דער זוך האט געטראפן 11 רעזולטאטן: משגל

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: משגל

דורך מי אני
מיטוואך מאי 29, 2024 2:29 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

אין דעם אשכול הא׳מיר אסאך ארומגערעדט איבער דאס אז קיום המצות איז לבסוף מיוסד אך ורק אויף געפיהל (כמו מאראל בכלליות לדוד הום). האב איך געקלערט אז דאס קען געבן א טיפערן באדייט צום געדאנק פון (שבת ל. נדה סא:) במתים חפשי (תהלים פח ו) כיון שמת אדם נעשה חפשי מן המצות ע״ש. והיינו, ווייל יעדעס גוֺיל פונעם מענטש צו וואס ער וויל צוקומען איז נאר שייך טאמער ער לעבט. מיינענדיג, אויב קוקט ער ארויס אויף, לדוגמא, איבערמארגן ווען ער וועט באקומען עפעס וואס ער וויל און מיינט עפעס צו אים, איז די גאנצע תשוקה נאר שייך טאמער ער לעבט. טאמער ער איז טויט איז דאך נישט די תשוקה און נישט איר ערגענצונג בכלל שייך. ואפילו וואו ער האפט אויף אט דאס צו טאקע דערלעבן, איז דאס ווייטער נאר פון זיין יעצטיגע פּערספּעקטיוו בשעת ער לעבט. טאמער ער דערלעבט דאס נישט ל״ע, איז נישט שייך אז ער זאל טראכטן, ״אַךך! א שאד איך האב דאס נישט און כ׳האב עס נישט דערלעבט ונכזבה תוחלתי״, וויבאלד ער לעבט דאך נישט אז ער זאל אט דאס טראכטן! דאס זעלבע איז לגבי די געדאנק פון זיך זארגן איבער וואס וועט זיין מיט די ווייב און קינדער לאחר מותו. אבל עיין ברש״י (במדבר כ טו) עפ״י התנחומא בפ׳ חוקת אות יב. (ועיין מזה בשיעורי דר. שׁעלי קאגאן על המות.) ביום ההוא אבדו עשתונותיו (תהלים קמו ד). והמתים אינם יודעים מאומה ואין עוד להם שכר כי נשכח זכרם, גם אהבתם גם שנאתם גם קנאתם כבר אבדה וחלק אין להם עוד לעולם בכל אשר נעשה תחת השמש (קהלת ט ה-ו); ועיין בברכות חי.

דאס איז אפילו טאמער איז יא דא השארת הנפש. ווארום אין אזא פאל איז עס דאך גאר אַן אנדערע סארט קאַנשׁעסנעס (בלשון מושאל?), אזש אז עס איז שווער צו זאגן אז ס׳זאל אים באדערן זיינע תשוקות ושאיפות וואס זענען געווארן פראָסטרעיטעד דורך זיין טויט. (און דאס וואס מ׳זעהט בשבת קנב. אז נפשו של אדם מתאבלת עליו כל שבעה ע״ש, שרייבט דר. משה הלברטל אז דער רמב״ם האט נישט געהאלטן פון די אגדה, ולכן שינה את משמעות ההלכה הנובע מזה בהל׳ אבילות פי״ג ה״ד, וכדהשיג הראב״ד שם עליו ע״ש ובלחם משנה.) בכל אופן איז גאר שווער דן צו זיין איבער וואס א מת ״פיהלט״ און/אדער ״וויל״, ואפילו ממבט דתי, על אף די גמרא בברכות חי. הנ״ל.

און דאס קען באדייטן דעם כיון שמת אדם נעשה חפשי מן המצות. והיינו, אז די געפיהל לקיום המצות (יהיה מה שיהיה) איז נאר שייך בשעת מ׳לעבט. איינמאל מ׳איז שוין טויט און די לעבעדיגע קאַנשׁעסנעס איז שוין נישטא, איז נישט שייך אז מ׳זאל האבן די געפיהל לקיום המצות בכלל; אזוי ווי ביי יעדעס זאך און גוֺיל וואס האט מיענינג צום מענטש וכנ״ל.

ולגבי דעם אז יעוד האנושי קען זיך חלילה ענדיגן ווי די לעצטע פון אונז, איז טאקע א שאלה אז טאמער ווערן די סארט זאַמבּיס שוין גערעכענט ווי טויט, איז טאמער ווערן זיי ״אויסגעהיילט״, תחיית המתים, צי זיי ווערן צוריק מחוייב במצות זייענדיג אז זיי זענען שוין געווען חפשי דערפון. ועיין בקובץ שיעורים (ח״ב סימן כט) דזהו הענין של ״מצות בטילות לע״ל״: זה קאי על המתים שיחיו אָז, שישארו בפיטורן מן המצות ע״ש.

***

לגבי דעם אז מ׳קען טענה׳ן היפך דזשאן סטוערט מיל, אז עס איז טאקע ענדערשער צו זיין א צופרידענער נאַר ובהמה ווי איידער אַן אומצופרידענער אדם חכם, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין די רמז בדברי בן זומא בברכות נח. והיינו, די גמרא זאגט בחגיגה יד: אז בן זומא יצא מדעתו כשנכנס לפרדס (וואס לויט׳ן רמב״ם במו״נ ח״ב פ״ל איז דאס העיסוק במעטאפיזיקס) ע״ש. יעצט, חכמים זענען די וועלכע מאכן בעסער די וועלט (בהנדסה וכדומה), אבער הנאה האבן זיי נישט ומכח דעם (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב - עס זענען די טיפשים ושוטים שאינם נפגעים וועלכע געניסן דערפון בתכלית. ולכן זאגט בן זומא בברכות נח. ברוך שברא כל אלו לשמשני אז זיי אלע מוטשענען זיך בעבורו ע״ש. ולרמז אז די וועלכע מאכן די וועלט בעסער און ברענגען אפיר איר פּראגרעס, החכמים, זענען ל״ד די וואס געניסן דערפון במלואה; עס זענען די שוטים והאנשים מבלי דעת וועלכע זענען די וועלכע האבן הנאה דערפון במלואה.

און דאס אליינס איז א מאמר חכמה.

***

בשעת׳ן האבן גענומען 30 מ״ג קאַנאַבּיס, בין איך געווען מיט מיין ווייב, און געהערט יאָנגבּלאָד׳ס קאָווער (בפרט פון 1:05-2:41) פון די שיר אהבה פון קיס פון 1979 (ועיין כאן). די וועג וויאזוי ער גיסט אריין זיין נשמה אינעם זמר של אהבתו להעלמה, האט מיר געמאכט פיהלן (להבדיל) דעם אור ה׳ס שיטה, אז עס איז נישט חכמה וואס איז דער עיקר תכלית, נאר רגש של אהבה. וידוע אז ״אהבה״ איז עולה ״אחד״, און די געדאנק בזה איז טאקע א דביקות ואחדות האוהב והאהוב פון ביידע צדדים. און צו דעם לעכצט יעדעס מענטש כל ימי חייו וחייה. אט דאס איז די סיבה/תכלית ״מ׳איז געמאכט געווארן פאר״ (בלשון מושאל).

לאחר המעשה איז מיר געווען אָנע שום ספק אז עס איז דא עפעס טיעף אין דעם באקאנטן ״ס*קס, דראָגס, און ראַק ענ׳ ראָל״ - ובפרט וואו עס איז עם האשה אשר אהב מקדם אין א טיפע זין, און נישט נאר ריין מחמת תאות המשגל גרידא. (און איך מוז מודה זיין אז, עכ״פ פאר מיר פערזענליך, עס איז למעשה די חרדי׳שע געזעלשאפט, עם כל חסרונותיה, און מיין זיין דערין, וועלכע האט מיר געפירט צו אט די עקספּיריענס. ועיין כאן וכאן. כמובן פארשטיי איך אז דאס איז, ליידער, לגמרי נישט וואו די געזעלשאפט צילט אז עס זאל זיין בנוגע הקשר בין איש לאשתו…)

עס איז מיר אויך פארגעקומען, ולגבי דעם קשר בין משגל וטומאה לאלקות וטהרה, ווי שמוץ און הייליגקייט וטרענסענדענס קומען צאם לאחד. והיינו, דורך די אחדות דביקות וביטול צו וואס די זמר לעכצט. עס איז נאר אז די בריאה, עכ״פ לע״ע און אין אונזער יעצטיגן לעוועל פון קאַנשׁעסנעס, קען נישט אינגאנצן דערהייבן די סארט דרך אל האחדות, ויוצא הפסד מזה. (וידוע אז עס זענען דא שטודיעס אז ראַק מוזיק שאדט צו צמחים ובע״ח אינעם נאטור.) און דאס איז מכח דעם אז דאס איז ווילד און מיטאמאל, וכעין די ענין של חטא וואס מ׳טרעפט ביי מלאכים. לע״ע איז (בראשית מט מו) וירא מנוחה כי טוב און די ״כי טוב״ פונעם בריאה איז נישט אויסגעשטעלט דערצו (עכ״פ בקביעות). אבער מ׳קען צוקומען צו דעם געדאנק פון (ברכות סד.) ת״ח אין להם מנוחה, וואס דאס איז אט ביי דעם. (ובכלל האט דאך דער אור ה׳ מקשר געווען מושג ה״זמן״ עם ״מנוחה״, לעומת אריסטו והרמב״ם שקשרו עם ״תנועה״. ולכן, וואו מ׳איז בבחינת למעלה מן הזמן, וואס כידוע האבן דאך די סמים אַן אפעקט אויף דעם מענטש׳נס פּערסעפּשאן פון זמן, איז לכאורה נישטא דעם עיכוב.)

*

אויך האב איך געקלערט אז די געים אין די זיבעטע עפּיזאָד פון סקוויד געים, ווייזט אויפ׳ן צושטאנד פונעם מענטש בהאי עלמא. די געים איז וואו ס׳איז אויסגעשטעלט א בריק פון צוויי קאלומנס פון גלאזענע טיילס. ביי יעדעס טריט איז איינע פון די קאלומנס גענוג שטארק צו האלטן א מענטש, בשעת די אנדערע גייט זיך ברעכן אויב דער מענטש גייט טרעהטן דערויף און ער גייט פאלן צו זיין טויט. איינער אויף אמאל טוהט וועהלן צו טרעהטן אויף איינע פון די צוויי. (דא טוהט מען דורך די מאטעמאטישע פּראבּעבּיליטי פונעם געים, אז וואו ס׳דא 16 שפילערס און 18 פאר טיילס מ׳דארף דורכגיין איז דא א 99% אז כאטש איינער וועט דאס מאכן. איינע פון די כאראקטערן, שפילער 062, רעכענט אויס אינדערמיט די פּראַבּעבּיליטי פונעם געים.)

כידוע ארבעטן אלע ביאלאגישע פּראצעסן דורכ׳ן פרובירן אָנצוהאלטן א מער-ווייניגער סטאבּילער צושטאנד; נישט צופיהל אהער און נישט צופיהל אהין פון א געוויסע רעינדזש - האָמיִאוֺסטעסיס. אבער עפ״י ענטראָפּי איז כסדר דא פּיטפאָלס וואס קענען אים רוב מאל אראפשטופן פונעם רעינדזש און ווי ער פרובירט צוריקצוקומען דערצו, אדער אפאר מאל ארויפשטופן צו בעסערס אבער ער וועט עווענטועל ריגרעסן צום מיען.

און דאס האב איך געשפירט איז ווי די בריק איז אזוי ווי דאס ביאלאגישע לעבן (וידוע הליקוטי מוהר״ן תניינא תורה מח דהעולם הוא כהאדם שצריך לעבור על גשר צר מאד מאד ע״ש), און עס זענען דא כסדר בה וואו מ׳קען פאלן בעיקר אויף אראפ און אפאר מאל אויף ארויף. די טיילס וואס ברעכן זיך זענען די ענטראפּיק פּראצעסן אין לעבן, אויף וועלכעס מ׳וועט בהכרח טרעטן אויף עפ״י פּראבּעבּיליטי (וואס אט דאס איז וואס ליגט אונטער די פענאמענאן פון ענטראָפּי) במשך דאס לעבן, ביז מ׳פאלט ענדגילטיג שאין אחריה תקומה שוב להגשר.

***
IMG_7469.jpeg
דאס איז ווייל אט די מאטעמאטישע פאָנקשען איז די סיין פאָנקשען. די טיפקייט פונעם וויץ איז אז שפראך איז דאך מהמוסכמות, און אט דאס האט מען אפגעמאכט צו רופן ״סיין״. אבער ווי ארויסגעברענגט במשך האשכול איז בנוגע ״ג-ט״ נישט שייך קיינע הגדרות אין שפראך. דאס מערסטע וואס מ׳קען אפשר זאגן איז אז דאס איז די ״פּרינציפּ פון מציאות״. יעצט, די מציאות שטייט דאך אויף מאטעמאטיקס (וידוע מאמרו של דר. יוּדזשין וויגנער). ווי אויך טוהט די פיזישע מציאות אונזערע שטיין ביסודה אויף קוואנטום וועיווס, וועלכע ווערן טאקע געמאדעלט עפ״י די סארט מאטעמאטישע סיין טריגאנאמעטריק (פּעריאדישע) פאָנקשענס.

