דער זוך האט געטראפן 3 רעזולטאטן: להתענג

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: להתענג

דורך מי אני
דינסטאג אוגוסט 08, 2023 9:01 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 115255

1). די טענה איז אז די יגיעה און ״טוהן״ אליינס, לשלעצמה, איז א וועליוּ וטוב (אפגעזעהן פון איר קשר צום תכלית שהיא, לבסוף, תענוג).

2). כנ״ל. אז דאס עצם טוהן און ״לעבן עכט״ מיט די פלאגענישן וואס קומען מיט דערמיט האט א שוויית לשלעצמה. (ווי איך האב מרמז געווען, האט דאס קלאנגן פון א מהלך אין טעאדיסי צו פארטיידיגן ג-ט פון די רעות בהעולם, אויב וויל מען בשו"א נישט צוימען יכולת הקב״ה און ער וואלט געקענט געבן אויפ'ן האר די זעלבע תכלית אָן דאס אלעס: אז דאס אליינס פון ״לעבן״ מיט פלאגענישן וואס קומען מיט דערמיט, האט א שוויית של טובה.) און דאס איז בעצם די טענה פון מיין בר פלוגתא: ער איז מודה אז אפילו ווען די חרדי'שע קאָפּל האט אויפ'ן האר דאס זעלבע (צי אפילו מער) מאס תענוג ווי דאס וואס ער שלאגט פאר, איז אבער פונדעסטוועגן דאס שוואכער, וויבאלד זיי זענען "אריינגעפּלאָגט אין א מאשין און לעבן נישט". דאס איז וואס ער האט מיר צוריק גע'ענטפערט נאכדעם וואס איך האב אים דאס געהאט געזאגט.

איך האב אויך געקלערט אז די ראציאנאלער הסבר דערצו קען אויך זיין מכח דאס וואס איך האב געפיהלט בעת מיין צווייטע פּסילאסייבּין טריפּ, פון דעם אינם יכולין ברוב הטובה. אבער די געדאנק איז אז די מניעה אליינס זאל מען אויך אוועקנעמען.

זאגסט, אז דו ביסט טאקע בעצם א העדאניסט, וואס "טוב/וועל-בּיאינג" איז נאר (↔) "תענוג". און דו נעמסט זייער שטארק אָן דעם (מסילת ישרים פ"א) האדם לא נברא אלא להתענג (נאר עס דארף צום סוף אָנקומען על ה', מקור התענוגים)...
דורך מי אני
מאנטאג יולי 24, 2023 2:17 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 115255

די סיבה איך האב דאס באשריבן דא, איז וויבאלד עס רירט אָן אויף א רעליגיעזע עקספּיריענס וכעין (כביכול) "שפירן ג-ט", וואס דאס איז דאך די נושא האשכול. ועכ"כ אז די געדאנק פון רעליגיעזע עקספּיריענסעס בכלל, נוצט מען דאך אלס א ראיה למציאות הא-ל.

