דער זוך האט געטראפן 11 רעזולטאטן: סייקעדעליקס נבואה

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: סייקעדעליקס נבואה

דורך מי אני
מיטוואך מאי 29, 2024 2:29 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

אין דעם אשכול הא׳מיר אסאך ארומגערעדט איבער דאס אז קיום המצות איז לבסוף מיוסד אך ורק אויף געפיהל (כמו מאראל בכלליות לדוד הום). האב איך געקלערט אז דאס קען געבן א טיפערן באדייט צום געדאנק פון (שבת ל. נדה סא:) במתים חפשי (תהלים פח ו) כיון שמת אדם נעשה חפשי מן המצות ע״ש. והיינו, ווייל יעדעס גוֺיל פונעם מענטש צו וואס ער וויל צוקומען איז נאר שייך טאמער ער לעבט. מיינענדיג, אויב קוקט ער ארויס אויף, לדוגמא, איבערמארגן ווען ער וועט באקומען עפעס וואס ער וויל און מיינט עפעס צו אים, איז די גאנצע תשוקה נאר שייך טאמער ער לעבט. טאמער ער איז טויט איז דאך נישט די תשוקה און נישט איר ערגענצונג בכלל שייך. ואפילו וואו ער האפט אויף אט דאס צו טאקע דערלעבן, איז דאס ווייטער נאר פון זיין יעצטיגע פּערספּעקטיוו בשעת ער לעבט. טאמער ער דערלעבט דאס נישט ל״ע, איז נישט שייך אז ער זאל טראכטן, ״אַךך! א שאד איך האב דאס נישט און כ׳האב עס נישט דערלעבט ונכזבה תוחלתי״, וויבאלד ער לעבט דאך נישט אז ער זאל אט דאס טראכטן! דאס זעלבע איז לגבי די געדאנק פון זיך זארגן איבער וואס וועט זיין מיט די ווייב און קינדער לאחר מותו. אבל עיין ברש״י (במדבר כ טו) עפ״י התנחומא בפ׳ חוקת אות יב. (ועיין מזה בשיעורי דר. שׁעלי קאגאן על המות.) ביום ההוא אבדו עשתונותיו (תהלים קמו ד). והמתים אינם יודעים מאומה ואין עוד להם שכר כי נשכח זכרם, גם אהבתם גם שנאתם גם קנאתם כבר אבדה וחלק אין להם עוד לעולם בכל אשר נעשה תחת השמש (קהלת ט ה-ו); ועיין בברכות חי.

דאס איז אפילו טאמער איז יא דא השארת הנפש. ווארום אין אזא פאל איז עס דאך גאר אַן אנדערע סארט קאַנשׁעסנעס (בלשון מושאל?), אזש אז עס איז שווער צו זאגן אז ס׳זאל אים באדערן זיינע תשוקות ושאיפות וואס זענען געווארן פראָסטרעיטעד דורך זיין טויט. (און דאס וואס מ׳זעהט בשבת קנב. אז נפשו של אדם מתאבלת עליו כל שבעה ע״ש, שרייבט דר. משה הלברטל אז דער רמב״ם האט נישט געהאלטן פון די אגדה, ולכן שינה את משמעות ההלכה הנובע מזה בהל׳ אבילות פי״ג ה״ד, וכדהשיג הראב״ד שם עליו ע״ש ובלחם משנה.) בכל אופן איז גאר שווער דן צו זיין איבער וואס א מת ״פיהלט״ און/אדער ״וויל״, ואפילו ממבט דתי, על אף די גמרא בברכות חי. הנ״ל.

און דאס קען באדייטן דעם כיון שמת אדם נעשה חפשי מן המצות. והיינו, אז די געפיהל לקיום המצות (יהיה מה שיהיה) איז נאר שייך בשעת מ׳לעבט. איינמאל מ׳איז שוין טויט און די לעבעדיגע קאַנשׁעסנעס איז שוין נישטא, איז נישט שייך אז מ׳זאל האבן די געפיהל לקיום המצות בכלל; אזוי ווי ביי יעדעס זאך און גוֺיל וואס האט מיענינג צום מענטש וכנ״ל.

ולגבי דעם אז יעוד האנושי קען זיך חלילה ענדיגן ווי די לעצטע פון אונז, איז טאקע א שאלה אז טאמער ווערן די סארט זאַמבּיס שוין גערעכענט ווי טויט, איז טאמער ווערן זיי ״אויסגעהיילט״, תחיית המתים, צי זיי ווערן צוריק מחוייב במצות זייענדיג אז זיי זענען שוין געווען חפשי דערפון. ועיין בקובץ שיעורים (ח״ב סימן כט) דזהו הענין של ״מצות בטילות לע״ל״: זה קאי על המתים שיחיו אָז, שישארו בפיטורן מן המצות ע״ש.

***

לגבי דעם אז מ׳קען טענה׳ן היפך דזשאן סטוערט מיל, אז עס איז טאקע ענדערשער צו זיין א צופרידענער נאַר ובהמה ווי איידער אַן אומצופרידענער אדם חכם, האב איך געקלערט אז דאס קען זיין די רמז בדברי בן זומא בברכות נח. והיינו, די גמרא זאגט בחגיגה יד: אז בן זומא יצא מדעתו כשנכנס לפרדס (וואס לויט׳ן רמב״ם במו״נ ח״ב פ״ל איז דאס העיסוק במעטאפיזיקס) ע״ש. יעצט, חכמים זענען די וועלכע מאכן בעסער די וועלט (בהנדסה וכדומה), אבער הנאה האבן זיי נישט ומכח דעם (קהלת א חי) ויוסיף דעת יוסיף מכאוב - עס זענען די טיפשים ושוטים שאינם נפגעים וועלכע געניסן דערפון בתכלית. ולכן זאגט בן זומא בברכות נח. ברוך שברא כל אלו לשמשני אז זיי אלע מוטשענען זיך בעבורו ע״ש. ולרמז אז די וועלכע מאכן די וועלט בעסער און ברענגען אפיר איר פּראגרעס, החכמים, זענען ל״ד די וואס געניסן דערפון במלואה; עס זענען די שוטים והאנשים מבלי דעת וועלכע זענען די וועלכע האבן הנאה דערפון במלואה.

און דאס אליינס איז א מאמר חכמה.

***

בשעת׳ן האבן גענומען 30 מ״ג קאַנאַבּיס, בין איך געווען מיט מיין ווייב, און געהערט יאָנגבּלאָד׳ס קאָווער (בפרט פון 1:05-2:41) פון די שיר אהבה פון קיס פון 1979 (ועיין כאן). די וועג וויאזוי ער גיסט אריין זיין נשמה אינעם זמר של אהבתו להעלמה, האט מיר געמאכט פיהלן (להבדיל) דעם אור ה׳ס שיטה, אז עס איז נישט חכמה וואס איז דער עיקר תכלית, נאר רגש של אהבה. וידוע אז ״אהבה״ איז עולה ״אחד״, און די געדאנק בזה איז טאקע א דביקות ואחדות האוהב והאהוב פון ביידע צדדים. און צו דעם לעכצט יעדעס מענטש כל ימי חייו וחייה. אט דאס איז די סיבה/תכלית ״מ׳איז געמאכט געווארן פאר״ (בלשון מושאל).

לאחר המעשה איז מיר געווען אָנע שום ספק אז עס איז דא עפעס טיעף אין דעם באקאנטן ״ס*קס, דראָגס, און ראַק ענ׳ ראָל״ - ובפרט וואו עס איז עם האשה אשר אהב מקדם אין א טיפע זין, און נישט נאר ריין מחמת תאות המשגל גרידא. (און איך מוז מודה זיין אז, עכ״פ פאר מיר פערזענליך, עס איז למעשה די חרדי׳שע געזעלשאפט, עם כל חסרונותיה, און מיין זיין דערין, וועלכע האט מיר געפירט צו אט די עקספּיריענס. ועיין כאן וכאן. כמובן פארשטיי איך אז דאס איז, ליידער, לגמרי נישט וואו די געזעלשאפט צילט אז עס זאל זיין בנוגע הקשר בין איש לאשתו…)

עס איז מיר אויך פארגעקומען, ולגבי דעם קשר בין משגל וטומאה לאלקות וטהרה, ווי שמוץ און הייליגקייט וטרענסענדענס קומען צאם לאחד. והיינו, דורך די אחדות דביקות וביטול צו וואס די זמר לעכצט. עס איז נאר אז די בריאה, עכ״פ לע״ע און אין אונזער יעצטיגן לעוועל פון קאַנשׁעסנעס, קען נישט אינגאנצן דערהייבן די סארט דרך אל האחדות, ויוצא הפסד מזה. (וידוע אז עס זענען דא שטודיעס אז ראַק מוזיק שאדט צו צמחים ובע״ח אינעם נאטור.) און דאס איז מכח דעם אז דאס איז ווילד און מיטאמאל, וכעין די ענין של חטא וואס מ׳טרעפט ביי מלאכים. לע״ע איז (בראשית מט מו) וירא מנוחה כי טוב און די ״כי טוב״ פונעם בריאה איז נישט אויסגעשטעלט דערצו (עכ״פ בקביעות). אבער מ׳קען צוקומען צו דעם געדאנק פון (ברכות סד.) ת״ח אין להם מנוחה, וואס דאס איז אט ביי דעם. (ובכלל האט דאך דער אור ה׳ מקשר געווען מושג ה״זמן״ עם ״מנוחה״, לעומת אריסטו והרמב״ם שקשרו עם ״תנועה״. ולכן, וואו מ׳איז בבחינת למעלה מן הזמן, וואס כידוע האבן דאך די סמים אַן אפעקט אויף דעם מענטש׳נס פּערסעפּשאן פון זמן, איז לכאורה נישטא דעם עיכוב.)

*

אויך האב איך געקלערט אז די געים אין די זיבעטע עפּיזאָד פון סקוויד געים, ווייזט אויפ׳ן צושטאנד פונעם מענטש בהאי עלמא. די געים איז וואו ס׳איז אויסגעשטעלט א בריק פון צוויי קאלומנס פון גלאזענע טיילס. ביי יעדעס טריט איז איינע פון די קאלומנס גענוג שטארק צו האלטן א מענטש, בשעת די אנדערע גייט זיך ברעכן אויב דער מענטש גייט טרעהטן דערויף און ער גייט פאלן צו זיין טויט. איינער אויף אמאל טוהט וועהלן צו טרעהטן אויף איינע פון די צוויי. (דא טוהט מען דורך די מאטעמאטישע פּראבּעבּיליטי פונעם געים, אז וואו ס׳דא 16 שפילערס און 18 פאר טיילס מ׳דארף דורכגיין איז דא א 99% אז כאטש איינער וועט דאס מאכן. איינע פון די כאראקטערן, שפילער 062, רעכענט אויס אינדערמיט די פּראַבּעבּיליטי פונעם געים.)

כידוע ארבעטן אלע ביאלאגישע פּראצעסן דורכ׳ן פרובירן אָנצוהאלטן א מער-ווייניגער סטאבּילער צושטאנד; נישט צופיהל אהער און נישט צופיהל אהין פון א געוויסע רעינדזש - האָמיִאוֺסטעסיס. אבער עפ״י ענטראָפּי איז כסדר דא פּיטפאָלס וואס קענען אים רוב מאל אראפשטופן פונעם רעינדזש און ווי ער פרובירט צוריקצוקומען דערצו, אדער אפאר מאל ארויפשטופן צו בעסערס אבער ער וועט עווענטועל ריגרעסן צום מיען.

און דאס האב איך געשפירט איז ווי די בריק איז אזוי ווי דאס ביאלאגישע לעבן (וידוע הליקוטי מוהר״ן תניינא תורה מח דהעולם הוא כהאדם שצריך לעבור על גשר צר מאד מאד ע״ש), און עס זענען דא כסדר בה וואו מ׳קען פאלן בעיקר אויף אראפ און אפאר מאל אויף ארויף. די טיילס וואס ברעכן זיך זענען די ענטראפּיק פּראצעסן אין לעבן, אויף וועלכעס מ׳וועט בהכרח טרעטן אויף עפ״י פּראבּעבּיליטי (וואס אט דאס איז וואס ליגט אונטער די פענאמענאן פון ענטראָפּי) במשך דאס לעבן, ביז מ׳פאלט ענדגילטיג שאין אחריה תקומה שוב להגשר.

***
IMG_7469.jpeg
דאס איז ווייל אט די מאטעמאטישע פאָנקשען איז די סיין פאָנקשען. די טיפקייט פונעם וויץ איז אז שפראך איז דאך מהמוסכמות, און אט דאס האט מען אפגעמאכט צו רופן ״סיין״. אבער ווי ארויסגעברענגט במשך האשכול איז בנוגע ״ג-ט״ נישט שייך קיינע הגדרות אין שפראך. דאס מערסטע וואס מ׳קען אפשר זאגן איז אז דאס איז די ״פּרינציפּ פון מציאות״. יעצט, די מציאות שטייט דאך אויף מאטעמאטיקס (וידוע מאמרו של דר. יוּדזשין וויגנער). ווי אויך טוהט די פיזישע מציאות אונזערע שטיין ביסודה אויף קוואנטום וועיווס, וועלכע ווערן טאקע געמאדעלט עפ״י די סארט מאטעמאטישע סיין טריגאנאמעטריק (פּעריאדישע) פאָנקשענס.

ולכן איז די טיפקייט פונעם וויץ דא אז ״סיין״ איז א האָמאָפוֺין [צוויי אנדערע ווערטער וועלכע הערן זיך דאס זעלבע אבער ווערן אנדערש אויסגעלייגט] אינעם ענגלישן שפראך, פאר סיי א צייכן און סיי אט די פאָנקשען וועלכע טוהט מאטעמאטיש מאדעלן די יסוד המציאות. און די רמז(?) דערין איז אז שפראך איז צי מוגבל לידע עי״ז דאס מציאות פונעם קאנצעפּט פון ״ג-ט״. און די ״צייכן״ למציאות ה״א-ל״, וויאזוי אימער מ׳איז דאס מגדיר, ליגט אין די awe בהמציאות גופא וועלכע שטייט ביסודה אויף מאטעמאטיקס און די סארט קוואנטום וועיווס.

דאס קען זיין א משל ווי הומאר ברענגט ארויס א שטארקע פילאזאפישע געדאנק.

***

לגבי מגדף טענה'ט דר. טעאדאר לואיס אז די הארבקייט דערפון להתורה איז געווען וויבאלד מ'האט געהאט געקלערט אין יענע צייטן אז דאס קען אומברענגען א גאט. מיינענדיג, זיי פלעגן קלערן אז די שם פון א גאט איז א כח ממש, און ווען מ'לעכערט דאס, "נוקב", ברענגט מען אום דאס גאט. און דא האט ער געוואלט נוצן אט די כח פון דעם נאמען, אויף די נאמען אליינס (ועיין בסנהדרין נו.) דאס "אומצוברענגען". ולכן איז דא דערויף די חיוב מיתה כמו ברוצח, צוזאמען מיט וועלכעס עס שטייט בפ' אמור, זייענדיג אז דאס איז געווען די כוונה. (עס דערמאנט א משהו פון די סעלף-רעפערענשאל וויץ פון דאָגלעס עדעמס לגבי ג-ט.)

דר. סערגעי פראלאוו טענה'ט אז די כותבי התורה האבן געוואלט ארויסברענגען אז ג-ט גייט נישט אָן גידוף. נאר אז מ'האט אים געפרעגט הדין של מגדף, זייענדיג אז ס'האט זיי געבאדערט, האט ער אים דן געווען למיתה. אבער גראד נאכדעם איז דאס צאמגעשטעלט געווארן מיט'ן אלגעמיינעם געדאנק פון "כאשר עשה כן יעשה לו". מיינענדיג, אז ג-ט האט זיי געוואלט זאגן אז הבחירה בידם און טאמער נעמען זיי אָן אז עס איז דא דערביי א חיוב מיתה, דאן דארפן זיי זיין גרייט אז העכו"ם וועלן זיי דן למיתה פאר'ן אוועקמאכן און מגדף זיין זייערע אפגעטער.

***

ולגבי די קשר בין סייקעדעליקס/קאַנאַבּיס און נבואה, זענען דא די שטודיעס אז קאַנאַבּיס קען שאטן פאר ערעקטייל דיספאָנקשען ותאוות נשים (היפך זה). וא״כ געבט דאס נאך א רמז בהא דמצינו אז מ׳איז פורש מאשה בשעת נבואה (וקודם מתן תורה וכדומה).

‏מאידך גיסא האט די שטודיע געצייגט אז עניני משגל ווערן בעסער בין איש לאשה נאכ׳ן נעמען סייקעדעליקס. ולכן לאחר מתן תורה איז דאך געווען (דברים ה כו) שובו לכם לאהליכם, ועיין בשבת פט:

(ועיין כאן.)

***
מי אני האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 8:39 amווי איך האב טאקע צוגעברענגט פון דר. דזשאן שעלענבערג, דארף מען אין דעם דיון פון "ג-ט" ואלקות צו נעמען אין באטראכט וויפיל דעם מין האדם איז נאך שייך צו נתפתח ווערן בהעתיד. וואס לויט דעם קומט אויס אז אפילו די מערסטע סאפיסטיקירטע קאנסעפּשאן אין דעם מושג פון "ג-ט" וואס אונז האבן כהיום, איז דאס נאך אלס גאר גאר קינדעריש און פּרימיטיוו, ואפילו פון א מענטשליכע מבט - דער (טעארעטישע) מענטש של (דעם ווייטן) העתיד. (דאס קען זיין א נייעם קנייטש אין דעם געדאנק פון (רש"י דברים כו ג) אין לך אלא כהן שבימיך. והיינו, ווי אזוי מ'פארשטייט און מ'איז מכהן וכו' דעם מושג פון "ג-ט", קען נאר זיין כבימיך. עס וועט אבער ווערן מער און מער ריפיינד וכו' בהתפתחות האדם.)
דר. ראַבּערט אַלטער שרייבט אויפ'ן פסוק (קהלת ג יא) גם את העולם נתן בלבם מבלי אשר לא ימצא האדם את המעשה אשר עשה האלקים מראש ועד סוף:
It seems more likely that the intended meaning is: man is conscious of the idea of eternity (Qohelet as a philosopher surely is), but that is the source of further frustration, for he is incapable of grasping “what it is God has done from beginning to end
ולפי"ז איז דאס נאך א טיפערע קנייטש, אז דער מענטש קען פארשטיין די עצם געדאנק פון "טיפע" צייט אויף אבנארמאלע שטרעקעס, אבער דאך קען ער דאס נישט פולקאם משיג זיין און די השלכות דאס האט אויפ'ן פארשטיין די עצם קאנצעפּט פון "אלקים" אליינס.