ולכן איז די טיפקייט פונעם וויץ דא אז ״סיין״ איז א האָמאָפוֺין [צוויי אנדערע ווערטער וועלכע הערן זיך דאס זעלבע אבער ווערן אנדערש אויסגעלייגט] אינעם ענגלישן שפראך, פאר סיי א צייכן און סיי אט די פאָנקשען וועלכע טוהט מאטעמאטיש מאדעלן די יסוד המציאות. און די רמז(?) דערין איז אז שפראך איז צי מוגבל לידע עי״ז דאס מציאות פונעם קאנצעפּט פון ״ג-ט״. און די ״צייכן״ למציאות ה״א-ל״, וויאזוי אימער מ׳איז דאס מגדיר, ליגט אין די awe בהמציאות גופא וועלכע שטייט ביסודה אויף מאטעמאטיקס און די סארט קוואנטום וועיווס.

דאס קען זיין א משל ווי הומאר ברענגט ארויס א שטארקע פילאזאפישע געדאנק.

***

לגבי מגדף טענה'ט דר. טעאדאר לואיס אז די הארבקייט דערפון להתורה איז געווען וויבאלד מ'האט געהאט געקלערט אין יענע צייטן אז דאס קען אומברענגען א גאט. מיינענדיג, זיי פלעגן קלערן אז די שם פון א גאט איז א כח ממש, און ווען מ'לעכערט דאס, "נוקב", ברענגט מען אום דאס גאט. און דא האט ער געוואלט נוצן אט די כח פון דעם נאמען, אויף די נאמען אליינס (ועיין בסנהדרין נו.) דאס "אומצוברענגען". ולכן איז דא דערויף די חיוב מיתה כמו ברוצח, צוזאמען מיט וועלכעס עס שטייט בפ' אמור, זייענדיג אז דאס איז געווען די כוונה. (עס דערמאנט א משהו פון די סעלף-רעפערענשאל וויץ פון דאָגלעס עדעמס לגבי ג-ט.)

דר. סערגעי פראלאוו טענה'ט אז די כותבי התורה האבן געוואלט ארויסברענגען אז ג-ט גייט נישט אָן גידוף. נאר אז מ'האט אים געפרעגט הדין של מגדף, זייענדיג אז ס'האט זיי געבאדערט, האט ער אים דן געווען למיתה. אבער גראד נאכדעם איז דאס צאמגעשטעלט געווארן מיט'ן אלגעמיינעם געדאנק פון "כאשר עשה כן יעשה לו". מיינענדיג, אז ג-ט האט זיי געוואלט זאגן אז הבחירה בידם און טאמער נעמען זיי אָן אז עס איז דא דערביי א חיוב מיתה, דאן דארפן זיי זיין גרייט אז העכו"ם וועלן זיי דן למיתה פאר'ן אוועקמאכן און מגדף זיין זייערע אפגעטער.

***

ולגבי די קשר בין סייקעדעליקס/קאַנאַבּיס און נבואה, זענען דא די שטודיעס אז קאַנאַבּיס קען שאטן פאר ערעקטייל דיספאָנקשען ותאוות נשים (היפך זה). וא״כ געבט דאס נאך א רמז בהא דמצינו אז מ׳איז פורש מאשה בשעת נבואה (וקודם מתן תורה וכדומה).

‏מאידך גיסא האט די שטודיע געצייגט אז עניני משגל ווערן בעסער בין איש לאשה נאכ׳ן נעמען סייקעדעליקס. ולכן לאחר מתן תורה איז דאך געווען (דברים ה כו) שובו לכם לאהליכם, ועיין בשבת פט:

(ועיין כאן.)

***
מי אני האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:39 amווי איך האב טאקע צוגעברענגט פון דר. דזשאן שעלענבערג, דארף מען אין דעם דיון פון "ג-ט" ואלקות צו נעמען אין באטראכט וויפיל דעם מין האדם איז נאך שייך צו נתפתח ווערן בהעתיד. וואס לויט דעם קומט אויס אז אפילו די מערסטע סאפיסטיקירטע קאנסעפּשאן אין דעם מושג פון "ג-ט" וואס אונז האבן כהיום, איז דאס נאך אלס גאר גאר קינדעריש און פּרימיטיוו, ואפילו פון א מענטשליכע מבט - דער (טעארעטישע) מענטש של (דעם ווייטן) העתיד. (דאס קען זיין א נייעם קנייטש אין דעם געדאנק פון (רש"י דברים כו ג) אין לך אלא כהן שבימיך. והיינו, ווי אזוי מ'פארשטייט און מ'איז מכהן וכו' דעם מושג פון "ג-ט", קען נאר זיין כבימיך. עס וועט אבער ווערן מער און מער ריפיינד וכו' בהתפתחות האדם.)
דר. ראַבּערט אַלטער שרייבט אויפ'ן פסוק (קהלת ג יא) גם את העולם נתן בלבם מבלי אשר לא ימצא האדם את המעשה אשר עשה האלקים מראש ועד סוף:
It seems more likely that the intended meaning is: man is conscious of the idea of eternity (Qohelet as a philosopher surely is), but that is the source of further frustration, for he is incapable of grasping “what it is God has done from beginning to end
ולפי"ז איז דאס נאך א טיפערע קנייטש, אז דער מענטש קען פארשטיין די עצם געדאנק פון "טיפע" צייט אויף אבנארמאלע שטרעקעס, אבער דאך קען ער דאס נישט פולקאם משיג זיין און די השלכות דאס האט אויפ'ן פארשטיין די עצם קאנצעפּט פון "אלקים" אליינס.

***
Is Man merely a mistake of God’s? Or God merely a mistake of Man?

Friedrich Nietzsche
דורך מי אני
זונטאג פעברואר 25, 2024 10:19 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

ס'איז בעצם נאך טיפער, ולפי די נושא האשכול אז די געדאנק און דגוש באדארף מער צו זיין אויף די געפיהל דער מענטש האט להמצות, ווי איידער וואס ער "גלייבט". ווייל דער ערבי נחל שרייבט דארט אז עס איז נישט דורך עיון באלקות (וה"ה במושכלות, אשר שורשם האלוק) אז מען קומט צו צו השארת הנפש, ודלא כהרמב"ם (עיין בשם טוב במו"נ ח"א פי"ג וספס"ח והנרבוני שם בפ"ע) והרלב"ג (מלחמות ה' מאמר א). און דאס איז ווייל וויבאלד מושכלות וידיעה באלקות איז צאמגעשטעלט פון אינפיניט פרטים, איז דאך נישט שייך צוצוקומען צו קיין שום מדע אין דעם בעצם - אלעס וואס דו ווייסט איז אין די לימיט 0.

יעצט, דער אור ה' קריגט זיך אויך אויף די הגדרה איבער דעם רמב"ם והרלב"ג'ס הגדרה פון השארת הנפש. און מאמר כלל ו פ"א דינגט ער זיך מיט דעם מער באריכות. ער קריגט זיך דארט אויך (פון א פילאזאפישן פּערספּעקטיוו) אויף דעם ברייטערן געדאנק אז תכלית האדם איז למעשה נאר חכמה וקניית המושכלות, זייענדיג אז נאר דערמיט האט זיין נפש אַן השארה (ועיין במו"נ ח"ג פנ"ד). דאס אז, להרמב"ם, התכלית איז חכמה, גייט אין איינקלאנג דערמיט אז אָלטימעטלי קען מען קאָלעפּסן די געדאנק פון "חכמה/מושכלות" צו דעם מושג פון "ג-ט", וואס "ג-ט" איז תכלית העולם - עצמותו הוא הוא התכלית (ועיין במו"נ ח"ג פי"ג). ועכ"כ אז דאס איז וואס ער דעפיינד אלס "תענוג" התכליתי. דאס איז מיוסד אויף דעם אז אָלטימעטלי זענען הרגשים במשנתו של הרמב"ם בעצם שוואכקייטן, און באלאנגען צום חלק המתעורר בהנפש (ועיין בשמונה פרקים להרמב"ם פ"א). און די חלק הנפש האבן פונקט אזוי אויך בע"ח. און הרגשים זענען דאך דאס וואס מאראל ומדות טובות זענען מיוסד אויף. משא"כ דער חלק השכלי וואס נאר דער מענטש פארמאגט, ובזה הוא "אדם".

דער אור ה' אבער דינגט זיך מיט אים אין דעם, ובפרט אז עס קומט דאך אויס להרמב"ם אז נאר מענטשן וואס האבן מַשלים געווען שכלם האבן השארת הנפש, משא"כ וואוילע גוטע בעלי מדות ומצות וועלכע האבן נישט. ער האלט אז הרגשים זענען פונקט אזא שטארקייט ומעלה ווי מושכלות, וואס די שפיץ הרגש הטוב איז "אהבה" שהיא ענין חיבור והשפעה. וממילא, אויב מ'קען קאָלעפּסן די מעלה פון מושכלות (וואס סכלות איז נאר פשוט א העדר פון שכל) צו עצמות הקב"ה, קען מען פונקט אזוי קאָלעפּסן די מעלה פון הרגשים (וואס שלעכטע הרגשים קענען ווייטער באטראכט ווערן ווי פשוט א העדר פון ריכטיגע פּאזיטיווע הרגש) צו הקב"ה. ולכן קומט אויס אז עצמות הקב"ה איז ענין אינפיניט "אהבה". והשתא דאתית להכי האט די חלק ההרגש הטוב, שממנה המדות מאראל מצות ודיבוק בה' מיט געפיהל, יא א מקום להשארה. עס איז לפי די שמחה וחריצות וואס ער האט געהאט בשעת חייו אין דעם אלעם (וואס אויף דעם האלט ער איז יא שייך בחירה, וכעין דרכו של דר. הערי פראנקפורט.) און די הרגש אהבה באהעפט זיך דערנאך צום מקור האהבה שהוא הקב״ה, ולפי מה שקנה באהבת ה׳ בעת חיותו.

כמובן, איז לפי גישת האור ה' בזה אסאך מער דא דעם מקום לתענוג, וואס האט א שטערקערע קשר להרגש, לגבי השארת הנפש. און דאס איז וואו דער ערבי נחל ציהלט, איבער ווי אזוי השארת הנפש איז ל״ד בהשגת המושכלות בחכמות האלהיות ובהשגותיה, ווי איידער בענין קישור וצירוף, שהיא היא ענין ״אהבה״ התכליתי וקישור. (און דאס איז ווייטער א געדאנק פון קישור ענין משגל וחיבור בענין אלקות. ‏ועיין ביפה קול (שהש״ר פ״ב אות כד) אז חכמים דארפן שענערע פרויען ע״ש.)

הרב דר. שמואל לעבּענס שרייבט אז פון ניוראָסייענס כהיום קען מען טאקע נישט אפטיילן הרגשים פון שאר חלקי המחשבה, און דאס געבט חיזוק צו דעם אז הרגשים האבן אויך אַן השארה פונקט ווי די חלק השכל ומחשבה.

דער אמעריקאנער טעאלאג יונתן עדווארדס האט טאקע מגדיר געווען גן עדן אלס ״א וועלט פון אהבה״.

***

בנוגע די מעיטריקס פילמס ויחסם לפילאזאפיע ולנושא האשכול ובפרט צום סימיולעישאן ארגומענט ויחסה לטעאלאגיע, האב איך דא געשריבן:
מי אני האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 15, 2022 4:28 pmלגבי די געדאנק פון דעם ״as if״ בנוגע די כבוד פאר א מת לגבי דאווענען בתוך י״א חודש וכו׳, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן דעם טרעילאר פאר John Wick 4. אינעם אָנהויב זעהט מען ווי דער פּראטאגאניסט דזשאַן וויק זיצט אין א קירכע/crypt צו רעדן צו זיין פארשטארבענע ווייב. דער אנטאגאניסט פרעגט אים צי ער גלייבט אז זיין ווייב קען אים הערן? צו וועלכע דזשאַן ענטפערט ״ניין״. דער אנטאגאניסט פרעגט צוריק אז אויב אזוי פארוואס טוהט ער דאס? צו וועלכע דזשאַן ענטפערט, ״אפשר בין איך wrong [זי קען אים יא הערן].״ וידוע די (לכאורה apocryphal) אנעקדאט מיט דער פיזיקער ניעלס בּאָהר ווי א באזוכער האט באמערקט אז ער האט א horseshoe הענגן העכער זיין טוהר, וואס מענטשן גלייבן ברענגט מזל. האט ער אים געפרעגט ״דו גלייבסט אין דעם?!״ האט אים בּאָהר גע׳ענטפערט, ״אוודאי נישט. אבער מ׳זאגט אז דאס ברענגט מזל צום מענטש אפגעזעהן צי ער גלייבט דערין צי נישט.״…

אגב, דאס אז דער פּראטעגאניסט דזשאַן וויק שלאגט זיך פאר זיין לעבן דורכאויס דעם סעריע, ווען ס׳זעהט נישט אויס ווי ער האט פארוואס צו לעבן ויצא שכרה בהפסידה, גייט מיט מיט׳ן פסוק אין איוב (ב ד) פון כל אשר לאיש יתן בעד נפשו.
אינעם פילם ‏די מעיטריקס רילוֺידעד איז דא א סצענע וואו די כאראקטארן מאָרפיאוס און טריניטי זענען בתוך המעיטריקס און אנטלויפן אין א קאר, צו א פּאָרטאל וואס וועט זיי ארויסנעמען פונעם מעיטריקס צוריק צום עכטן וועלט. די פראבלעם איז אז זיי דארפן דורכגיין א הייוועי אָנצוקומען דערצו, וואס דארטן זענען דא אסאך מענטשן וועלכע די פּראגראמען קענען איבערנעמען. זאגט טריניטי צו מאָרפיאוס אז ער האט דאך אלס געזאגט אז גיין אויף א הייוועי אינעם מעיטריקס איז זעלבסטמארד! צו וועלכע ער ענטפערט, ״לא׳מיר האפן אז איך בין נישט גערעכט געווען.״

ולענינינו האב איך געקלערט אז דאס איז עולה בקנה איבער השארת הנפש לאחר העלמא הדין וועלכע איז מעגליך א סימיולעישאן. וכמאמרו של דזשאַן וויק (וועלכע ווערט געשפילט דורך קיִאַנוּ ריִווס, וועלכע שפילט אויך די הויפט פּראטאגאניסט אין די מעיטריקס פילם סעריע) לגבי השארת הנפש, אז מ׳דארף אפען לאזן די מעגליכקייט, ועכ״פ אויף גענוג צו לעבן מיט די ״as if״ דערפון.