ובזה האט מיר @חדשים געפרעגט אין אישי, אז טאמער איך האב געשפירט אז "תענוג" איז העכער "חכמה", דאן וואס איז למעשה "תענוג"? האב איך גע'ענטפערט אז ווי איך האב דארט צוגעברענגט פון דר. מעטיוּ דזשאנסאן, איז די עקספּיריענס דערפון ineffable וואס מ'קען נישט (געהעריג) ארויסברענגען מיט ווערטער, און אויך אז איך ווייס טאקע נישט. און ווי איך האב געזאגט איז דאך דאס אויך (להרמב"ם, והוא טעזע של האשכול הלז בכלל) די געדאנק לגבי די מושג פון "ג-ט" אויך. וא"כ איז דאך דאס (אפשר) די געדאנק וואס דער מאור עינים שרייבט בריש פ' וארא:
והוא תענוג כל התענוגים ברוך הוא וברוך שמו חי החיים
וכעי"ז בליקוטי תורה על שיר השירים מהתניא שהבאתי. והיינו אז: "תענוג" = "ג-ט". ולכן כתב המסילת ישרים (פ"א) דהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' ע"ש, וויבאלד "ג-ט" איז "תענוג" ומקורו ושורשו. ולפי"ז קומט טאקע אויס אז וויבאלד די געדאנק פון "ג-ט", דאס דערפון וואס מ'קען יא פארשטיין, איז בעצם פשוט (אַן אנדערע טערמין פאר) "דאס פּרינציפּ/קאנצעפּט פון עקזיסטענץ" (צו וואס דער אטעאיסט קען בעצם פונקט אזוי מודה זיין), איז נמצא מזה אז אלעס איז בעצם בשורשו "תענוג". און דאס איז געווען א הכרה בשעת'ן טריפּ. (ווי אויך אז ער ב"ה איז, כביכול, "חי החיים", וממילא "ג-ט" = "חיים", וואס די הכרה ביים טריפּ איז דאך געווען דאס אויך: "לעב!" ובחרת בחיים און עמבּרעיס דאס.)

און אינטרעסאנט איז טאקע אז ווען מ'גוגל'ט דעם דעפיניציע פון "ineffable", ברענגען זיי צוויי אפטייטשן ווי "מ'קען נישט ארויסזאגן מיט ווערטער" און ווי "מ'מעג/טאר נישט ארויסזאגן מיט ווערטער" כעין די שם הוי' ב"ה:
ineffable.jpg
ולדרכינו עולה בקנה אחד. (ועיין במו"נ ח"א פס"א.)

ועוד יותר, אז מ'ווייסט נישט וואס "תענוג" איז, איז דאך ביי דעם אויך דא דעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע(ך). און דער נפוצות יהודה בדרוש ט' שרייבט (עפ"י סקראט) אז דאס איז סיי ביי ענין של "ג-ט" און סיי לגבי "חכמה" בכלליות. איז קומט אויס אז ווען מ'זאגט אז "תענוג" איז "למעלה מחכמה" באנו שוב לחכמה גופא. און דאס האט דאך טאקע אריסטו ודעימיה גע'טענה'ט אז מ'קען נישט אנטלויפן דערפון ולאגיק אפילו וואו מ'וויל ממש גיין קעגן דעם בהדיא - די רגע מ'וויל טאקע אָנהויבן מגדיר זיין מיט ווערטער און דיסקאָרס, וואס דיבור ושכל איז דאך דאס וואס מאכט דער מענטש מענטש, איז עס דאך בהכרח ע"י לאגיק וחכמה (ס'זאל דאך מאכן סענס). און ווי איך האב צוגעברענגט שרייבט דאך ר' יוסף אבן כספי בפירושו על המו"נ (ח"ב פי"ב):
כי הַשֵׂכֶל הוא הָאֵ-ל והָאֵ-ל הוא הַשֵׂכֶל
"חכמה/שכליות" = "ג-ט". ונמצא מזה אז אונז זענען צוריק צו דעם אז "ג-ט" = "חכמה" און = "תענוג". און ביי חכמה זאגט דאך קהלת (ז כג-כד, וע"ש באבן עזרא, וידוע דאין מקרא יוצא מידי פשוטו, שבת סג.) כל זה נסיתי בחכמה אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני וגו' ועמוק עמוק מי ימצאנו. וכדכתבתי לגבי ההשוואה בזה (כביכול) בין ענין "ג-ט" וענין "חכמה".

ווי געזאגט, שפירט מען אז "אלעס איז איינס". און "אחד" איז טאקע אלקינו [ענין ומושג "ג-ט"] שבשמים ובארץ איבעראל.