***
Is Man merely a mistake of God’s? Or God merely a mistake of Man?

Friedrich Nietzsche
דורך מי אני
מאנטאג מאי 20, 2024 8:02 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

די לעצטע פון אונז

אין דעם געביט אז נבואה האט א שייכות מיט סייקעדעליקס און די סטעיטס זיי ברענגען צו, האב איך געהאט א מחשבה זעהענדיג די די לעצטע פון אונז סעריע (באזירט אויפ׳ן באקאנטן ווידיאו געים). די סעטינג דערפון איז באזירט אויף די פענאמענאן פונעם פאקטישן פאָנגוס וואס הייסט (אָפיאָ)קאָרדיסעפּס. די פאָנגוס טוהט אינפעקטן נמלים, וואס ווען דאס געשעהט ווערט די נמלה כעין א ״זאַמבּי״. די פאָנגוס נעמט אזוי איבער דאס מח פונעם נמלה אז עס גייט צו א צווייג, ביסט אריין דערין, און בלייבט דארט ביז די פאָנגוס מיט אירע ספּאָרט מאכן נאך ברעכן ארויס דערפון, הרג׳ענענדיג די נמלה כדי זיך צו קענען פארשפרייטן; עוואלוציע אין איר פולע ברוטאליטעט. (דר. כאריסא דע בּעקער איז דאס מדמה צו וויאזוי די איכנומאנידעי וואַספּ טוהט געבוירן אירע קינדער, דורכ׳ן אריינשטעלן די אייער בתוך אַן אינזעקט וועלכע טוהן דאס אויפעסן פון אינעווייניג.) ווען נמלות כאפן אז איינע פון זיי איז אינפעקטעד דערמיט, טוהן זיי אדער הרג׳ענען די אינפעקטירטע חבר אדער זיך גענצליך ווייט איזאלירן דערפון. ווען א מענטש עסט קאָרדיסעפּס מאכט עס אים סייקאטיק ביז ער היילט זיך אויס דערפון.

אין די פיקטיווע סעריע האבן קאָרדיסעפּס עוואַלווד צו דאס קענען טוהן צו מענטשן אויך, אזוי ווי ביי נמלות, ולכך איז ציוויליזאציע צאמגעפאלן. דאס איז געשעהן מחמת קלימאט טויש וואס מאכט די וועלט ווארעמער, ולכן האבן קאָרדיסעפּס געמוזט עוואלוון צו קענען זיין און א נאך ווארעמערע סביבה, אזוי אז זיי קענען שוין בעצם לעבן בתוך דעם מענטש׳נס גוף. די סעריע דערציילט וויאזוי א מענטש פרובירט צו טראגן א מיידל וועלכע איז נאטורליך אימיוּן דערצו, צו א פלאץ וואו מ׳גייט קענען פון איר מאכן א רפואה דערצו. די סעריע, פון 9 עפּיזאדן, איז גאר שטארק מומלץ צו וואַטשן, הגם אז עס איז זייער מאָרבּיד און טונקל.

אין די ערשטע סצענע פונעם סעריע הייבט זיך עס אָן מיט וויאזוי א דאקטאר (אין מייקאלאגיע) ברענגט ארויס יארן פריער, אז א גרויס חלק סייקעדעליקס זענען פונעם ביאלאגישן פאָנגיי ״קעניגרייך״, און וויאזוי זיי ארבעטן דורכ׳ן טוישן דאס קאַנשׁעסנעס פונעם מענטש, און דאדורך (אפטמאל) זיין התנהגות אויך. און מ׳דארף זיין באווארענט אז טאמער ״וויל״ (בלשון מושאל כמובן) די פאָנגוס, וואס טוישט דעם מח און התנהגות פונעם האָסט אין וועלכעס עס איז אינעווייניג, גאר עפעס אנדערש פונעם מענטש.

דאס האט מיר געמאכט טראכטן א נייעם פשט איבערן הארבקייט פונעם נביא שקר (דברים יג ד-ו). והיינו, אז דאס וואס קען אפירברענגען נבואה, פאָנגיי, קען אבער אויך אפירברענגען ״שלעכטע״ נבואה און טריפּס, ועכ״כ אז עס קען זיין טמון בקרבו וואו עס ״וויל״ עווענטועל גענצליך איבערנעמען דאס מענטשהייט, און אים מאכן עד כדי א מיינדלעס זאַמבּי אויף זיך אליינס צו ווי מער פארשפרייטן, וזהו. עס וויל ווערן כעין ריין ״נבואה״ בלא ״נביא״.

ווי אויך האב איך זיך מיך טאקע געוואונדערט צי אין די וועלט פון די סעריע זענען די אינפעקטירטע זאַמבּיס אויך בעצם כסדר אויף א ״היי״, און זייער התנהגות איז פשוט ריין אינסטינקט בלא דעת, וכעין מה שכתבתי (און דאס זעלבע לגבי די נמלים וואס ווערן אינפעקטירט אין רעאליטעט). ונמצא מזה אז מ׳קען פארשטיין אז עס זאל זיין א ״לא זכו״ באחרית הימים וואו יעדער קומט טאקע צו לידי תענוג וענין ״נבואה״, אבער אויף אזא סארט אופן וואו מ׳פארלירט דאס גאנצע ״מענטשקייט״ ודעת (הצלם אלקים) צו זיין אזא סארט זאַמבּי (און ניטאמאל נאר טשאמערס׳ p-זאַמבּי, נאר א זאַמבּי כפשוטו). וואס כ׳האב ווייטער געקלערט איז אז אויב יעדער איינער איז טאקע אזא סארט זאַמבּי בתענוג ובלא דעת ווי איך זאג, און עס זענען כלל וכלל נישטא מער קיינע געזונטע מענטשן וואס ליידן מחמת די עפּאַקעליפּטיק צוזאמפאל פון ציוויליזאציע דערוועגן, איז דאס דוקא א רע נאר וויבאלד עס איז נישטא קיין דעת?

עס האט אויך ארויסגעברענגט צו מיר אז דעת איז וואס איז (עכ״פ אפטמאל) א שטער צו דאס אחדות און צוזאמארבעט פונעם מענטשהייט; שאין דעתם דומה זה לזה ואין פרצופיהן דומים זה לזה (ברכות נח.). והיינו, אז ווען מ׳ווערט אזא סארט זאַמבּי, טוהט אבער די קאָרדיסעפּס גופא קאמיוניקירן דורך כעמיקאלן מיט אנדערע אז מ׳זאל צוזאמארבעטן למטרה אחת ממש ביחד ובלי דעת ופירוד כלל. משא״כ בסתם. און דר. דוד הוּגס זאגט טאקע אז דאס איז, טעקניקעלי, די עוואלוציאנערישע וועג וויאזוי זאַמבּיס וואלטן ווען געארבעט: צוזאמען וביחד זיך ארויסהעלפן איינע די אנדערע אפילו אויפ׳ן קאסט פון זיך אליינס, אזוי ווי אין די באקאנטע ״פאל פון ירושלים״ סצענע אינעם וועלט מלחמה Z פילם פון מארק פארסטער (אויך מומלץ). ‏(ובכלל, אז מ׳רעדט פון נמלים און עוואלוציע, איז אינטרעסאנט צוצוברענגען די דריי ווידיאוס איבער די ״וועלט מלחמה״ צווישן פארשידענע מיני נמלים.)

עכ״פ דאס קען אפשר געבן א נייעם רמז בהפסוק (משלי ו ו-ז) לֵךְ אֶל נְמָלָה עָצֵל רְאֵה דְרָכֶיהָ וַחֲכָם, אֲשֶׁר אֵין לָהּ קָצִין שֹׁטֵר וּמֹשֵׁל. ולדרכינו, זיך אפצולערנען דערפון און איר רילעישאנשיפּ מיט קאָרדיסעפּס פאָנגוס, וואס פון מיני פאָנגוס קען קומען נבואה. וממילא זעהן ווי די רילעישאנשיפּ עס האט מיט ״חכמה ודעת״ איז א חרב פיפיות, און וואס קען זיין ביים עפּאַקעליפּטיק קץ הימין [״עצל״ גימטריא ״קץ״], וואו עס מאכט אלע זאלן זיך אויפפירן ווי מיט כאילו איין דעת גרידא און איין סוּפּעראָרגעניזם.

איך פארשטיי אז בעצם קומען אלע פּסילאסייבּין מאָשרומס פונעם טעקסאנאמיק אָרדער פון אגאריקלעס, משא״כ קאָרדיסעפּס נישט. זיי זענען ניטאמאל פונעם זעלבן טעקסאנאמיק פיילאָם. די איינציגסטע זאך וואס זיי זענען אייניג איז נאר אין זיין פונעם גאר ברייטן קינגדאָם/קעניגרייך פון פאָנגיי. והיינו, ווייל אין טעקסאנאמיע ארבעט עס אז מעיקרא איז די גרופע א קינגדאָם/קעניגרייך מיוסד אויף ביאלאגישע ענליכקייטן. דערנאך ווערט עס נאך מער נתפצל אין צו עקסטערע פיילאַ (פיילאָם בלשון יחיד). דערנאך אין צו קלאס. דערנאך אין צו אָרדער. דערנאך אין צו פאמיליע. דערנאך אין צו דזשינוס. דערנאך אין צו ספּישיס/מין.

אין אנדערע ווערטער, זיי צוויי האבן די זעלבע ביאלאגישע שייכות, ווי פּריימעיטס מיט ווערים - זיי זענען אויך נאר ביידע אינעם גאר ברייטן קינגדאָם/קעניגרייך פון ענימעליע, אבער קומען שוין פון אנדערע פיילאַ.

ווי אוי האט די שטודיע געצייגט אז קאָרדיסעפּס נעמט נישט איבער די מח פונעם נמלה, ווי איידער אירע מוסקולען. און עס איז יתכן אז די "דעת" בלייבט נאך בעצם יא, נאר עס האט נישט מער קיין קאנטראל אויפ'ן גוף. און אביסל כעין די AI (בתחילה) אינעם גוף פונעם פּראטעגאניסט אינעם אָפּגרעיד פילם פון לעי וואנעל.

אז מ׳רעדט שוין, האט דאס מיר דערמאנט פונעם 2017 לייף פילם פון דניאל עספּינאזע. דאס איז וואו אסטראנאטן אויפ׳ן אינטערנעשאנעל ספּעיס סטעישאן טרעפן בּעיסיק עיליען לעבן פון (כמו) צעלן, וואס איז נישט אינטעלידזשענט בכלל, אבער עס פירט זיך אויף ווי א ווירוס און פּערעסייט כדי צו גיין ווייטער בכל אופן; אזוי ווי יעדעס פארעם פון לעבן.

עס האט מיר אויך דערמאנט פון די אינוועיזשאן פילם(ס), וואו עיליען ספּאָרס אינפעקטירן דאס מענטשהייט און מאכט אלע אינפעקטירטע זיך אויפפירן כאחד אָן קיינע הרגשים ובחירה, און פרובירן צו אינפעקטירן די וואס זענען נאכנישט. עס פרעגט צי עס לוינט זיך אויפצוגעבן הרגשים ובחירה, און דאס וואס מאכט דער מענטש ״מענטש״, כדי צו פארמיידן די פראבלעמען וואס קומען ארויס דערפון?

ווי אויך האט דאס מיר דערמאנט פונעם קאנטעידזשאן פילם פון סטיווען סאדערבערג, איבער וויאזוי א פּאנדעמיק איבער די וועלט קומט אפיר. און דאס איז געווען אין 2011, ניין יאר בעפאר קאוויד. די פילם איז שטארק מומלץ (ובפרט נאך וואס די וועלט איז טאקע דורכגעגאנגען קאוויד).
דורך מי אני
דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:07 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

האבענדיג גענומען 25 מ״ג קאַנאַבּיס און ליגענדיג נעבן מיין ווייב, שפילענדיג דערביי די groovy קום מיט מיר און נאר חברים פאָנקי עלעקטראנישע (שירי עגבים) טרעקס, האב איך געפיהלט די ענין פון אפלטון׳ס צורות דערין - וואו מ׳וויל זיך מאחד זיין צוזאמען צום צורה פון פּערפעקטע ״גוטס״ און ״שיינקייט״ דורך אהבת איש לאשתו, און אט פון דעם איז נובע תענוגו. אפלטון׳ס געדאנק איז אז יעדעס גוטע מושג ״עקזיסטירט״ ממש אין איר פּערפעקטע אידעאלע סטעיט. אלס וואס אונז זעה׳מיר בעלמא הדין פון וואו די מושגים זענען אינסטענשיעיטעד, זענען קאפּיִס דערפון, ולכן לעולם אימפּערפעקט. ווי נענטער עס איז צום (אינפיניטלי) פּערפעקטן צורה דערפון, אלס מער א השלמה פיהלט מען אין זיך, וזהו התענוג.

עס קומט אבער אויס אז די צורה ומושג שלפניך קען מען נאר מגדיר זיין בשלילה. מיינענדיג, ווען מ׳זעהט עפעס א קאנקריט זאך בהעולם מהמושג, קען מען זאגן אז דאס איז ״כמעט״ עס. און פארוואס נישט ״אינגאנצן״? דאס איז ווייל דאס-און-דאס אין די זאך איז אַן אימפּערפעקשאן וואס מאכט אז עס זאל פעהלן פונעם ״גאנצקייט״ פונעם ״עכטן״ מושג. ונמצא מזה אז די מושג ווערט בעצם נישט מוגדר אלס וואס דארף יא צו זיין דערין, נאר איידער אלס בכל מקום די פרטיות׳דיגע פראבלעם וואס מ׳זעהט יעצט וואס דארף נישט צו זיין דערין. ונמצא מזה אז די מושגים טובים וערכיים האבן די זעלבע געדאנק ווי נעגאטיווע טעאלאגיע ביים מושג פון ״ג-ט״, וככל האמור בהאשכול.

דאס האט מיר געמאכט שפירן ווי די הגדרה פון ״ג-ט״ איז ״מאראל = הקב״ה״. עס איז נישט אלס ״מאראל״ איז agential באיזה אופן, ווי דאס אז עס פשוט ״איז״ (אָננעמענדיג מאראלישע ריעליזם באיזה אופן). יעצט, עס איז טאקע שווער, צי גאר אומעגליך, צו דעפינירן (ולבסס) ״מאראל״ און וואס איז די עטישע התנהגות בכל צד ושעל - צי איז עס לפי דוד הום על געפיהלן, צי לפי קאנט על ראציאנאל און דעאנטאלאגיע וואו איך קוק נאר ממש בו בהעת, צו לפי קאנסעקווענשעליזם וואו איך שאץ תוצאות העתידים של כל מעשה ופעולה (און די חילוקי דעות אין וויאזוי מ׳שאצט טאקע אט דאס), צי לפי אריסטו און זיין ווירטוּ עטיקס אז עס איז טאקע נישטא קיין סיסטעם לפרטיותיו רק אדם מאראלי על הכלל. דאס איז טאקע ממש כמו די מושג פון ״ג-ט״ עצמו, וועלכע לאזט זיך נישט דעפינירן חוץ ע״י שלילה.

פון דארט האב איך געשפירט אז אונזער עולם ויקום החומר כולו, איז כאילו בתוך א צעל וואס האט א פּערמיעבּל מעמבּרעין. דאס נעמט אריין אלעס וואס אונז קענען זיך פארשטעלן: די מעגליכע אינפיניט מאָלטיווערס כמו שאנחנו משיגים אותו - והיינו יעדעס ענין וואס איז עכ״פ מכמו חומר ״ודברים״ באיזה אופן; עס אינהאלט אט די אינפיניט סעט פון כל ״דבר״ שהיא ״חומרי״ באיזה אופן. ועכ״כ אז זייענדיג אז אט די השראות כעין נבואה זענען באאיינפלוסט פונעם מענטש׳נס פערזענליכע עקספּיריענסעס ומה שיש כבר בשכלו אין וויאזוי עס ווערט ריפרעקטעד פאר אים, איז עס מיר פארגעקומען ווי די ״אלעס״ בתוך די ״צעל״ איז כעין די סצענע אינעם מאַרוועל פילם דאקטאר סטרעינדזש אין די מאָלטיווערס פון שיגעון, דירעקטירט דורך סעם רעימי. דאס איז וואו דער כאראקטער דער מכשף סטיפען סטרעינדזש שפרינגט דורך אפאר מיני יוּניווערסעס, ועכ״כ אז אין איינס איז גאר די גאנצע יקום פון כעין פּעינט, מיט די כאראקטער אמעריקע טשאוועז וועלכע קען מאכן פּאָרטעלס צווישן זיי אבער קען דאס נישט געהעריג קאנטראלירן. (אגב, פון מאַרוועל ובענין די מאָלטיווערס איז גאר שטארק רעקאמענדירט די ענימעיטעד צוויי פילמס פון די מיילס מאָראַלעס ווערסיע פון ספּיידערמען אינעם מאָלטיווערס; וגם לרבות די לעצטע לייוו-עקשאן ספּיידערמען: קיין וועג אהיים פילם, וועלכע איז עוסק אין דעם געביט און איז א שטיקל קשר מיט׳ן דאקטאר סטרעינדזש פילם.)