***

דר. סיִמאָר פעלדמאן איז מסביר טענתו של הרלב״ג במלחמות ה׳ (מאמר ה ח״ג פי״ב) נגד הרמב״ם, און אז מ׳קען יא זאגן די תוארים פון ״מצוי״ און ״יחיד״ אויף ג-ט:
The philosophical relevance of this grammatical distinction in the present context is this. A derived term is a composite term, since it connotes both the attribute from which the term was originally derived and the bearer, or subject, of this attribute. For example, the term "righteous" is a derived term that connotes both the property of doing righteous deeds and the person who does them. (This example, cited by Efros in his still important work on Maimonides' philosophical terminology, was given by Efodi, a medieval commentator of the Guide.) Clearly, such derived terms cannot be predicated of God, since they imply plurality, or compositeness, in that of which they are predicated. Such terms would make God a bearer of accidental properties; and this is to be shunned at all costs

In Gersonides' present argument, the Avicennian hypothesis is entertained according to which the term 'one' connotes an adventitious accidental attribute such that it can be abstracted from each thing of which it is predicated. If this is so, Gersonides now argues, the thing to which the term 'one' applies can be referred to as such, e.g. 'dog' and not as 'one dog'. The term 'dog' is not a composite, a derived term, in this case, since it does not signify both an attribute and a subject. But, then, a dog would, in this hypothesis, not be one, since we have abstracted from it the accidental property of unity. But this is absurd (Touati, La Pensée 124, n. 83). All the more so in the case of God, the term 'one' does not signify such an adventitious accidental property, such that it would be abstracted from the subject, i.e., God, and leave the subject lacking the property unity

For the same reason we say that the substance of each thing exists; i.e., the term 'exists' does not denote an accidental property in addition to the essence of the thing. This is evident from the preceding discussion; for if the term 'exists' denotes things by virtue of an accidental property in addition to their essences, it would be a genus for all things. But this is impossible, since 'exists' is predicable of every one of the specific differences that differentiate those things that the term 'exists' encompasses. Hence, despite the fact that the terms 'one' and 'exists' are universally predicable throughout the ten categories, they are neither universal genera nor universal accidents. The Scholastics call them "transcendental predicates"
***

דר. דזשעימס דיימאנד שרייבט:
I leave it to others to explore arguments for God’s existence or to probe the meaning of divine “reality,” and I instead concentrate on Peirce’s final step. For him, any conclusions of such argumentation must in the end generate implications for the conduct of human life. Peirce’s rubric, then, is perfectly in line with what was paramount in relation to the classical rabbinic conception of God. Any philosophical exercise related to God’s reality must be presented “not as a proposition of metaphysical theology, but in a form directly applicable to the conduct of life, and full of nutrition for man’s highest growth.” Likewise for the rabbis, rather than a necessary existence, Abraham’s God was a God who visited the sick, just as Adam’s was one who clothed the naked and Moses’ buried the dead. They treat these scriptural narratives as records, not of an abstract Being, but of encounters with a relational God in the Buberian sense of the self-proclaimed ehyeh God, one that is “being there, being present”
***

דר. ריטשערד רובינשטיין האט געשריבן:
Terms like "ground" and "source" stand in contrast to the terms used for the transcendent biblical God of history who is known as a supreme king, a father, a creator, a judge, a maker. When he creates the world, he does so as do males, producing something external to himself. He remains essentially outside of and judges the creative processes he has initiated. As ground and source, God creates as does a mother, in and through her own very substance. As ground of being, God participates in all the joys and sorrows of the drama of creation which is, at the same time, the deepest expression of the divine life. God's unchanging unitary life and that of the cosmos' ever-changing, dynamic multiplicity ultimately reflect a single unitary reality
***

לגבי דעם אז סייקעדעליקס זענען עפראָדיזיעקס און שטארקן תאוות המשגל, איז דא אַן ארכיאלאגישע שטודיע אז מ'האט געטראפן סייקעדעליק/סייקאָעקטיוו (ערגאַט) קאַמפּאַוּנדס ביי א במה אין עיר גת מהפלשתים. און טאקע פון דארט איז (שמואל א יז כד) והנה איש הבנים עולה גלית הפלשתי שמו מגת. וידוע דרש הגמרא בסוטה מב: מזה הפסוק על אמו ערפה ע"ש.
דורך מי אני
מאנטאג פעברואר 05, 2024 3:36 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

מי אני האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:11 pmאז איך האב צוגעברענגט שוואנצונעס בזה, האב איך געקלערט אז דאס איז א שטיקל ראיה צום רעיון פון דעם אז די פראבלעם פון אמונה איז נאר ביי ״האומר״. והיינו, ווייל ווי ערווענט אפאר מאל אין שטיבל (דאכט זיך מיר אז ס׳איז אמאל אפילו געווען א גאנצע אשכול דערוועגן), איז די פענאמענאן פון ״שוואנצאנעס״ בעצם מער-ווייניגער דא אין אלע חסידי׳שע הויפן. אבער דאך ברענגט דאס וואס הר״מ האגער טוהט, פי כמה מער איבל און אפשיי ביים אלגעמיינעם געזעלשאפט ווי אנדערע. און דאס איז ווייל ער זאגט דאס אפען און גראב ארויס. ער איז א ״האומר״ דערביי.

און מ׳קען דאס זעהן בסתם. ווייל פאר אַן אלגעמיינעם סטיריאָטיפּעקעל חסיד/חרדי, וועלכע פון די צוויי וועט אים ברענגען מער איבל? דער איד וועמען ער ווייסט פאר א פאקט גלייבט אין גארנישט, אבער דאך (מאיזה סיבה שהיא) היט און איז מדקדק בתורה ובהלכה אפילו בינו לבין עצמו? אדער דער וואס גלייבט שטארק אבער איז א ״קל שבקלים״ בשמירת התורה והלכה? איך האב טאקע נישט געמאכט קיין אנקעטע דערויף, אבער לענ״ד גלייב איך אז ס׳איז דער צווייטער וואס ברענגט מער איבל ביי פרומע מענטשן. והיינו נמי טעמא מיט די איבל אויף הר״מ האגער.
דא האט @כרם זית געשריבן לגבי דעם:
כרם זית האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:25 pmהכל יודעים כלה למה נכנסה לחופה, אלא כל המנבל את פיו אפילו חותמין עליו גז"ד של שבעים שנה לטובה הופכים עליו לרעה (שבת לג.).
איז לגבי דעם קשר בענין משגל ואלקות, האב איך דא צוגעברענגט פון דר. לאָראַ קוויק, ווי זי ברענגט צו פון אקאדעמיקער, אז די תיבת ״זנב״ בפסוק (איוב מ יז) יחפץ זנבו כמו ארז גידי פחדיו ישרגו, איז א כינוי לאבר המשגל שלו. וכן פירש המלבי״ם שם (והרבה מפרשים שם פירשו דתיבת ״פחדיו״ שם היינו ביציו) ע״ש. וידוע אז ״שוואנץ״ איז א סלענג לאבר התשמיש. וממילא איז עס טאקע כל המנבל את פיו, ובפרט וואו מ׳וויל דאס מקשר זיין מיט די עפּאַטיִאוסיס און פארגעטערונג פון א מענטש, וואס אלקות האט א שייכות מיט׳ן ענין פון משגל וככל הנ״ל.

און מיט דעם פארשטייט מען פארוואס דער ישועות משה זצ״ל איז געווען קעגן דעם ווארט. ולכאורה וועלן זיי זיך מוזן פארלאזן אויפ׳ן ט״ז ביו״ד סימן קכד ס״ק א אז ס׳איז נאר דא די פראבלעם פון ניבול פה ווען ער האט א כוונה לענין זנות וערוה ע״ש. דא איז עס נאר לענין (חשש) ע״ז, הגם אז די כוונה לע״ז קען טאקע זיין א שוגג, וכמאמרו של השבט לוי.

און אז @כרם זית ברענגט דאס ארויס, קען מען דאס מרמז זיין אז ווען שמשון׳ס פלשתי שווער האט צוגענומען פון שמשון זיין ווייב און איר געגעבן פאר א צווייטן, זאגט דער פסוק (שופטים טו ד-ה) וילך שמשון וילכד שלש מאות שועלים ויקח לפדים ויפן ״זנב אל זנב״ וישם לפיד אחד בין שני הזנבות בתוך, ויבער אש בלפידים וישלח בקמות פלשתים ויבער מגדיש ועד קמה ועד ״כרם זית״…

ומן הראוי לציין צו וואס דער תולדות שרייבט בפ׳ לך (עפ״י הבעש״ט):
כי מבשרי אחזה שאבר המשגל הוא מבחר התענוגים, שהוא אחדות שנתחבר דכר ונוקבא, ומן הגשמי יבין תענוג הרוחני כשמדבק את עצמו באחדותו יתברך שמו שהוא שורש כל התענוגים וכו׳.
***

בנוגע דעם געדאנק פון אדם נפעל כפי פעולותיו, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן אז דר. העלען דע קרוז שרייבט אז זי האט דורכגעפירט א סורוועי וואס צייגט אז פילאזאפן וואס ספּעציאליזירן זיך אין די (אנאליטישע) פילאזאפיע פון רעליגיע, וועלן טרעפן ארגומענטן פאר און קעגן טעאיזם שטערקער ווי אנדערע פילאזאפן. און דאס איז אפגעזעהן צי די פילאזאפן זענען טעאיסטן אדער אטעאיסטן - אטעאיסטן בתוך דעם פעלד וועלן האלטן, לדוגמא, אז די קאסמאלאגישע ארגומענט איז בעצם א שטארקע, בשעת טעאיסטן בתוך דעם פעלד וועלן אויך האלטן, לדוגמא, אז די ארגומענט פון דיוויין באהאלטענקייט קעגן מציאות הא-ל, איז א שטארקע.

אבל עיין כאן במה שהבאתי מדר. עריק שוויצגעבעל ודר. יהושע ראָסט לגבי עטיקס.

***

דר. קאטארינא דוטיל נאָוועס שרייבט אז עס זענען פארהאן פיר מעטאדן אין ווי אזוי מ׳טוהט פילאזאפיע און מ׳טוהט דורך פילאזאפישע שאלות:

1). קאנסעפּשועל אנאליז - דאס איז די עלטסטע סארט דרך בפילוסופיה, און איז ווען מ׳צונעמט א קאנצעפּט וכלל לחלקים ופרטים, און מ׳איז זיי מגדיר אא״וו, און מ׳זעהט די השלכות וחילוקים היוצאות ממנה לפי״ז און וואו זיי באלאנגען אא״וו (לדוגמא, אט דאס וואס זי טוהט דא מיט׳ן צוטיילן און מגדיר זיין די מעטאדעס בפילאזאפיע)

2). פארמאל - דאס איז ווען מ׳טייטשט (שוין) אריין די קאנצעפּטן וכו׳ אין לאגישע שפראך, און מ׳טוהט דאס דורך עפ״י כללי הגיון והכרח ואפשרי וכדומה

3). היסטאריש - דאס איז ווען מ׳גייט נאך די אנטוויקלונג פון א פילאזאפישע רעיון און קאנצעפּט צו ווען עס האט זיך אנטוויקלט און איר היסטארישע קאנטעקסט, וואס דאס קען געבן א הסבר אויף פארוואס עס איז אזוי און טעותים וואס קענען ליגן דערין

4). עמפּיריש - דאס איז ווען פעלדער במדע והוכחות חושיות האבן וואס צוצוגעבן צו א פארשטאנד אין פילאזאפישע מושגים. ווי למשל די פעלד פון ניוראלאגיע צו די פילאזאפישע געדאנקן פון קאַנשׁעסנעס שכל והנפש

זי זאגט אז אז עס באדארף צו זיין א קאַנדזשאָנקטיוו מעטאדאלאגישע פּלורעליזם אין דעם פעלד פון פילאזאפיע, וואו מ׳נוצט אלע מעטאדן צוזאמען ביחד.

