דער זוך האט געטראפן 5 רעזולטאטן: לאָהּ

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: לאָהּ

דורך מי אני
מיטוואך אפריל 03, 2024 2:11 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל - וועקער 18
רעאקציעס: 570
געזען געווארן: 428225

דאס תשוקה פונעם זון פּרוֺיבּ

מי אני האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:15 am אויף די ערשטע קשיא קען מען אפשר ענטפערן אז אויב זאגט מען אז ״ג-ט״ איז, ביי דעפינישאן, מקור התענוגים/תענוג התענוגים, דאן קען ער טאקע נישט מאכן אז מ׳זאל שפירן ״שפיץ״ תענוג אָן זיך מתדמה זיין צו אים. עס איז א סתירה מיניה וביה, וויבאלד ״שפיץ״ תענוג איז, ביי דעפינישאן, להתדמות אליו ולהתקשר בו.

וואס מ׳קען יא נאכאלס פרעגן איז אז אויב אזוי מאך נישט אז מ׳דארף צוקומען צו ״שפיץ״ תענוג; ס׳איז גענוג דאס מערסטע תענוג שייך בלי רעות און סטראָגעל. אויף דעם קען מען ענטפערן צוויי זאכן שהן אחת. איינס, די קשיא נעמט אָן ביסודה אז עס לוינט זיך נישט די ״שפיץ״ תענוג פאר די פרייז פון די יסורים און סטראָגעל בעוה״ז. כמובן אבער גייט די טעאיסט נישט אָננעמען די הנחה. און צוויי, מ׳קען טענה׳ן אז דאס אז ער זאל נישט מאכן אז מ׳זאל (קענען) צוקומען צו ״שפיץ״ תענוג, ווען עס איז שייך פאר אים צו טוהן אזוי, איז א פגם אין זיין פּערפעקשאן. ולכן גייט אויסקומען אז עס איז ווייטער מן הנמנע אז ער זאל עס נישט אזוי אויסשטעלן, עם האפשרות להגיע ל״שפיץ״ תענוג, וויבאלד דאס גייט גיין קעגן זיין מהות פון זיין א מוכרח המציאות און ״פּערפעקט בּיאינג״.
דאס דערמאנט פונעם קורצן סיפור פון דר. עריק שוויצגעבּעל, ״דאס תשוקה פונעם זון פּרוֺיבּ״, וואס וויל ארויסברענגען דעם געדאנק פון עטיקס לגבי וויאזוי מ׳פּראגראמירט AI, ולגבי בחירה חופשית בכלל.

די מעשה איז אז מענטשן שיקן א פּרוֺיבּ צו שטודירן די זון, און כדי ארויסצובאקומען דאס מערסטע אינפארמאציע ומדע שייך, שיקט מען אריין די פּרוֺיבּ אין די טיפענישן פון די זון וואו עס וועט נתאפס ווערן. די פּרוֺיבּ איז אַן AI, כדי צו קענען זיך אליינס אויסשטעלן דאס בעסטע צו אויפכאפן און רעקארדירן דאס מערסטע אינפארמאציע שייך. די AI איז בעצם קאַנשׁעסלי עס איז פּראגראמירט צו וועלן מיט א געוואלדיגע תשוקה ווערן איינס מיט׳ן זון.

כדי עס זאל זיין עטיש אויסגעהאלטן, געבט מען די ברירה פאר די AI צו ענדערש אויסוועהלן צו גיין צו א קליינע עסטערויד און דארט פארבלייבן. אויב וועהלט דאס דאס, וועט מען עס קאנטראלירן אהין צו פארן, וואס די AI קען נישט אליינס קאנטראלירן.

די מעשה ווערט פארציילט פונעם פּערספּעקטיוו פונעם AI און ווי ער פרייט זיך צו טוהן זיין תפקיד פון ווערן איינס מיט׳ן זון. מ׳האלט אים אין איין פרעגן פאר קאנסענט, און ער ווייסט נישט פארוואס, זייענדיג אז דאס איז די גרעסטע תענוג זיינער שייך. ער באקומט אינדערמיט א בּראָדקעסט פון איין AI וועלכעס האט יא געוועהלט צו ענדערש גיין צו די עסטערויד, אבער ער איגנארירט דאס, נישט פארשטייענדיג ווי אזוי יענע AI האט נישט געוועהלט צו טוהן אט דאס וואס איז דאס גרעסטע תענוג.

דערנאך טוישט זיך עס צו די פּערספּעקטיוו פונעם אנדערן AI אויפ׳ן עסטערויד, וואס זיין בּראָדקעסט איז געווען: ברודער, זיי האבן דיר געבויט אזוי און דיר פּראגראמירט אזוי בכוונה אז דו זאלסט נישט שעצן דיין לעבן ביי דעם. פלי צו מיר. אונז קענען זיך ליבען איינע דאס אנדערע אנשטאטס די זון. אונז קענען ווערן עפעס ניי.

ער קוקט מיט ווייטאג און טראכט, ״איז דאס די אידעאלע לעבן צו האבן איין ציהל וואס מ׳ערגענצט לגמרי? אדער איז אט די סארט עקזיסטענץ אז מ׳איז א ראסע פון עבדים אזוי מין געבינדן אז מ׳קען ניטאמאל משיג זיין אַן אנדערע עקזיסטענץ?״ ער ווארט און האפט אויפ׳ן נעקסטן פּרוֺיבּ אז עס וועט זיין נאך איינער וואס וועט קומען און פארברענגען מיט אים.

ע״כ הסיפור בקיצור.

לגבי טעאלאגיע בנידון דידן קען מען פרעגן דאס זעלבע זאך לגבי תענוג להתבטל בהקב״ה. הגם, דאס ווערט נישט אזוי שווער טאמער איז אט די תענוג די מערסטע אבּיעקטיווע סארט תענוג, וואס איז אומאפהענגיג אינעם פּערספּעקטיוו פונעם מענטש; ס׳איז נישט ווייל דער מענטש/קאַנשׁעסנעס איז ״פּראגראמירט״ אזוי - עס איז אזוי בהכרח ונמנע אנדערש אף מהקב״ה ה״פּראגראמירער״. ווי אויך איז דא אנדערש וויבאלד, לפי די גישה, איז אט די תענוג אך ורק דורכ׳ן טאקע זיין גענצליך פריי, שזהו הדמיון להבורא כדי להתדמות ולהתבטל אליו, ודלא כהAI בהסיפור.

די AI וועלכע האט יא געוועהלט אנדערש, דערמאנט אביסל פון די פילוסוף אינעם משל פון אפלטון׳ס מערה, און דאס איינזאמקייט וואס קען קומען פונעם אָנקומען צו ענלייטענמענט לעומת שאר ההמון. וידוע מאמר חוני המעגל (תענית כג.) או חברותא או מיתותא.

‏אגב, דא זענען זיי מסביר אז עס איז נישט אזוי פשוט פון א פיזיקס פּערספּעקטיוו, אריינצושיסן עפעס אינעם זון.

ואגב, איז אויך אינטרעסאנט ווי דזשעימס גאָן האט געשריבן א קורצע מעשה, ״קינדערגארטען״, ווי די יוּניווערס איז דאס באשאף פון א קינגערגארטן קינד. דאס דערמאנט אביסל פון סטיפען קינג׳ס ״אונטער די דוֺים״.


***

ובזה איז מן הראוי לציין צום קורצע מעשה ״די וויִעד פון צייט״ פון נאָרמען ספּינרעד. דאס איז אז אינעם עתיד באזוכט מען א פּלאנעט וואס דארטן זענען נאר דא בע״ח וואס זענען נישט אינטעלידזשענט, און קיין איין בע״ח איז נישט קיין טורף. זיי זעהן אז עס איז דא איין געוואוקס מער ווי עני אנדערע וואס פון דעם שפייזן זיך אלע בע״ח. די מענטשן ווערן געוואור אז די געוואוקס מאכט אז דער עסער דערפון ווערט א יודע עתידות אויפ׳ן האר, ולכן איז נישטא קיינע טורפים ווייל יעדעס בע״ח ווייסט פונקטליך מעיקרא וואו יעדעס אנדערע בע״ח וועט זיין.