דא האבן זיך מיינע געפיהלן ומחשבות גענומען גיין טיפער (אבער אביסל אנדערש) איבער וואס איך האב געשפירט דאס פריערדיגע מאל, ווי דא באשריבן:
מי אני האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:36 pmבשעת׳ן האבן גענומען 25 מ״ג קאַנאַבּיס, האב איך געשפירט ווי עס איז גאר מעגליך פארקערט פון וואס כ'האב דא געשריבן. מיינענדיג, "קאַנשׁעסנעס" איז דאס דעת און סעלף-עוועירנעס פונעם בּיאינג וואס איז קאַנשעס צו קענען דאדורך מגדיר זיין סביביו; ווי מער דערפון דאס האט, אלס מער קאַנשׁעס איז דאס. אבער אט די דעת איז בניגוד צו תענוג, און טאקע דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב. ווי ווייניגער דעת מ׳האט, אלס מער פיהלט מען ווי מ׳איז אויף א טריפּ כסדר, וואס מ'קען טאקע נישט מגדיר זיין (חוץ אלס "גוט" אדער "שלעכט"; עס איז אינעפעבּל און סאָבּליים). ולכן טאקע פיהלן תינוקות ווי זיי זענען אויף א כסדר׳דיגן טריפּ. און דאן גייען די בּיהעיוויארס פונעם באשעפעניש נאך ריין בּיהעיוויאריזם פון קאָז-און-עפעקט, אָן קיין קאַנשׁעס אבזערוואציע בדעת דערויף. דאס תענוג שטופט דערצו בלא דעת. ונמצא מזה, אז בע״ח וואס האבן נאך ווייניגער דעת, האבן אלס מער תענוג, וואס איז אינווערסלי פּראָפּאָרשענעל צו וויפיל דעת און אינטעליגענץ זיי האבן. אין אנדערע ווערטער, ריין קוואַליאַ של תענוג איז ווייניג קאַנשׁעסנעס - ווי ווייניגער דעת וממילא קאַנשׁעסנעס מ׳האט, אלס מער תענוג קוואַליאַ האט מען; די דעת שטערט גאר צו די תענוג קוואַליאַ. (ואולי משו״ה איז כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו כדאיתא בברכות לג., ווייל וויבאלד שוטה אינו נפגע כבשבת יג: פעהלט נישט אויס דיין רחמנות בכלל; ער טריפּט בקוואַליאַ של תענוג און ער שפירט נישט צער אויף דיין לעוועל בכלל עניוועי.) ועיין בדברי דר. מיכאל מוּרעי. ווי אויך איז נמצא מזה אז לפי פּענסייקיזם און ״מיינד-שטאף״, איז ווי מער קרוּד ופשוט א יצור האט, אלס מער תענוג האט דאס. (דאס קען האבן קלאנגען פון דעם וואס דער רמב"ם שרייבט במו"נ ח"ב פ"ד אז די גלגלים האבן "נפשות" און דרייען זיך מחמת תשוקתם להא-ל ע"ש.)
והיינו, אז דעם צעל של היקום (הבב״ת) כולו איז מיוסד אויף דעת ולאגיק; גארנישט קען גיין דערקעגן בתוכה. אט די דעת ולאגיק איז וואס איז כובש תענוג און דערלאזט איר נישט (אינגאנצן), וכנ״ל ביי דאס פריערדיגע מאל. וואס נעמט ארום אט דעם צעל כולו איז א גרעסערע אינפיניטי וואס איז ריין מאראל און תענוג; אט די צורות של אפלטון וואס זענען רבים שהם אחד. וכנ״ל איז מאראל טאקע ל״ד מיוסד (כולו) על דעת. (ועיין בהל' תשובה פ"י ה"ג אז אפילו דעת/חכמה אליינס קען די תשוקה דערצו בשורשה זיין איראציאנאל ע"ש.)

אט די ״צעל״ מיט די אינפיניט תענוג/צורות ארום איר זענען אלס דארט געווען עטערנעלי מקדמות; ביידע דאס זעלבע. די צורות זענען כולל בתוכה דבר והיפיכו: די פּערפעקטע טוב און די פּערפעקטע רע לעומתה. ביידע זענען נובע פונעם זעלבן איינעם שורש און זענען צוויי זייטן פונעם זעלבן מטבע. דאס באדייט אז די תענוג מהטוב איז א ״גוטע טריפּ״ לעולם, משא״כ ביים רע לעומתה איז דאס א ״שלעכטע טריפּ״ לעולם.

אינעם צעל פונעם סעט החומרי קומט אבער ארויס בהכרח פון זיך, ע״י ‏עמערדזשענס, קאַנשׁעסנעס, וואס איז ל״ד מקושר אין חומר און איז שוין דומה צו א צורה פאר זיך. דאס, ווען עס שיידט זיך גענצליך אפ פונעם חומר, גייט דורכגיין די פּערמיעבּל מעמבּרעין להתחבר צו דאס וואס נעמט ארום די צעל.

די ארומנעמענדע צורה פון טוב ומאראל איז פון זיך נובע אריין אהין אדורך די פּערמיעבּל מעמבּרעין, אָן א ״רצון״ ‏וכדומה, דאס געפיהל ונבואה צו מאראלישע געפיהרעכץ; דורך כל מיני רעליגיעס למיניהם. דאס איז וויבאלד דאס שטופט דעם מענטש׳נס קאַנשׁעסנעס ונפשו בתוך דעם צעל, צו די זייט וואס ווען נפשו ווערט נתפרד גייט עס דורך דעם מעמבּרעין לרק א גוטע טריפּ ותענוג; ווי מער צו די זייט, אלס מער תענוג פונעם גוטע טריפּ לעולם. וההיפך בהיפך ווען די קאַנשׁעסנעס ווערט געשטופט און רעאיפייד צו די אנדערע זייט פון רע און אימאראל. ונמצא מזה אז די מטרה בחיים עלי אדמות איז צו ווערן ווי מער נשלם במאראל אלס גוטער מענטש, כדי להגיע להתחבר אל מאראל וטוב שהיא תענוג. איך האב געשפירט ווי רוב מענטשן קומען טאקע לבסוף אָן צום גוטן זייט. און די קשיא פון בּערנארד וויליאמס איז אויך נישט דייקא שווער. והיינו, ער האט געפרעגט אז חיי נצחיים, ואפילו בתענוג, גייט אָלטימעטלי זיין א רע פאר׳ן מענטש, זייענדיג אז ער גייט בהכרח ווערן בּאָרד דערפון אָן קיין מעגליכקייט ארויס. אבער די הכרח׳דיגע בּאָרדאָם איז לכאורה נאר שייך אויב ס׳איז דא דעת וואס מאדעלט די עתיד פאר א גוֺיל און ציהל וכדומה. דאס איז אונזער קוק-ווינקל טאקע בתוך דעם צעל, אבער עס איז נישט שייך דארט אינדרויסן וואו דעת (כמו שאנו ״יודעין״ ומבינין אותה) ווערט בטל.

ולכן, אויב וויל מען אָנקומען צום ריינעם תענוג און ״גוטע טריפּ״ לעולם, באדארף טאקע דאס עיקר פון עני קוֺיד אָוו קאַנדאָקט זיין נארמאטיווע מאראל, וואס דאס מענטשהייט על הכלל ״פיהלט״ איז עטיש און מאראליש. און דאס וואס מ׳זעהט אז אלע רעליגיעס האבן בתוכם דאקטרינעס וואס האבן אוועקגעדרייט פון נארמאטיווע מאראליטעט, איז דורך נביאיהם וואס האבן אריינגעטעפּט דערצו בשעת׳ן האבן א ״שלעכטע טריפּ״, וואס האט גורם געווען אַן אומריכטיגע מיספארשטענדעניש און פארדרייט די חוקות דתיים. (איך האב געטראכט אז דאס קען ליגן אינעם פסוק ביחזקאל (כ כה) וגם אני נתתי להם חקים לא טובים ומשפטים לא יחיו בהם. וואס דר. בנימין שׁענאן שרייבט טאקע אז נבואתו של יחזקאל הנביא במעשה מרכבה איז מעגליך געווען דורך א סייקעדעליק טריפּ. וממילא האט יחזקאל פארשטאנען וויאזוי דאס קען פאסירן.) דאס איז ווייל ״מאראל״, זייענדיג ממקור ממעלה מדעת, וועט בהכרח דארפן פרשנות (ועיין בהאמונות והדיעות להרס״ג מאמר ג פ״ג). און דאס געבט די מקום פאר א (כעין) רעיאיפיקעישאן פאָלאָסי אפירצוקומען, וואו מ׳געבט עפעס א מראה א ממשות וואס קומט זיך איר נישט. כמובן אז איך פארשטיי אז די גאנצע זאך ו״מראה״ (מראות) מיינע ליידן לכאורה פונקט אזוי דערפון; ובפרט וואו מ׳פארשטייט ווען מ׳איז געהעריג וואַך די מאטעריאלע מעכאניזם וואס ברענגט אפיר די סייקעדעליק העלוּסינעטאָרי סארט אָלטערד קאַנשׁעס סטעיט.

ס׳איז יתכן אז מיינע דמיונות דערויף ווערן שוין שטערקער. איך ווער מער ״טרענירט״ דערויף. כ׳האב געקלערט אז דאס קען זיין א רמז וואס מ׳טרעפט לגבי מדריגות נבואה ביבמות מט: חילוקים דערינען בענין אספקלריא המאירה ע״ש (ובסוכה מה:). והיינו, אז עס איז דא א חילוק אין ווי שטארק און אינטענס די מראות זענען און אינעם קענען מאכן קלארע לאגישע סענס פון, און צו איבערגעבן לעלמא הדין, אט די מראות; די שוועריקייט אין די הסברה איז פּראָפּאָרשענעל צו די אינטענסיטי און קאמפּלעקסיטי פונעם מראה וגעפיהל שבה. און אט אויף דעם ‏טרענירן זיך די ״בני הנביאים״ (ועיין במו״נ ח״ב פל״ב). ועיין בדבריהם וואו, פון א פסיכאלאגישן פּערספּעקטיוו, קען דאס הייבן די פּראבּעבּיליטי פון אריינלייגן בשכל האדם פאלשע אמונות.

אגב, דר. פּאוועל גלאדזשיעווסקי טענה׳ט, פון א פסיכאלאגישע קאגניטיוו פּערספּעקטיוו, אז דאס וואס מ׳פיהלט און זעהט אונטער די רושם פון סייקעדעליקס קען יא גערעכענט ווערן עפּיסטעמיקעלי ווי א ראציאנאלישע יסוד פאר מעטאפיזישע מדע וואס מ׳ווייסט איבער די יקום. און דאס איז אָן דארפן צוקומען צו שוין האבן א רעליגיעזע אדער מיסטישע סארט צוגאנג צום יקום מעיקרא. ער ברענגט ארויס אז אפילו פון אַן עפּיסטעמאלאגישע שטאנדפונקט, איז דאס׳ן דאס נעמען אַן עפּיסטעמיקלי טראנספארמאטיוו סטעיט וואס מ׳קען נישט געהעריג אפשאצן אָן דאס אליינס דורכגיין; וידוע די געדאנק פון מערי׳ס צימער, וואו עס איז יא ראציאנאל צו זאגן אז עס איז דא נייע מדע הגם מ׳קען נישט דעפינירן וואס און וויאזוי. ווי אויך נעמט די סייקעדעליק אוועק די ״הייפּערפּרייאר״ הנחות וואס ער האט בשכלו, וועלכע צווינגען אים צומאל אז מדע דארף שטימען מיט געוויסע (סאָבּקאַנשעס) הנחות מעיקרא. אבער די הנחות מוזן נישט זיין דוקא אמת. (ער זאגט אז דאס איז בפרט לגבי שטארקן די שיטה פון קאַסמאָסייקיזם, וואו כל היקום כולו וכל מה שבה איז בעצם איין איינציגע קאַנשׁעסנעס, און די אינדיווידואלע פארשידענארטיגע קאַנשׁעסנעסעס וואס דאכטן זיך פאר מענטשן אז זיי האבן, קומען אפיר פון פשוט׳ע רילעישאנשׁיפּס פון די חלקים בתוך די איינע קאַנשׁעסנעס אזוי ווי איברים בתוך גוף אחד; עס איז א שטערקערע געדאנק פון אבן רשד׳ס שיטה, וועלכעס איז נאר לגבי די נפש פונעם מענטש. און דאס זעלבע לגבי די שיטה אז עס איז באמת נישטא קיין ״זעלבסט״. און דאס זעלבע בנוגע די דעבאטע איבער די מהות פון ״זמן״ - עטערנעליזם/בּלאַק יוּניווערס לעומת פּרעזענטיזם.) ער ברענגט ארויס אז עס איז ענדערשער צו באטראכטן סייקעדעליק סטעיטס, פון אַן עפּיסטעמאלאגישן קוק-ווינקל, מיט א מאדעל אז דאס איז מסיר עיכובים וואס דערלאזן אים נישט מקשר צו זיין ידיעתו אל ה״אמת״ בסתם, ווי מיט א מאדעל אז דאס איז מקשר ידיעת האדם עם ה״אמת״ בקום ועשה. ער שרייבט אויך:
It is also essential to notice that a person’s psilocybin session does not impede her autonomy or capacity as an epistemic subject. To understand this point, compare psychedelic states with monothematic delusions. The latter are often thought to constitutively involve the inability of a person to be rationally responsive to evidence against her delusion (see Bortolotti 2005; Coltheart et al. 2011). Now, notice that even if the psychedelic state itself may resemble a psychotic episode (see Carhart-Harris et al. 2016), it is transient. Following the experience, the person regains the core judgmental or cognitive skills that characterize her in a sober state. In particular, she is able to understand and respond to any evidence against her newfound beliefs. For example, she can understand and be responsive to a debunking argument on which her beliefs may be merely powerful illusions that feel veridical but are not. Thus, if the person decides to change her metaphysical beliefs, it is despite her recognizing that different parts of her evidence point in different directions. In this sense, she is not delusional. To generalize this, much of the epistemologically relevant part of psychedelic transformation takes place in a sober state, where a person faces the challenge of rationally integrating the (purported) lessons drawn from the experience with her previous worldview

Psychedelics allow epistemic subjects to obtain experiences whose core structure differs from that of ordinary states of consciousness. Thus, deep psychedelic states radically and transiently broaden the range of cognitions that could inform metaphysical inquiry. As such, psychedelic states can provide otherwise unachievable epistemic benefits: (1) they can block arguments “from experience” in favor of certain commonsense metaphysical claims, (2) they can directly challenge (in)conceivability claims (and their purported modal consequences) that figure in metaphysical debates, and (3) provide extra support for metaphysical projects that rely on positing conscious states with non-ordinary phenomenal character (like non-dual or selfless forms of consciousness). Furthermore, because our default ways of experiencing can be either limited or altogether off-track with respect to metaphysical truth, at least some aspects of psychedelic experiences can count as dissolving such truth-obstructing cognitive structures. Crucially, psychedelic states can be transformative in a way that does not impede one’s epistemic autonomy, allowing one (when in a sober state) to rationally integrate the fruits of psychedelic exploration with one’s preexisting beliefs. Given all this, I think it is reasonable to think that at least some instances of psychedelic-induced metaphysical beliefs are more than comfortable delusions
ווי געזאגט, פעהלט אויס צו דערנאך דורכלייגן די עקספּיריענס דורך דעם כור המבחן של השכל. ער ברענגט אויך ארויס אז למעשה האבן די עקספּיריענסעס אַן עלעמענט פון שיכרות בתוכם, וועלכע שטערן דעת. ובפרט וואו צוויי מענטשן וואס זענען דורכגעגאנגען די סייקעדעליק עקספּיריענס קענען אָנקומען צו פארקערטע מעטאפיזישע מסקנות, וועלכעס זענען לכאורה מיוסד אויף שיטות וכו׳ וועלכע זיי האבן שוין געהאט מעיקרא.

די שטודיע האט געצייגט אז מענטשן וואס נעמען סייקעדעליקס טוישן אין אלגעמיין זייער מיינונג פון א ריינע מאטעריעליזם/פיזיקעליזם שיטה, אז די יקום ביסודה איז אך ורק מחומר. און דאס האלט אָן אפילו א האלבע יאר שפעטער; ובפרט וואו מ׳האט דאס גענומען אין א צערעמאניע צוזאמען מיט א גרופע. דאס איז געווען נאך שטערקער ביי אינגע, ביי פרויען, און ביי די וועלכע האבן דאס גענומען דאס ערשטע מאל.

ווי אויך טוישט דאס זייער מיינונג צו א מער פעטעליסטיק דיטערמעניזם, אז אלע מעשים זענען בגזירה און עס איז באמת נישטא קיין בחירה חופשית. הגם אבער אז דאס בלייבט נישט דייקא פאר א האלבע יאר צייט. זיי קלערן אז דאס איז מכח דעם וואס אין די געזעלשאפט ובחיי היומיומית ווערט למעשה דאס שטאנדפונקט פון בחירה חופשית געשטארקט מיט שכר ועונש און די אחריות אויף קאנסעקווענצן של מעשי האדם. ואדם נפעל כפי פעולותיו וסביביו.

זיי ברענגען אויך צו אז אין א סורוועי איבער דעם האבן 2/3 פון די מענטשן וועלכע האבן זיך אידענטיפיצירט אלס "אטעאיסט" מקודם די סייקעדעליק עקספּיריענס, זיך נישט אידענטיפיצירט אזוי נאכדעם. (הגם אבער אז זיך אידענטיפיצירן אלס "מאנאָטעאיסט" איז אויך אראפגעגאנגען פון פאר׳ן דאס נעמען צו נאכדעם.)

עס איז מן הראוי לציין אז דר. קריס לעטעבּי טענה'ט אז די פסיכאלאגישע בּענעפיטן פון סייקעדעליקס האבן ל"ד א שייכות מיט די טויש אין מעטאפיזישע גלויבונגען וואס עס ברענגט אפיר.