די טעזע פונעם אשכול איז דאך געווען אז שמירת התורה וההלכה איז ל"ד אָנגעוואנדן דייקא באמונה בה' (עכ"פ במובן הפשוט). אבער א מעגליכע השלכה וואס די סייקעדעליק הכרה ב"אמונה" קען האבן אויף שמירת המצות במעשה, איז מקיים צו זיין התורה במעשה כדי צו צוקומען צו די סארט דביקות (עכ"פ למחצה לשליש ולרביע) ע"י עמבּאַדיִד קאַגנישאן, וואס לויטעט אז דאס וואס די גוף טוהט במעשה האט א פעולה אויף די קאגנישאן והכרה במח ובשכל פונעם מענטש. דאס איז די געדאנק פון (חינוך מצוה טז) אדם נפעל כפי פעולותיו. ועיין כאן בדברי הגרי"ד סאלאווייטשיק. (ואולי איז דאס די רמז בהירושלמי בר"ה (פ"א ה"ג) עה"פ (ויקרא כב ט) ושמרו את משמרתי אני ה', אני הוא ששמרתי מצותיה של תורה תחילה ע"ש. והיינו, אז צוצוקומען צו א הכרה אין דאס מושג פון "ג-ט", דעם "אני" פון כביכול "ג-ט", איז ע"י שמירת התורה במעשה וואס איז דאך ממש א חלק שבו כביכול ממש. אזא געדאנק פון "קוב"ה ואורייתא חד הוא", ווי אויך דעם (איכ"ר פתיחתא ב) "הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו, מתוך שהיו מתעסקין בה המאור שבה היה מחזירן למוטב". ווי אויך אז (ברכות ח.) מיום שחרב בית המקדש (והקרבת קרבנות, מיט די רעליגיעזע עקסטעסי וואס קען לכאורה סתם אזוי מער מיטקומען מיט קאָלטיק סארט וואָרשיפּ [די ווארט "קאָלט" דא מיינט נישט די סאציאלאגישע דעפינישאן דערפון אויף א גרופע]) אין לו להקב"ה בעולמו אלא ארבע אמות של הלכה בלבד ע"ש, והיינו כדי צו צוקומען צו א רעליגיעזע עקספּיריענס בענין "ג-ט" ובלא סמים.) וכמובן ליגט אונטער דעם אויך דעם געדאנק אז ס'דא למעשה אמת אין אנדערע רעליגיעס אויך, מיט די וועג ווי אזוי זייערע מעשים, עפ"י זייער רעליגיע, ברענגען זיי דאך צו צו עפעס אַן עמבּאַדיִד קאַגנישאן הרגשה והכרה דערין (ואגב, ידוע הרמב"ם בפי"א מהל' מלכים). און מ'קען זאגן אז אפילו דער סעקולארער, אומרעליגיעזער, הומאניסטישער, און עטישער אטעאיסט האט דאס אויך, און ווי איך האב דא געשריבן לבסוף:
מי אני האט געשריבן:‏מען פארשטייט אז דער מאראלישער אטעאיסט העוסק בחכמה ובמושכלות איז א גרעסערער ״מכיר ועובד ה׳״ ווי דער שטארק גלויביגער טעראריסט וואס הרג׳עט מענטשן בפירוש בשם רעליגיע והשם (אזא סארט ״הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו״). ודון מינה וכו׳.
זיין עוסק זיין אין מאראלישע/עטישע התנהגות וחכמה קען אים אולי אויך געבן די עמבּאַדיִד קאַגנישאן והרגשה הנ"ל. (וידוע אויך אז ס'איז סתם אזוי דא די מושג פון "ספּיריטואל אבער נישט רעליגיעז", ועיין באשכול זו.) און ווי צוגעברענגט, איז דאך אויך "ג-ט" = "מאראל". ולכן טאקע, אז "ג-ט" = "מאראל" און = "חכמה", ענדיגט צו דער רמב"ם דער מו"נ (ח"ג פנ"ד) אז הגם "חכמה" לשלעצמה איז מער ווי מדות ומאראל, קען אבער נישט זיין א חכם וואס איז נישט מאראליש, כיון דאחד הם לבסוף (דר. מנחם קעלנער האלט אז דער רמב"ם איז נישט גערעכט געווען דערמיט און ער ברענגט זיך א ראיה פון מארטין היידעגער), ווי אויך פארקערט אויך נישט אז אין בור ירא חטא (אבות פ"ב מ"ה, וע"ש בפיה"ש להרמב"ם).