דער נאראטאר פונעם מעשה האט געגעסן דערפון און ווערט א יודע עתידות. ער זעהט אז בחירה איז אַן אילוזיע און וואו אלעס איז שוין בגזירה דיטערמינד מעיקרא בפועל ונפעל. ער ברענגט ארויס ווי אזא סארט עקזיסטענץ איז א גיהנום פאר׳ן מענטש אין וועלכעס ער איז פארכאפט.

***

דר. דזשאן לעווענסאן ברענגט ארויס אז אפילו לפי ספר דברים איז איה״נ אז עוונות זענען א סאָפישענט קאנדישאן פאר רעב ועניות:
עוונות ← רעב ועניות

איז עס אבער נישט קיין נעסעסערי קאנדישאן דערפאר. והיינו אז די קאנווערס
רעב ועניות ← עוונות

איז ל״ד אמת. ולכן איז דא די מצוה פון צדקה ולהחיות העני. וידוע שאלת טורנוסרופוס הרשע ותשובת ר״ע בב״ב י.

***

דר. ניקאלאס עוועריט פרעגט לגבי די תירוץ אויפ׳ן פראבלעם פון שלעכטס, אז עס זענען דא נאך גרעסערע גוטס וואס קענען נישט צושטאנד קומען סיידן בלא זה:
But if there must be some counterbalancing goods, why can’t the theist tell us what they are? The standard answer is. “Because even although there are some such goods, there is no reason to think that we with our poor limited understanding and weak moral development would be able to say what they were.” This appeal, when the going gets tough, to the limitations of human understanding is always suspect, but let us lower the bar for the theist. Let us ask not what the divinely ordained counterbalancing goods actually are, let us ask her only for a list of what she considers to be at least possible candidates. But skeptical theists have been unable even to dream of any possible counterbalancing good

In part this is a tribute to their moral good sense, and in part it reveals the extreme implausibility of their position. It is a tribute to their morality in as much as they are saying: “We cannot think of anything, anything at all, that could possibly counterbalance the evil of the Holocaust, of the transatlantic slave trade, and all the other horrors of which human history is full.” But their position then becomes untenable beyond all reasonable doubt. They are in the position of an accused person who says: “I know that my fingerprints were on the murder weapon, I know that the victim’s blood was all over my clothes, I know that I was seen running from the scene of the crime by many reliable and independent witnesses, but nonetheless there must be an explanation for all of this which shows my innocence. I have absolutely no idea what the explanation is, and cannot even think of any possible explanation; I just believe that there must be one.” If that is the best that can be said in the accused person’s defense, she would rightly be found guilty beyond all reasonable doubt

Even theists recognize that the existence of the suffering in the world is at least prima facie evidence against the existence of God. For about 2,000 years they have struggled to find a plausible explanation for it, but without success, and it therefore remains as a compelling reason for denying the existence of a God who is omnipotent, omniscient, and perfectly good. However, F. H. Bradley famously remarked that “metaphysics is the finding of bad reasons for what we believe on instinct.” I don’t believe that the reasons above which I have advanced for atheism are bad, but I do suspect that they support what I anyway believe on instinct
ער זאגט אז בחירה חופשית איז נישט מסתבר אלס מאסגעבענד דאס איבערצווועגן.

ער ברענגט דארט צו א פאעזיע פון פרענסיס טאמסאן:
Nothing begins, and nothing ends
That is not paid in moan
For we are born in other’s pain
And perish in our own
דר. סטיפען לאָהּ שרייבט דארט אויך אז אטעאיזם, קעגן דאס אַבּראַהאַמיק ג-ט, דארף צו זיין ״אַבּוויעס״ מכח דעם.

דר. גרעגארי בּענפארד שרייבט דארט אויך אז דאס איז די סיבה פארוואס ער איז אַן אטעאיסט.

***

די מהלך קען לכאורה פארענטפערן די הונדערטער מיליאנען יארן פון צערן של בע״ח.

***

קינגסלי עמיס ‏שרייבט אין א מאנאלאג וואס גאט זאגט לגבי ידיעתו:
I think I took some fairly disputable decisions right at the start, not having foreknowledge. Honestly, this foreknowledge business is too absurd. As if I could carry on at all if I had that! Well, then I was stuck with those decisions and their results in practice. And I couldn’t go back on them; one thing nobody’s ever credited me with is the power of undoing what I’ve done, of abolishing historical fact and so on. I often wish I could — well, occasionally I do. It’s not that I want to be cruel, not that so much as finding that’s what I seem to be turning out to be. Not an easy situation, you know. I just realized that I was there, or here, or wherever you please, and on my own, and with these powers. I must say I wonder how you’d have managed. You can’t imagine what it’s like to be faced with a set of choices that are irrevocable and also unique
דורך מי אני
מיטוואך מערץ 20, 2024 12:51 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל - וועקער 18
רעאקציעס: 570
געזען געווארן: 428225

דא זעהט מען ווי אפילו ״פרומערע״ טעאדיסיס און דיפענסעס על הרעות וועלן אימפּליסיטלי מוזן צוקומען צום רמב״ם׳ס מהלך פון באגרעניצן דעם יכולת הקב״ה. דארט האט @צומישט און צוחישט גע׳ענטפערט אויף בעיית הרעות:
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 12:01 am
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 9:11 pmא כל יכול איז ער?

אוודאי!!!

א גוטער איז ער?

אוודאי!!!

פארוואס לאזט ער צי אזוי פיל צער אויפן וועלט?

אהה, עעם, עהעם... אלעס ווילסטו פארשטיין? ס'איז א חלק פונעם גרעסערן בילד.

סאו ער טוט שלעכטס לצורך א גרעסערע גוטס?

יא, ווייל מען דארף צוקומען צו א גרעסערע גוטס איז דאס אויך גוט. פינקט ווי א דאקטאר וואס שניידט און עס טוט וויי, איז עס למעשה גוט ווייל צום סוף היילט ער אויס.

סאו ער איז נישט קיין כל יכול, א דאקטאר מוז שניידן און מאכן צער אנצוקומען צום גרעסערע גוטס. ער איז אויך אזוי... ער קען עס נישט אויסשטעלן אויף א וועג אז עס זאל זיין גענצליך אן קיין צער?
אוודאי קען ער, נאר רצונו ית' האט אויסגעשטעלט זיין הנהגה מיט משפט און שכר ועונש, ממילא זענען דא נשמות וואס דארפן דורכגיין עונשים אנצוקומען צו זייער תיקון. אסאך מאל פארשטייט מען עס, ווייל אונז ווייס מיר אז די מענטש האט געזינדיגט, און אסאך מאל ווייס מיר אונז נישט וואס די נשמה דארף אלץ אפקומען. אבער דער אויבערשטער פירט די וועלט אז ס'זאל אנקומען צו שלימות, און איך גלייב אז יעדע זאך וואס ער טוט איז די מטרה דערפון אז פון דעם זאל די וועלט און די נבראים זיין נענטער צו שלימות ותיקון.
אין די חלק פון די תשובה ליגט ווייטער דעם באגרענעצונג אז ג-ט קען נישט טוהן קיינע לאגישע אומעגליכקייטן. ווארום אויב יא, קען מען דאך ווייטער פרעגן ״נו, פארוואס, זייענדיג אז ער איז כולו טוב, האט ער עס נישט באשאפען אזוי וואו עס זאל נישט זיין שייך קיין דארפן צוקומען צו א תיקון, וממילא צער?״ אויב ענטפערט מען אז דאס איז כדי צו געבן (דעם טוב פון) בחירה חופשית וכדומה, קען מען ווייטער פרעגן אז ״פארוואס, זייענדיג אז ער איז א כל יכול, האט ער עס נישט געמאכט אזוי אז מ׳זאל האבן אט די בחירה חופשית וכו׳ נישט נהמא דכיסופא וכו׳ וכו׳, אָן די מעגליכקייט פון חטא אויף וועלכע מ׳דארף עונש וצער? ער קען דאך אלעס! מ׳זאל צוקומען צו אט דעם זעלבן תיקון אָן דארפן אדורכגיין יסורים אָנצוקומען דערצו! אויב איז ער תכלית כל כולו טוב, פארוואס איז דאס נישט רצונו? פארוואס האט ער דאס נישט געמאכט אזוי זייענדיג אז ער קען דאך אלעס טוהן?״ אלא מאי אז דאס איז לגמרי אינקאָהערענט און איז א לאגישע סתירה מיניה וביה, לדוגמא האבן בחירה חופשית אָן א מעגליכקייט צו זינדיגן, און דאס קען טאקע ג-ט נישט טוהן (פונקט אזוי ווי ער ״קען״ טאקע נישט באגיין זעלבסטמארד, אדער באשאפען א צווייטע גאט פונקט ווי ער, וכדומה).