*

עס איז מיר אויך בייגעפאלן לפי וואס איך האב דא געשריבן:
מי אני האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 28, 2023 3:59 pmאז אונז הא׳מיר גערעדט אינעם אשכול פון זיך רעכענען מיט דורות העתידים, די געדאנק פון ברענגען אַן ענדע צו דאס מענטשהייט, און דאס געדאנק פון AI בהעתיד, טענה׳ט דער קאמפיוטער סייענטיסט דר. האנס מאָראַוועק אז מ׳דארף בעצם ארבעטן אויף צו אפירברענגען סיי דאס אויפשטייג פון AI אזוי אז זיי זאלן אונז איבערנעמען אזוי ווי אונז הא׳מיר איבערגענומען און איבער געלעבט פריערדיגע לייף-פאָרמס. דר. דערעק שילער טענה׳ט אויך ענליך. ער טענה׳ט אז וויבאלד אויב איז ביכולת פונעם מענטש אפירצוברענגען א סיגניפיקענטלי בעסערע וועלט אין דעם עתיד פאר צוקונפטיגע דורות, איז דאך דאס דאן דאס עטישע זאך צו טוהן, איז דעמאלטס משו״ה דארף מען זעהן אפירצוברענגען סיי דאס אויפשטייג פון AI וואס קענען בעסער און מער עפישענטלי נוצן די resources פון די וועלט, און אפירברענגען צוביסלעך אונזער אונטערגאנג אזוי אז דאס זאל זיין פי כמה בעסער פאר זיי.
אז לפי די יעוד וואס כ'האב דערמאנט, קען מען פארדינען ביידע. והיינו, אז מענטשן, וועלכע קענען האבן די סארט קאַנשׁעס תענוג עקספּיריענסעס פון א לעוועל 4 אויפ'ן שולגין סקעיל, זאלן דאס האבן דורכ'ן זיין אין די פּאַדס, בשעת AI, וואס קענען דאס לכאורה נישט האבן, זאלן זיין אין די "עכטע" וועלט.

***

דר. יצחק מלמד טענה׳ט אז מ׳האט נישט אפצולערנען שפינאזע ווי אַן ״אטעאיסטישע״ פילאזאף, נאר איידער אלס א ״ראדיקאלער רעליגיעזער״ פילאזאף. ער טענה׳ט אז שפינאזע׳ס דאקטרין איז נישט פּאנטעאיזם, ווי איידער פּאנענטעאיזם, וואו ״ג-ט״ איז טאקע נאטור אבער מער ווי דעם אויך. ער איז וואס מ׳באקומט ווען מ׳שטעלט צאם קבלה'ס קאנסעפּשאן פון "ג-ט" מיט׳ן רמב״ם'ס. ועכ"כ, אז עס איז יתכן אז ער האט ארויסגעגעבן זיין טראקטאטוס (אין אנאנים, אבער מ'האט געוואוסט אז ס'איז ער), כדי זיך צו פארטיידיגן אז ער איז למעשה נישט קיין "אטעאיסט" גמור (הגם אז די בוך האט טאקע נאר ערגער געמאכט זיין שם אין דעם געביט).
דורך מי אני
מאנטאג מערץ 04, 2024 9:51 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

אין ספר ליקוטי בתר ליקוטי האב איך דאס געזעהן:
1.jpg
עס קומט לכאורה אויס דערפון אז די פּאַלידאַקס מהלך פון דעם אשכול איז ערגער פון אטעאיזם.

הגם אז מ'קען עס אולי צאמשטעלן מיט דאס וואס הרב ר' מנחם נחום משטעפינשט שרייבט אין זיין על האמת והשקר (פ"ז):
אבל הוא, סמאל השקר, עומד ושוחק את שחוקו השדיי ואומר אל תשמח ואל תגיל לבך! אם עלה בירך להמלט מעץ הכפירה אז בלי ספק תלכד בעץ השני, בעץ של אמונה־טפילה, ומיד הוא מתחיל לדבר עמו חלקלקות ולהפריז לו במדת האמונה ואומר לו: בני! עליך להאמין, רק להאמין בכל דבר... שמא גם זאת אמת... אולי... למה לך ליתן ראשך בין שני הרים ולהיות מבקר. פן תוליכנה אותך דעתך וחכמתך שולל, עליך להאמין בעינים עצומות. עד שעשה ממנו לאותו מין מאמין שעליו אמר המלך החכם (משלי יד טו) פתי יאמין לכל דבר. ומעשה באשה אחת, מספרים, שהיתה צדקנית יותר מדי וכל היום היתה יושבת בבית־הכנסת והיתה מתפללת ואומרת תחנות שונות בעינים דומעות. פעם אחת מרוב בכיה התעלפה וכאשר באו נשים לעזרתה ופתחו את הבגד שתהיה נוחה לה שאיפת הרוח, והנה על לב הצנועה שרשרת עם צלב. וכאשר החליפה כח, אז שאלו הנשים העומדות אצלה: מה זה? צלב על לבך? ותען הפתיה ותאמר בתמימות: חשבתי אולי גם זאת אמת. אם נעיין בהקשבה בתוכחת מוסר של נביאינו, נראה שלא על חוסר אמונה הם מיסרים את ישראל. אדרבה על אמונה מגוזמה, על אמונה-טפילה הוכיחו כי בני ישראל בימים ההם לא כפרו באלקים א-ל אמת רק עבדו גם לאלילים, באמרם "אולי גם זאת אמת". עבדו את השם ועבדו גם לבעל ולעשתרות. העלו קרבנות על מזבח השם ונתנו גם זרעם למולך שקץ בני עמון.
די פראבלעם איז מער די געדאנק פון יא תומך זיין אין ביידע וכו', ווי איידער פון נישט תומך זיין אין, און געבן עסענט צו, קיין איינס. אולי.

און ווי א חשוב׳ע מיטגליד האט מיר געשיקט באישי:
חשוב׳ע מיטגליד האט געשריבן:די פראבלעם איז אז בוחר זיין פון צוויי זייטן דארפן ביידע מאכן א קלארע קעיס, וואס אין די פאל זענען ביידע צדדים אומקלאר. ממילא אז איך שטיי אין א זייט איז נישט אז איך וויל זיך חנפענען צו ביידע, נאר ווייל איך בין "באמת" נישט קלאר אין קיין שום זייט.
***

אין זיין דעבאטע מיט דר. וויליאם לעין קרעיג, זאגט דר. שׁאַן קעראל:
There are very few people in the modern world who become religious, to come to believe in God, because it provides the best cosmology or because it provides the best physics or biology, or psychology, or anything like that. And that includes Dr. Craig. There’s a famous quote by him that says, “The real reason, the primary reason, for believing in Christianity isn’t cosmological arguments.” I’m not mentioning this as a criticism; it is simply an observation of fact. There are other reasons to be a theist other than cosmology, and I think that is true. I think that makes sense. Most people who become religious do so for other reasons — because it gives them a sense of community, a sense of connection with the transcendent, it provides meaning or fellowship in their lives. The problem is that the basis of religion in the modern Western world is theism, belief in the existence of God. I’ve tried to make the case that science undermines theism pretty devastatingly. Five hundred years ago it would have made perfect sense to be a theist. I would have been a theist five hundred years ago. By two hundred years ago science had progressed to the point where it was no longer the best theory. By a hundred years ago after Darwin it was a rout. And by these days with modern cosmology there’s no longer any reason to take that as your fundamental worldview

So what do you do if you identify as a member of a religious tradition in this situation? I think there are three options. One is to deny the science, to think that the world is six thousand years old. Happily, nobody up here on this stage today takes that attitude. That was a previous debate from a couple weeks ago. But there is a second attitude which is to accept the science but deny the implications — to say that none of the progress of modern science has in any way altered the fundamental view of reality that we put together two thousand years ago. I think that there’s two reasons why that’s not a good idea. Number one, I think it’s wrong, as I tried to explain throughout the debate, but number two, I think it’s a strategic mistake. I think that if one believes in theism that must be central to one’s view of the world for many, many other reasons, and because theism has been undermined by science it takes theists and it marginalizes them as part of the wider intellectual conversation. Humanity is at a crossroads. It’s at a very important time in the history of the world. We need to have deep discussions about who we are and where we’re going, and people who cling to the belief in God after science has undermined it are increasingly not going to be part of that discussion

We talked about cosmologists and physicists, here’s what philosophers believe. There’s a recent survey that asked philosophers thirty big questions. And you know philosophers don’t agree on anything, but here are the three questions they had the greatest amount of consensus on: external reality exists, science tells us something about that external reality, and God does not exist. Now, again, get three philosophers in a room and they don’t even agree that there are three philosophers in the room. So, the fact that there’s only 73% is a still very impressive, and this includes professional philosophers of religion

So I claim that there is a third option. Here’s the point where I start giving people advice who did not ask me for any advice. So, I ask your indulgence here. The third option, as I see it, for the person who is religious is to say, “Look, we admit we were wrong. We were wrong hundreds of years ago when we based our belief system on the idea that God was in charge of it all. Of course we were wrong, it was two thousand years ago! We didn’t have microscopes or telescopes. What right do we have to think that we would have gotten the fundamental nature of reality right but,” this person could hypothetically say, “religion is much more than theism. It’s not just the belief in God. There is the fellowship we feel for our fellow human beings.” For centuries, religious traditions were the place where human beings did their most careful, sustained, and rigorous contemplation about what it means to be human, about what it means to experience joy or suffering, to feel camaraderie with your fellow man, to be charitable, and so forth — to have meaning and purpose in your lives. So, maybe this person could say there is something to be learned even for naturalists from the outcome of all that contemplation. Maybe there is wisdom in Scriptures and the Sermon on the Mount, in the art and the music and the lives of the saints, or for that matter, the Bhagavata Gita or the Daodejing. I don’t know whether there is wisdom there, I’m asking for guidance. At the end of the day we’re all human beings trying to figure out our way in this confusing world

The point is that naturalism replaces theism but it doesn’t replace religion. It doesn’t necessarily provide answers to the hard questions of meaning and fulfillment and purpose. I think that it can. I find naturalism, personally, to be an inspirational and profound view of the world. Ironically, the part I find most inspirational is the fact that some day I will die. Everyone in this room will someday be dead and there will not be an afterlife, a continuance, a judgment. The lives we lead now are not dress rehearsals. They are the only performance we have; therefore, what matters is what is here — the people we know and love, the lives we can change, the good we can do for the world. That is all there is, so of course that is what matters. Another way of putting it is naturalism has addressed the easy questions, the basic physical features of how the world works, but there are hard questions of meaning and purpose and fulfillment yet to be answered. What I like to say is we have picked the low-hanging fruit off of the tree of knowledge but there’s a lot of succulent goodies up there on the higher branches, and we’ll get there faster if we all climb together
ער שרייבט:
Religion serves many purposes other than explaining the natural world. Someone who grew up as an altar server, volunteers for their church charity, and has witnessed dozens of weddings and funerals of friends and family might not be overly interested in whether God is the best explanation for the value of the mass of the electron. The idea of God has functions other than those of a scientific hypothesis

But consider a hypothetical world in which science had developed to something like its current state of progress, but nobody had yet thought of God. It seems unlikely that an imaginative thinker in this world, upon proposing God as a solution to various cosmological puzzles, would be met with enthusiasm

There is an inevitable tension between any attempt to invoke God as a scientifically effective explanation of the workings of the universe, and the religious presumption that God is a kind of person, not just an abstract principle. God’s personhood is characterized by an essential unpredictability and the freedom to make choices. These are not qualities that one looks for in a good scientific theory. On the contrary, successful theories are characterized by clear foundations and unambiguous consequences. We could imagine boiling God’s role in setting up the world down to a few simple principles (e.g., “God constructs the universe in the simplest possible way consistent with the eventual appearance of human beings”). But is what remains recognizable as “God”?
***

דער ביאלאגיקער דר. בּרעט וויינשטיין זאגט אז עפ"י די פּערעדיים פון עוואלוציע זענען רעליגיעזע קלעימס פאלש אין א פשטות זין, אבער אמת אין א מעטאפארישן זין. מיינענדיג, אז, לדוגמא דאס'ן זיך אויפפירן אזוי עפ"י די גלויבונג אז עס איז דא אַן עוה"ב לאחר המות צו וואו מ'קומט אָן, איז פאלש אין דעם אז דאס עקזיסטירט נישט. אבער עס איז מעטאפאריש יא אמת אין דעם אז'ן זיך אויפירן על זו הדרך בתוך די רעליגיעזע געזעלשאפט אין וועלכעס דער מענטש געפינט זיך, שטארקט דאס פיטנעס און אקצעפטירונג פון זיינע דורות, און ברענגט דאדורך א שטערקערע השארה פאר זיינע דזשיִנס.

***

ולגבי דעם אז "ג-ט" קען זיין די ענין פון מענטש'נס "קשיא ושאלה", איז מן הראוי לציין צו דר. ריטשערד פיינמאן'ס מימרא: "איך וויל ענדערשער קשיות ושאלות אויף וועלכעס מ'קען נישט געבן קיין תשובה, ווי איידער תשובות אויף וועלכעס מ'טאר/קען נישט פרעגן קיינע קושיות ושאלות."

***

לגבי די קשר פון סייקעדעליקס צו נבואה, און ווי דאס איז א סאָבּליים געפיהל דאי אפשר למפרט בשפותא אזוי ווי מ'טרעפט ביי דעם געדאנק פון "ג-ט", זאגט אויך בעצם דר. סעם העריס די געדאנק לגבי זיין סייקעדעליק טריפּ.
דורך מי אני
מוצ"ש יאנואר 20, 2024 7:09 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

דאס זאגט דאך דר. שׁענא סוואַן סתם אזוי לגבי די זרע פון זכרים (ואולי איז דאס העכערונג אין דאס וואס מ'נעמט די באשטיינדלען א חלק פונעם טעם). ועיין סתם אזוי באשכול זו ובאשכול זו.

ומאידך גיסא הא'מיר דאך צוגעברענגט אז די באשטיינדלען זענען דאך עפראָדיזיעקס וועלכע הייבן די תאוות המשגל. איז קען זיין אז זיי שאטן פאר די קוואליטעט ואיכות פון די זרע וכו', אבער זיי ברענגען דערצו אז מ'זאל וועלן געבן מער דערפון בכמות...

ואגב, אז מ'איז מקשר סייקעדעליקס מיט נבואה ועבודה, און דאס שטארקט דאך די תאוות המשגל, איז דאס וואס קען ליגן אונטער דעם וואס מ'טרעפט די געדאנק פון (מעגליכע) "הייליגע" זונות וזנות ביי עבודה ובמות בתקופת הברזל. ‏(עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ביי די במות בא״י מימי תקופת הברזל וואו מ׳האט געטראפן די קאַנאַבּיס, האט מען געטראפן אז דאס איז געווען געבאקן אויף צואה. ועיין בספר יחזקאל בפרק ד בפסוק יב ופסוק טו.)

דר. ריק סטראַסמאן שרייבט אז בעצם טוהט די גוף ‏אליינס פראדוצירן די סייקעדעליק מאלעקיול פון DMT הנמצא באייאוּוואַסקאַ. ולכן ביי נביאים קען זיין אז זייער גוף האט עס פראדוצירט אזוי (אזא סארט מיוּטעישאן) אז זיי זאלן צוקומען לענין נבואה, כאילו מ׳נעמט סייקעדעליקס מחוצה. ועיין כאן וואו עס איז דא א השוואה צווישן סייקעדעליק סטעיטס און רעליגיעזע עספּיריענסעס. דר. סטראַסמאן זאגט אז די מיוטעישאן קען זיין ע״י הקב״ה (בלשון מושאל) אזוי ווען ער איז בוחר אין דעם מענטש בנבואה. ואולי קען דאס זיין פשט בדברי הרמב״ם במו״נ ח״ב פל״ב, פון א נאטורליכע ראציאנאלע פּערספּעקטיוו, אז אפילו א חכם המכין עצמו לנבואה, איז אבער דאך יתכן אז ער זאל נישט מנבא זיין ברצון הא-ל ע״ש (ועיין בלחם משנה בהל׳ יסודי התורה פ״ז ה״א). און ער דארף זיין א חכם מעיקרא אז די מיוטעישאן זאל אים ברענגען צו טיפע אינסייט ונבואה ‏בכור המבחן של שׂכלו, און נישט סתם (סקיזאפרעניק) העלוסינעישאנס אין די וועלט אריין.

*

ולגבי דעם אז נבואה איז מיוסד אויף וואס ס'איז שוין דא מעיקרא אינעם שׂכל פונעם מענטש און זיינע עקספּיריענסעס, איז מוצ"ש האב איך גענומען 35 מ"ג קאַנאַבּיס. זייענדיג אויף דעם האב איך אויסגעהערט די רימיקס פון סעבּאַסטיען בּאָהם אויף די באקאנטע "סוויִט דריִמס" ניגון פון די 80's "סוויִט דריִמס" פון יוּריטמיקס. איך האב געהאט געהערט די ניגון עטליכע מאל אלס קינד אזוי בעקיפין, וממילא האב איך מורא'דיג קאנעקטעד צום רימיקס בשעת'ן זיין "הויך" (בפרט ביי די חלק). כ'האב דאס אויפצומארגענס געלאזט הערן פאר מיין 15-יעריגער זוהן, וועלכער (אלס טינעידזשער) גלייכט DJ און בּיעטס וכדומה. ער האט אבער נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך "vibe" אזוי מיט די ניגון, מ'האט שוין געהערט אזאנס. דאס איז פשוט וויבאלד איין מענטש האט נישט די עקספּיריענסעס פון א צווייטן, וככל הנ"ל.