*

ואגב, לגבי דעם תכלית הידיעה שנדע שלא נדע, איז מיר געווען אינטרעסאנט ווי זיי ברענגען צו, אין די קאנטעקסט פון עקספּערטיִז (און דעם באקאנטן דאָניִנג-קרוגער עפעקט):
חכמה.jpg
דורך מי אני
זונטאג יולי 23, 2023 10:25 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 115255

מיין צווייטע פּסילאסייבּין טריפּ

אז איך האב געהאט דערמאנט מיין עקספּיריענס מיט פּסילאסייבּין, איז מיר אויך געווען אינטרעסאנט אַן עקספּיריענס מיט קאַנאַבּיס. איך האב גענומען איין נאכט (איך נעם נאר ביינאכט ווען טירדות היום זענען שוין בעצם נישטא) א דוֺיס פון 30 mg עדיבּלס דערפון; א הייבּריד פון סעטיוואַ און אינדיקאַ. בשעת די טריפּ האב איך געשפירט/געזעהן(?) ווי תענוג און חכמה זענען נישט דאס זעלבע, נאר אין למעלה מעונג; לכאורה דלא כדברי כאן (הגם מ'קען זאגן אז כל זה אכניס: די הכרה אליינס איז אויך חכמה). עס האט מיר אויסגעזעהן ווי חכמה איז אַן אינפיניט סעט, אבער דאך בתוך א וואָן-סיידעד בּאָבּל וואס ווערט געבּאָרדערד ביי א סארט 3D שיפע ליניע (איך פארשטיי אז דאס מאכט נישט אינגאנצן קיין סענס). אלעס ארום דעם איז עונג וואס איז אסאך מער, א ״גרעסערע״ אינפיניטי, און די קלענערע אינפיניטי פון חכמה איז יונק דערפון.

איך האב דעמאלטס אויך משמש געווען מיט מיין ווייב (הגם אז ביי נבואה טרעפן מיר אז מ׳דארף פורש זיין מאשתו… ‏(ואולי וועגן דעם האב איך ״געזעהן״, בשקר ובטעות, א חילוק צווישן חכמה ותענוג…)), בשעת די טרענס מיקס האט געשפילט (בעיקר די ערשטע טרעק דערויף). איך האב געשפירט דעם געדאנק ווי אונז זענען אלס געווען איינס ובשר אחד (בנשמה) ממש בגן עדן מקדם a parte ante אינפיניטלי, און איך האב געשפירט א שאד אז יעצט זע׳מיר פארט נישט איינס ממש ממש בגוף, און אונז זע׳מיר פארט פאר זיך יעדע איינע א פלג גופא. די תשמיש גופא איז אָנגעגאנגען פאר א שעה אהאלב צייט אויפ׳ן זייגער. עס האט געפיהלט ווי היבש לענגער.

עס איז לכאורה נישט געווען קיין פראבלעם פון לשמש בשיכרות שאסור כמבואר באו״ח סימן רמ סעיף ג, ווייל מ׳קען מצדד זיין אז עס איז נישט געווען בגדר נתבלבלה דעתי (איך האב געקענט געהעריג פונקצאנירן ולהשיב על לאו לאו ועל הן הן געהעריג), וואס רק אז איז אסור וכדהביא המשנ״ב שם בס״ק חי בשם הפרמ״ג. און ווי הרב דר. ברוך פינקעלשטיין וויל מצדד זיין בכלל, איז שיכרות דוקא ביי אלקאָהאָל, וועלכע איז א גאנץ צווייטע סארט שיכרות ווי קאַנאַבּיס בכלל, וחלוק במין. אלקאָהאָל טרינק איך גאר גאר זעלטן. דר. ענדרוּ הוּבּערמאן איז שטרענגער ביי דעם לגבי געזונט, ווי ביי קאַנאַבּיס אדער פּסילאסייבּין.
עס איז אויך נישט געווען זמן אַוויוּלעישאן אז כלל, ודי בזה.