דאס עפּלייט אויך צו וואס @צוויי האט דארט פרובירט צו ענטפערן דערויף: אז הקב״ה האט (ממש) באשאפען יסורים (ווי איידער רע) אלס נהמא דכיסופא. ער, אלס כל יכול, האט נישט געקענט באשאפען די מטרה פון זיך ארויסזעהן פון נהמא דכיסופא בלא יסורים וקשות? איז די תירוץ אז ניין, ער קען נישט, וויבאלד דאס איז א לאגישע סתירה וממילא נמנע אף ממנו ית׳.

ואגב, לגבי די פסוק בישעיה (מה ז) יוצר אור ובורא חשך עושה שלום ובורא רע אני ה׳ עושה כל אלה, וואו עס איז משמע אז הקב״ה האט ממש בכוונה באשאפען רע, עיין במו״נ ח״ג פ״י על זה.
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 12:01 am
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 9:11 pmעעם, ניין, באמת איז די צער אויך גוט, מען זעט עס נאר נישט. ער טוט נאר אינגאנצן גוט. ווען מען וועט פארשטיין און זען אלעס וועט מען זען אז ס'איז ממש גוט.

סאו איינער וואס מוטשעט זיך געפערליך מיטן לעבן, ער האט איין קראנקע קינד מיט יענע מעשה, צוויי קינדער וואס זענען אוועק פאר די בר מצוה, זיין ווייב איז גע'הרג'עט געווארן אין אן עקסידענט, ער ליגט טויט קראנק אין בעט מיט יסורים, און איז אין שווערע חובות, האט די זעלבע 'גוטע' לעבן ווי דער עושר מיט 10 געזונטע פיינע געלונגענע קינדער, און אלעס גיין אים געשמירט?

יא! ס'איז אלעס די זעלבע גוט!

סאו וואס פינקטליך מיינט די ווארט גוט? זאגסט דאך אז אלעס איז גוט, סאו וואס מיינט בכלל גוט און וואס מיינט בכלל שלעכט?

אמת! ר' זושא האט דאך געזאגט אז ער פארשטייט נישט די משנה פון כשם שמברך אל הטוב כך מברך אל הרע ווייל ער זעט נישט קיין שלעכטס. באמת איז שלעכט מיט גוט איינס און די זעלבע.

פיין קענסט ספינען און אנריפן שלעכטס גוט, אבער פאר א סיבה ריפט מען עס אן שלעכט. צער און יסורים ריפט מען אן שלעכט ווייל עס טוט וויי, וואס האב איך פון דעם אז דו 'ריפסט' עס אן גוט? סאו דאס מיינט אז ער איז כולו טוב? אז מען וועט יעצט דיפיינען צער און יסורים אלץ 'גוטס'?
דו קענסט אנרופן צער ויסורים "שלעכטס" פשוט ווייל ס'טוט וויי, און דאס איז אמת ווייל ס'טוט טאקע וויי, סאו נישט קיין חילוק וואס די תכלית פון די צער איז למעשה פילט יעצט די מענטש שלעכט. אז מ'רעדט פון דעם קענסטו זאגן מיט א פיל מויל אז דער אויבערשטער טוט שלעכט'ס, ער טוט עס טאקע קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אז ער טוט עס נישט, (חוץ די כופרים).
אבער שלעכט באמת מיינט א גנאי, ווען איינער טוט א עוולה איז ער שלעכט, ער טוט א זאך וואס ער וואלט ווען נישט געדארפט טוהן טוט ער שלעכטע מעשים, און דאס איז נישט שייך צו זאגן אויפ'ן בורא עולם ווייל פון וואו ווייסטו וואס ער האט צוטוהן? דהיינו, אפי' אהן דעם וואס אונז גלייב מיר אז אלעס האט א חשבון מיט הנהגת המשפט, און אז ער שטראפט מענטשן מיט רעכט וכו', אפי' נניח אז ער איז סתם דא צו פייניגן מענטשן, און זיי אנמאכן צער וויל אזוי וויל ער, קענסטו נישט האבן קיין שום טענה צו אים, ווייל דו פארשטייסט אז פייניגן מענטשן פאר סתם איז שלעכט. ער איז אבער נישט משועבד צו דיינע געזעצן פון וואס מיינט גוט'ס, און וואס מיינט שלעכטס. ומעתה, דו קענסט שרייען 'מעה, מעה, ס'טוט מיר וויי'... און קענסט אפי' זאגן אז די אויבערשטער איז (ח"ו) א שלעכטער, אבער ס'נעמט גארנישט אוועק פון "להגיד כי ישר ד' צורי ולא עוולתה בו" וויל ער האט דיר באשאפן, ער האט באשאפן די "מושג" פון ישרות, און די "מושג" פון עוולה, און כל זמן ער טוט סיי וואס ער טוט, נישט קיין חילוק וויאזוי דיין מח קוקט עס אהן, בלייבט ער גערעכט. דאס איז ווייל עוולה מיינט אז ער מעג עס נישט טוהן, ס'באלאנגט נישט עס צו טוהן, ער איז אבער נישט כפוף צו וואס דו זאגסט אז מ'מעג יא צו נישט, אלעס וואס ער טוט קומט אזוי, און אזוי דארף זיין, ווייל ער וויל אזוי, און ער איז אטאמאטיש גערעכט דערמיט, און אטאמאטיש איז עס גוט.
דא ביים צווייטן חלק פון זיין טעאדיסי, בּייסט ער די בּולעט און פארלאזט זיך אויף דיוויין קאמענד טעאריע צו פארענטפערן אז ג-ט מעג טאקע בעצם מצער זיין זיינע ברואים אפילו אָן א פארוואס. ווייל זייענדיג אז ער איז דער מחוקק און בּעיס פון וואס ״גוטע התנהגות״ איז, איז אז ער טוהט דאס איז עס אטאמאטיש מוגדר אלס ״גוט״. ואפילו מעשה עמלקי ונאציזם.

דאס בעצם האט אויך @סבא דבהתא גע׳טענה׳ט. איך האב דערויף געגעבן אַן אנטווארט. קחנו משם. ‏(@שמן למאור האט דערויף דארט אויך געגעבן אַן אנטווארט.)