***

די גמרא בב״ק עט: נוצט די אויסדרוק וואס יחזקאל הנביא דערמאנט (יחזקאל ח יב, שם ט ט) עזב ה׳ את הארץ, אין א בּיהעיוויארעל קאנטעקסט; אזוי ווי יחזקאל הנביא אליינס נוצט דאס. והיינו, ווי די גלויבונג איז פועל על התנהגות האדם להרע ע״ש. ואולי קען דאס זיין דאס וואס די רמב״ם איז זיך מתבטא במו״נ ח״ג פי״ז כנגד דעת אפיקורוס היווני בהשגחה אז עס איז די גלויבונג פון ״עזב ה׳ את הארץ״. והיינו, אז די פראבלעם מיט די דעה איז אז מ׳דארף דאס אפווארפן אלס אַן אמונה הכרחית, מכח דעם וואס ס׳קען פועל זיין על ההתנהגות; וואס דאס איז די קאנטעקסט וואו די אויסדרוק ווערט גענוצט.

ומענין לענין באותו ענין בקשר בין עניני משגל ועד נבואה אלוקית, טרעפט מען שוין דעם געדאנק פון שטארקע עניני משגל אפילו בנבואה ובנבואת יחזקאל. וכדברי דר. דוד זוקער און דר. משה רייס אויף די פרקים טז וכג בספר יחזקאל:
His words there straddle the divide between misogyny and outright pornography
ועיין כאן. וידוע המשנה במגילה פ״ד מ״י ושם בדף כה: וואו ר״א האט טאקע נישט געוואלט מ׳זאל דאס לערנען. ‏ולפי״ז אז די פראבלעם מיט׳ן לערנען די פרק איז ווייל עס איז (אויך) מרמז לביקורת אויף פון וואו אידן שטאמען, פארשטייט מען שוין פארוואס מאנכע האלטן אז ביקורת המקרא קען גאר ערגער ווי פּאָרנאָגראפיע.

***

לגבי ביקורת המקרא און ווי פרשנות טוישט זיך, שרייבט דר. מאַרק צבי בּרעטלער:
As both a scholar and as a Jew, however, I recognize that the Bible interpreted has been central to Jewish tradition, and that often what it means in a later period is not identical to what it once meant

To me, this is part of the beauty of the Bible within Judaism — the manner in which, through interpretation, it takes on ever-new meanings, remaining ever-relevant. But it is crucial for scholarship to recognize the difference, and frequently the distance, between means and meant — and, for those of us who are both scholars and committed Jews, between meant and what I wish it meant
***

ולגבי הרב דר. שמואל לעבּענס' געדאנק אז די וועלט וכל היקום איז בתוך די "שכל" פון "ג-ט", זאגט דר. לען גודמאן אז די געדאנק וואס דער רמב"ם ספראוועט זיך בהמו"נ, איבער התיחסו של אלוק הבלתי מוגבל להעולם המוגבל וכו', איז טאקע דומה צום מיינד-בּאַדי פראבלעם, אין וויאזוי די נפש הרוחני איז פועל און זיך מתייחס צום מח וגוף הגשמי.

ואגב, דר. פרענקאָ וואַזאַ און דר. אַלבּערטאָ פילעטי צייגן טאקע אויף ענליכקייטן אין וויאזוי די ניורעל נעטווארקס אין א מענטשליכע מח׳ס דענסיטי וכו׳, זענען ענליך צום נעטווארק און פארשפרייטונג פון שטערענס וחומר וכו׳ אין ספּעיס און די קאַסמאָס. ועיין כאן איבער דאס אז די דזשיאמעטריק מיִען פונעם גרעסטן מאס לענג וואס מ׳מעסט, דעם האָבּל לענג [אזוי גרויס ווי 14.4 ביליאן ליכט-יארן], און דעם קלענסטן מאס לענג וואס מ׳מעסט, דעם פּלאנק לענג, קומט דאס אויס צו דאס בערכ׳דיגע גרויסקייט פון א יוּקעריאָט צעל; די צעל וועלכע שטעלט צאם דאס לעבן פונעם מענטש ובע״ח.

לגבי דר. גד פרוידענטאל'ס שאלה צי כהיום וואו די אַריסטאטעליען הנחות זענען אפגעפרעגט, צי די מורה האט נאך אלס א ווערט? זאגט דר. גודמאן:
The idea that divine causality is not just a matter of mechanical causation, that's eternal. The problem of evil is a problem we still grapple with, and what Maimonides has to say about it is still germane. The problem of the possibility of Revelation, how can we know God and how could God know us, these are perennial problems. And on problems like that we still profit from Maimonides - the method that he uses of taking the text seriously enough that you're you're not playing games with it and trying to make it mean whatever you want it to mean, but seeing levels of depth in the text - that's still going on
דר. גודמאן דינגט זיך בכלל מיט די הנחה פון דר. ליִאוׂ שטראַוּס און אנדערע אז דער רמב"ם האט מסתיר געווען זיינע אמת'ע דיעות. ער האלט אז דער רמב"ם האט גערעדט באהאלטן כדי צוריקצוהאלטן דער וואס יאגט זיך צי שנעל אריין אין די עניני אלהיות. ער דינגט זיך אויך מיט דעם אז דער רמב"ם האט נישט געהאלטן אז מ'קען זאגן "אמת ושקר" אויף מאראלישע פּראַפּאַזישאנס.

***

ולגבי דעם געדאנק פון ״האומר״ שאין וכו׳, זאגט דר. תמרה מאָרסעל-אייזענבערג לגבי ההתייחסות של הרבנים באותה תקופה של פולמוסו של היעב״ץ נגד ר׳ יהונתן אייבשיץ:
As some historians have shown, many of the sort of establishment rabbis were not at all keen on rooting out heretics if they weren't openly breaking Jewish law or openly associating with Christianity or Islam, depending on the kind of heresy we're talking about - they'd rather not create any issues
אין אנדערע ווערטער, מ׳קען באטראכטן אז אפען זאגן און האלטן ״שוואנצאנעס״ איז ערגער ווי זיין א באהאלטענער שבתאי בדעת גרידא.

***

בנושא האשכול, האב איך דא צוגעברענגט אז דר. האַוּערד איילבערג-שווארץ טענה'ט אז דאס וואס האט געשטופט יהדות צוביסלעך אָנצונעמען אי-הגשמת הא-ל איז דאס אז ג-ט איז באטראכט געווארן ווי א זכר. והגם דאס האט טאקע מחזק געווען דעם פּאַטריאָרכישען אויסשטעל פון דאס געזעלשאפט וואו זכרים זענען די עיקר, האט דאס אבער מאידך גיסא באדייט אז וויבאלד אין תנ"ך האט ג-ט/ער נישט קיין בת-זוג נקיבה, אזוי ווי די ארומיגע געטער פון כנען, זענען עם ישראל זיין בת-זוג, ווי ארויסגעברענגט במשלי הנביאים. דאס האט באדייט אז אדער זענען אפילו די זכרי ישראל אויך בבחינת נקיבות ותשש כוחם כנקיבות לגביו, אדער אז די עיקר פון עם ישראל זענען די נקיבות און זייער רילעישאנשיפּ צו ג-ט. דאס האט געברענגט א שוואכקייט אין די מעסקיוליניטי פון די זכרי עם ישראל און האט געהאט האָמאָעראטישע קאנאטעישאנס וואס איז געווען א פראבלעם אין די פּאטריארכישע געזעלשאפט וואו דאס איז געווען אסור און גאר אראפגעקוקט. דערפאר זעהט מען קיינמאל נישט וואו מ'דערמאנט ג-ט אלס זכר וגיבור וכו', וואו מ'זאל דערמאנען די אבר זכרות - די טענשאן וואס זיי האבן געהאט פון די גאנצע געדאנק. דאס האט צוביסלעך געשטופט סיי דאס אוועקגיין פון ג-ט אלס א גוף בכלל, און סיי דאס מער מאַרדזשינעלייזן פרויען אין זייער קולטור, ווי אויך דאס׳ן ממאס זיין במשגל און ציהען צו מער אסעטיסיזם.

ווי ער הייבט אָן זיין בוך:
Monotheism.jpg
עיין במו"נ ח"א פכ"ו ופמ"ו-מ"ז פארוואס ס'ווערט נישט דערמאנט ענין אכילה ושתיה ומישוש אצליו ית', ווייל דאס ווערט פארעכענט ווי א חסרון אף אצלינו ע"ש. וכן הוא בזה (אליביה). וידוע אז בקבלה קען מען יא טרעפן קלאנגן דערפון.

(ועיין כאן.)
דורך מי אני
פרייטאג יאנואר 19, 2024 3:07 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

לגבי דעם קשר צווישן נבואה און מיני סייקעדעליקס ודומיהן, איז דא א שטודיע אז (עכ"פ ביי ראַטן) ווען דער זכר נעמט קאַנאַבּיס גייט די Δ9-Tetrahydrocannabinol מאלעקיול דערין (דאס וואס געבט די "היי") אריין אין זיין זרע אויך. דאס האט דערנאך שלעכטע אפעקטן אויף די סינעפּסעס פונעם עובר וואס ווערט נזרע דערפון. ועפי"ז קען מען אפשר זאגן א רמז אז אונז טרעפן ביי בני שמואל הנביא אז זיי זענען געווען שוואכער ווי ער (שמואל א ח ג; ועיין בשבת נו.), און אז יהונתן בן בנו של משרע"ה איז געווען א כומר לפסל מיכה (ב"ב קט:). ווי אויך אז אברהם ויצחק, וועלכע זענען געווען נביאים, האבן געהאט ישמעאל און עשו פאר קינדער. והרמז בזה אז קאַנאַבּיס (ואפשר ג"כ שאר סייקעדעליקס, אויף וועלכעס עס איז נאכנישט דא קיין ריסערטש דערין), וועלכעס ברענגט לענין נבואה, קען האבן נעגאטיווע עפעקטס אויף די קינדער וואס ווערן נזרע ווען עס איז אינעם סיסטעם פונעם פאטער. (אבל עיין ברש"י בריש ספר יואל שהביא המדרש בבמד"ר י ה, דיואל הנביא היה אכן יואל בן שמואל הנביא.)

ווי אויך איז דא א שטודיע אז די THC בתוך קאַנאַבּיס איז גורם אז די זרע ווערט קעפּעסיטעיטעד צי פרי. קעפּעסיטעישאן איז ווען איינמאל מ'האט מזריע געווען די זרע ברחם האשה, טוהן די מאלעקיולס וואס באדעקן און באשיצן איר שפיץ אראפפאלן, כדי עס זאל קענען גרינגער צאמפארן בביצת האשה (ועיין באשכול זו). אויב עס פאלט אראפ צי פרי, שאדט דאס פאר די שיצונג און די מאָטיליטי און שווימען דערפון אָנצוקומען למטרתה. ווי אויך איז דא א שטודיע אז סייקאָעקטיוו דראָגס, וביניהם סייקעדעליקס, שאטן פאר'ן זכר'ס רעפּראדאָקטיוו סיסטעם און צו קענען מעבר זיין א נקיבה.

ועכ"פ לפי"ז קען זיין די רמז אז די אבות הנביאים זענען געווען עקרות און געהאט שוועריקייטן מיט'ן האבן קינדער (עיין בב"ר מה ד וביבמות סד. ובפרט לגבי אברהם ושרה), און אויך אולי די געדאנק פון וואס רש"י שרייבט (בראשית כה כו) לגבי זרע יצחק במעי רבקה און ווי באמת איז יעקב נזרע געווארן תחילה ע"ש. והיינו, אז דברים המועילים לנבואה זענען פועל אויף די מאָטיליטי פונעם זרע.

ווי אויך איז דא א שטודיע אז די CB1R רעסעפּטארס אויף וועלכע די קאַנאַבּינויד מאלעקיולס אין די קאַנאַבּיס זענען פועל, נעמען (כאטש) צוויי טעג צוריקצוקומען לחזקם אח"כ. און מ'קען זאגן אז רמז דערין אז לכן ביים מראה הנבואה של הסנה האט משרע"ה געזאגט (שמות ד י) ויאמר משה אל ה' בי ה' לא איש דברים אנכי גם מתמול גם משלשום וגו'. והיינו לרמז אז לאחר קאַנאַבּיס וואס געבט א געדאנק פון נבואה, נעמען די רעסעפּטארס צוויי טעג צוריקצוקומען שטערקער כמעט כמו שהיו מקודם.

‏ולגבי די יוּסיליען מיסטעריעס ויהדות, שרייבט דר. קארלאָס לעווי במשנתו של פילון:
The comparison with the Eleusinian mysteries is so precise that Moses is often called “hierophantos”, initiated in the Sinai to mysteries most obscure
ואגב, די שטודיע קוקט אויף די מהלך פון די לעגאליזיציע פון קאַנאַבּיס, און פּרעדיקט אז סייקעדעליקס וועלן לעגאליזירט ווערן אין רוב אמעריקאנער שטעט אין אזא 10 יאר.
דורך מי אני
דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 8:33 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

לגבי דעם קשר צווישן נבואה און סייקעדעליקס, קלערט דר. בנימין שׁענאן (מזרע ישראל וועלכע וואוינט בא״י), וועלכער האט אליינס גענומען אייאָוואסקא 160 מאל, אז נבואת משרע״ה/כתיבת התורה איז געווען אונטערן איינפלוס פון אייאָוואסקא און ענליכע ענטעאָדזשענס/סייקעדעליקס. ער ברענגט צו אז דר. דען מערקור האלט אז ס׳איז מעגליך אז די מן איז א רמז צו די סייקעדעליקס (אלס די ערגאַט מאָשרום) וואס זענען גענוצט געווארן להשראת נבואה וכו׳ און די יסוד פון התגלות התורה. ‏(ועכ״כ אז מ׳קען טענה׳ן אז מ׳האט מצניע געווען די מן, עס געהאלטן אין ביהמ״ק, און נישט געלאזט נאכמאכן די שמן המשחה וקטורת, וויבאלד דאס אלעס האט געהאט סייקעדעליקס, מיט די לחם הפנים, וועלכע זענען געווען רעזערווירט פאר די עליטע כהנים.) דר. שׁענאן ברענגט צו אז ענליכע זאכן וואקסן אין יענע געגענט:
In the arid areas of the Sinai peninsula and Southern Israel there grow two plants containing the same psychoactive molecules found in the plants from which the powerful Amazonian hallucinogenic brew Ayahuasca is prepared.The two plants are species of Acacia tree and the bush Peganum harmala
און דאס וואקסט אויך נעבן וואו די כת האיסיים פלעגן זיין במערות קומראן בזמן בית שני. ער ברענגט סתם אזוי צו:
In his book Poisons sacrés, ivresses divines, Philippe de Félice puts forward the hypothesis that the use of psychotropic substances is deeply embedded in human culture and intrinsically intertwined with what he characterizes as the most basic human instinct — the search for transcendence. Thus, he proposes, the use of psychotropic substances is at the root of perhaps all religions. For instance, psychoactive plants and substances played a key role in the religions of the old world. Wasson (1968) proposed that Soma, the magical nectar of the Hindu Vedas, was actually an infusion of a hallucinogenic mushroom, Amanita muscaria. The sacred drink employed in ancient Zoroastrian religion, the Homa or Haoma, was also suggested to be a psychoactive agent, its constituent plant being the shrub Peganum harmala
ער ברענגט צו דר. אַלעגראָ׳ס טעזע אז די שורש פון נוצרות איז מיוסד בסייקעדעליקס, און ער ברענגט צו אז עס איז יתכן אז ביי איסלם איז אויך אזוי:
Similar suggestions were also made in conjunction with Islam. Studying Arab and Bedouin folklore in southern Jordan, the independent investigator Rami Sadji hypothesized that Islam and pre-Islamic Arab religion are grounded in the use of entheogens (Sajdi at www.acacialand.com). And just as this manuscript went to press, a most interesting scholarly work discussing entheogens in Islam appeared (see Dannaway, Piper, and Webster 2006
ער שרייבט אז דאס קען זיין פשט במראה הסנה:
I propose that this event involved no change in the real world, having nothing to do with either the bush or the fire. Rather, it reflected a radical alteration in the state of consciousness of the beholder—that is, Moses. Moses’ sense of time changed, and an actual moment in physical time was subjectively perceived as an eternity. Such altered perception of time is common with high levels of Ayahuasca inebriation (Shanon 2001a). Thus, gazing at the bush, Moses felt that much time had passed. In particular, he felt that enough time had passed for the bush in front of him to be burnt and consumed. But in the external physical domain, only a fraction of a second had elapsed, hence no actual change in the bush was perceived

Also of interest is a comment made by Feliks (1994) in a lexicon of plants of the Holy Land. He notes that various (uncited) investigators have proposed that the bush was either a plant that produces light scintillations or that it was a hallucinogen. In the latter case, he suggests the gum that grows on acacia trees
עצי שיטים זענען acacia, און דאס האט אין זיך DMT.
The acacia tree is mentioned again in later Jewish texts. In the Talmud (Tractate Gittin, 69b) it is noted that the sap of Acacia serves as a medicine. In another context, the Talmud explains that the word shittim is derived from the word shtut (nonsense) (Tractate Sanhedrin, 106a). Is this an allusion to the psychological modifications that this plant can induce? Curiously, after enumerating the medicinal qualities of the plant, one Talmudic interpreter notes that some say that this is the sneh [the aforementioned bush from the biblical story] in biblical language
ער טענה׳ט אויך אז בשעת מ׳איז אויף אייאָוואסקא זעהט מען אפט מראות פון נחשים ותנינים. ער זאגט אז דאס איז אויך אפשר די געדאנק פון ״רואים את הקולות״ ביי מעמד הר סיני, ווי סינעסטעזיע וואו חושים ווערן צאמגעמישט, איז א פענאמענאן וואס פאסירט ביי סייקעדעליק טריפּס. ווי אויך זאגט ער אז ס׳איז מעגליך אז דאס איז די ״קרן אור פניו״ וועלכע קומט נאך א סייקעדעליק טריפּ. (און עס איז מערקווידיג טאקע אז פאר מתן תורה איז געווען שלשת ימי הגבלה ואל תגשו אל אשה, ומשרע״ה נשא ק״ו מזה לפרוש לגמרי מציפורה אשתו כדאיתא בשבת פז., און סייקעדעליקס זענען דאך עפראָדיזיעקס וועלכע שטארקן תאוות המשגל.)