די קאנסעפּשאן איז לכאורה שייך לטעאלאגיע אויך.
דורך מי אני
מוצ"ש יאנואר 20, 2024 7:09 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

דאס זאגט דאך דר. שׁענא סוואַן סתם אזוי לגבי די זרע פון זכרים (ואולי איז דאס העכערונג אין דאס וואס מ'נעמט די באשטיינדלען א חלק פונעם טעם). ועיין סתם אזוי באשכול זו ובאשכול זו.

ומאידך גיסא הא'מיר דאך צוגעברענגט אז די באשטיינדלען זענען דאך עפראָדיזיעקס וועלכע הייבן די תאוות המשגל. איז קען זיין אז זיי שאטן פאר די קוואליטעט ואיכות פון די זרע וכו', אבער זיי ברענגען דערצו אז מ'זאל וועלן געבן מער דערפון בכמות...

ואגב, אז מ'איז מקשר סייקעדעליקס מיט נבואה ועבודה, און דאס שטארקט דאך די תאוות המשגל, איז דאס וואס קען ליגן אונטער דעם וואס מ'טרעפט די געדאנק פון (מעגליכע) "הייליגע" זונות וזנות ביי עבודה ובמות בתקופת הברזל. ‏(עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ביי די במות בא״י מימי תקופת הברזל וואו מ׳האט געטראפן די קאַנאַבּיס, האט מען געטראפן אז דאס איז געווען געבאקן אויף צואה. ועיין בספר יחזקאל בפרק ד בפסוק יב ופסוק טו.)

דר. ריק סטראַסמאן שרייבט אז בעצם טוהט די גוף ‏אליינס פראדוצירן די סייקעדעליק מאלעקיול פון DMT הנמצא באייאוּוואַסקאַ. ולכן ביי נביאים קען זיין אז זייער גוף האט עס פראדוצירט אזוי (אזא סארט מיוּטעישאן) אז זיי זאלן צוקומען לענין נבואה, כאילו מ׳נעמט סייקעדעליקס מחוצה. ועיין כאן וואו עס איז דא א השוואה צווישן סייקעדעליק סטעיטס און רעליגיעזע עספּיריענסעס. דר. סטראַסמאן זאגט אז די מיוטעישאן קען זיין ע״י הקב״ה (בלשון מושאל) אזוי ווען ער איז בוחר אין דעם מענטש בנבואה. ואולי קען דאס זיין פשט בדברי הרמב״ם במו״נ ח״ב פל״ב, פון א נאטורליכע ראציאנאלע פּערספּעקטיוו, אז אפילו א חכם המכין עצמו לנבואה, איז אבער דאך יתכן אז ער זאל נישט מנבא זיין ברצון הא-ל ע״ש (ועיין בלחם משנה בהל׳ יסודי התורה פ״ז ה״א). און ער דארף זיין א חכם מעיקרא אז די מיוטעישאן זאל אים ברענגען צו טיפע אינסייט ונבואה ‏בכור המבחן של שׂכלו, און נישט סתם (סקיזאפרעניק) העלוסינעישאנס אין די וועלט אריין.

*

ולגבי דעם אז נבואה איז מיוסד אויף וואס ס'איז שוין דא מעיקרא אינעם שׂכל פונעם מענטש און זיינע עקספּיריענסעס, איז מוצ"ש האב איך גענומען 35 מ"ג קאַנאַבּיס. זייענדיג אויף דעם האב איך אויסגעהערט די רימיקס פון סעבּאַסטיען בּאָהם אויף די באקאנטע "סוויִט דריִמס" ניגון פון די 80's "סוויִט דריִמס" פון יוּריטמיקס. איך האב געהאט געהערט די ניגון עטליכע מאל אלס קינד אזוי בעקיפין, וממילא האב איך מורא'דיג קאנעקטעד צום רימיקס בשעת'ן זיין "הויך" (בפרט ביי די חלק). כ'האב דאס אויפצומארגענס געלאזט הערן פאר מיין 15-יעריגער זוהן, וועלכער (אלס טינעידזשער) גלייכט DJ און בּיעטס וכדומה. ער האט אבער נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך "vibe" אזוי מיט די ניגון, מ'האט שוין געהערט אזאנס. דאס איז פשוט וויבאלד איין מענטש האט נישט די עקספּיריענסעס פון א צווייטן, וככל הנ"ל.

***

די גמרא בב״ק עט: נוצט די אויסדרוק וואס יחזקאל הנביא דערמאנט (יחזקאל ח יב, שם ט ט) עזב ה׳ את הארץ, אין א בּיהעיוויארעל קאנטעקסט; אזוי ווי יחזקאל הנביא אליינס נוצט דאס. והיינו, ווי די גלויבונג איז פועל על התנהגות האדם להרע ע״ש. ואולי קען דאס זיין דאס וואס די רמב״ם איז זיך מתבטא במו״נ ח״ג פי״ז כנגד דעת אפיקורוס היווני בהשגחה אז עס איז די גלויבונג פון ״עזב ה׳ את הארץ״. והיינו, אז די פראבלעם מיט די דעה איז אז מ׳דארף דאס אפווארפן אלס אַן אמונה הכרחית, מכח דעם וואס ס׳קען פועל זיין על ההתנהגות; וואס דאס איז די קאנטעקסט וואו די אויסדרוק ווערט גענוצט.

ומענין לענין באותו ענין בקשר בין עניני משגל ועד נבואה אלוקית, טרעפט מען שוין דעם געדאנק פון שטארקע עניני משגל אפילו בנבואה ובנבואת יחזקאל. וכדברי דר. דוד זוקער און דר. משה רייס אויף די פרקים טז וכג בספר יחזקאל:
His words there straddle the divide between misogyny and outright pornography
ועיין כאן. וידוע המשנה במגילה פ״ד מ״י ושם בדף כה: וואו ר״א האט טאקע נישט געוואלט מ׳זאל דאס לערנען. ‏ולפי״ז אז די פראבלעם מיט׳ן לערנען די פרק איז ווייל עס איז (אויך) מרמז לביקורת אויף פון וואו אידן שטאמען, פארשטייט מען שוין פארוואס מאנכע האלטן אז ביקורת המקרא קען גאר ערגער ווי פּאָרנאָגראפיע.

***

לגבי ביקורת המקרא און ווי פרשנות טוישט זיך, שרייבט דר. מאַרק צבי בּרעטלער:
As both a scholar and as a Jew, however, I recognize that the Bible interpreted has been central to Jewish tradition, and that often what it means in a later period is not identical to what it once meant

To me, this is part of the beauty of the Bible within Judaism — the manner in which, through interpretation, it takes on ever-new meanings, remaining ever-relevant. But it is crucial for scholarship to recognize the difference, and frequently the distance, between means and meant — and, for those of us who are both scholars and committed Jews, between meant and what I wish it meant
***

ולגבי הרב דר. שמואל לעבּענס' געדאנק אז די וועלט וכל היקום איז בתוך די "שכל" פון "ג-ט", זאגט דר. לען גודמאן אז די געדאנק וואס דער רמב"ם ספראוועט זיך בהמו"נ, איבער התיחסו של אלוק הבלתי מוגבל להעולם המוגבל וכו', איז טאקע דומה צום מיינד-בּאַדי פראבלעם, אין וויאזוי די נפש הרוחני איז פועל און זיך מתייחס צום מח וגוף הגשמי.

ואגב, דר. פרענקאָ וואַזאַ און דר. אַלבּערטאָ פילעטי צייגן טאקע אויף ענליכקייטן אין וויאזוי די ניורעל נעטווארקס אין א מענטשליכע מח׳ס דענסיטי וכו׳, זענען ענליך צום נעטווארק און פארשפרייטונג פון שטערענס וחומר וכו׳ אין ספּעיס און די קאַסמאָס. ועיין כאן איבער דאס אז די דזשיאמעטריק מיִען פונעם גרעסטן מאס לענג וואס מ׳מעסט, דעם האָבּל לענג [אזוי גרויס ווי 14.4 ביליאן ליכט-יארן], און דעם קלענסטן מאס לענג וואס מ׳מעסט, דעם פּלאנק לענג, קומט דאס אויס צו דאס בערכ׳דיגע גרויסקייט פון א יוּקעריאָט צעל; די צעל וועלכע שטעלט צאם דאס לעבן פונעם מענטש ובע״ח.

לגבי דר. גד פרוידענטאל'ס שאלה צי כהיום וואו די אַריסטאטעליען הנחות זענען אפגעפרעגט, צי די מורה האט נאך אלס א ווערט? זאגט דר. גודמאן:
The idea that divine causality is not just a matter of mechanical causation, that's eternal. The problem of evil is a problem we still grapple with, and what Maimonides has to say about it is still germane. The problem of the possibility of Revelation, how can we know God and how could God know us, these are perennial problems. And on problems like that we still profit from Maimonides - the method that he uses of taking the text seriously enough that you're you're not playing games with it and trying to make it mean whatever you want it to mean, but seeing levels of depth in the text - that's still going on
דר. גודמאן דינגט זיך בכלל מיט די הנחה פון דר. ליִאוׂ שטראַוּס און אנדערע אז דער רמב"ם האט מסתיר געווען זיינע אמת'ע דיעות. ער האלט אז דער רמב"ם האט גערעדט באהאלטן כדי צוריקצוהאלטן דער וואס יאגט זיך צי שנעל אריין אין די עניני אלהיות. ער דינגט זיך אויך מיט דעם אז דער רמב"ם האט נישט געהאלטן אז מ'קען זאגן "אמת ושקר" אויף מאראלישע פּראַפּאַזישאנס.

***

ולגבי דעם געדאנק פון ״האומר״ שאין וכו׳, זאגט דר. תמרה מאָרסעל-אייזענבערג לגבי ההתייחסות של הרבנים באותה תקופה של פולמוסו של היעב״ץ נגד ר׳ יהונתן אייבשיץ:
As some historians have shown, many of the sort of establishment rabbis were not at all keen on rooting out heretics if they weren't openly breaking Jewish law or openly associating with Christianity or Islam, depending on the kind of heresy we're talking about - they'd rather not create any issues
אין אנדערע ווערטער, מ׳קען באטראכטן אז אפען זאגן און האלטן ״שוואנצאנעס״ איז ערגער ווי זיין א באהאלטענער שבתאי בדעת גרידא.

***

בנושא האשכול, האב איך דא צוגעברענגט אז דר. האַוּערד איילבערג-שווארץ טענה'ט אז דאס וואס האט געשטופט יהדות צוביסלעך אָנצונעמען אי-הגשמת הא-ל איז דאס אז ג-ט איז באטראכט געווארן ווי א זכר. והגם דאס האט טאקע מחזק געווען דעם פּאַטריאָרכישען אויסשטעל פון דאס געזעלשאפט וואו זכרים זענען די עיקר, האט דאס אבער מאידך גיסא באדייט אז וויבאלד אין תנ"ך האט ג-ט/ער נישט קיין בת-זוג נקיבה, אזוי ווי די ארומיגע געטער פון כנען, זענען עם ישראל זיין בת-זוג, ווי ארויסגעברענגט במשלי הנביאים. דאס האט באדייט אז אדער זענען אפילו די זכרי ישראל אויך בבחינת נקיבות ותשש כוחם כנקיבות לגביו, אדער אז די עיקר פון עם ישראל זענען די נקיבות און זייער רילעישאנשיפּ צו ג-ט. דאס האט געברענגט א שוואכקייט אין די מעסקיוליניטי פון די זכרי עם ישראל און האט געהאט האָמאָעראטישע קאנאטעישאנס וואס איז געווען א פראבלעם אין די פּאטריארכישע געזעלשאפט וואו דאס איז געווען אסור און גאר אראפגעקוקט. דערפאר זעהט מען קיינמאל נישט וואו מ'דערמאנט ג-ט אלס זכר וגיבור וכו', וואו מ'זאל דערמאנען די אבר זכרות - די טענשאן וואס זיי האבן געהאט פון די גאנצע געדאנק. דאס האט צוביסלעך געשטופט סיי דאס אוועקגיין פון ג-ט אלס א גוף בכלל, און סיי דאס מער מאַרדזשינעלייזן פרויען אין זייער קולטור, ווי אויך דאס׳ן ממאס זיין במשגל און ציהען צו מער אסעטיסיזם.

ווי ער הייבט אָן זיין בוך:
Monotheism.jpg
עיין במו"נ ח"א פכ"ו ופמ"ו-מ"ז פארוואס ס'ווערט נישט דערמאנט ענין אכילה ושתיה ומישוש אצליו ית', ווייל דאס ווערט פארעכענט ווי א חסרון אף אצלינו ע"ש. וכן הוא בזה (אליביה). וידוע אז בקבלה קען מען יא טרעפן קלאנגן דערפון.