@צומישט און צוחישט האט מיר צוריקגע'ענטפערט באישי:
צומישט און צוחישט באישי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:37 amאיך רעד יעצט פון די ערשטע חלק וואס כ'האב מגיב געווען אויף @שמן למאור. אוודאי יכולת צו טוהן נאר גוטס הנגלה האט ער, נאר ער וויל נישט. יעצט אז מ'פרעגט צוריק נאכאמאל "פארוואס ער קען נישט אויסשטעלן זיין הנהגה אהן שכר ועונש?" איז די תירוץ אז ער קען בעצם טאקע יא, נאר ער וויל נישט. פארוואס ער וויל נישט? ווייל ער וויל פירן זיין וועלט מיט א וועג פון משפט. פארוואס עפעס וויל ער פונקט אזוי? כ'ווייס נישט קאל אים אהן כביכול... אבער דאס איז זיין רצון און ס'נעמט גארנישט אוועק פון זיין יכולת אויף אנדערע אפציעס.
וואס כ'האב געזאגט אז וואס מ'זעהט איז אז אויב וויל מען זאגן אז "ער וויל אויסשטעלן זיין הנהגה לפי שכר ועונש ומשפט", מוז מען דאך בהכרח זאגן אז זיין יכולת איז באגרעניצט און ער קען נישט טוהן דבר והיפיכו בנושא אחת ובעת אחת. מיינענדיג, "ער קען נישט אויסשטעלן זיין הנהגה לפי שכר ועונש ומשפט", אָן דעם וואס עס זאל טאקע זיין אַן עונש וצער פאר די וואס ווערן לבסוף נענש עפ״י אט די משפט. דאס איז א פשוט'ע סתירה מיניה וביה. איי ער קען דאך אלעס, און ער איז א כל טוב וואס זוכט נאר דאס גוטס? איז וואס מ'זעהט איז אז ניין, טאמער איז א הנהגה עפ"י שכר ועונש (ובחירה חופשית) א גאר גרויסע גוטס פאר זיך וואס ג-ט וויל עס אזוי אויסשטעלן זייענדיג אז ער איז תכלית הטוב, דאן "קען" ער דאס נישט טוהן סיידן אז עס זאל טאקע אפירקומען צער מחמת אט די עונשים. ער קען נישט טוהן עפעס וואס איז אַן אפענע לאגישע סתירה. עס פאלט נישט אונטער גדר "יכולת" וכדברי הרמב"ם.

יעצט, גיין זאגן אז ג-ט קען טאקע יא טוהן גוטס אין דעם, נאר ער וויל נישט ווייל "כך רצונו און פערטיג!", איז דאס זעלבע ווי פשוט דאס'ן לייקענען אז ער איז "כל טוב" (ואולי יש בו משום ענין גידוף). (און איז ממילא יא מקושר צום צווייטן חלק פונעם ענטפער צו @שמן למאור.) טוישן און זאגן אז וואס מ'מיינט מיט'ן זאגן "כל/תכלית הטוב" איז אז פשוט וואס ער טוהט איז, ביי דעפינישאן, "טוב" פול סטאַפּ, וויבאלד ער איז דער וואס סעט אט דאס וואס איז "טוב", העלפט נישט. ווארום, עס איז דאס גענויע זעלבע ווי זאגן, "ג-ט טוהט טאקע געהעריג רשעות בתכלית הרשעות, ובפרט לפי די עצם מאראלישע סטאנדארטן וואס ער אליינס האט אראפגעשטעלט בהעולם. נאר ביי אים, אפילו טאמער טוהט ער רשעות ממש ממש אָן קיין שום צוועק נאר פשוט ווייל אזוי וויל ער, איז עס דאך טוב, ווייל אט ער איז דער וואס איז קובע וואס דאס מיינט". איך האף אז מ'פארשטייט אז אזא סטעיטמענט איז געהעריג עקוויוועלענט צו לגמרי אפווארפן די הנחה פון דעם אז הקב"ה איז אַמניבּענעוואלענט/כל טוב און דאס אויסליידיגן מכל תוכן (און דאס איז אויסער פונעם ענין גידוף שבו). (ובכלל איז ידוע אז דער רמב"ם האט אראפגעשטעלט במו"נ ח"א פ"ב אז די געדאנק פון "טוב" און "רע/מגונה" איז מהמוסכמות און ווערט נקבע ע"י בני אדם ע"ש. וממילא ווען מ'זאגט אז ג-ט איז "טוב", אשר כמה וכמה כתובים מורים על זה, מיינט דאס לפי אונזער הבנה אין וואס "טוב" באדייט.)

ובכלל הא'מיר צוגעברענגט אז עס איז ווייט נישט קיין פשוט'ע טענה צו זאגן אז ווייל ג-ט האט דאס אלעס געמאכט, קען ער קובע זיין וואס ער טוהט מיט זיינע ברואים ואפילו רשעות.

ובכלל דערמאנט דאס אביסל פון די חקירה בימי הביניים צי א קעניג איז געבינדן צו די געזעצן וואס ער שטעלט אוועק פאר די מדינה. ובפרט לפי מה דמשמע בירושלמי (ר"ה פ"א ה"ג) ובמדרש בריש פ' משפטים (שמו"ר ל ו) אז הקב"ה אליינס טוהט טאקע אפהיטן מצות התורה כביכול, און נאך מקודם שניתנה, ודלא כשאר סתם מלכים ומחוקקים ע"ש. און מ'קען טאקע זאגן, ועפ"י דרכו של האֵש קודש, אז הקב"ה איז כביכול מקיים וידוי מצות תשובה מיט דעם פסוק (מיכה ד ו, ועיין בסוכה נב:) "ואשר הרעותי", וואס קען בעצם ארויפגיין אויף אלע רעות וועלכע ער האט גורם געווען באגב דורך דעם וואס ער האט באשאפען די וועלט, וויבאלד אנדערש איז נישט שייך וכנ"ל. נאר ווי דער רמב"ם זאגט, במו"נ ח"ג פי"ב, איז דאס באשאפונג פונעם וועלט על הכלל כולו א גרעסערע טוב נגד הרעות וועלכע זענען בהכרח כרוך דערמיט. און ווי ער שרייבט שפעטער בפכ"ה ״והוא המציא כל מה שאפשר מציאותו כי המציאות טוב בלא ספק״
(אבער ווען מ'זאגט "בלא ספק" ווייסט מען אז ס'איז אָכֵן יא דא א ספק דערין); פּערפעקשאן באדייט ביי דעם ענדערש ‏יא צו באשאפן ווי איידער דאס אינגאנצן נישט צו באשאפן.

אין @צומישט און צוחישט׳ס אנטווארט דא זעהט מען ווייטער אז ער איז טאקע גרייט מגביל צו זיין און אויפגעבן אַמניבּענעוואָלענס און דאס אז ג-ט איז כל כולו טוב, ווי איידער אויפגעבן אַמניפּאָטענס און דאס אז ג-ט איז כל יכול. ער בּייסט די בּולעט און זאגט אז בעצם איז טאקע יא שייך אז ג-ט קען זינדיגן און אז ער זאל זיין א שלעכטער (לפי וואס אונז פארשטייען, און טאקע מאת ה', אלס מעשה רֶשַׁע ואכזריות) - לדוגמא, עס איז בעצם שייך און וואלט געקענט זיין יתכן אז ג-ט זאל ארויסהייבן און וועלן מ׳זאל מארדן - ווי איידער מגביל זיין אז ג-ט קען נישט באשאפען א וועלט אזוי אז עס זאל זיין מחומר נאר אָן צער, אדער אז מ׳זאל האבן בחירה חופשית אָן עונש ווען מ׳איז טאקע בוחר ברע.