ער ברענגט ארויס אז פונקט ווי דער רמב״ם טוהט דורך מדריגות בנבואה (מו״נ ח״ב פמ״ה), זענען דא מדריגות אין סייקעדעליק טריפּס, ווענדענדיג זיך ווי עקספּיריענסד דער נעמער איז:
As every long-term user of Ayahuasca discovers, with experience one learns to handle the brew and the mental energies it generates. And with experience one can go farther and advance in one’s journeys in the regions of non-standard consciousness. As explained in detail in Shanon (2002a, 2002b), with experience one’s interaction with one’s visions becomes more active. At the beginning, one only sees ‘things’, later (or with higher levels of inebriation), one may step into scenes. With more experience, one can interact with the entities, creatures or objects that one sees in one’s visions. In the most advanced (hence, rare) cases, one might even direct (as does the director of a film) what is going to happen during the vision. Moreover, whereas the novice is utterly passive, advanced drinkers of Ayahuasca will often exercise more effort and attempt to penetrate the ‘Ayahuasca world’ more deeply. Some people may be more insistent than others. Facing a gate, some will venture to enter, others will be afraid to do so; seeing a door, some will attempt to open it, whereas others will pass by; if the door does not open, some will insist, implore, perhaps pray, hoping that it eventually opens, revealing more and more secrets. Indeed, many see the Ayahuasca experience as precisely that — an occasion to discover secrets — of this or other realities. My own investigations indicate that it is precisely the person with this attitude (as compared, for instance, to those who partake of the drink just in order to be cured and to gain well-being) who has the most powerful visions. Having such an attitude is symptomatic of certain personality traits; these include inquisitiveness, venturesomeness, courage, daring, determination, insistence, perseverance, as well as a propensity to be attracted to the magical and secretive. Reading the Scriptures reveals that Moses exhibited all these personality traits
ער זאגט אויך אז די דודאי ראובן זענען סייקאָעקטיוו [mandrakes], ווי אויך אז די עץ הדעת איז (בהרמז שבה) געווען מהמין של סייקעדעליקס. ער שרייבט ווייטער אז ס׳איז יתכן אז בהקטורת איז געווען קאַנאַבּיס, ״קנה בושם״, און אנדערע סייקאָעקטיוו זאכן:
For quite some time now, it has been suggested that the term ‘cannabis’ is a cognate of the Hebrew term knei bosem, which means fragrant reeds and is indicated as one of the ingredients of the sacred incense employed first in the tabernacle and later in the two temples of Jerusalem (for the original hypothesis, see Benetowa 1967 [1936]; for further discussion, see Bennett and McQueen 2001). Very recently, I have been told of a yet unpublished research project currently conducted by Mechoulam and Moussaieff (personal communication). These Israeli pharmacologists have discovered that the Boswellia resin is a mild psychoactive agent. This resin, levona in Hebrew, was a major component of the incense burned in the Jewish Temple in Jerusalem. It was also used in religious rituals by the ancient Egyptians and Greeks, as well as from the fourth century by Christians. Yet another curious piece of information is encountered in the writings of first-century Jewish historian Josephus Flavius who mentions that on the mitre of the Jewish High Priest there was golden image of the plant Hyoscyamus.This plant is known to be highly psychoactive (see Schleiffer 1979, pp. 169–70

Lastly, after this paper had been written, I asked an orthodox Jew well versed in the rabbinical and kabbalistic literature to read it. He directed me to the writings of Rabbeinu Be'cha'yei ben Asher, a medieval Jewish scholar (1255–1340) famous for his interpretation of the Torah. Rabbeinu Be'cha'yei writes that the purest of foods were created at the very beginning of Creation in order to allow for the attainment of higher knowledge. He explicitly relates this to the biblical tree of knowledge, and comments further that such higher knowledge can also be gained through the use of drugs and medicines available at his time. In addition he notes that the Manna had such qualities as well
ער איז מרמז בריש זיין בוך איבער די פענאמענאלאגיע, עקספּיריענס, און פסיכאלאגיע פון אייאָוואסקא, אז דאס קען זיין די אור הגנוז שגנזו הקב״ה (חגיגה יב.).

א חשוב׳ע מיטגליד האט מיר געפרעגט אויף דעם טעזע:
חשוב׳ע מיטגליד האט געשריבן:איין מענטשס טריפ/עקספיריענס איז איין זאך, אבער ס׳זאל ווערן פון דעם א נחלת הכלל מאכט נישט קיין סענס.
דאס גייט סתם אזוי אין איינקלאנג מיט ווי אזוי די מער ראדיקאלע מפרשי הרמב״ם האבן אפגעלערענט דעם רמב״ם אז מעמד הר סיני איז נישט ממש געווען ״אל כל קהלכם״, א נבואה/טריפ פאר כל כלל ישראל, ועפ״י דאס וואס ער שרייבט במו״נ ח״ב פל״ב אז עס איז נישט שייך אז איינער זאל האבן ״נבואה״ פשוט אלס ״רצון ה׳״. ולדרכינו, הגם אז יעדער קען נעמען סייקעדעליקס, איז אבער די ״נבואה״ והשראה וואס מ׳מיינט, איז דאך דאס אז ער איז א שוין א חכם מהכנה שוין מקודם, און ער האט סיי מער עקספּיריענס מיט דעם און סיי אז ער קען צאמשטעלן און דורכלייגן דעם כור המבחן של שכלו די אינסייטס בשעת מעשה מכח המדמה שלו עם חכמתו במה שקנה מקודם. איז דאך די נבואה ביי(ם געדאנק פון) מעמד הר סיני געווען מער פאר די מנהיג(י) העם (חוץ פון עפעס א מער נאטורליכע קול נברא, וואס אלע האבן געהערט/געזעהן זייענדיג מעגליך אונטער א סייקעדעליק רושם). ועיין במו״נ ח״ב פל״ג ובמפרשיו שם. און פון דארט, ווי יעדעס נבואה פרטי, איז דאס שוין געווארן נחלת הכלל.

{התנצלות: הגם עס זעהט אויס במושכל ראשון ווי דאס מאכט אוועק נבואה און די געדאנק פון נבואת משרע״ה, האלט איך אבער אז דאס איז נישט אזוי. להסביר, אפילו טאמער נניח אז דר. שׁענאן׳ס ספּעקיוליטיוו טעזע איז גערעכט, איז אבער אויב טענה׳ט מען קעגן די ״אמת״ און ״ריכטיגקייט״ פון חוקי התורה וכו׳ וויבאלד דאס שטאמט פון א סייקעדעליק אינפלוּענס, טוהט מען מיט די טענה באגיין א לאגישע דזשענעטיק פאָלאָסי - עס איז ״אמת/ריכטיג״ ווייל ס׳איז ״אמת/ריכטיג״, און עס איז ל״ד רעלעוואנט וויאזוי פונקטליך עס איז נתגלה און נקבע געווארן וכו׳; ווי אזוי עס איז נתגלה געווארן זאגט גארנישט לגבי די ״אמת״ און ״ריכטיגקייט״ דערפון. ‏וידוע הרמב״ם במו״נ ח״ג פכ״ו ופל״א אז די חוקי התורה זענען ראציאנאל און ״ריכטיג״ פאר זיך אליינס וטעמיהן, און דארפן נישט צוקומען דערצו אז זייער ״אמת״ און ״ריכטיגקייט״ איז מכח דעם אז זיי זענען ״רצון״ ה׳ און זיי זענען ״אמת״ און ״ריכטיג״ פשוט מחמת התגלותן ע״ש. אין אנדערע ווערטער, עס איז דאס זעלבע ווי דאס אז מ׳קען האלטן אז די תורה וחוקיה זענען ״אמת״ און ״ריכטיג״, ואפילו טאמער נעמט מען אָן שיטתיהן של מבקרי המקרא (און ווי דר. פראנז ראזענצווייג האט געזאגט אז די R פאר רעדאקטאר בתוך די דאקומענטערי היפאטעזיע, איז מרמז ל״רבינו״; ועיין בדברי דר. שמואל פליישהאקער).

ווי אויך געבט דאס בכלל א completely ראציאנאלע מהלך בנבואה, און נאך מער ווי דאס וואס דער רמב״ם געבט, וועלכע איז דאך מיוסד אויף אַן אריסטאטעליען מהלך, וואס איז דאך שווער אָנצונעמען כהיום. דאס איז לגמרי און גענצליך נאטורליך און פארשטענדליך, און קען העלפן דעם ראציאנאלן מענטש אָננעמען דעם זעקסטן און זיבעטן עיקרים פונעם רמב״ם, להאמין בנבואה ונבואת משרע״ה.}


***

לגבי יעוד האנושי בהעתיד, איז אינטרעסאנט ווי דר. דזשעי אָלסאן ברענגט ארויס אז לגבי ווערן א ציוויליזאציע וואס נעמט איבער גאלעקסיס וכו׳ דורכ׳ן ארויסשיקן וואן-ניומאן פּרוֺיבּס, קליינע ראָבּאטן וועלכע קענען מאכן קאפּיעס פון זיך מיט די מאטעריאלן אויף אנדערע פּלאנעטן וכו׳ און פון אונזערע די.ען.עי, אז דאס גייט דארפן צוגיין מיט אזא סארט רעליגיעזע‏/אידעאלאגישע סארט מענטאליטעט פון וואס ״די ריכטיגע מיינונג״ און ציהל פון קאַנשעס עקזיסטענץ דארף זיין. און עס איז שייך מחלוקת דערין.

***

דא ברענגט דר. סיימאן קריטשלי ארויס לגבי גלויבונג, אז לבסוף איז עס נישט ממש קיין נפק״מ וואס מ׳גלייבט יא אדער נישט, ווי איידער וואס זענען די השלכות למעשה פון ווי אזוי דער מענטש איז זיך מתנהג בפועל.

***

לגבי די געדאנק פונעם קשר בין תענוג לחכמה, שרייבט דער רלב״ג במלחמות ה׳ (מאמר א פי״ג) לגבי השארת הנפש:
וכל מה שיקרב יותר אחדות מושכליו לאחדות המושכלות אשר בנפש השכל הפועל היתר הצלחתו יותר עצומה, ותהיה שמחתו ותענוגיו במה שהשיג יותר חזק. וכבר ימצא בזה מהחלוף, עד שלא יחס לשמחה ולתענוג אשר ישיג האחד במה שקנה מהמושכלות אל מה שיהיה מהשמחה והתענוג אל האחר במה שהשיג אותו. וכבר נשער זה הערבות במה שנשיגהו בחיינו מאלו המושכלות, זהו השעור המעטיי אשר תכנע נפש הבהמית ויתבודד השכל בפעולתו, שנמצא בו מן הערבות מה שלא נעריכהו אל שאר הערבויות ואין לו אליהם יחס כלל. כל שכן שיהיה זה הערבות יותר אחר המות, כי אז תהיה השגתינו אלו המושכלות אשר קנינו אותם בחיינו בהתמדה, ונשיג יחד כל הדברים אשר בשכלנו, לפי שכבר סר אחר המות המונע אשר היה לנו בזה בחיינו מצד החומר.
דורך מי אני
מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:01 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

מי אני האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:03 pmעס איז אויך מערקווידיג צו באטאנען אז בימי היוונים פלעגט פאר א לאנגע תקופה פארקומען יעדעס יאר א סודות׳דיגע צאמקום וואס פלעגט גערופן ווערן די יוּסיליען מיסטעריעס. וואס איז דארט אויסגעשמועסט געווארן וכו׳ איז בעצם געבליבן בסוד. צו די צאמקום פלעגן אויך קומען אסאך פילאזאפן, וביניהם סקראט ואריסטו ועוד. דארט פלעגט מען טרינקען א געטראנק גערופן קייעקאַן. עס איז דא דערביי די ענטעאָדזשעניק היפאטעזיע, וועלכע לויטעט אז אין די קייעקאַן געטראנק, איז געווען אריינגעמישט סייקעדעליק מיני מאָשרומס ווי ערגאַט, און פון דעם זענען געקומען די גילויים צו און פון די פילוסופי היוונים. וידוע וואס דער רמב״ם האט געשריבן לר׳ שמואל אבן תיבון אודות אריסטו:
דעת אריסטו, היא תכלית דעת האדם, מלבד מי שנשפע עליהם השפע האלוקי עד שישיגו אל מעלת הנבואה אשר אין מעלה למעלה ממנה.
און עס איז יתכן אז אריסטו האט ביי די יוּסיליען מיסטעריעס מסיבות גענומען סייקעדעליקס און געקומען ל(כמעט )ענין נבואה.
עס איז אויך ידוע אז דר. דזשאַן מאַרקאָ אלעגראָ האט גע׳טענה׳ט (קאנטראוועסיאנאל) אז די ערשטע נוצרים (ווי אויך אנדערע רעליגיעס) פלעגן זיך צוזאמקומען אין גרופעס, אלס פערטיליטי קאָלטס צו נאכמאכן (מיט ״הייליגע״ זנות וכדומה) און דינען די הריון והויה והפסד פון נאטור, און אזוי אפירברענגען הריון ווייטער. ביי דעם פלעגן זיי נעמען סייקעדעליק מאָשרומס וכדומה, ובעיקר דעם אַמאַניטאַ מוסקאַריאַ, וואס זעהט אויס אביסל ענליך צו אַן אבר המילה. זיי האבן צוזאמען אזוי געטריפּט, און דאדורך אויפגעקומען מיט רעיונות און מיט׳ן פיגור פון ישו הנוצרי, וועלכע, ער האלט (ווי, לדוגמא, אפרים דיינרד און דר. ריטשערד קעריער; די קריסט מיתוס טעאריע) איז באמת לא היה ולא נברא; די פיגור איז געווען אזא סארט קוֺיד פאר די מאָשרום.

אין א קירכע אין פראנקרייך פון די צייטן פונעם רמב״ם, איז דא די בילד וואס צייגט טאקע דעם ‏עץ הדעת אלס אזא סארט מאָשרום:
IMG_6556.jpeg
ואגב, אז מ׳האט גערעדט אינעם פריערדיגן תגובה איבער רעליגיע ווי א געמיינזאמע ״געים״ וכו׳, שרייבט טאקע אפרים דיינרד אין זיין ״היער באין דוב״ נגד הנצרות:
היא באמת רק אמונת ההמון הגס אשר לא ידע בין ימינו לשמאלו, אבל בשום אופן לא אמונת אציליו וחכמיו, ואף לא אמונת כהניו וכמריו. הנצרות בידי הכמרים הנה רק שחוק קלפים ועל הקלפים פרנסתם. יודעים המה, ככל המשחקים המומחים, כי בידם רק הקלפים הקטנים, הריקים, אשר אם יגלום ויפרשום על השלחן יאבדו כל רכושם כרגע, ועל כן יסתירום, יתפארו בהם, יפחידו, יוליכו אמים על המשחקים האחרים, יעשו עצמם כלא יודעים.

ואמנם מצאנו לפעמים גם איש דעת בין הכמרים. אבל משמרתם לא נתנה להם כל יכלת להביע הגות רוחם.
און דער ריינהרד האט געשריבן, בפולמוסו נגד המקובלים והחסידים, לגבי תפילה ביהדות כהיום:
המקובלים עזבו את התורה הכתובה והמסורה, וישימו כל מעינם בתפלות וכוונות, כמו כל תורת ישראל נשענת על התפלה, עד כי כל מתפלל מתהולל נחשב להם לקדוש.
ער שרייבט דארט לגבי אמונה פשוטה ומקובלת (און דאס ‏מאכן א דאקטאראט על דברי הבל):
ישנם בנו חכמים – טפשים המאמינים בכל לב, כי כבוד גדול הוא לנו לתפאר, כי בני ישראל “מאמינים בני מאמינים המה”. החכמים האלה טרם השכילו להבין, כי לוא היינו “מבקרים בני מבקרים” היינו מאושרים הרבה יותר מהיות מאמינים בני מאמינים, כי לוא ידע המאמין כי גם אביו היה פתי מאמין, אז לא היה מתפאר בסכלותו גם הוא.

טפשים מתפארים, כי אנחנו בני ישראל הננו מאמינים בני מאמינים בחשבם כי אחת היא עם הפתגם “כי הננו רחמנים בני רחמנים”, שהוא כבוד באמת.

מגפת תוארי “ד”ר" בעד כל מחברת מלאה “הבל מדעי” הגיעה כבר עד “שער העפוש”. וכל לץ מודרוני אשר הגיש לאיזה אוניווערזיטאט, או בית חרשת מעשה לרבנים איזה “דיססערטאטיאן” בת עשרה דפים, המדברת באיזה שפה איירופית בלשון מדעית, אודות “המכנסים של רב פפא”, ארכם ורחבם, כמה כפתורים, תפירות, סדקים ובקיעים, ובעד החכמה הגדולה הזאת יקבל תואר “ד”ר לסכלות" בלי עמל. הנה כי כן, אולי נכון הדבר, כי נגיש גם אנחנו כל המון בית ישראל, דיססערטאטיאן פרטית אודות “הקבלה המדעית” והפלוסופיא של הבעש“ט, גל של הבל גדול, ולקבל תואר “ד”ר למאמינים בני מאמינים” על שם “כנסת ישראל”. ואז נהיה כלנו דאקטוירים לפלוסופיא וסכלות בלי עמל רב, האין זאת אחי?
מי אני האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 12:17 pm און דאס האט השלכות לגבי אפילו די ״מציאות״ פונעם אידענטיטעט פונעם עצם מענטש. און ווי מאַנטעין האט געזאגט:
‏Where I seek myself I cannot find myself
(דוד הום האט אויך געזאגט ענליך, ולגבי זיין בונטל מהלך אין אידענטיטעט.)
און דאס קען האבן השלכות צו דעם וואס אבן כספי שרייבט ״כי השכל הוא הא-ל והא-ל הוא השכל״. והיינו, ווייל ווי דר. עלי ענדערסאן ברענגט צו פון דר. ריטשערד מאָראַן:
When thinking about self-knowledge, I think we often presume that the self is a thing and it is a thing that can be known in the sense that we treat it in the same way in which we treat objects in the world. So I can know this cup in my hand, by observing its properties. It is hard. It is a container for liquid. It is purple, whatever it might be. But this kind of knowledge presumes some distance from the subject. I am not the cup. There is a knower and a known and observer and an observed. And philosopher, Richard Moran points out that this model of self knowledge is based on perception. We treat self knowledge as a directing of an inner eye onto ourselves, but the weird thing about the self is that we can't get this kind of knowledge of it. For one, we lack the requisite distance, knower and known here are the same thing. And so questions arise about whether we can even have access to this self
דאס שוועריקייט פון דעפינירן דעם ״זעלבסט״ אין דעם געביט, גייט אין איינקלאנג מיט דעם אז ביי ״ג-ט״ איז דאך אויך השכל והמשכיל והמושכל אחת הן (מו״נ ח״א פס״ח).