צוויי טעג שפעטער, פרייטאג-צו-נאכט שבת חזון, האב איך גענומען מיין צווייטע ״העראָאיק דוֺיס״ פון פּסילאָסייבּין (ומכח שבת איז דאס געווען אָן מוזיק אין די זייט דאס מאל). די פטריות זענען א מאכל בריאים ואינם לצורך רפואה וממילא מותרים בשבת, ועיין באו"ח סימן שכח סעיף לז ובמ"א שם ס"ק מג. (און אויב די מחזה ווערט גערעכענט ווי לשאול מן השד בשבת, איז דאך דאס נאר מותר בשבת אויב ס'איז יא לצורך רפואה, וכדאיתא במ"א לעיל בסימן שז ס"ק כו... וכמובן איז דאס דאך בכלל נישט לנחוש ולסימן, וכדציין שם המ"א ליו"ד סימן קעט סעיף ד וסעיף טז. וע"ש וואו דער רמ"א איז דאס מתיר, בחול, אף כשאינו שואל על ענין פרטי דוקא, הגם ער זאגט אז דאס איז א סכנה ע"ש.) דאס מאל איז דאס געווען א שטערקערע עקספּיריענס ווי דאס ערשטע מאל (און ביי דעם איז יא, ווי נישט, נתבלבלה דעתי). מיין שאלה איז בשעת מעשה געווען צי דאס איז מכח ווייל די מאָשרומס זענען געווען שטערקער מיט א העכערע פּסילאָסייבּין קאנטענט, צי ווייל דאס ערשטע מאל צוויי וואכן צוריק האט מיר שוין מער ״גע׳עפענט״ דערצו (דר. הוּבּערמאן זאגט טאקע אז לגבי טעראפּי נעמט מען צוויי פּסילאָסייבּין דוֺיסעס אויף צוויי אנדערע טעג), צי ווייל עס איז געווען נאך נאר צוויי טעג וואס איך האב נאך געהאט קאַנאַבּיס אין מיין סיסטעם, צי אלע דריי סיבות צוזאמען. עס איז מיר געווען מסתבר אז עס איז אלע דריי, אדער עכ״פ א געמיש פון זיי, מכח ווייל איך האב שטארק געשפירט דעם געדאנק אז א מענטש איז די סומע פון אלע זיינע עקספּיריענסעס והרפקתי דעדי עליו.

אָנגעהויבן האט זיך דאס מיט׳ן שפירן ווי איך קען וועהלן א ״בּאַקס״ פון עקספּיריענסעס, מתוך אינפיניט עקספּיריענסעס, און דאס ווערט אָנגעפילט מיט א געפיל (אין די פארעם פון שׁעיפּס; א סארט סינעסטעזיע) וואס קען זיין שלעכט (א ״שלעכטע טריפּ״) אדער גוט. עס איז מיר אריינגעקומען און קאפ און איך האב געשפירט דעם באקאנטן געדאנק בספר יצירה (ב ז) אין בטובה למעלה מענג ואין ברעה למטה מנגע, און איך האב געשפירט אז ואין בין זה לזה אפילו כמלוא נימא; זיי זענען צוויי זייטן פון ממש די זעלבע מטבע ומעורבים זה בזה, און מ׳דארף פאקוסירן אויפ׳ן חלק הטוב פון עונג, שאין למעלה ממנו.