(ועיין כאן.)
דורך מי אני
מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 8:36 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

דער תולדות שרייבט בפרשת יתרו אז להרמב״ם וואס רעכענט אנכי ה׳ אלס א מצות עשה, גייט האלטן ווי ר׳ יוחנן בסנהדרין קיא.
לכן הרחיבה שאול נפשה ופערה פיה לבלי חוק (ישעיה ה יד), אמר ר"ל למי שמשייר אפי' חוק אחד, א"ר יוחנן לא ניחא למרייהו דאמרת להו הכי אלא אפי' לא למד אלא חוק אחד
און ווי דער רמב״ם שרייבט בפי׳ המשניות בסוף מכות (ג טז):
מעיקרי האמונה בתורה, כי כשיקיים אדם מצווה מתרי״ג מצות כראוי וכהוגן ולא ישתף עמה כוונה מכוונת העולם בשום פנים, אלא שיעשה אותה לשמה מאהבה כמו שבארתי לך, הנה זכה בה לחיי העולם הבא.
וויבאלד דאס גייט ביחד מיט דאס וואס ער האלט אז אנכי ואמונה איז א מצות עשה פאר זיך. וז״ל:
ונראה לי דיצא להרמב"ם זה מדמצינו שלא אמר רק מצות עשה א' במפורש אנכי ה' אלקיך, והיינו לכוונה זו דגם בקיים מצוה אחד כראוי סגיא. ובאמת יש סברא ברורה לזה עפ"י החקירה שכתבו הראשונים בראוי לידע סוד אחדותו ית', כי בכל מקום שאני תופס ואוחז בקצה וחלק מחלק האחדות הרי אני תופס כולו, וכן שמעתי ממורי, והבן. והנה מאחר שהתורה והמצות נאצלו מעצמותו ית' שהוא אחדות האמיתי, א"כ כשמקיים מצוה א' על מכונה ובאהבה שהוא הדביקו בו ותפס במצוה זו חלק האחדות, א"כ כולו בידו כאלו קיים כל המצות שהם כללות אחדותו פרצוף שלם כביכול וכ"כ בזוהר [נשא דף קכ"ד] דמקיים מצוה א' על מתכונתו סגי, וכיון הרמב"ם לדעת חכמי האמת ברוח קדשו גם שלא ראה חכמה זו כשכתב ספרו הנ"ל כנודע.

אך דכל זה א"ש לשיטת הרמב"ם דס"ל אנכי הוא מתרי"ג מצות אז י"ל כנ"ל שהי' לכוונה זו להודיענו אהבתו כי בא' מתרי"ג ג"כ זוכה לחיי עה"ב וכמאמר ר"ח ה' חפץ למען צדקו וכהרמב"ם.

אמנם כשתדקדק לשון הרמב"ם במה שכתב שיעשה מאהבה וכו' אז תראה בעין עיונך כי אמונה היא האהבה שהוא שורש הכל. ומעתה לא נפלאת ממך להבין איך יש מקום לדבק את נפשו בשרשו ע"י אמונה ואז במצוה א׳ שיש בו אמונה ואהבה זוכה ע"י לחיי עה"ב.
עכ״פ זעה מיר ווייטער די געדאנק אז ״אמונה״ איז פשוט דביקות אין א טרענסענדענט ״העכערס״, וואס אימער דאס מיינט אדער נישט. און די געדאנק ווי אזוי דאס מעניפעסט זיך איז בּיהעיוויארילי ע״י קיום המצות, און דאס איז ווי אזוי ״בכל מקום שאני תופס ואוחז בקצה וחלק מחלק האחדות הרי אני תופס כולו״. ווייל אנדערש איז דאך להרמב״ם די שלימות דערין ווי ווייט מ׳פארשטייט אז מ׳איז נישט תופס דערין גארנישט. (וואס טאקע צוויי פסוקים פאר די פסוק אין וועלכע ר״ל מיט ר׳ יוחנן קריגן זיך, שטייט ״ואת פעל ה׳ לא יביטו ומעשה ידיו לא ראו.״)

***

ולגבי דעם אז עצמותו של הקב"ה איז חכמה, שרייבט דער רלב"ג במשלי (ו חי) בתועלת החמישי:
להודיע שכמו שנוציא החכמה מאלו הדברי׳ השפלים בחקרנו בהם למה היו במה שהם עליו מהמציאות ונוציא התבונה מהגרמים השמימיים בחקרנו בהם לפי מה שראוי, כן שפע מציאותם מחכמת הש״י ותבונתו, ולזה נדבק בזה האופן בחכמת הש״י ותבונתו דבקות מה, אשר החכמה והתבונה ההיא היא עצמותו ית׳, וכבר בארנו זה והתרנו הספיקות הנופלות בו בראשון ובה׳ מספר מלחמות ה'.
ואגב, אז מ'האט מקשר געווען ענין משגל מיט מעטאפיזיקס, איז דער רלב"ג מפרש שפעטער אויפ'ן פסוק (לא ג) אל תתן לנשים חילך:
כי רוב העסק עם הנשים יסיר האדם מהשקידה על החכמה ויהיה לבו שוגה בהם תמיד, ולא יהיו דרכיך למחות העצות והמחשבות הרבות אשר יצטרכו למי שירצה לחקור בחכמת מחקר ראוי, ואמר זה כי ההתמדה עם הנשים תמנע התישבות באלו המועצות והמחשבות.
***

דר. משה הלברטל און דר. אבישי מרגלית שרייבן בנוגע דעם געדאנק פון "האומר" ביי עניני אפיקורסות, און די געדאנק פון הוכחות ולידע מציאות הא-ל במשנתו של הרמב"ם:
The first commandment, "I the Lord am your God" (Exodus 20:2), is interpreted by Maimonides as a positive commandment (The Book of the Commandments). It is not clear whether this is a commandment to believe in the existence of God or to know of his existence. It is also unclear whether Maimonides thought that it is possible to command belief or whether he thought the commandment is to declare one's belief. Maimonides himself declared his total faith in principles such as the resurrection of the dead and the coming of the Messiah, which he did not believe (or at least did not believe literally). He considered it important to make these declarations as a sign of belonging to the religious community

Be that as it may, the question is whether Maimonides considered it a requirement to believe or to know. The distinction here relates to the seriousness of the requirement. Thus there is nothing absurd in a teacher's demand that her class know the proof of the Pythagorean Theorem by next week, but it would be ridiculous for her to demand that they believe the Pythagorean Theorem by next week. Knowing can be interpreted as acquiring a procedure, such as a proof, that is within the control of a person who is capable of understanding it. Indeed, Isaac Abarbanel interpreted Maimonides' requirement as a requirement to adopt a procedure. In their Aristotelian context, knowledge and belief both constitute making a judgment about the truth of a proposition, with the difference being that knowledge is making a judgment on the basis of proof Proof in the Aristotelian sense means categorical proof — that is, not only a valid deductive proof in which the truth of the premises necessitates the truth of the conclusion, but also one in which the truth of the premises is self-evident. The premises acquire their self-evidence either by relying on observations that cannot be denied or by being based on principles that are clear to the intellect. Therefore a person who has adopted the proof and understands it is not only logically but also psychologically compelled to believe the truth of its conclusion. If he denies the conclusion, this means that he did not understand the proof. Not everyone is capable of understanding proofs, but everyone is capable of voluntarily accepting the authority of the person presenting the proof

All this can be ascribed to Maimonides in a fairly unforced reading. However, Maimonides' standpoint concerning proof is far from being clear, especially since the issue under discussion is the proof of God's existence, which relies upon the premise that the world was created ex nihilo, and this premise is not self-evident in Maimonides' opinion. Therefore the proof of God's existence is hypothetical rather than categorical, not to mention the problem that according to the theory of negative attributes it is not even valid because it suffers from duality of meaning in all its premises
ולגבי דעם חילוק צווישן "להאמין בְּ__" און "להאמין שֶׁ__" (און די געדאנק פון "אמונה פשוטה"), שרייבן זיי:
It is our opinion that "belief in" cannot be based on "belief that." This is not only because it would entail the loss of noncognitive elements (such as a warm attitude) in the transition from the sentence "Abraham believes in God" to the sentence "Abraham believes that God exists." Another reason is that propositional complements to "belief that" can provide reasons and causes of "belief in," but sentences involving "belief in" and sentences involving "belief that" are not equivalent in meaning

"Belief in" may have different complements — belief in security borders, in antibiotics, or in Volvos, as well as belief in an idea, such as belief in socialism. Even if the belief in an idea may be broken down into a sequence of propositions that constitute the idea, a believer in the idea is not necessarily someone who is capable of affirming or denying these propositions. Let's say Rita believes in socialism and so does her friend Rosa. Rosa's belief can be translated into a sequence of statements that Rosa would affirm or volunteer. (She believes that the means of production should be owned by society and that all the products of labor should be distributed equally as the fruit of collective social labor, and so on.) Rita's belief is different — it is simpler but more complicated to describe. Rita has a warm attitude toward socialism. She likes the word "socialism" very much, and this attitude includes the entire semantic field connected with that word — phrases such as "equality," "the right to strike," "the solidarity of the workers," and so on. These are "good" words for her. She doesn't know exactly what they mean, but she gets up early in the morning to prepare sandwiches for the strikers and she curses the scabs roundly. She doesn't know what they are striking for, but strikers are automatically in the right. When asked about it, she refers the questioner to Rosa: "Ask her, she knows how to 'speak well.'" Rita is devoted to an idea with her entire simple soul. She believes in socialism even if she is nearly incapable of saying anything about it except that it is good and right. Even if this description is somewhat of a caricature, the world is full of believers of this sort — both religious and nonreligious. Propositions are not generally relevant for the evaluation of their beliefs, and the question of error in their case is not a cognitive question
ולגבי דעם "האומר" זאגט דר. אלעק ריירי אין די לעקציע לגבי "אטעאיזם" אינעם מיטל-אלטער:
Blasphemy depends on shock value which means it's liable to galloping inflation. Even if you're sure that there really is a God, by saying out loud that there isn't, you've peered over a cliff edge. Maybe you're only trying to scare yourself or others and you've got no intention of actually leaping off, but you've looked and you've imagined. You've felt a thrill that isn't purely fear. It doesn't mean that if the cliff ever begins to crumble beneath you you're not going to be entirely unready
דורך מי אני
מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 6:56 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

מי אני האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:23 pmאיך האב צוגעברענגט דעם טייטש בענין (מגילה ז:) מיחייב איניש לבסומי בפוריא עד דלֹא ידע, אז די ווארט "ידע" אליינס איז ר"ת ע'ד ד'לא י'דע, ווייל די געדאנק דערין איז אז תכלית הידיעה שנדע שלא נדעך. און דאס גייט בעצם ווייטער און ווייטער אינפיניטלי, וויבאלד בתוך יעדעס "ידע" איז ווייטער דא אַן "עד דלא ידע", וכן הלאה.
דעם שב"ק האב איך געקלערט אז דער ארחות צדיקים (שער כג) און חת"ס (תורת משה על הגש"פ) זאגן אז "אהי-ה אשר אהי-ה", וואס די שם ווייזט אויף דעם געדאנק אז "ג-ט" איז דאס פּרינציפּ און מחוייב המציאות, איז אז "אהי-ה" פעמים "אהי-ה", 21x21, איז עולה מספר "אמת" [441] ע"ש. ונמצא מזה אז "אך" פעמים "אך", וואס אכין ורקין מיעוטין הן, ווייזט אויף דעם (ירמיה י י) וה' אלקים "אמת". והיינו הרמז, אז איין "אך" נאכ'ן צווייטן, וואס אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות, אט דאס איז די ריבוי פון חכמה להחכם, וכדכתב הרמב"ם בח"א פנ"ט אז ווי מער מ'ווייסט און מ'פארשטייט שולל צו זיין, אלס א גרעסערע חכם איז מען אין דעם. ועוד יותר, איז ווי דער מלבי"ם שרייבט (מלכים א ח ט), איז די כלל פון אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות, מכח די כלל הגיון פון דאָבּל נעגעישאן ע"ש. און ביי עניני טעאלאגיע און "ג-ט",איז דאך דאס נישט אזוי גילטיג, און דאס אליינס איז אויך עפעס וואס מ'דארף אנערקענען.

איך האב געקלערט נאך מער לפי די טייטש בדרך צחות אויפ'ן פסוק (דברים טז טו) וְהָיִיתָ אַך שָׂמֵחַ, אז עפ"י די פתח גנובה איז עס א מיעוט אחר מיעוט: "אַך" שָׂמֵ"אַך". ולענינינו, אז ענין "ג-ט" איז מקור התענוגים (מאור עינים ריש פ' וארא), איז די רמז אז ביי דעם איז ריכטיגע הכרה והשגה מיט ווי מער מ'איז שולל וממעט, און אט דאס איז די הכרה במקור התענוגים ושמחה.

ובזה האב איך געקלערט אז לפי די מכילתא דר' ישמעאל אז די דיבור פון לא יהיה לך אלהים אחרים איז כנגד הדיבור של לא תנאף, אז דאס איז די רמז בהפסוק (משלי ו לב) נואף אשה חסר לב. והיינו "חסר לב", טאמער איז מען מחסר איין אות פון ל', וואס איינס ווייניגער ווי דעם איז אות כ', און איין אות פון ב', וואס איינס ווייניגער ווי דעם איז אות א', ["חסר לב"] איז דאס תיבת "אך", וואס אט די מיעוט איז בהוגע הכרת ענין א-ל וכנ"ל. און דאס איז בתוך דעם ענין וואס דער נועם מגדים (פ' כי תשא) טייטשט (קהלת י ב) לב חכם לימינו ולב כסיל לשמאלו, והיינו אז דער חכם דארף קוקן צו די ״ימין״ פון די אותיות ״לב״, אותיות הקודמות להן, וואס דאס איז ״אך״ והיינו א מיעוט ע"ש.