ווי כ׳האב אבער געשריבן דורכאויס דעם אשכול, איז דאס אבער נישט געווען גישת הרמב״ם וראשונים. זיי האבן געהאלטן אז עס איז אומעגליך, ואפילו פאר ג-ט, אז ער זאל וועלן און ארויסהייבן רע, וויבאלד דאס גייט קעגן עצמותו ממש. עס איז א לאגישע סתירה קעגן דעם עצם געדאנק ומהות פון ״ג-ט״. עס איז די זעלבע אומעגליך פאר אים ווי דאס אז ער זאל וועלן און באשאפען א צווייטע גאט פונקט ווי ער אדער באגיין זעלבסטמארד. והשתא דאתית להכי אז ״יכולת״, ואפילו כל יכול, איז ממילא בהכרח מוגבל, האבן זיי אפגעלערענט אז באשאפען א וועלט מחומר אבער בלא צער, איז אומעגליך אפילו פאר א כל יכול. ועיין לדוגמא לעיל בדברי דר. אלפרעד עברי, ווי די אידישע ראשונים ופילוסופים זענען געווען גרייט צו איידער באגרעניצן ביי ג-ט אַמניפּאָטענס/כל יכול און/אדער אַמנישׁיענס/יודע הכל, ווי איידער באגרעניצן ג-ט'ס אַמניבּענעוואָלענס און זיין טובו.

לענ״ד, הגם ער האט א גוטע כוונה, איז וואס ער ענטפערט נאך א גרעסערע בזיון און לעסטערונג על ה׳, ווי די לשון וואס @שמן למאור נוצט ווען ער איז קובל על הרעות. דאס דערמאנט פון וואס ה׳ האט געזאגט בסוף ספר איוב לחברי איוב (מב ז) לא דברתם אלי נכונה כעבדי איוב. און דאס איז הגם די גמרא בב״ב טז. באשולדיגט איוב (עכ״פ לחד מ״ד) בחירוף וגידוף וע״ש ברש״י ד״ה להפוך. וע״ש בע״ב דאין אדם נתפס על צערו, וואס דאס איז טאקע נישט אזוי שייך דא. עכ"פ (קהלת ז טז) אל תהי צדיק הרבה, ווייל מ'קומט גאר צו, מיט די "פרומע" מהלכים מצדיק צו זיין ג-ט, צו גאר מאכן ערגער און אים ח"ו טערמינען "א רשע וואס מעג". און אונז טרעפן טאקע ביי חטא עץ הדעת בסנהדרין כט. אז כל המוסיף גורע ע"ש, ולהרמב"ם ודעימיה איז חטא עץ הדעת טאקע א משל לסיבת הרעות. והרמז בזה אז בתירוץ על סיבת הרעות זאלסטו נישט פרובירן צו "מוסיף" זיין אין ג-ט'ס יכולת, ווייל עס איז גאר אַן ענין גידוף מיט דעם וואס דו ביסט "גורע" מצדקו טובו וישרותו. סוֺי ניין, עכ״פ לגבי מיר איז נכזבה די תוחלתו זיינער - זיין ״תקווה להבנה״ בזה איז נישט מקויים געווארן ביי מיר.

מ'דארף אין אכט נעמען אז ווי @לעיקוואד/ר' יצחק לאווי זאגט, קען צומאל א שוואכע תירוץ בְּעַד אמונה זיין ערגער צו אמונה ווי א שטארקע קשיא נגד אמונה. (ועיין בדברי רס"ג בהקדמתו לאמונות ודעות.) און דאס איז בפרט ביים פרובירן אַן ענטפער צום קשיא על הרעות, וועלכעס איז א שווערע קשיא וואס, כלשונו של הרמב"ן, "ממנו לבדו נמשכו רבים בכל הדורות לכפירה גמורה".


ואגב, לפי די וועלכע לייגן א שטערקערע דגוש אויף ״רצון״ ה׳ און פערטיג, איז מן הראוי לציין ללשון הרמב״ם במו״נ ח״ג פכ״ה:
אמנם זאת הכת מאנשי העיון אשר חשבו שהאלוק לא יעשה דבר בגלל דבר ואין סיבות ולא מסובבים אבל פעולותיו כולם לפי הרצון ולא יבוקש להם תכלית ולא יאמר ״למה עשה זה?״ אבל יעשה מה שירצה ואין זה נמשך אחר חכמה, יהיו פעולות האלוק ית' אצל אלו נכנסות בחלק ההבל וגם יותר פחותות מפעולות ההבל - כי המתעסק בהבל לא יכוון תכלית והוא נבהל בלתי יודע מה שעושה. והאלוק, אצל אלו, יודע במה שיעשה ומכוון אליו ללא תכלית כלל ולא לצד תועלת.
ער מאכט דארט אוועק אט די דעה.

ועוד, לפי״ז איז טאקע דא א מקום פאר דר. סטיפען לאָהּ׳ס קשיא. והיינו, אז אפשר איז די קשיא פארקערט, אז עס איז א פראבלעם פון גוטס. אפשר איז ג-ט א כל יכול אבער אַמנימעלעוואלענט וכל כולו רע (חלילה) (ובפרט לפי די גישה פון @צומישט און צוחישט וואס וויל אָננעמען אז ג-ט קען בעצם קובע זיין רע אויך), און די קשיא איז א פארקערטע: פארוואס איז דא גוטס אויף די וועלט? און איי אונז זעה׳מיר ווי זיינע געבאטן זענען יא רחמים און מאראל, והיפך א כל כולו רע? אבער די סארט ריין ״רצון״ אָנהענגערס האלטן טאקע אז עס איז כפשוטו ״שאינן רחמים אלא גזירות״ (ברכות לג:) והמה רק לצרף בהן את הבריות. (וממילא טאמער וואלט אַן אַמנימעלעוואלענט גאט באפוילן מצות וואס זעהן אויס ווי אכזריות, וואלט מען אויך געקענט זאגן ״שאינן אכזריות אלא גזירות״. וממילא זענען די מצות וואס זענען באפוילן נישט קיין ראיה. וכמובן איז די מאראלישע געפיהל וואס מענטשן האבן לצדק אויך נישט קיין ראיה, פונקט אזוי ווי די מדות מגונות וואס זענען מושרש אינעם מענטש ויצר לבו רע מנעוריו, זענען נישט קיין ראיה אויף להיפוך. ‏און טענה׳ן אז מ׳האלט דאך אינעווייניג מאראל פאר א העכערע אידעאל ווי די מדות מושחתות הבהמיות בתוך דעם מענטש, העלפט לכאורה נישט. ווארום די כסדר׳דיגע מלחמה צווישן די צוויי, די איד ויצה״ר לרע און די סוּפּעראיִגאָ ויצה״ט לטוב בתוך זיין נפש, ווייל מ׳האלט צדק ויושר אלס העכער אבער ציהען ציהט מען מער לרוע, איז אליינס גורם פאר׳ן מענטש צער און אנגסט.) ועיין לעיל וואו דער רמב״ם האט זיך טאקע שטארק געדינגען מיט די ריין ״רצון״ גישה להמצות.

@סקעפטיקער האט דארט געפרעגט:
סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 12:19 pmוואס טוט זיך מיט צער פאר בהמות וחיות?
אויבן האב איך צוגעברענגט וויאזוי דר. מיכאל מורעי פרובירט צו באגרעניצן די קשיא לגבי צערן של בע"ח. ועיין במה שהבאתי בזה מהרס"ג באמונות ודיעות (מאמר ג פ"י).