פון דארט האב איך געשפירט אז דער מענטש וכל היקום לעכצט צום תענוג להתקרב אל שורשו, וואס דאס איז דאס געדאנק פון ״ג-ט״. אבער וואס בּלאַקט אים פון דאס גרייכן/זעהן איז כעין א גרויסע דוֺים וכיפה וואס וואו ער דרייט זיך צו ״קוקן״ וכו׳ איז דאס אלעמאל ביי זיין צענטער און בּלאַקט אים. דאס מערסטע וואס ער קען טוהן איז פרובירן צו קוקן פּעריפערילי אויף די זייט העכער דעם (אזא סארט אספקלריא שאינה מאירה). די דוֺים איז מקושר לשורשו ועצמותו (מחמת חומרו) און דערפאר איז אים אומעגליך דאס מסלק צו זיין. עס איז טאקע כעין אזוי ווי די מאָשרום מ׳האט גענומען וואס די קעפּ איז אלס מחובר לשורשו די סטעם. אויב נעמט ער דאס אראפ כדי להתקרב אל השורש ותענוג, ווערט ער נתאפס לגמרי; (שמות לג כ) כי לא יראני האדם (זייענדיג אַן אדם חומרי) וחי. די וואס נעמען דאס יא אראפ ווערן אבער גראד צוריק מגולגל(?) פון פריש כמו שהיו מקודם. (איך האב געפיהלט ווי דאס איז די געדאנק ורמז ביי כמהין ופטריות טאקע, וואס איז די רמז פון דאס וואס ברענגט דעם טריפּ וממילא ההארה וההכרה, אז עס איז יונק מן האויר בברכות מ: ובנדרים נה: - איך קען דאס נישט געהעריג מסביר זיין, אבער דאס איז וואס איך האב געשפירט.)

פון דארט האב איך ווייטער געשפירט אז ישעיה האט געשפירט דעם תענוג פון לחזות בנועם ה׳ און די בּיעטיטוד פון (כביכול) לראות פני ה׳, וואס איז (מיר געווען) א געוואלדיגע תענוג בכל הגוף. אבער ער (און איך) האבן געשפירט די חומר המעכב פונעם מענטש׳נס גוף וואס לאזט דאס דאך נישט גרייכן און עס קומט מיט לעת עתה מיט א צער מחמתו (די פריערדיגע ״ואין בין זה לזה אפילו כמלוא נימא״). און אויף דעם האט ער געזאגט (ישעיה סד ג) עין לא ראתה אלקים זולתך יעשה למחכה לו, וידוע הגמרא בברכות לה: - ער און דאס מענטשהייט לעכצט און איז מחכה צו דעם און אז דאס זאל טאקע זיין די אמת צו וואס מ׳עווענטועל גרייכט.

לאחר מזה, נאך אזא דריי שעה אויפ׳ן זייגער, האב איך געשפירט ווי איך וויל אז די טריפּ זאל זיך שוין ענדיגן און עס איז שוין צי סאך; ס׳איז טאקע א געוואלדיגע גוטע טריפּ אבער (עכ״פ במצב החומרי העכשיו פונעם מענטש) איז אינן יכולין ברוב הטובה (דר. הוּבּערמאן זאגט טאקע אז עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז געווען דאס מערסטע profound עקספּיריענס אין זייער לעבן, מער ווי דאס געבורט פון זייערס א קינד, אבער זיי ווילן דאס בשו״א נישט איבערטוהן). אבער דאן איז מיר אריינגעקומען א געדאנק און געפיהל פון ״אז דו ביסט שוין ממילא דא, טריפּ אריין! לא׳דיך אפ!״ - געב דיך פולקאם דערצו און טראכט נישט פון קיין פרייזן דו וועסט צאלן דערויף שפעטער (אפילו 12 שעה נאכ׳ן דאס דורכגיין, האב איך געהאט א געוואלדיגע קאפוויי). איך בין געווען אויסגעשטרעקט אויפ׳ן קויטש און געסטרעטשט מיין גוף כסדר דאס אינגאנצן אריינצונעמען.