***

שלמה מימון שרייבט אין זיין אָטאָבּיאגראפיע:
The greatest of all mysteries in the Jewish religion consists in the name, Je-ho-vah, expressing bare existence, in abstraction from all particular kinds of existence, which cannot of course be conceived without existence in general
ועיין במו״נ ח״א פס״א.

***

אפאר פאעזיעס פון יעקב אורלנד, וועלכע האבן א שייכות מיט׳ן אשכול:
לְהִתְפַּלֵּל אֵלֶיךָ, לְחַנֵּן, לִזְעֹק,
וְכָל זֹאת בְּיָדְעִי אֶת נֵצַח אֵינוּתְךָ
וְאֶת הֱיוֹתִי חֵלֶק מִמֶּנָּה.
הוֹ, מַהְפַּךְ־פַּשְׁטָא שֶׁל הִגָּיוֹן
וְהָה, חֶרְדַּת מַעֲמַקַּי!
שֶׁהֲלֹא אִם אֲנִי הַיּוֹצֵר,
אֶפְשָׁר שֶׁחֵרֶף כָּל יְדִיעָתִי
כִּי אֵין אַתָּה –
בְּרָאתִיךָ לִי יֵשׁ
מֵאָיִן,
כְּדֵי שֶׁלֹּא אוּכַל בִּלְעָדֶיךָ.
און נאך:
הָעוֹלָם עוֹדוֹ עָגֹל,
הֶחָבִית – חָבִיתוֹ שֶׁל דִּיּוֹגֶנֶס
וְהֶחָלָל עוֹדוֹ שֶׁל טוֹרִיצֶ’לִי.
מֶה חָדָשׁ אָנוּ יוֹדְעִים
בְּחֵקֶר אָדָם וֵאלֹהִים?
הַפְשִׁילָה מִכְנָסֶיךָ, פִּיתָגוֹרַס!
הַמַּיִם עֲמֻקִּים מִקַּרְסֻלֶּיךָ.
און נאך:
אִם לֹא אַשְׁלֶה
וְלֹא אֶכְזֹב
וְלֹא אֶעֱלֶה
לְךָ בָּאוֹב,
וְלֹא אֶחְרַד
וְלֹא אַמְרִיד
וְלֹא אִיקַד
בְּךָ תָּמִיד,
ולֹא אֶשְׂרֶה
עִמְּךָ עַד אוֹר
וְלֹא אֶרְאֶה
עִמְּךָ פִּי־בֹּור,
וְלֹא אֶתְגַּל
בְּאַשְׁמָתְךָ
וְלֹא אֶשְׁגַּל
אֶת נִשְׁמָתְךָ,
וְלֹא אַעְפִּיל אִתְּךָ בָּהָר
וְלֹא אֵרֵד אֲפֵקָה –
מִי יִתְהַלֵּךְ בַּגָּן הַנִּסְתָּר
וּמִי יִשְׁאַל: “אַיֶּכָּה?”
***

ולגבי דעם געדאנק פונעם קשר בין עניני אלקות ועניני צניעות ומשגל, איז דאך די כוונה פון מצות תפילין לזכור יחודו ואחדותו, ועיין באו״ח סימן כה סעיף ה (ושצריך להיות עליו בשעת ק״ש בסעיף ד). און עס ווערט טאקע גע׳פסק׳נט להלן בסימן לח סעיף ד דהמניח תפילין צריך ליזהר מהרהור תאות אשה, ועכ״כ אז דער רמ״א פסק׳נט דארט אז בלא זה איז מוטב שלא יניח תפילין ע״ש. ולגבי די געדאנק פון תפילה אויב איז למעשה ״ג-ט״ נישט קיין ״כאראקטער״, עיין בדרשות חת״ס לפ׳ זכור תקפ״ו אז לבישת תפילין בשעת התפילה, צייגט דערויף אז תפילה איז נישט מחמת צורכי עצמו ע״ש.

***

ולגבי דאס׳ן נישט קענען מסביר זיין מיט ווערטער א סאָבּליים אינעפעבּל געפיהל, זאגט דר. דוד פּענאַ-גוזמאן:
A central question in the philosophy of sensory perception, is how do you convey an experience, especially one that is sensual in nature, to somebody who has never had an experience of the same kind in the flesh? Or can you? For example, can you describe the feeling of pain to, let's say, an alien who comes from a foreign planet and whose body just doesn't feel pain, or can you describe the color red to a person who has never seen color?
וידוע די געדאנק פון מערי׳ס צימער.

ולגבי חטא עץ הדעת ברענגט ער צו פונעם פילאזאף און פאליטיקאנט זשאַן ענטעלם:
There is a point in his book where he says that eating and taste are so important for human life, that even Adam must have been created by God as already hungry. Because that's what drives him and Eve to be motivated to taste the forbidden fruit. If they didn't have hunger, they wouldn't have had that curiosity
***

בנוגע מאטעמאטיקס און ג-ט, איז מיר געווען אינטרעסאנט דאס צו זעהן אין שוהל. מ׳האט גענוצט א בלעטל פון א מאטעמאטיקס בוך צו בינדן א סידור.
IMG_6549.jpeg
דורך מי אני
מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:03 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

לגבי מיין געדאנק אז מצות וחוקים ווערן נקבע לפי ההסכמה, ואפילו די גאר הארבע ומסתבר׳דיגע ווי רציחה וגזל:
מי אני האט געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2023 2:55 pmובאותו ענין לגבי די השלכות וואס אזא סארט מהלך קען האבן לגבי מאראל בכלליות, א מאראלישע אנטי-ריעליזם, קען מען פרעגן אין אַן עקסטרעמען פאל, אז טאמער וואלט הסכמת הכלל צוגעקומען אז רציחה איז מותר בזמן מה (וכעין אין די די פּוּרדזש פילם פרענטשייז), איז דאס דאן דען מותר?! מ׳קען טאקע בייסן דעם בּולעט אין זאגן אז ״יא״, מיינענדיג אז עס איז למעשה, לאחר הכל, דאך פון די מוסכמות ומפורסמות - נישט מער (ועיין כאן). אדער קען מען זאגן נאך טיפער אז עס איז טאקע קיינמאל נישט במציאות אז דאס זאל מוסכם ווערן ביי רוב מענטשהייט; ביי די שוואכע זיכער נישט (וידוע וואס ניטשע האט געזאגט לגבי מאראליטעט בכלליות, וואס איז דאך חנינה וחמלה וכו׳, אז דאס איז בעצם די ״קנעכט מאראליטעט״ פון די שוואכע, און דורך א מרידה נגד די ״האַרן מאראליטעט״ פון די שטארקע, וואס איז מאכט/power וכו׳, האבן זיי געמאכט די שטארקע גלייבן אז דאס איז אומריכטיג זיי צו מאכן שפירן שולדיג).
ווערט אבער דאן שווער אויפ׳ן דין של דור המבול. אויב השחית כל בשר את דרכו ומלאה הארץ חמס, וואס נאר אויף חמס איז דאך נחתם געווארן גזר דינם (סנהדרין קח.), איז דאך אט דאס די הסכמה, וא״כ מה התלונה עליהם?

ואולי קען מען זאגן אז דאס איז די לימוד על דרך משל במעשה המבול, אז טאמער ווערט מלאה הארץ חמס, קען די וועלט, פשוט בדרך הטבע, נישט האבן קיין קיום מיט׳ן נאר האבן די געזעץ פונעם דזשאָנגעל. והגם אז דין המבול איז דאך בהדיא א דירעקטע עונש ובדרך נס, איז אבער דער אברבנאל מפרש דער נרבוני במו״נ ח״א פי״א אז ער האט אפגעלערענט אז דער רמב״ם האט געהאלטן אז די מבול האט נישט פאסירט בפועל און עס איז א משל כנ״ל ע״ש. (ועיין להלן בח״א פכ״ט וע״ש בשם טוב ובאפודי. ועיין ג״כ להלן בח״ג פ״נ.)

(ואגב, בענין המבול וטעאלאגיע ונבואה, עיין במש״כ כאן לגבי די Noah פילם.)

ואגב איז אינטרעסאנט אז די גמרא דארט בסנהדרין קט: זאגט לגבי די אנשי סדום אז דמחי ליה לאיתתא דחבריה ומפלא ליה, אמרי ליה יהבה ניהליה דניעברה ניהליך ע״ש. זעהט מען אז זיי האבן געהאט א (פארדרייטן) מהלך אין יוסטיץ, מיט׳ן האלטן אז טאמער האט איינער צוגענומען פון יענעם אַן עיבור, דארף ער דערנאך זיכער מאכן אז זי ווערט נאכאמאל מעוברת, כדי אז יענער זאל האבן א קינד לשמשו. אין אנדערע ווערטער, לפי זייער פארשטאנד איז דער מזיק מחוייב, ומטעם יושר וגערעכטיקייט, לפצות את חבירו מיט׳ן ערגענצן אַן עיבור באשתו של ניזק פאר׳ן שאדן וואס ער האט אים געטוהן מיט׳ן הפלה. אבער זיי האבן נישט באטראכט דאס אז דאס קינד גייט יעצט נישט זיין באמת דעם טאטנ׳ס/ניזק׳ס כמעיקרא אלס א חסרון ביושר ומאראל (און זעהט אויס אז עס האט נישט געבאדערט דעם טאטן/ניזק אז ער גייט אויפציהען א קינד וואס איז נישט זיינס דזשענעטיקעלי). (אגב, עס דערמאנט אביסל פון א פּלאַט פּוֺינט אינעם Don’t Breath פילם.)

עכ״פ דאס געבט א סמך לזה אז מאראלן בעריות זענען טאקע למעשה תלוי בהסכמה. (ועיין בתגובותי באשכול זו.) הגם די גמרא גופא זעהט אויס אז עס וויל דאס יא שטעלן אבּיעקטיוולי אויף divine fiat, און אז זייער עובר זיין דערויף האט טאקע גורם געווען להפיכתם. אבער אויף דעם קען מען זאגן אז דאס גייט צוזאמען מיט דעם אז זיי האבן עובר געווען אויף די הסכמה שגדרו אומות העולם על עצמם אחר המבול נגד עריות (ב״ר ע יב), ולכאורה גם המה בכלל. און די שאלה ווערט טאקע צי זיי במקומם האבן געקענט עוקר זיין די הסכמה?

אבער ווי דער רמב״ן בריש פ׳ וירא לערענט אפ דעם רמב״ם במו״נ ח״ב פמ״ב, קען משמע זיין אז דער רמב״ם האט געהאלטן אז מעשה והפיכת סדום איז אויך נאר במראה הנבואה של אברהם ע״ש (ועיין להלן בח״ג פ״נ). און די משל ולימוד דערין איז ענליך צו די געדאנק ביים דור המבול, אז א געזעלשאפט קען זיך פשוט נישט האלטן אזוי. וממילא בלייבט דאס נאך אלס אזוי אז עס איז פשוט מן הנמנע אז די הסכמות זאלן בטל ווערן, ווייל אויב יא וועט די ציוויליזאציע פשוט אונטערגיין. מיינענדיג, די משל איז אויפ׳ן געדאנק פונעם פסוק (משלי יג כא) חַטָּאִים תְּרַדֵּף רָעָה, על הכלל כולו, און ווי דער אבן עזרא איז דאס דארט מפרש:
פועל יוצא, כלומר הרעה שיעשו החטאים היא מסבבת שירדפו אחריהם.
ועיין ג״כ במלבי״ם שם. והיינו, ווי אויסגעשמועסט אין מיין ארטיקל על שכר ועונש במשנתם של הרמב״ם והרלב״ג, איז די רעה ועונש הבאה מחמת חטא נאטורליך און א פשוט׳ע פּראַבּעבּעליסטישע פועל יוצא פון לעבן איראציאנאל און מיט שלעכטקייט; עס איז נישט ״דירעקט״ מאת ה׳ כאילו ער איז אַן אגענט וואס ״טוהט״ דאס און ״שטראפט״ בנקמה.

***
מי אני האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 12:44 pmאיך האב אויך געפיהלט אז ווען א מענטש איז במעי אמו ווערט ער און איז ער פארשוועמט אין און מיט האָרמאָנען וכו׳ וואס געבן אים די אָלטימעט רואיגע תענוג אשר אי אפשר להשיגו כלל אח״כ און וואס ער ניטאמאל געדענקט. ער האט דורכאויס זיין לעבן גאר שנעלע פלעשׁעס און גלימפּסעס דערפון אין די פיִטעל פּאזיציע ארומגענומען מיט א סארט וועלוועטי געפיהל (בלשון מושאל כמובן) און ער בענקט זיך צוריק דערצו. (ועכ״כ אז דאס קען זיין א פרוידיען סאָבּקאַנשעס חלק פון וואס אונטערליגט תאוות התשמיש צוריק אריינצוגיין במעי אשה ואמו; עכ״פ פון א זכר׳ס פּערספּעקטיוו.) און די געפיהל האבן חז״ל פרובירט צו קעפּטשורן אין ווערטער בנדה ל: עפ״י הפסוקים באיוב פון די תענוג א מענטש האט במעי אמו און וואו ער פארגעסט דאס אלעס אחרי שיצא לאויר העולם. און די שאלה איז צי ס׳לוינט זיך צו געבוירן א מענטש (וואס פאסירט טאקע ע״י תשמיש דורך די סאָבּקאַנשעס לאָנגינג פונעם זכר צוריק אריינצוגיין במעי אשה כנ״ל) לחיי העולם שיש בו בהכרח צער ועגמת נפש פאר די 9 חדשים פון אבנארמאלע בּליס ותענוג וואס ער האט במעי אמו, דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בִּשִׂפְוָתָא, און וואס ער ניטאמאל געדענקט נאכדעם.
דר. עֶלי ענדערסאן לערענט אפ דר. עליסאן גאפּניק אז תינוקות שפירן טאקע (אפילו לאחר לידתן) ווי אויף א כסדר'דיגע סייקעדעליק טריפּ, מכח דעם אז די ענטראפּי פון זייערע ניוראסטעיטס אין זייער מח איז העכער ווי ביי ערוואקסענע.

זי ברענגט אויך ארויס אז די הזיות ווען מ׳איז דערויף גייען זיך טאקע ווענדן אינעם מענטש׳נס קולטור און רעיונות קדומות וואס ער האט שוין פון פריער.

וע״ע כאן.

עס איז אויך מערקווידיג צו באטאנען אז בימי היוונים פלעגט פאר א לאנגע תקופה פארקומען יעדעס יאר א סודות׳דיגע צאמקום וואס פלעגט גערופן ווערן די יוּסיליען מיסטעריעס. וואס איז דארט אויסגעשמועסט געווארן וכו׳ איז בעצם געבליבן בסוד. צו די צאמקום פלעגן אויך קומען אסאך פילאזאפן, וביניהם סקראט ואריסטו ועוד. דארט פלעגט מען טרינקען א געטראנק גערופן קייעקאַן. עס איז דא דערביי די ענטעאָדזשעניק היפאטעזיע, וועלכע לויטעט אז אין די קייעקאַן געטראנק, איז געווען אריינגעמישט סייקעדעליק מיני מאָשרומס ווי ערגאַט, און פון דעם זענען געקומען די גילויים צו און פון די פילוסופי היוונים. וידוע וואס דער רמב״ם האט געשריבן לר׳ שמואל אבן תיבון אודות אריסטו:
דעת אריסטו, היא תכלית דעת האדם, מלבד מי שנשפע עליהם השפע האלוקי עד שישיגו אל מעלת הנבואה אשר אין מעלה למעלה ממנה.
און עס איז יתכן אז אריסטו האט ביי די יוּסיליען מיסטעריעס מסיבות גענומען סייקעדעליקס און געקומען ל(כמעט )ענין נבואה.