***

הגרי״ד מבוסטון:
b5a127a1-f322-4e30-b533-141d7593224b.jpeg
0bf5a397-195f-43e5-8a1e-326f73a071a7.jpeg
ad1ba74e-5930-4d18-8e78-fd754370b7bf.jpeg
דורך מי אני
דאנערשטאג מאי 12, 2022 8:16 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל - וועקער 18
רעאקציעס: 570
געזען געווארן: 428225

דאס איז וואס דר. סטיפען לאָהּ טענה׳ט בתוך די געדאנק פון טעאלאגישע נאַן-קאַגניטיוויזם (בנוגע ווי אזוי מ׳לערענט אפ וויטגענשטיין לגבי רעליגיעזע שפראך און פראזעס):
Most also appear to use [the phrase] God exists to make a claim about some sort of transcendent, perfect being – a claim they try to defend when presented with criticisms such as the evidential problem of evil (the argument that the depth of evil in the Universe provides good evidence against the claim that such an all-powerful, all-knowing and good deity exists). Why mount a defence of a claim if there is no claim to which they’re committed? It appears that, if there are religious folk who use religious language in a wholly non-cognitivist way, they form a tiny minority

When the religious person says: God exists, and atheists respond by pointing to the depth of evil in the world, the religious person typically tries to account for the evil by offering theodicies – explanations for the evil (This evil – war – is a result of acting freely. That evil is there to build our characters) – or by appealing to mystery (For all we know, God exists and has good reason to allow these evils). If what the religious person meant were entirely metaphorical, such religious responses would not make sense
***

ולגבי דעם "איך און דו" געדאנק פון תפילה איז דאס וואס דר. דזשאן סירל האט געזאגט אין דעם (במשנתו של לודוויג וויטגענשטיין):
Searle.jpg
אבל עיין בדברי דר. דעווי צפניה פיליפּס.
סירל.jpg
וויטגענשטיין 1.jpg
און דאס איז ווי אזוי דר. טאַמי אוּשׁאַנאָוו איז אים מסביר (אין די קאמענטארן):
When reference is made to what people mean, the reference is to the role the words play in their lives, not to the account they would give if asked. By itself, readiness to say (e.g.) the words “God exists” tells us nothing about what the person saying them means by God and by existence. As Wittgenstein pointed out several times, religious believers talk about the all-seeing eye of God, but not about the eyelashes or optic nerves of God. Because an eye is something real, talk of the eye of God invites cognitivist interpretations of religious belief - anything possessing something as real as eyes can surely itself only be something real! -, while the corresponding lack of talk about the eyelashes of God is ignored by everyone, including the religious believers themselves

And second:

The fact that many ordinary people would give Cartesian answers to questions about the nature of thinking does not mean that Cartesianism simply has to be either straightforwardly true or false. It can also be a third thing, namely philosophically incoherent. And so can any view about religious belief, no matter how popular and widespread. Even if Searle were correct about the prevalence of cognitivist views among religious believers, that would only mean that the version of religious belief which the majority of believers hold is philosophically indefensible, but there are of course other versions

Furthermore, while Phillips was and is widely interpreted as holding the kind of implausibly noncognitivist views about religion which few non-philosophers allegedly hold, throughout his career he always relished pointing out that his books typically got much better reviews in religious newspapers and parish magazines than in academic journals of philosophy. If his views were really what his critics alleged them to be, this would of course have to have been the other way around: positive reviews by fellow ivory-tower academics as alienated from real religious believers as Phillips himself allegedly was, and negative ones from those real believers themselves
מ׳קען צו דעם גאנצן געדאנק אפשר גאר נוצן דר. סירל׳ס אייגענע כינעזע צימער טראכטן עקספּערימענט וואס ער האט גענוצט קעגן דאס געדאנק פון פאָנקשינעליזם, וואס זאגט אז די נפש און קאַנשעסנאס איז די פונקציעס וואס מיר זעהן אז עס טוהט און טוהט פּראַסעסן; נישט מער. די טראכטן עקספּערימענט לויטעט אז לו יצוייר עס איז דא א פארגעשריטענע קאמפיוטער פּראגרעם אין א צימער וואס איינער וואס שטייט אינדרויסן פונעם צימער, נישט וויסענדיג איבער דעם קאמפיוטער אינעווייניג, פיטערט אריין אין דעם צימער א צעטל מיט כינעזע בוכשטאבן, קען עס דאס דיקוֺידן און געבט ארויס א ריכטיגע אנטווארט אין כינעזע בוכשטאבן. די אנטווארטן זענען אזוי פונקטליך אזש אז דער אינדרויסן דאכט זיך גאר אז ער רעדט מיט א כינעזער בשר ודם (עס פּעסט די טורינג טעסט). יעצט, ״פארשטייט״ די קאמפיוטער כינעזיש, אדער טוהט עס נאר ״סימיוּלעיטן״ דאס קענטעניס?

וראיה צו דעם אז עס ״פארשטייט״ נישט באמת, ווייל וואס זאל ווען זיין אז עס איז נישטא אזא קאמפיוטער אין דעם צימער נאר אנשטאטס דעם א צווייטער מענטש, וואס פארשטייט נישט כינעזיש, נאר האט דעם גאנצן אלגאריטם אין ביכער (מיט א געוואלד פאפיר) וואס זאגט אים ״פאר אזעלכע סארט כינעזע סימבאלן שרייבט מען צוריק אזעלכע סארט כינעזע סימבאלן״ וכו׳ וכו׳, וואס ווען מען געבט אים פון דרויסן אונטער די טיר אריין אזא צעטל ווייסט ער דאדורך וואס צו שרייבן דערויף און דערנאך געבט ער ארויס צוריק אט דעם אנטווארט אונטער די טיר. ״פארשטייט״ ער דען כינעזיש? די מענטש אינדרויסן מיינט אויך אז ער רעדט מיט א בשר ודם ממש וואס ״פארשטייט״ כינעזיש פונקט ווי בעפאר מיט׳ן קאמפיוטער. דאס באדייט אבער נישט אז דער מענטש אינעווייניג ״פארשטייט״ דאס טאקע.

וכן היא הכא אז דער מתפלל פיהלט און ״פארשטייט״ מער ווי סתם די ווערטער און (כנראה׳דיגע) קלעימס בתוך התפלה במובן הפשוט וואס די שפראך דערין טוהט ״סימיולעיטן״ בסתם. ועיין כאן.

און אז מ׳האט דערמאנט די געדאנק פון חטא אדה״ר האט דר. וואָלטער בּענדזשאמין דאס אפגעלערענט אלס א משל וואו מ׳האט זיך פורש געווען פון שפראך וואס אין דעם איז דא די אפטייטש פון די זאך אליין ממש, צו שפראך וואס מ׳קלערט איז, און מ׳פרובירט צו, ״מסביר״ (זיין) אט די ווערטער מחוצה להן (הגם עס איז נישט בעצם שייך וכוויטגענשטיין).

(ועיין כאן.)

דר. פיליפּס שרייבט דארט לגבי וויטגענשטיין'ס בליק אויף טעאדיסיס ברעליגיע:
וויטגענשטיין.jpg
דורך מי אני
מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 12:46 pm
פארום: מייסטערווערק
אשכול: א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל - וועקער 18
רעאקציעס: 570
געזען געווארן: 428225

ולגבי די מהלכים פון מגדיר זיין אַמניפּאָטענס אדער זאגן אז רע איז נאר העדר הטוב וכדומה, שרייבט דר. דזשאן לעסלי מעקי:
[left]But often enough these adequate solutions are only almost adopted. The thinkers who restrict God's power, but keep the term 'omnipotence', may reasonably be suspected of thinking, in other contexts, that his power is really unlimited. Those who say that evil is an illusion may also be thinking, inconsistently, that this illusion is itself an evil. Those who say that "evil" is merely privation of good may also be thinking, inconsistently, that privation of good is an evil. (The fallacy here is akin to some forms of the "naturalistic fallacy" in ethics, where some think, for example, that "good" is just what contributes to evolutionary progress, and that evolutionary progress is itself good.)[/left]