***
מי אני האט געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:17 pmולכן טאקע, אז "ג-ט" = "מאראל" און = "חכמה", ענדיגט צו דער רמב"ם דער מו"נ (ח"ג פנ"ד) אז הגם "חכמה" לשלעצמה איז מער ווי מדות ומאראל, קען אבער נישט זיין א חכם וואס איז נישט מאראליש, כיון דאחד הם לבסוף (דר. מנחם קעלנער האלט אז דער רמב"ם איז נישט גערעכט געווען דערמיט און ער ברענגט זיך א ראיה פון מארטין היידעגער), ווי אויך פארקערט אויך נישט אז אין בור ירא חטא (אבות פ"ב מ"ה, וע"ש בפיה"ש להרמב"ם).
ומענין לענין באותו ענין, לגבי וואס דער רמב"ם האלט במו"נ ח"א פ"ב אז אויב ליגט מען במפורסמות או תאוות, קען מען נישט ליגן אין חכמה און זיין א חכם (וכעין מה דכתב בהל' איסורי ביאה פכ"ב הכ"א), שרייבט דער קרשקש דארט:
שהרי ראינו כמה חכמים מחוכמים משכילים בכל מדע ימשכו אחר התאוות במאכל ובמשתה ובמשגל ואעפ"כ יהיו מושכליהם רבים עמהם וחכמתם נובעת כמקור מים חיים מלבם על לשונם בכל עת שירצו
און אז מ'האט גערעדט פון קאַנאַבּיס ביחס לחכמה (ומשגל), איז דא א שטודיע וואס צייגט אז קאַנאַבּיס איז אַן עפראָדיזיעק וואס שטארקט תאוות המשגל; דר. טימאטי לירי האט אויך געזאגט לגבי די סייקעדעליק דראָג LSD:
There is no question that LSD is the most powerful aphrodisiac ever discovered by man
און דער קרשקש שרייבט דארט בפ"ב אז די עץ הדעת איז אפשר געווען אזא סארט בוים:
ומה יש הפסד בזה אם נאמר שהדבר הוא כמשמעו, שהיה שם עץ אחד הוזהר שלא לאכול מפריו מפני שיש בטבע אותו הפרי להרבות תאוות המשגל וכן בטבעו כי מי שיאכל ממנו יבחן בין המגונה והנאה, שהנה נראה כי יש סמים רבים מי שירגיל בם תוסיף תאותו תמיד בחוש המביא להולדה
(און אז ס'איז דא אין דעם סיי אַן ענין נבואה און סיי משגל, איז דעריבער בא הרמז אז (במדב"ר כ ט) בלעם פרץ הגדר בענין עריות.)

בשעת'ן האבן גענומען 35 מ"ג קאַנאַבּיס און בשעת'ן מיין דעמאלטס מקיים זיין דעם "וידע" את אשתי, האב איך "געפיהלט" דעם געדאנק פארוואס אריסטו, ובעקבותיו הרמב"ם, האבן גע'טענה'ט אז חוש המישוש חרפה היא לנו און פארוואס דער רמב"ם פארגלייכט אשה צו חומר (מו"נ ח"ג פ"ח). דאס איז וויבאלד איך האב געשפירט אז ווי מער תענוג איך באקום פון די מישוש, פעהלט זיך פאר מיר אלס מער אויס צו גענצליך פורש זיין מן הדעת (א נייעם טייטש אין דעם "נשים דעתן קלות עליהן"), און אט די קאַנאַבּיס האט מיר מער געהאלפן פארלוירן ווערן דערין. נואף אשה חסר לב (משלי ו לב).


***

לגבי דעם אז די עיקר געדאנק באמונות איז זיך אויפפירן כאילו זיי זענען אמת, שרייבן דר. משה הלברטל און דר. אבישי מרגלית:
The voluntary nature of religious belief does not constitute an evaluative difficulty for the view that what is required of us is not belief but acceptance. Acceptance, in contrast to belief, is within our control. We must distinguish between two concepts of acceptance that are relevant to our discussion. According to the first concept accepting a proposition means acting as if it were true, even if the person does not believe that it is really true. The good salesperson accepts the proposition that the customer is always right even if he or she does not believe it. The salesperson is obligated to act as if it were true. It is obviously not a religious ideal that the religious person should only accept the principles of belief in this sense of acceptance, without actually believing them. The religious believer is not supposed to be a salesperson. But the requirement of belief may nevertheless be understood as the minimal requirement of acting resolutely and decisively according to this belief, even without subjective conviction of its truth. (What is especially confusing in the relation between belief and acceptance is the fact that among the commandments of some religions is the obligation to accept the propositions of the form "I believe with total faith that etc
*

יאָהאַן האַמאַן האט געשריבן לגבי אמונה וגעפיהל:
Faith is not the work of reason, because faith arises just as little from reason as tasting and seeing does
דורך מי אני
דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:52 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

דר. וויליאם לעין קרעיג ברענגט צו פון דר. דזשאָרדען פּיטערסאן ווען מ׳פרעגט אים צי ער גלייבט אז ג-ט עקזיסטירט, אז ער האט גע׳ענטפערט:
I don’t think that’s anybody’s business. I think it’s the most private question you can ask someone. But then I would also say that “by their fruits you will know them.”

I’d answer that I’m terrified that there might be. Psalms (111:10) and Proverbs (9:10) state that “The fear of G-d is the beginning of Wisdom.” That’s actually about as true a statement as you can manage in such a short phrase.

My reluctance to answer this question, is because it’s not a well-posed question. It’s too complicated an issue to be dealt with like that. You step in to instant traps just by accepting the question. I’ll show you what I mean. The first thing I would say is what do you mean by “believe”? Do you think that a statement about the existence of “G-d” is something like a scientific theory? Do you think it’s a list of facts? Is it a factual question? Is it a factual question like whether a cup on a table exists or not? What do you mean by “believe”? I’ll stake my life on the proposition that “G-d exists.” That’s the right answer
דר. קרעיג טענה׳ט דארט אז עס איז טאקע יא א טענה עובדית. דר. קרעיג זאגט ווייטער:
Saying, “I’ll stake my life on the existence of G-d”, that sounds very powerful and it’s indeed courageous, is not the same as saying “that you you believe G-d exists”. One of the key questions in the doctrine of faith, is whether or not “faith” entails “belief” that something. There are theistic philosophers that want to disassociate “belief” from “faith”, as odd as that sounds. What they’re trying to do is make room for people who are in doubt about the existence of G-d, but who want to believe in G-d’s existence. And so there is a certain attitude towards belief in G-d called “Pretense Theory”. That is to say, you don’t believe in G-d, but you act “as if” He existed. So, you’re in doubt and you don’t have positive G-d belief, but you will act as though there were a G-d. I don’t want to belittle that, as that can be a very courageous stance, but it’s certainly not the same as believing that G-d exists
***

לגבי דעם קשר פון משגל וטעאלאגיע, זאגט דר. עגנעס קעלארד (צום סוף) אז לפי אפלטון איז עראטעסיזם איז א סארט פילאזאפיע אויף א פארדרייטן אופן. ווי אויך ברענגט זי צו א שיטה, אז ווען אימער מ׳פילאזאפירט איבער עפעס, עפעס כעין באהאלטן וועגן דעם פּערסאנעליטי פונעם פילאזאף קומט ארויס, און אלס צניעות וואס מ׳וויל נישט אז עס זאל ארויסקומען פונעם פּערסאנעליטי בעניני משגל, ווילן טאקע דעריבער נישט פילאזאפן פילאזאפירן איבער עניני משגל.
דורך מי אני
מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 8:14 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

Re: "דו גלייבסט אין ג-ט?"

דר. משה הלברטל און דר. אבישי מרגלית שרייבן במשנתו של לודוויג וויטגענשטיין לגבי "ג-ט":
In Wittgenstein's Tractatus Logico-Philosophicus the world is the totality of facts. This totality does not include as one of its facts the factuality of the world itself, that is, the world being the way it is. We are supposed to see this from the totality; it is not an additional fact. The totality of facts is what we might call fate, since this is the world that it is our fate to live in. The meaning of this world for us is also not another fact among the facts that constitute the world. Wittgenstein calls this meaning God. God cannot be described, because a description requires a way of mapping the constituents of the description onto the thing being described. This cannot be done with the totality of all facts because then we would have another fact that was not included in the totality. But if it is impossible to say anything about God in the sense of asserting a factual proposition about him, it is possible to show the meaning of the world. This step of showing without saying is what Wittgenstein calls the mystic
עס האט קלאנגען פון אבן סינא'ס הוכחה.

ולגבי די קשר פון משגל מיט מציאות הא-ל, שרייבן זיי לגבי ע"ז:
A more promising connection between nature and the deity as mediated by myth and ritual may be found in the idea that paganism expresses an "organic" conception of reality - involving man, nature, and the deity - whose model is s*xual reproduction. In the pagan worldview s*xual reproduction is an accepted method of connection between the gods — this is the source of the importance of female deities and of the existence of goddesses as well as gods. The accepted method of connection between the gods and the world is also s*xual reproduction — for example, through plant seeds, which are seen as the seed of the gods. The connection between the gods and human beings may also be s*xual. The relation between s*x and paganism according to this view is thus not a matter of sexual permissiveness — as opposed to the s*xual zealotry of the monotheistic religions — but an internal relation that touches the ideological essence of paganism. Myth in this view is an epical expression of an organic reality whose model is s*xual reproduction. This view of idolatrous s*xual intercourse was transformed by the monotheistic religions into verbal intercourse. Between God and the world there is an abyss that God bridges by "verbal" rather than "s*xual" intercourse
***

לגבי דעם ענין פון הסכמה וואס מאכט הלכה וגעזעץ, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן ווי דר. אלכסנדר בּראָדי שרייבט בנוגע די טעאלאגן דזשאַן מעיר און דוד קרענסטאן:
Cranston argues that theologians have been writing commentaries on Peter Lombard’s Sentences, commentaries similar in style to Mair’s, for three centuries and that “Error shared makes law”. This latter dictum, which is to be found in Roman law, means in part that a practice, initially erroneous or even illegal, could eventually achieve legality partly in consequence of the endless repetition of the practice. On this basis, the theological practice which has been ongoing for three centuries, and is well-represented by Mair’s commentary, began as errorful practice and was eventually transformed into something lawful only because so many theologians perpetrated the same error
מ׳קען דאס באטראכטן ווי טעותים אין טעאלאגיע ווערן פונקט אזוי ״אמת״, אדער עכ״פ ״מותר״, ווען עס ווערט נתקבל.

ער שרייבט אויך:
Cranston makes an interesting distinction: “Some prefer the Bible and easier parts of theology, others obscure and complicated calculations.” It is not at issue that Mair is at home in the “obscure and complicated calculations.” He is a man of faith who is also a theologian and a formidable logician, a fidelis quaerens intellectum, and he believes both that, on many issues in theology, understanding requires immense effort and also that the effort can give rise to a spiritually valuable outcome. One way to demonstrate that this outcome is achievable via logic and philosophy, perhaps the only way, is to engage in that kind of theology. Mair engaged in it and, having done so, he was then content to leave it to others to judge whether such writing did indeed deepen both understanding and faith. For many people Mair’s writing will not have that effect; but Mair’s work is not directed to the many but to the few who are like him. Among the few, however, there will be preachers who will take the task of promotion of the faith to their congregations and whose sermons, informed by the teachings of the traditional theologians, might indeed reinforce the faith of the faithful. As David Cranston affirms: “For they who fittingly write what is to be preached, do not preach by their own mouth, but by the mouth of all those whom they have taught and not just in one century but in as many centuries as their doctrine has stood”
***

ולגבי די חילוק, ארויסגעברענגט אין מערערע במקומות בהאשכול, צווישן זאגן "ניין" אדער "נישט-יא", איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן פון דר. ערליִן דזשעניפער עשוואָרט לגבי לאגיק און סעלף-רעפערענץ בסוף ימי הביניים:
Petrus Tartaretus, Jodocus Trutvetter and Thomas Bricot distinguished between affirmative and negative propositions. Two conditions must be satisfied before an affirmative proposition can be said to be true. That is, it must signify things to be as they are and it must not falsify itself. A negative proposition, on the other hand, is true just in case either it signifies that things are not as they are not, or it has a self-falsifying contradictory. This distinction between affirmative and negative propositions has important results. Rather paradoxically, it means that "This is false" and "This is not true" have different truth-values when they are both self-referential; and indeed it turns out that all propositions which formally signify themselves to be false are false; and all propositions which formally signify themselves not to be true are true. This is because the first group are affirmative and have to satisfy two conditions for truth, whereas the second are negative and have to satisfy only one condition
ואולי קען מען דערמיט טייטשן (ירמיה י י) וה' אלקים אמת, וחותמו של הקב"ה אמת (שבת נה.). והיינו, ווייל ביי דעם געדאנק פון "ג-ט" זאגט מען דערויף "נישט-יא" אפילו פון א טעאיסטישן מבט וככל הנ"ל, וואס ביי דעם, ווען מ'זאגט דאס אויף זיך אליינס, וואס אלעס איז דאך אלקות ומציאות הנובע פונעם גרונט דערפון, איז דאס "אמת", לעומת ווען מ'זאגט "ניין". און דאס איז וויבאלד עס דארף נאר נאכקומען "איין" קאנדישאן לעומת צוויי ביי די "ניין" - והוא לרמז על ענין "אחדות".
דורך מי אני
דינסטאג סעפטעמבער 19, 2023 10:21 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