די געדאנק האט זיך נאכדעם אָנגעהויבן אויסברייטערן במוחי, אז די געדאנק דארף מען דזשענערעלייזן און עס גייט ארויף אויף אלעס. והיינו, עס איז מיר געקומען א הארה אז די געדאנק וואס קהלת ברענגט ארויס בספרו איז אז דער חכם טוהט טאקע פילאזאפירן, און מיט רעכט און עס איז טאקע וויכטיג אויך, אז הכל הבל, און אז ער האט נישט געבעהטן דא צו זיין און געבוירן ווערן, ובע״כ אתה חי ומת. אבער ״אז דו ביסט שוין ממילא דא״, בכל מצב שהיא (וואס געפעלט דיר נישט אינגאנצן), ״טריפּ אריין אין דעם! לא׳דיך אפ!״ - עמבּרעיס לייף! פאָקוס אויף די פּאזיטיוו שבה! דאס איז געשטארקט געווארן, ומסתמא מיוסד אויף דאס וואס איך האב צוויי טעג פריער געשפירט אונטער קאַנאַבּיס, אז תענוג, והאדם לא נברא אלא להתענג (על ה׳, וואס אלעס איז דאך געטליכקייט, אבל עיין במסילת ישרים פ״א שהיא לעוה״ב), איז למעלה מחכמה. עפ״י חכמה קומט מען טאקע צו צו דעם ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי מישעל דע מאַנטעין האט געזאגט אז ״צו לערנען פילאזאפיע, איז צו לערנען ווי אזוי צו שטארבן״, און ווי אלבּערט קאמוס האט געשריבן אז שאלת הפילוסופיה איז צי מ׳זאל באגיין זעלבסטמארד. אבער אויף דעם זאגט קהלת, דער חכם מכל האדם, ״שוטה איינער! לא׳דיך אפ!״ - ״סוֺי וואַט אז חכמה זאגט?! עמבּרעיס לייף! דו ביסט שוין ממילא דא!״ גיי מיט א דאַוּאיסט סארט מהלך פון גיין מיט די פלוׂי פון לייף, און קאנטראל נאר וויפיל דו קענסט קאנטראלירן; די איבעריגע עמבּרעיס.

איך האב דאס איבערגעזאגט צו מיר נאכאמאל און נאכאמאל מיט טרערן פון סיי פרייד וצער (ווי געזאגט, ואין בין זה לזה אפילו כמלוא נימא). דאס איז געווען צוזאמען מיט׳ן לאכן פונעם חכם וואס איז סטאָק בתוך זיין חכמה און זעהט דאס נישט בשעת׳ן ארומחוש׳ן אין חכמה און מיסן די פּוינט. מיין ווייב האט זיך אויפגעוועקט פון מיין לאכן, און ווען איך האב איר דאס מסביר געווען (הויכערהייט) האט זי מיטגעלאכט מיט מיר דערויף. איך האב דאן געשפירט ווי דאס איז די בינה יתירה שניתנה לאשה (נדה מה:), והיינו אז זי אינטוּאיט שוין אט די אמת וואס דער זכר דער חכם זעהט נישט בחכמתו, ולכן דעתן ״קלה״ עליהן, מיינענדיג אז זייער דעת שווימט ארויף גרינגער העכער אט די בּאָבּל פון חכמה כדי דאס צו איינזעהן. און אבי (געוויסע) זכרים חכמים האלטן זיך גרעסער פון זיי אז זיי זענען קליגער. שוטים. (נישט ״טיפש״, ווייל ער איז למעשה א חכם. ס׳איז ״שוטה״ מיט דעם אז טראץ, דורך, און מיט זיין חכמה, איז ער נאך אלס (חגיגה ג:-ד.) א מאבד דאס פרייד פון לעבן מה שנותנין לו, און איז א לן בבית הקברות פון כסדר לעבן מיט׳ן טויט כנ״ל, בשעת׳ן פרובירן כסדר לקרע את כסותו החומרי און ארויסגיין דערפון און דערגיין מער ווי מה שהרשית להתבונן, וואס ברענגט אים דאך צער. והיינו נמי אז המשמרת דבר אחר מחמת גיטה (גיטין סד:), עפעס אנדערש אנשטאטס דעם כריתות פון "לא'דיך אפ", איז א שוטה.) און דאס איז וואס קהלת איז מרמז (ז כח-כט) אדם אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי וגו׳ אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. והיינו, אז ער האט נישט געטראפן דעם מענטש וואס זוכט און מאכט חשבונות אויף חשבונות וואס זאל האבן די הכרה און אינטואישאן פונעם פרוי אז ״לא׳דיך אפ!״ און עמבּרעיס דעם פשוט׳ן ישרות וואס דו האסט שוין ממילא מיט'ן פשוט שוין דא זיין בהעולם. (ואגב, אז איך האב פריער מדמה געווען דעם געדאנק פונעם טריפּ צו לשאול בשדים, האט דאך קהלת דערמאנט שדים בספרו, סיי זכרים און סיי נקיבות, ועיין בגיטין סח.)

