זעה ביים טריפּ נאך שטערקער.

איך האב אויך געפיהלט אז ווען א מענטש איז במעי אמו ווערט ער און איז ער פארשוועמט אין און מיט האָרמאָנען וכו׳ וואס געבן אים די אָלטימעט רואיגע תענוג אשר אי אפשר להשיגו כלל אח״כ און וואס ער ניטאמאל געדענקט. ער האט דורכאויס זיין לעבן גאר שנעלע פלעשׁעס און גלימפּסעס דערפון אין די פיִטעל פּאזיציע ארומגענומען מיט א סארט וועלוועטי געפיהל (בלשון מושאל כמובן) און ער בענקט זיך צוריק דערצו. (ועכ״כ אז דאס קען זיין א פרוידיען סאָבּקאַנשעס חלק פון וואס אונטערליגט תאוות התשמיש צוריק אריינצוגיין במעי אשה ואמו; עכ״פ פון א זכר׳ס פּערספּעקטיוו.) און די געפיהל האבן חז״ל פרובירט צו קעפּטשורן אין ווערטער בנדה ל: עפ״י הפסוקים באיוב פון די תענוג א מענטש האט במעי אמו און וואו ער פארגעסט דאס אלעס אחרי שיצא לאויר העולם. און די שאלה איז צי ס׳לוינט זיך צו געבוירן א מענטש (וואס פאסירט טאקע ע״י תשמיש דורך די סאָבּקאַנשעס לאָנגינג פונעם זכר צוריק אריינצוגיין במעי אשה כנ״ל) לחיי העולם שיש בו בהכרח צער ועגמת נפש פאר די 9 חדשים פון אבנארמאלע בּליס ותענוג וואס ער האט במעי אמו, דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בִּשִׂפְוָתָא, און וואס ער ניטאמאל געדענקט נאכדעם.

ואגב, עס איז מיר געווארן געפיליש קלאר אז הגם איך האב לאגישע טענות קעגן @הקטן דארף איך אים איבערבעהטן און איך נעם יעצט טאקע די געלעגענהייט דאס צו טוהן דא ברבים. ווי אויך פּלאַן איך בלי״נ איבערצובעהטן די צוויי אידן פון די מעשה מיינער. צי איך בין למעשה גערעכט מיט מיינע טענות צי נישט, איז נישט נוגע. (און דאס קען מאכן א השוואה צווישן די באקאנטע גמרא ביומא ט: אז מקדש שני חרב מפני שנאת חנם ע"ש, והגמרא בב"מ ל: דלא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דיניהם על דין תורה ולא עבדו לפנים משורת הדין ע"ש.)

***

ואגב, מענין לענין באותו ענין בכל זה האט טאמאס ריִד (א פילוסוף…) געזאגט:
There is nothing so absurd which some philosophers have not maintained
דורך מי אני
דינסטאג אפריל 04, 2023 8:21 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119675

Pretty much

ואגב, מייסטער עקהארט, א קריסטליכער מיטל-אלטער טעאלאג, האט דעפינירט ״ג-ט״ אלס ״אַיִן הגמור״.