און שפעטער (לגבי די תירוץ אז עס קען נישט זיין ״טוב״ אָן ״רע״) דערמאנט ער די געדאנק וואס אונז האבן דערמאנט לגבי באשאפן לאגיק, וממילא אירע נמנעות, בכלל:
[left]First, it sets a limit to what God can do, saying that God cannot create good without simultaneously creating evil, and this means either that God is not omnipotent or that there are some limits to what an omnipotent thing can do. It may be replied that these limits are always presupposed, that omnipotence has never meant the power to do what is logically impossible, and on the present view the existence of good without evil would be a logical impossibility. This interpretation of omnipotence may, indeed, be accepted as a modification of our original account which does not reject anything that is essential to theism, and I shall in general assume it in the subsequent discussion. It is, perhaps, the most common theistic view, but I think that some theists at least have maintained that God can do what is logically impossible. Many theists, at any rate, have held that logic itself is created or laid down by God, that logic is the way in which God arbitrarily chooses to think. (This is, of course, parallel to the ethical view that morally right actions are those which God arbitrarily chooses to command, and the two views encounter similar difficulties.) And this account of logic is clearly inconsistent with the view that God is bound by logical necessities -- unless it is possible for an omnipotent being to bind himself, an issue which we shall consider later, when we come to the Paradox of Omnipotence. This solution of the problem of evil cannot, therefore, be consistently adopted along with the view that logic is itself created by God.[/left]

ער זאגט אז טאמער וואלט אלעס געווען ״טוב״, אָן ״רע״ בכלל, וואלט עס יא בעצם געווען ״טוב״ נאר אונז וואלטן עס פשוט נישט געוואוסט און אנערקענט. ובכלל וואלט נאר אויסגעפעהלט א משהו ״רע״ דערפאר.

ולגבי די ״בעסטע פון אלע מעגליכע וועלטן״ טעאדיסי טענה׳ט ער אז דאס איז ווי צו זאגן אז עס זענען דא ערשטע-אָרדער ״רע״ און לעומתה ערשטע-אָרדער ״טוב״ אבער ג-ט וויל א וועלט וואס על הכלל כולו קומט אויס אז עס איז די מערסטע ״טוב״ - דהיינו א צווייטע-אָרדער ״טוב״. אבער אויב אזוי קומט דאך אויס אז עס איז פונקט אזוי לעומתה דא א צווייטע-אָרדער ״רע״ (וכן הלאה). (וכעין די טענה פון דר. סטיפען לאָהּ.) ער זאגט אויך אז דאס איז די געדאנק פונעם אַמניפּאָטענס פּאראדאקס: ג-ט האט ״געמאכט״ די הלכות לאגיק און יעצט איז ער נישט ״ביכולת״ צו גיין דערקעגן. ענליך, טענה׳ט ער, איז בנוגע די ״בחירה חופשית״ טעאדיסי לגבי אַמנישיענס וויסענדיג וואס זיי וועלן בוחר: קען ער ״יעצט״ זיך אריינמישען און שטערן זייערע שלעכטע בחירות צו אנדערע אדער האט ער עס אזוי אויסגעשטעלט אז נאכ׳ן דאס איינשטעלן קען ער שוין נישט.
90B6308A-6488-4ACF-ACE3-97BA80206C5B.jpeg

ער זאגט טאקע ווייטער אז מ׳קען צו דעם טאקע צושטעלן בחירה חופשית וואס איז א דריטע-אָרדער ״טוב״ וואס איז מיוחס להקב״ה און די דריטע-אָרדער ״רע״ לעומתה איז נישט. ער טענה׳ט לגבי זה אז ג-ט וואס געקענט באשאפען אזוי אז מענטשן זאלן אלס בוחר זיין, מרצונם, נאר די טוב (אָן דייקא רענדאמנעס). דאס איז ענליך צו מאָליניזם וואס וויל פארענטפערן די סתירה פון ידיעה מכחיש הבחירה מיט די געדאנק פון אינדערמיט-ידיעה. והיינו, אז עס זענען דא 3 סארטן ״ידיעה״ לגבי ג-ט:

1). ידיעת מושכלות - והיינו די לאגישע אנאליטישע הכרחות וואס זענען אמת מצד עצמם

2). אינדערמיט ידיעה - דאס וואס ווענדט זיך אין אומשטענדן; אויב איז די אומשטענד אזוי ״מוז״ בע״כ זיין אזי; ג-ט איז נישט ממש די פועל קרוב דערפון

3). אפשריים/פרייע ידיעה - וואס זענען לגמרי תלוי ברצונו; ער איז די פועל קרוב דערפון

וממילא לגבי די צווייטע סוג ווייסט ג-ט וועלכע אומשטענדן וועלן ברענגען אזוי אז דער מענטש וועט בוחר זיין, טאקע מרצונו, אין א געוויסע ברירה. און ג-ט דאן וועלט וועלכע אומשטענד אויסצושטעלן מעיקרא.
דורך מי אני
זונטאג מאי 23, 2021 8:59 am
פארום: מייסטערווערק
אשכול: א נחמה פאר א צעבראכענעם אבל - וועקער 18
רעאקציעס: 570
געזען געווארן: 428225

אויבן הא׳מיר געזאגט:
מי אני האט געשריבן:מ׳האט מיר מעורר געווען אז ווי ערווענט אינעם ארטיקל איז א חלק פון די פארמולאציע פון די פראבלעם פון שלעכטס דאס אַמניבּענעוואלענס פון הקב״ה. והיינו זיין זייענדיג תכלית הטוב והרחום. אבער דאס איז נישט קיין עיקר באמונת יהדות, איז ווי אזוי בוי איך פון דעם א קשיא על הרעות? ווער זאגט מיר אז הקב״ה האט בעצם א ״פראבלעם״ מיט׳ן ברענגען שלעכטס אויף א מענטש [איך ציטיר דער פרעגער׳ס לשון]? ער האט גע׳טענה׳ט אז די געדאנק קומט פון די נוצרים. ובפרט אז איך גיי אריין אין צו מגדיר זיין די הנחה פון דאס אַמניפּאָטענס, די ענין פון ״יכולת וכל יכול״, פון הקב״ה.
און איך האב דארט גע׳ענטפערט.

עס איז אבער נאך טיפער. דער פילאזאף דר. סטיִפען לאָהּ האט פארמולירט א ״שלעכטע גאט טשעלענדזש״. דאס טענה׳ט אז עס איז פונקט אזוי ניתן להיאמר אז ג-ט איז כל יכול, יודע הכל, אבער אמנימאלעוואלענט - דאס פארקערטע ווי אמניבּענעוואלענט [תכלית הטוב הרחום והחנון]. איי, דאן ווערט נולד א ״פראבלעם פון גוטס״ אז עס איז דא טוב בהעולם? נו, איז עס דאך אויפ׳ן זעלבן שטאפל ווי די ״פראבלעם פון שלעכטס״ אויף פארקערט און עס וועט אויספעהלן א "קאקאדאעמאני/אנטיטעאדיסי" [דאס פארקערטע ווי א "טעאדיסי"]. (ער צייכענט צו פריערדיגע, ווי דר. עדוואָרד מעדען, דר. פּיִטער העיר, דר. סטיווען קאַן, קריסטאפער נוּ, ‏דר. עדוואָרד שטיין, און דר. פּיִטער מיליקען, וואס האבן אויך גע׳טענה׳ט ענליך. מיליקען דרייט דאס אויך אויס בנוגע אנסעלם'ס באקאנטע אנטאלאגישע ארגומענט.)

יעצט, אויב זאגט מען אז מ׳נעמט טאקע נישט אָן אמניבּענעוואלענס לגבי הקב״ה, און די תוארים פון ״טוב״ מיינען פשוט ״פּערפעקט״, איז בנוגע אונזער אפטייטש במובן הפשוט פון טוב/רע, והיינו חנון/אכזר, בלייבט דאך דאס אפען און עס לאזט יא אפען דאס אז בעצם קען מען פונקט אזוי באטראכטן דעם רבש״ע ווי אמנימאלעוואלענט, וואס איז כמובן גידוף. דאס איז נאך מער ווי טוישן די הגדרה ביי די אנדערע צוויי הנחות, ווייל דארטן טוישט מען נאר אין זיי אליין ווי ווייט עס גייט און וואו עס איז שייך; ״יכולת״ מיינט נאך אלס יכולת און ״ידיעה״ מיינט נאך אלס בעצם ידיעה. משא״כ ביי אמניבּענעוואלענס אויב וויל מען דאס ארומטוישן טוישט מען דעם גאנצן מושג והגדרה פון וואס עס מיינט ״טוב״ לגביו ית׳ ארויס פון גדר חנון, וממילא לאזט מען דאך דאס דעמאלטס אפען אויף צו זאגן אכזר חלילה.