ובזה קען מען זאגן אז דאס זאגט ער מיט (קהלת ט ט) ראה חיים עם אשה אשר אהבת כל ימי חיי הבלך אשר נתן לך תחת השמש כל ימי הבלך כי הוא חלקך בחיים ובעמלך אשר אתה עמל תחת השמש. והיינו, ווייל סקראט זאגט אין אפלטון'ס סימפּאָזיאום אז וואס טרייבט "אהבה" איז דאס וואס מ'וויל לעבן לנצח. זאגט קהלת אז "לא'דיך אפ" פון אריינ-פילאזאפירן איבער טויט והיפיכו: ראה חיים, און לעב יעצט דא, עם אשה אשר אהבת, וואס קומט ממילא דערפון פון חיים לנצח (און איז דאך להוליד, וואס איז א פארעם פון אָנגיין. ועיין בב"ב קטז.).


עס איז מיר פארגעקומען אז דאס איז די געדאנק פונעם נביא, וועלכער אינטוּאיט און טרענסענד די חכמה פון דעם חכם (ואפילו לפי שפינאזע וואס האט זיך געדינגען מיט׳ן רמב״ם און געהאלטן אז דער נביא איז ל״ד א חכם).

לגבי וואס איך האב אלס געשריבן דא מסביר צו זיין (עטוואס) מיין עקספּיריענס, זאגט דר. מעטיו דזשאנסאן, וועלכער שטודירט סייקעדעליקס, בדרך צחות:
These experiences are often called 'ineffable,' but as a scientist, I do my best to 'F- it up' by trying to describe it as much as I can
על דרך אפילו שיחתן צריכה לימוד (סוכה כא:) גייט דאס אין איינקלאנג מיט דעם וואס איך האב פריער געשריבן, אז מ'קען נישט געהעריג רעדן ולהסביר משגל, און (להבדיל) מ'קען אויך נישט רעדן פון (עקספּיריענסן) ג-ט. וואס א סייקעדעליק טריפּ איז דאך כעין א רעליגיעזע עקספּיריענס. ולכאורה איז דאס טאקע סתם אזוי אַן עפּיסטעמעקלי טראנספארמאטיוו עקספּיריענס, וואס מ'דארף אליינס דורכגיין צו ריכטיג פארשטיין.

*

ומענין לענין באותו ענין, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן וואו די דעקל פון א בוך ווי פילאזאפן טוהן דורך דאס געדאנק פונעם טויט וחיים לנצח, ווייזט ווי א זאמד זייגער, וואס ווייזט אויף די חיי זמני פונעם מענטש און זיין ענדגילטיגער טויט, ווען מ'דרייט דאס 90⁰ און מ׳שטעלט אפ דעם לויף פון זמן, ווערט עס פארוואנדעלט אין צו ∞, די סימבאל פון אינפיניטי:
Cholbi.jpg