לגבי א השוואה צווישן משגל וענין אלקות, האט עפּיקטיטוס גענוצט דאס וואס מ׳טרעפט משגל בהבריאה, אלס א משל פאר די ארגומענט פון דיזיין להוכיח מציאות ההשגחה; דאס איז פון די גאנץ פריע וואס מ׳טרעפט דאס אלס א לאגישע ארגומענט (ער האט געלעבט בערך ביים חורבן בית שני). ער האט דאס צוגעגליכן צו דעם וואס א פועל שאפט בכוונה א שווערד זאל קענען אריינגיין בתערה כמכחול בשפופרת:
Do not male and female and the desire of union and the power to use the organs adapted for it - do not these point to the craftsman?
***

אז מ'האט גערעדט פון אינפיניטי און דעם אינפיניטי סימבּאל, ∞, איז אינטרעסאנט צו דערמאנען בּערנאָלי'ס לעמניסקעיט. דאס איז בתוך דעם געדאנק פון א פּעדאל קורוו אין דזשיאמעטרי. והיינו, אויב האב איך א סירקעל צו א קורוו וכדומה און איך מאך א פונקט דערויף. דערנאך מאך איך א גראדע ליין וואס רירט אָן דעם פונקט אויף דעם סירקעל און איז טענדזשענט דערצו. דערנאך מאך איך א פונקט ערגעץ אינדרויסן פונעם סירקעל. דערנאך מאך איך א גראדע ליין דורך דעם וואס איז בערב צום פריערדיגן ליינס שתי, עס איז פּערפּענדיקולאר דערצו, און עס גייט דורך אזוי דעם פריערדיגן ליין. דערנאך דריי איך דעם ערשטן פונקט אויף די סירקעל/קורוו ארום דעם, מיט די באהאפטענע שתי וערב ליינס. דאס וואס די אנדערע פונקט שטעלט אויס, איז די פּעדאל קורוו פון אט דעם ערשטן קורוו.
פעדאל.jpg
בּערנאָלי'ס לעמניסקעיט איז ווען איך מאך א פּעדאל קורוו פון א הייפּערבּאָלאַ און וואו איך מאך פונקטן אויף ביידע זייטן פונעם קורוו, און אזוי צוזאמען שלעפט דאס דעם טענדזשענט ליין פון א פונקט (ביים אָרידזשין). עס קומט אויס אז עס שאפט דאס אויסזעהן פון א ∞.
21.jpg
22.jpg
איך האב געקלערט אז עס איז ידוע אז די ענדגילטיגע פארעם פון די יוניווערס קען אדער זיין רינדעכיג מיט פּאזיטיווע קוּרוועטשוּר, וואס דאן איז דאס נישט אינפיניט, עס קען זיין פלאך, וואס דאן איז דאס מעגליך אינפיניט (וואו ווייט מ'קען אבזערווירן איז דאס טאקע בעצם פלאך), אדער הייפּערבּאליק מיט נעגאטיווע קוּרוועטשוּר (כעין א זאטל) וואס דאן איז דאס זיכער אינפיניט. ולכן, אויב איז דאס הייפּערבּאליק ווייזט דאס דאך צום אינפיניטי סימבּאל. (אויב איז עס "פארמאכט" מיט פּאזיטיווע קוּרוועטשוּר, קען דאס האבן השלכות לגבי א ראציאנאלע אפטייטש בתחיית המתים, לפי דער פיזיקער דר. פרענק טיפּלער.)

ובנוגע "ג-ט" ואלקות קען מען זאגן אז דאס איז א רמז אין דעם אז ער/דאס ווערט מכונה (ב"ר סט ח) אלס "מקומו של עולם". והיינו, להראות אויף אט דעם געדאנק פון אינפיניטי ב"מקומו" של עולם, וואס "ג-ט"/דאס פּרינציפּ פון עקזיסטענץ ומציאות איז אינפיניט ובב"ת.
דורך מי אני
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 7:45 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

דער מלבי"ם שרייבט על איוב (יא ח-יב):
כי הנה יש שני דרכים בהשכלה:

א) דרך ההפשטה,

ב) דרך ההגבלה,

ולהשיג את ה' צריך ללכת בשניהם עד בלי תכלית, כי בדרך ההפשטה צריך שיגיע בהפשטתו עד האחד המיוחד בתכלית הפשיטות, ואין כח בשכל האדם להשיג השגה גבוה כזו, ועז"א "גבהי שמים מה תפעל", וכן בדרך ההגבלה צריך שיגיע בהגבלותיו עד כל ההגבלות, כי מתנאי האל שיכלול כל השלימות שאפשר והם בלתי ב"ת ואי אפשר שיגיע האדם לתכלית השגה זו, ועז"א "עמוקה משאול מה תדע".

ואחר שבהשגות האלקות כלולים שתיהם, כי הוא המיוחד בתכלית הפשיטות ועם כ"ז כולל כל השלימות וכל המציאות, ובין שני אלה יש רוחק בלתי בעל תכלית אשר הוא נמנע מהשגת שכל האדם שהוא בעל תכלית, וז"ש "ארוכה מארץ מדה".

ואם תשאל ומדוע ברא ה' את האדם בענין הזה שלא ישיג רק ע"י החושים, ולא ידע מאומה מידיעת האלהות ומידיעת עצמות הדברים עד שלא ידע גם את נפשו ואמתת עצמותו, ולמה לא בראו על אופן שישיג וישכיל כשכל המופשט מחומר, שמשיג הכל בהשגה פשוטה מן הקודם אל המאוחר, וז"ש.

ואם תשאל הלא ראוי "שאיש נבוב ילבב", שהאיש הנבוב וחלול שאין לו לב להשכיל השכלות המופשטות מחומר, ילבב יושם בו לב משכיל לדעת את כל אלה, ולמה מנע ה' השכלות אלה מן האדם, ע"ז משיב "ועיר פרא אדם יולד", ר"ל שכן יש לך לשאל מדוע ברא ה' את העיר פרא שיהיה עיר פרא, ומדוע לא בראו שיהיה לו שכל כמו אל האדם, וכמו שלא יקשה לך שאלה זאת, כי ה' נתן לכל חומר את הצורה אשר החומר מוכן אליה, וחומר העיר פרא אינו מוכן שיקבל צורת השכל, וכן חומר האדם אינו מוכן שישכיל השכלות מופשטות מחומר כי אינו מוכן שישכיל רק ע"י החושים והבחינה, ואם היה בורא אותו שישכיל כשכל מופשט מחומר היה בהכרח שכל מופשט מחומר, והיה מלאך לא אדם, וכמו שא"א שעיר פרא יולד שיהיה אדם כן א"א שאיש נבוב ילבב.
***

לגבי דעם דמיון און געדאנק אז יחוד און מהות פון ״ג-ט״ קען מען נישט מוציא בשפת זיין וועגן די טראנסענדענס דערפון, וכעין וואס מ׳טרעפט ביי עניני משגל (והתענוג שבה) ואיסור הדיבור בה, איז מיר געווען אינטרעסאנט וואס הרב יצחק לאווי/@לעיקוואד ברענגט ארויס (פון בערך 30:00) אז די געדאנק פון ״ברית״ בין הקב״ה וישראל, וג״כ ענין ברית מילה, איז צו ווייזן אויף די סארט קאנטראקט אז עס איז נאר דא איין ג-ט וענין יחודו. ולכן קען מען אפשר זאגן אז דאס איז די רמז אז ברית מילה איז ביים אבר התשמיש, וויבאלד תענוג המשגל איז אויך פון דעם אינעפעבּל(…) סארט צו וועלכע ענין יחוד איז צוגעגליכן להבדיל. וידוע הרמב״ם במו״נ ח״ג פל״ה ופמ״ט אז מצות מילה איז להחליש תאוה זו ע״ש. וואס איז עולה מיט׳ן געדאנק אז ביי ביידע, צו וואס אבר המילה ווייזט, האט מען נישט צו מרבה זיין אין ארויסהאבן און זאגן וואס מ׳קען נישט אינגאנצן פארשטיין.
דורך מי אני
זונטאג יולי 23, 2023 10:25 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 119671

מיין צווייטע פּסילאסייבּין טריפּ

אז איך האב געהאט דערמאנט מיין עקספּיריענס מיט פּסילאסייבּין, איז מיר אויך געווען אינטרעסאנט אַן עקספּיריענס מיט קאַנאַבּיס. איך האב גענומען איין נאכט (איך נעם נאר ביינאכט ווען טירדות היום זענען שוין בעצם נישטא) א דוֺיס פון 30 mg עדיבּלס דערפון; א הייבּריד פון סעטיוואַ און אינדיקאַ. בשעת די טריפּ האב איך געשפירט/געזעהן(?) ווי תענוג און חכמה זענען נישט דאס זעלבע, נאר אין למעלה מעונג; לכאורה דלא כדברי כאן (הגם מ'קען זאגן אז כל זה אכניס: די הכרה אליינס איז אויך חכמה). עס האט מיר אויסגעזעהן ווי חכמה איז אַן אינפיניט סעט, אבער דאך בתוך א וואָן-סיידעד בּאָבּל וואס ווערט געבּאָרדערד ביי א סארט 3D שיפע ליניע (איך פארשטיי אז דאס מאכט נישט אינגאנצן קיין סענס). אלעס ארום דעם איז עונג וואס איז אסאך מער, א ״גרעסערע״ אינפיניטי, און די קלענערע אינפיניטי פון חכמה איז יונק דערפון.

איך האב דעמאלטס אויך משמש געווען מיט מיין ווייב (הגם אז ביי נבואה טרעפן מיר אז מ׳דארף פורש זיין מאשתו… ‏(ואולי וועגן דעם האב איך ״געזעהן״, בשקר ובטעות, א חילוק צווישן חכמה ותענוג…)), בשעת די טרענס מיקס האט געשפילט (בעיקר די ערשטע טרעק דערויף). איך האב געשפירט דעם געדאנק ווי אונז זענען אלס געווען איינס ובשר אחד (בנשמה) ממש בגן עדן מקדם a parte ante אינפיניטלי, און איך האב געשפירט א שאד אז יעצט זע׳מיר פארט נישט איינס ממש ממש בגוף, און אונז זע׳מיר פארט פאר זיך יעדע איינע א פלג גופא. די תשמיש גופא איז אָנגעגאנגען פאר א שעה אהאלב צייט אויפ׳ן זייגער. עס האט געפיהלט ווי היבש לענגער.

עס איז לכאורה נישט געווען קיין פראבלעם פון לשמש בשיכרות שאסור כמבואר באו״ח סימן רמ סעיף ג, ווייל מ׳קען מצדד זיין אז עס איז נישט געווען בגדר נתבלבלה דעתי (איך האב געקענט געהעריג פונקצאנירן ולהשיב על לאו לאו ועל הן הן געהעריג), וואס רק אז איז אסור וכדהביא המשנ״ב שם בס״ק חי בשם הפרמ״ג. און ווי הרב דר. ברוך פינקעלשטיין וויל מצדד זיין בכלל, איז שיכרות דוקא ביי אלקאָהאָל, וועלכע איז א גאנץ צווייטע סארט שיכרות ווי קאַנאַבּיס בכלל, וחלוק במין. אלקאָהאָל טרינק איך גאר גאר זעלטן. דר. ענדרוּ הוּבּערמאן איז שטרענגער ביי דעם לגבי געזונט, ווי ביי קאַנאַבּיס אדער פּסילאסייבּין.
עס איז אויך נישט געווען זמן אַוויוּלעישאן אז כלל, ודי בזה.

צוויי טעג שפעטער, פרייטאג-צו-נאכט שבת חזון, האב איך גענומען מיין צווייטע ״העראָאיק דוֺיס״ פון פּסילאָסייבּין (ומכח שבת איז דאס געווען אָן מוזיק אין די זייט דאס מאל). די פטריות זענען א מאכל בריאים ואינם לצורך רפואה וממילא מותרים בשבת, ועיין באו"ח סימן שכח סעיף לז ובמ"א שם ס"ק מג. (און אויב די מחזה ווערט גערעכענט ווי לשאול מן השד בשבת, איז דאך דאס נאר מותר בשבת אויב ס'איז יא לצורך רפואה, וכדאיתא במ"א לעיל בסימן שז ס"ק כו... וכמובן איז דאס דאך בכלל נישט לנחוש ולסימן, וכדציין שם המ"א ליו"ד סימן קעט סעיף ד וסעיף טז. וע"ש וואו דער רמ"א איז דאס מתיר, בחול, אף כשאינו שואל על ענין פרטי דוקא, הגם ער זאגט אז דאס איז א סכנה ע"ש.) דאס מאל איז דאס געווען א שטערקערע עקספּיריענס ווי דאס ערשטע מאל (און ביי דעם איז יא, ווי נישט, נתבלבלה דעתי). מיין שאלה איז בשעת מעשה געווען צי דאס איז מכח ווייל די מאָשרומס זענען געווען שטערקער מיט א העכערע פּסילאָסייבּין קאנטענט, צי ווייל דאס ערשטע מאל צוויי וואכן צוריק האט מיר שוין מער ״גע׳עפענט״ דערצו (דר. הוּבּערמאן זאגט טאקע אז לגבי טעראפּי נעמט מען צוויי פּסילאָסייבּין דוֺיסעס אויף צוויי אנדערע טעג), צי ווייל עס איז געווען נאך נאר צוויי טעג וואס איך האב נאך געהאט קאַנאַבּיס אין מיין סיסטעם, צי אלע דריי סיבות צוזאמען. עס איז מיר געווען מסתבר אז עס איז אלע דריי, אדער עכ״פ א געמיש פון זיי, מכח ווייל איך האב שטארק געשפירט דעם געדאנק אז א מענטש איז די סומע פון אלע זיינע עקספּיריענסעס והרפקתי דעדי עליו.