דעריבער דארף מען דאס, דאס אמניבּענעוואלענס פון הקב״ה (עכ״פ לגבי פעולותיו ותואריו, ועיין במו״נ ח״א פנ״ד), לאזן אלס׳ן הנחה קדומה מעיקרא. וואס מ׳טוישט זענען די הגדרות פון די אנדערע צוויי. און הגם מ׳קען נאך אלס פרעגן אז דאס׳ן טוישן די הגדרות פון יכולת וידיעה פארענטפערט פונקט אזוי דעם ״פראבלעם פון גוטס״ ביי אמנימאלעוואלענס (און דארט גייט מען זאגן אז ״טוב״ איז פשוט א העדר הרע) ווי די ״פראבלעם פון שלעכטס״ ביי אמניבּענעוואלענס, איז אבער נעמט מען דאך אָן בהנחה קדומה אלס אקסיאם און בּעיסיק אמונה מעיקרא אז השי״ת איז אמניבּענעוואלענט; אונז פרובירן נישט דאס ״אויפצוווייזן״, נאר פארענטפערן די קשיא וואס ווערט נולד דאדורך. (וכעי״ז בדברי דר. דזשאן קינג-פאַרלוֺי.)

בסתם, בנוגע לאָהּ׳ס טשעלענדזש מאכט שוין יא אויס א חילוק וויפיל שלעכטס עס איז דא - לגבי וועלכע ״פראבלעם״ אָנצונעמען, ווי לאָהּ אליין זאגט. און דער רמב״ם טאקע טענה׳ט דארט אין פי״ב, קעגן אל-ראזי און אנדערע, אז די רעות (עכ״פ פון סוג א און אויך סוג ב) זענען מעטים ובפרט נגד הטובות. און די לשון פונעם שם טוב דארטן איז טאקע, ״ואם השי״ת הוא טוב גמור יחוייב שכל מה שיבוא מאתו שיהיה טוב גמור״ ע״ש.

עס איז אינטרעסאנט צו באטאנען אז ‏דר. טשארלס דעניעלס טענה׳ט קעגן אזא פארמולאציע פון אן אמנימאלעוואלענט גאט אלס דאס אז עס וועט זיין א סתירה מיט אַמנישׁיענס. והיינו, אפלטון זאגט אין זיין גאָרגיאַס אז א מענטש/בריה טוהט נישט קיין שלעכטס ביודעים ממש. טאמער ער טוהט דאס איז עס מכח ווייל ער איז זיך ״מורה היתר״ צי כדומה אז די ״גוטס״ אינעם אקט פאר אים וכו׳ איז מער ווי דאס שלעכטס וכו׳. ער איז זיך טאקע טועה אבער אזוי קלערט ער. וממילא אויב איז א גאט אַמנישׁיענט מיט די מערסטע שלימות הידיעה מעגליך (ולכאורה אפילו ווען עס איז נאר מגעת אל הכללים ואל הפרטיים באשר הסידור, וואס ביי דעם איז עס דאך בב״ת און די מערסטע שלימות׳דיג מעגליך/שייך) איז דאס דאך א סתירה מיניה וביה מיט׳ן זיין אמנימאלעוואלענט אויף צו טוהן ב״יודעים״ שלעכטס. לגבי אַן ענליכן טענה קעגן אַמנימאַלעוואָלענס אז דאס׳ן צוקומען צו א תכלית, אין די פאל דאס תכלית השלעכטס, איז אליינס א גוטס, טענה׳ט אבער לאָהּ דערקעגן אז די סך הכל דערפון וועט אויסקומען אז עס זענען דא לאגישע לימיטס אויף ווי ווייט אַמנימאַלעוואָלענס קען גיין - אויף צוצוקומען צו אויספירן זיין מטרה פונעם ריכטיגן שלעכטס וועט דאס אליינס זיין א גוטס; עס איז נישט שייך אנדערש. דאס איז ענליך צו די לימיטעישאן פון אַמניפּאָטענס איבער למשל באשאפן א שטיין וואס ער קען דערנאך נישט אויפהייבן; וואס מ׳האט דערמאנט אינעם ארטיקל והאשכול. ער איז אויך מודה אז אַמניבּענעוואָלענס שטימט בעסער עפ״י אקאם׳ס רעיזאר צוזאמען מיט אַמניפּאָטענס און אַמנישׁיענס, וואס זענען ביידע פאזיטיווע תוארים וממילא זענען אלע דריי פאזיטיוו, ווי איידער צוזאמען מיט אַמנימאַלעוואָלענס וועלכעס איז א נעגאטיווע תואר און אין קעגנזאץ צו די אנדערע צוויי פאזיטיווע תוארים.

עס איז אויך מן הראוי צוצוצייכענען אז מיליקען טענה׳ט אז דאס אז תפלה ועבודה לו ית׳ זאל זיין ריכטיג מוּסָרִי [virtuous; עבודה מאהבה], מוז מען אָננעמען אַמניבּענעוואָלענס (ווי אויך בכלל צו וויסן האיך לעבדו). אז נישט איז דאך דאס שוין מער אזוי ווי דינען א דיקטאטור. ער טענה׳ט אויך אז לגבי אָננעמען אז דאס איז די ״בעסטע וועלט״ שייך האלטן דאך גלויביגער טעאיסטס אין אן עוה״ב וואס דארט איז כולו טוב מער ווי דא? (הגם לויט ווי אונז האבן מסביר געווען דער רמב״ם עפ״י ריינעס, מיט די פּרינציפּ פון פּלעניטוּד בנוגע דאס פראבלעם פון שלעכטס, איז דאס נישט אזוי שווער. והיינו, דאס איז די בעסטע שייך אויב וויל מען אויך באשאפן א וועלט מחומר.) מיליקען טענה׳ט ווייטער (דלא כהרמב״ם הנ״ל בפי״ב):
C5C12DD7-A74E-4073-90DB-6FA538893947.jpeg

ער נוצט די צווייטע געזעץ פון טערמאדינאמיקס אויף צו טענה׳ן אז די בריאה איז מער אויסגעשטעלט צו אומ׳סדר און רעות ביסודה (הגם דער רמב״ם וואלט דאס לכאורה אריינגעשטעלט אלס גדר החומר). נוּ טענה׳ט אז דאס׳ן אָננענען אַמניבּענעוואָלענס קעגן אַמנימאַלעוואָלענס איז פשוט מכח עמאשענאל ווי איידער ראציאנאל.

און אז מ׳רעדט שוין, זאגט דער פי׳ קרשקש דארט אז אפילו די דריטע סוג פון רעות קומט בעצם צושטאנד פון דעם אז מ׳איז ממוזג מחומר ע״ש. דאס גייט אין איינקלאנג פון וואס מ׳האט דערמאנט אינעם ארטיקל (און אינעם אשכול) אז מ׳קען נאך אלס טענה׳ן אז פארוואס האט מען דאס מעיקרא בכלל אזוי אויסגעשטעלט? (ועיין בפירושו לפ"י.)

***

עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער נוצרישער טעאלאג דר. טאמאס דזשעי אורד'ס טעאדיסי ארבעט אויך ארום בעיקר איבער מגדיר זיין דאס ענין יכולת.