אָנגעהויבן האט זיך דאס מיט׳ן שפירן ווי איך קען וועהלן א ״בּאַקס״ פון עקספּיריענסעס, מתוך אינפיניט עקספּיריענסעס, און דאס ווערט אָנגעפילט מיט א געפיל (אין די פארעם פון שׁעיפּס; א סארט סינעסטעזיע) וואס קען זיין שלעכט (א ״שלעכטע טריפּ״) אדער גוט. עס איז מיר אריינגעקומען און קאפ און איך האב געשפירט דעם באקאנטן געדאנק בספר יצירה (ב ז) אין בטובה למעלה מענג ואין ברעה למטה מנגע, און איך האב געשפירט אז ואין בין זה לזה אפילו כמלוא נימא; זיי זענען צוויי זייטן פון ממש די זעלבע מטבע ומעורבים זה בזה, און מ׳דארף פאקוסירן אויפ׳ן חלק הטוב פון עונג, שאין למעלה ממנו.

פון דארט האב איך געשפירט אז דער מענטש וכל היקום לעכצט צום תענוג להתקרב אל שורשו, וואס דאס איז דאס געדאנק פון ״ג-ט״. אבער וואס בּלאַקט אים פון דאס גרייכן/זעהן איז כעין א גרויסע דוֺים וכיפה וואס וואו ער דרייט זיך צו ״קוקן״ וכו׳ איז דאס אלעמאל ביי זיין צענטער און בּלאַקט אים. דאס מערסטע וואס ער קען טוהן איז פרובירן צו קוקן פּעריפערילי אויף די זייט העכער דעם (אזא סארט אספקלריא שאינה מאירה). די דוֺים איז מקושר לשורשו ועצמותו (מחמת חומרו) און דערפאר איז אים אומעגליך דאס מסלק צו זיין. עס איז טאקע כעין אזוי ווי די מאָשרום מ׳האט גענומען וואס די קעפּ איז אלס מחובר לשורשו די סטעם. אויב נעמט ער דאס אראפ כדי להתקרב אל השורש ותענוג, ווערט ער נתאפס לגמרי; (שמות לג כ) כי לא יראני האדם (זייענדיג אַן אדם חומרי) וחי. די וואס נעמען דאס יא אראפ ווערן אבער גראד צוריק מגולגל(?) פון פריש כמו שהיו מקודם. (איך האב געפיהלט ווי דאס איז די געדאנק ורמז ביי כמהין ופטריות טאקע, וואס איז די רמז פון דאס וואס ברענגט דעם טריפּ וממילא ההארה וההכרה, אז עס איז יונק מן האויר בברכות מ: ובנדרים נה: - איך קען דאס נישט געהעריג מסביר זיין, אבער דאס איז וואס איך האב געשפירט.)

פון דארט האב איך ווייטער געשפירט אז ישעיה האט געשפירט דעם תענוג פון לחזות בנועם ה׳ און די בּיעטיטוד פון (כביכול) לראות פני ה׳, וואס איז (מיר געווען) א געוואלדיגע תענוג בכל הגוף. אבער ער (און איך) האבן געשפירט די חומר המעכב פונעם מענטש׳נס גוף וואס לאזט דאס דאך נישט גרייכן און עס קומט מיט לעת עתה מיט א צער מחמתו (די פריערדיגע ״ואין בין זה לזה אפילו כמלוא נימא״). און אויף דעם האט ער געזאגט (ישעיה סד ג) עין לא ראתה אלקים זולתך יעשה למחכה לו, וידוע הגמרא בברכות לה: - ער און דאס מענטשהייט לעכצט און איז מחכה צו דעם און אז דאס זאל טאקע זיין די אמת צו וואס מ׳עווענטועל גרייכט.

לאחר מזה, נאך אזא דריי שעה אויפ׳ן זייגער, האב איך געשפירט ווי איך וויל אז די טריפּ זאל זיך שוין ענדיגן און עס איז שוין צי סאך; ס׳איז טאקע א געוואלדיגע גוטע טריפּ אבער (עכ״פ במצב החומרי העכשיו פונעם מענטש) איז אינן יכולין ברוב הטובה (דר. הוּבּערמאן זאגט טאקע אז עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז געווען דאס מערסטע profound עקספּיריענס אין זייער לעבן, מער ווי דאס געבורט פון זייערס א קינד, אבער זיי ווילן דאס בשו״א נישט איבערטוהן). אבער דאן איז מיר אריינגעקומען א געדאנק און געפיהל פון ״אז דו ביסט שוין ממילא דא, טריפּ אריין! לא׳דיך אפ!״ - געב דיך פולקאם דערצו און טראכט נישט פון קיין פרייזן דו וועסט צאלן דערויף שפעטער (אפילו 12 שעה נאכ׳ן דאס דורכגיין, האב איך געהאט א געוואלדיגע קאפוויי). איך בין געווען אויסגעשטרעקט אויפ׳ן קויטש און געסטרעטשט מיין גוף כסדר דאס אינגאנצן אריינצונעמען.

די געדאנק האט זיך נאכדעם אָנגעהויבן אויסברייטערן במוחי, אז די געדאנק דארף מען דזשענערעלייזן און עס גייט ארויף אויף אלעס. והיינו, עס איז מיר געקומען א הארה אז די געדאנק וואס קהלת ברענגט ארויס בספרו איז אז דער חכם טוהט טאקע פילאזאפירן, און מיט רעכט און עס איז טאקע וויכטיג אויך, אז הכל הבל, און אז ער האט נישט געבעהטן דא צו זיין און געבוירן ווערן, ובע״כ אתה חי ומת. אבער ״אז דו ביסט שוין ממילא דא״, בכל מצב שהיא (וואס געפעלט דיר נישט אינגאנצן), ״טריפּ אריין אין דעם! לא׳דיך אפ!״ - עמבּרעיס לייף! פאָקוס אויף די פּאזיטיוו שבה! דאס איז געשטארקט געווארן, ומסתמא מיוסד אויף דאס וואס איך האב צוויי טעג פריער געשפירט אונטער קאַנאַבּיס, אז תענוג, והאדם לא נברא אלא להתענג (על ה׳, וואס אלעס איז דאך געטליכקייט, אבל עיין במסילת ישרים פ״א שהיא לעוה״ב), איז למעלה מחכמה. עפ״י חכמה קומט מען טאקע צו צו דעם ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי מישעל דע מאַנטעין האט געזאגט אז ״צו לערנען פילאזאפיע, איז צו לערנען ווי אזוי צו שטארבן״, און ווי אלבּערט קאמוס האט געשריבן אז שאלת הפילוסופיה איז צי מ׳זאל באגיין זעלבסטמארד. אבער אויף דעם זאגט קהלת, דער חכם מכל האדם, ״שוטה איינער! לא׳דיך אפ!״ - ״סוֺי וואַט אז חכמה זאגט?! עמבּרעיס לייף! דו ביסט שוין ממילא דא!״ גיי מיט א דאַוּאיסט סארט מהלך פון גיין מיט די פלוׂי פון לייף, און קאנטראל נאר וויפיל דו קענסט קאנטראלירן; די איבעריגע עמבּרעיס.

איך האב דאס איבערגעזאגט צו מיר נאכאמאל און נאכאמאל מיט טרערן פון סיי פרייד וצער (ווי געזאגט, ואין בין זה לזה אפילו כמלוא נימא). דאס איז געווען צוזאמען מיט׳ן לאכן פונעם חכם וואס איז סטאָק בתוך זיין חכמה און זעהט דאס נישט בשעת׳ן ארומחוש׳ן אין חכמה און מיסן די פּוינט. מיין ווייב האט זיך אויפגעוועקט פון מיין לאכן, און ווען איך האב איר דאס מסביר געווען (הויכערהייט) האט זי מיטגעלאכט מיט מיר דערויף. איך האב דאן געשפירט ווי דאס איז די בינה יתירה שניתנה לאשה (נדה מה:), והיינו אז זי אינטוּאיט שוין אט די אמת וואס דער זכר דער חכם זעהט נישט בחכמתו, ולכן דעתן ״קלה״ עליהן, מיינענדיג אז זייער דעת שווימט ארויף גרינגער העכער אט די בּאָבּל פון חכמה כדי דאס צו איינזעהן. און אבי (געוויסע) זכרים חכמים האלטן זיך גרעסער פון זיי אז זיי זענען קליגער. שוטים. (נישט ״טיפש״, ווייל ער איז למעשה א חכם. ס׳איז ״שוטה״ מיט דעם אז טראץ, דורך, און מיט זיין חכמה, איז ער נאך אלס (חגיגה ג:-ד.) א מאבד דאס פרייד פון לעבן מה שנותנין לו, און איז א לן בבית הקברות פון כסדר לעבן מיט׳ן טויט כנ״ל, בשעת׳ן פרובירן כסדר לקרע את כסותו החומרי און ארויסגיין דערפון און דערגיין מער ווי מה שהרשית להתבונן, וואס ברענגט אים דאך צער. והיינו נמי אז המשמרת דבר אחר מחמת גיטה (גיטין סד:), עפעס אנדערש אנשטאטס דעם כריתות פון "לא'דיך אפ", איז א שוטה.) און דאס איז וואס קהלת איז מרמז (ז כח-כט) אדם אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי וגו׳ אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. והיינו, אז ער האט נישט געטראפן דעם מענטש וואס זוכט און מאכט חשבונות אויף חשבונות וואס זאל האבן די הכרה און אינטואישאן פונעם פרוי אז ״לא׳דיך אפ!״ און עמבּרעיס דעם פשוט׳ן ישרות וואס דו האסט שוין ממילא מיט'ן פשוט שוין דא זיין בהעולם. (ואגב, אז איך האב פריער מדמה געווען דעם געדאנק פונעם טריפּ צו לשאול בשדים, האט דאך קהלת דערמאנט שדים בספרו, סיי זכרים און סיי נקיבות, ועיין בגיטין סח.)

ובזה קען מען זאגן אז דאס זאגט ער מיט (קהלת ט ט) ראה חיים עם אשה אשר אהבת כל ימי חיי הבלך אשר נתן לך תחת השמש כל ימי הבלך כי הוא חלקך בחיים ובעמלך אשר אתה עמל תחת השמש. והיינו, ווייל סקראט זאגט אין אפלטון'ס סימפּאָזיאום אז וואס טרייבט "אהבה" איז דאס וואס מ'וויל לעבן לנצח. זאגט קהלת אז "לא'דיך אפ" פון אריינ-פילאזאפירן איבער טויט והיפיכו: ראה חיים, און לעב יעצט דא, עם אשה אשר אהבת, וואס קומט ממילא דערפון פון חיים לנצח (און איז דאך להוליד, וואס איז א פארעם פון אָנגיין. ועיין בב"ב קטז.).


עס איז מיר פארגעקומען אז דאס איז די געדאנק פונעם נביא, וועלכער אינטוּאיט און טרענסענד די חכמה פון דעם חכם (ואפילו לפי שפינאזע וואס האט זיך געדינגען מיט׳ן רמב״ם און געהאלטן אז דער נביא איז ל״ד א חכם).

לגבי וואס איך האב אלס געשריבן דא מסביר צו זיין (עטוואס) מיין עקספּיריענס, זאגט דר. מעטיו דזשאנסאן, וועלכער שטודירט סייקעדעליקס, בדרך צחות:
These experiences are often called 'ineffable,' but as a scientist, I do my best to 'F- it up' by trying to describe it as much as I can
על דרך אפילו שיחתן צריכה לימוד (סוכה כא:) גייט דאס אין איינקלאנג מיט דעם וואס איך האב פריער געשריבן, אז מ'קען נישט געהעריג רעדן ולהסביר משגל, און (להבדיל) מ'קען אויך נישט רעדן פון (עקספּיריענסן) ג-ט. וואס א סייקעדעליק טריפּ איז דאך כעין א רעליגיעזע עקספּיריענס. ולכאורה איז דאס טאקע סתם אזוי אַן עפּיסטעמעקלי טראנספארמאטיוו עקספּיריענס, וואס מ'דארף אליינס דורכגיין צו ריכטיג פארשטיין.

*

ומענין לענין באותו ענין, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן וואו די דעקל פון א בוך ווי פילאזאפן טוהן דורך דאס געדאנק פונעם טויט וחיים לנצח, ווייזט ווי א זאמד זייגער, וואס ווייזט אויף די חיי זמני פונעם מענטש און זיין ענדגילטיגער טויט, ווען מ'דרייט דאס 90⁰ און מ׳שטעלט אפ דעם לויף פון זמן, ווערט עס פארוואנדעלט אין צו ∞, די סימבאל פון אינפיניטי:
Cholbi.jpg