דר. מאַרטי ראטה טענה׳ט סתם אזוי אז א גרויס חלק פון חכמה און קריעיטיוויטי איז ארויסגעקומען נאכ׳ן זיין שיכור ביין. וידוע די גמרא ביומא עו: ובסנהדרין ע.
רב כהנא רמי כתיב תירש וקרינן תירוש זכה נעשה ראש לא זכה נעשה רש (והיינו דרבא דרבא) רמי כתיב ישמח וקרינן ישמח, זכה משמחו לא זכה משממו, והיינו דאמר רבא חמרא וריחני (עשבים?) פקחין
עס ווענדט זיך טאקע פאר וועמען. און די גמרא דארט בסנהדרין איז מאשים שלמה המלך החכם פאר׳ן טרינקען יין ע״ש.(ועיין ג״כ בעירובין סה.) וידוע אז דער רמב״ם במו״נ ח״ג פ״ח איז מאשים דער וואס איז שותה יין און שאדט פאר זיין נפש המשכלת, מער ווי דער וואס גייט ערום בשוק וואס איז נאר א פראבלעם מחמת הסכמת בני אדם ע״ש.
דורך מי אני
זונטאג יולי 23, 2023 10:25 am
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

מיין צווייטע פּסילאסייבּין טריפּ

אז איך האב געהאט דערמאנט מיין עקספּיריענס מיט פּסילאסייבּין, איז מיר אויך געווען אינטרעסאנט אַן עקספּיריענס מיט קאַנאַבּיס. איך האב גענומען איין נאכט (איך נעם נאר ביינאכט ווען טירדות היום זענען שוין בעצם נישטא) א דוֺיס פון 30 mg עדיבּלס דערפון; א הייבּריד פון סעטיוואַ און אינדיקאַ. בשעת די טריפּ האב איך געשפירט/געזעהן(?) ווי תענוג און חכמה זענען נישט דאס זעלבע, נאר אין למעלה מעונג; לכאורה דלא כדברי כאן (הגם מ'קען זאגן אז כל זה אכניס: די הכרה אליינס איז אויך חכמה). עס האט מיר אויסגעזעהן ווי חכמה איז אַן אינפיניט סעט, אבער דאך בתוך א וואָן-סיידעד בּאָבּל וואס ווערט געבּאָרדערד ביי א סארט 3D שיפע ליניע (איך פארשטיי אז דאס מאכט נישט אינגאנצן קיין סענס). אלעס ארום דעם איז עונג וואס איז אסאך מער, א ״גרעסערע״ אינפיניטי, און די קלענערע אינפיניטי פון חכמה איז יונק דערפון.

איך האב דעמאלטס אויך משמש געווען מיט מיין ווייב (הגם אז ביי נבואה טרעפן מיר אז מ׳דארף פורש זיין מאשתו… ‏(ואולי וועגן דעם האב איך ״געזעהן״, בשקר ובטעות, א חילוק צווישן חכמה ותענוג…)), בשעת די טרענס מיקס האט געשפילט (בעיקר די ערשטע טרעק דערויף). איך האב געשפירט דעם געדאנק ווי אונז זענען אלס געווען איינס ובשר אחד (בנשמה) ממש בגן עדן מקדם a parte ante אינפיניטלי, און איך האב געשפירט א שאד אז יעצט זע׳מיר פארט נישט איינס ממש ממש בגוף, און אונז זע׳מיר פארט פאר זיך יעדע איינע א פלג גופא. די תשמיש גופא איז אָנגעגאנגען פאר א שעה אהאלב צייט אויפ׳ן זייגער. עס האט געפיהלט ווי היבש לענגער.

עס איז לכאורה נישט געווען קיין פראבלעם פון לשמש בשיכרות שאסור כמבואר באו״ח סימן רמ סעיף ג, ווייל מ׳קען מצדד זיין אז עס איז נישט געווען בגדר נתבלבלה דעתי (איך האב געקענט געהעריג פונקצאנירן ולהשיב על לאו לאו ועל הן הן געהעריג), וואס רק אז איז אסור וכדהביא המשנ״ב שם בס״ק חי בשם הפרמ״ג. און ווי הרב דר. ברוך פינקעלשטיין וויל מצדד זיין בכלל, איז שיכרות דוקא ביי אלקאָהאָל, וועלכע איז א גאנץ צווייטע סארט שיכרות ווי קאַנאַבּיס בכלל, וחלוק במין. אלקאָהאָל טרינק איך גאר גאר זעלטן. דר. ענדרוּ הוּבּערמאן איז שטרענגער ביי דעם לגבי געזונט, ווי ביי קאַנאַבּיס אדער פּסילאסייבּין.
עס איז אויך נישט געווען זמן אַוויוּלעישאן אז כלל, ודי בזה.

צוויי טעג שפעטער, פרייטאג-צו-נאכט שבת חזון, האב איך גענומען מיין צווייטע ״העראָאיק דוֺיס״ פון פּסילאָסייבּין (ומכח שבת איז דאס געווען אָן מוזיק אין די זייט דאס מאל). די פטריות זענען א מאכל בריאים ואינם לצורך רפואה וממילא מותרים בשבת, ועיין באו"ח סימן שכח סעיף לז ובמ"א שם ס"ק מג. (און אויב די מחזה ווערט גערעכענט ווי לשאול מן השד בשבת, איז דאך דאס נאר מותר בשבת אויב ס'איז יא לצורך רפואה, וכדאיתא במ"א לעיל בסימן שז ס"ק כו... וכמובן איז דאס דאך בכלל נישט לנחוש ולסימן, וכדציין שם המ"א ליו"ד סימן קעט סעיף ד וסעיף טז. וע"ש וואו דער רמ"א איז דאס מתיר, בחול, אף כשאינו שואל על ענין פרטי דוקא, הגם ער זאגט אז דאס איז א סכנה ע"ש.) דאס מאל איז דאס געווען א שטערקערע עקספּיריענס ווי דאס ערשטע מאל (און ביי דעם איז יא, ווי נישט, נתבלבלה דעתי). מיין שאלה איז בשעת מעשה געווען צי דאס איז מכח ווייל די מאָשרומס זענען געווען שטערקער מיט א העכערע פּסילאָסייבּין קאנטענט, צי ווייל דאס ערשטע מאל צוויי וואכן צוריק האט מיר שוין מער ״גע׳עפענט״ דערצו (דר. הוּבּערמאן זאגט טאקע אז לגבי טעראפּי נעמט מען צוויי פּסילאָסייבּין דוֺיסעס אויף צוויי אנדערע טעג), צי ווייל עס איז געווען נאך נאר צוויי טעג וואס איך האב נאך געהאט קאַנאַבּיס אין מיין סיסטעם, צי אלע דריי סיבות צוזאמען. עס איז מיר געווען מסתבר אז עס איז אלע דריי, אדער עכ״פ א געמיש פון זיי, מכח ווייל איך האב שטארק געשפירט דעם געדאנק אז א מענטש איז די סומע פון אלע זיינע עקספּיריענסעס והרפקתי דעדי עליו.

אָנגעהויבן האט זיך דאס מיט׳ן שפירן ווי איך קען וועהלן א ״בּאַקס״ פון עקספּיריענסעס, מתוך אינפיניט עקספּיריענסעס, און דאס ווערט אָנגעפילט מיט א געפיל (אין די פארעם פון שׁעיפּס; א סארט סינעסטעזיע) וואס קען זיין שלעכט (א ״שלעכטע טריפּ״) אדער גוט. עס איז מיר אריינגעקומען און קאפ און איך האב געשפירט דעם באקאנטן געדאנק בספר יצירה (ב ז) אין בטובה למעלה מענג ואין ברעה למטה מנגע, און איך האב געשפירט אז ואין בין זה לזה אפילו כמלוא נימא; זיי זענען צוויי זייטן פון ממש די זעלבע מטבע ומעורבים זה בזה, און מ׳דארף פאקוסירן אויפ׳ן חלק הטוב פון עונג, שאין למעלה ממנו.

פון דארט האב איך געשפירט אז דער מענטש וכל היקום לעכצט צום תענוג להתקרב אל שורשו, וואס דאס איז דאס געדאנק פון ״ג-ט״. אבער וואס בּלאַקט אים פון דאס גרייכן/זעהן איז כעין א גרויסע דוֺים וכיפה וואס וואו ער דרייט זיך צו ״קוקן״ וכו׳ איז דאס אלעמאל ביי זיין צענטער און בּלאַקט אים. דאס מערסטע וואס ער קען טוהן איז פרובירן צו קוקן פּעריפערילי אויף די זייט העכער דעם (אזא סארט אספקלריא שאינה מאירה). די דוֺים איז מקושר לשורשו ועצמותו (מחמת חומרו) און דערפאר איז אים אומעגליך דאס מסלק צו זיין. עס איז טאקע כעין אזוי ווי די מאָשרום מ׳האט גענומען וואס די קעפּ איז אלס מחובר לשורשו די סטעם. אויב נעמט ער דאס אראפ כדי להתקרב אל השורש ותענוג, ווערט ער נתאפס לגמרי; (שמות לג כ) כי לא יראני האדם (זייענדיג אַן אדם חומרי) וחי. די וואס נעמען דאס יא אראפ ווערן אבער גראד צוריק מגולגל(?) פון פריש כמו שהיו מקודם. (איך האב געפיהלט ווי דאס איז די געדאנק ורמז ביי כמהין ופטריות טאקע, וואס איז די רמז פון דאס וואס ברענגט דעם טריפּ וממילא ההארה וההכרה, אז עס איז יונק מן האויר בברכות מ: ובנדרים נה: - איך קען דאס נישט געהעריג מסביר זיין, אבער דאס איז וואס איך האב געשפירט.)

פון דארט האב איך ווייטער געשפירט אז ישעיה האט געשפירט דעם תענוג פון לחזות בנועם ה׳ און די בּיעטיטוד פון (כביכול) לראות פני ה׳, וואס איז (מיר געווען) א געוואלדיגע תענוג בכל הגוף. אבער ער (און איך) האבן געשפירט די חומר המעכב פונעם מענטש׳נס גוף וואס לאזט דאס דאך נישט גרייכן און עס קומט מיט לעת עתה מיט א צער מחמתו (די פריערדיגע ״ואין בין זה לזה אפילו כמלוא נימא״). און אויף דעם האט ער געזאגט (ישעיה סד ג) עין לא ראתה אלקים זולתך יעשה למחכה לו, וידוע הגמרא בברכות לה: - ער און דאס מענטשהייט לעכצט און איז מחכה צו דעם און אז דאס זאל טאקע זיין די אמת צו וואס מ׳עווענטועל גרייכט.

לאחר מזה, נאך אזא דריי שעה אויפ׳ן זייגער, האב איך געשפירט ווי איך וויל אז די טריפּ זאל זיך שוין ענדיגן און עס איז שוין צי סאך; ס׳איז טאקע א געוואלדיגע גוטע טריפּ אבער (עכ״פ במצב החומרי העכשיו פונעם מענטש) איז אינן יכולין ברוב הטובה (דר. הוּבּערמאן זאגט טאקע אז עס זענען דא וואס זאגן אז דאס איז געווען דאס מערסטע profound עקספּיריענס אין זייער לעבן, מער ווי דאס געבורט פון זייערס א קינד, אבער זיי ווילן דאס בשו״א נישט איבערטוהן). אבער דאן איז מיר אריינגעקומען א געדאנק און געפיהל פון ״אז דו ביסט שוין ממילא דא, טריפּ אריין! לא׳דיך אפ!״ - געב דיך פולקאם דערצו און טראכט נישט פון קיין פרייזן דו וועסט צאלן דערויף שפעטער (אפילו 12 שעה נאכ׳ן דאס דורכגיין, האב איך געהאט א געוואלדיגע קאפוויי). איך בין געווען אויסגעשטרעקט אויפ׳ן קויטש און געסטרעטשט מיין גוף כסדר דאס אינגאנצן אריינצונעמען.

די געדאנק האט זיך נאכדעם אָנגעהויבן אויסברייטערן במוחי, אז די געדאנק דארף מען דזשענערעלייזן און עס גייט ארויף אויף אלעס. והיינו, עס איז מיר געקומען א הארה אז די געדאנק וואס קהלת ברענגט ארויס בספרו איז אז דער חכם טוהט טאקע פילאזאפירן, און מיט רעכט און עס איז טאקע וויכטיג אויך, אז הכל הבל, און אז ער האט נישט געבעהטן דא צו זיין און געבוירן ווערן, ובע״כ אתה חי ומת. אבער ״אז דו ביסט שוין ממילא דא״, בכל מצב שהיא (וואס געפעלט דיר נישט אינגאנצן), ״טריפּ אריין אין דעם! לא׳דיך אפ!״ - עמבּרעיס לייף! פאָקוס אויף די פּאזיטיוו שבה! דאס איז געשטארקט געווארן, ומסתמא מיוסד אויף דאס וואס איך האב צוויי טעג פריער געשפירט אונטער קאַנאַבּיס, אז תענוג, והאדם לא נברא אלא להתענג (על ה׳, וואס אלעס איז דאך געטליכקייט, אבל עיין במסילת ישרים פ״א שהיא לעוה״ב), איז למעלה מחכמה. עפ״י חכמה קומט מען טאקע צו צו דעם ויוסיף דעת יוסיף מכאוב, און ווי מישעל דע מאַנטעין האט געזאגט אז ״צו לערנען פילאזאפיע, איז צו לערנען ווי אזוי צו שטארבן״, און ווי אלבּערט קאמוס האט געשריבן אז שאלת הפילוסופיה איז צי מ׳זאל באגיין זעלבסטמארד. אבער אויף דעם זאגט קהלת, דער חכם מכל האדם, ״שוטה איינער! לא׳דיך אפ!״ - ״סוֺי וואַט אז חכמה זאגט?! עמבּרעיס לייף! דו ביסט שוין ממילא דא!״ גיי מיט א דאַוּאיסט סארט מהלך פון גיין מיט די פלוׂי פון לייף, און קאנטראל נאר וויפיל דו קענסט קאנטראלירן; די איבעריגע עמבּרעיס.

איך האב דאס איבערגעזאגט צו מיר נאכאמאל און נאכאמאל מיט טרערן פון סיי פרייד וצער (ווי געזאגט, ואין בין זה לזה אפילו כמלוא נימא). דאס איז געווען צוזאמען מיט׳ן לאכן פונעם חכם וואס איז סטאָק בתוך זיין חכמה און זעהט דאס נישט בשעת׳ן ארומחוש׳ן אין חכמה און מיסן די פּוינט. מיין ווייב האט זיך אויפגעוועקט פון מיין לאכן, און ווען איך האב איר דאס מסביר געווען (הויכערהייט) האט זי מיטגעלאכט מיט מיר דערויף. איך האב דאן געשפירט ווי דאס איז די בינה יתירה שניתנה לאשה (נדה מה:), והיינו אז זי אינטוּאיט שוין אט די אמת וואס דער זכר דער חכם זעהט נישט בחכמתו, ולכן דעתן ״קלה״ עליהן, מיינענדיג אז זייער דעת שווימט ארויף גרינגער העכער אט די בּאָבּל פון חכמה כדי דאס צו איינזעהן. און אבי (געוויסע) זכרים חכמים האלטן זיך גרעסער פון זיי אז זיי זענען קליגער. שוטים. (נישט ״טיפש״, ווייל ער איז למעשה א חכם. ס׳איז ״שוטה״ מיט דעם אז טראץ, דורך, און מיט זיין חכמה, איז ער נאך אלס (חגיגה ג:-ד.) א מאבד דאס פרייד פון לעבן מה שנותנין לו, און איז א לן בבית הקברות פון כסדר לעבן מיט׳ן טויט כנ״ל, בשעת׳ן פרובירן כסדר לקרע את כסותו החומרי און ארויסגיין דערפון און דערגיין מער ווי מה שהרשית להתבונן, וואס ברענגט אים דאך צער. והיינו נמי אז המשמרת דבר אחר מחמת גיטה (גיטין סד:), עפעס אנדערש אנשטאטס דעם כריתות פון "לא'דיך אפ", איז א שוטה.) און דאס איז וואס קהלת איז מרמז (ז כח-כט) אדם אחד מאלף מצאתי ואשה בכל אלה לא מצאתי וגו׳ אשר עשה האלקים את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים. והיינו, אז ער האט נישט געטראפן דעם מענטש וואס זוכט און מאכט חשבונות אויף חשבונות וואס זאל האבן די הכרה און אינטואישאן פונעם פרוי אז ״לא׳דיך אפ!״ און עמבּרעיס דעם פשוט׳ן ישרות וואס דו האסט שוין ממילא מיט'ן פשוט שוין דא זיין בהעולם. (ואגב, אז איך האב פריער מדמה געווען דעם געדאנק פונעם טריפּ צו לשאול בשדים, האט דאך קהלת דערמאנט שדים בספרו, סיי זכרים און סיי נקיבות, ועיין בגיטין סח.)

ובזה קען מען זאגן אז דאס זאגט ער מיט (קהלת ט ט) ראה חיים עם אשה אשר אהבת כל ימי חיי הבלך אשר נתן לך תחת השמש כל ימי הבלך כי הוא חלקך בחיים ובעמלך אשר אתה עמל תחת השמש. והיינו, ווייל סקראט זאגט אין אפלטון'ס סימפּאָזיאום אז וואס טרייבט "אהבה" איז דאס וואס מ'וויל לעבן לנצח. זאגט קהלת אז "לא'דיך אפ" פון אריינ-פילאזאפירן איבער טויט והיפיכו: ראה חיים, און לעב יעצט דא, עם אשה אשר אהבת, וואס קומט ממילא דערפון פון חיים לנצח (און איז דאך להוליד, וואס איז א פארעם פון אָנגיין. ועיין בב"ב קטז.).


עס איז מיר פארגעקומען אז דאס איז די געדאנק פונעם נביא, וועלכער אינטוּאיט און טרענסענד די חכמה פון דעם חכם (ואפילו לפי שפינאזע וואס האט זיך געדינגען מיט׳ן רמב״ם און געהאלטן אז דער נביא איז ל״ד א חכם).

לגבי וואס איך האב אלס געשריבן דא מסביר צו זיין (עטוואס) מיין עקספּיריענס, זאגט דר. מעטיו דזשאנסאן, וועלכער שטודירט סייקעדעליקס, בדרך צחות:
These experiences are often called 'ineffable,' but as a scientist, I do my best to 'F- it up' by trying to describe it as much as I can
על דרך אפילו שיחתן צריכה לימוד (סוכה כא:) גייט דאס אין איינקלאנג מיט דעם וואס איך האב פריער געשריבן, אז מ'קען נישט געהעריג רעדן ולהסביר משגל, און (להבדיל) מ'קען אויך נישט רעדן פון (עקספּיריענסן) ג-ט. וואס א סייקעדעליק טריפּ איז דאך כעין א רעליגיעזע עקספּיריענס. ולכאורה איז דאס טאקע סתם אזוי אַן עפּיסטעמעקלי טראנספארמאטיוו עקספּיריענס, וואס מ'דארף אליינס דורכגיין צו ריכטיג פארשטיין.

*

ומענין לענין באותו ענין, איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן וואו די דעקל פון א בוך ווי פילאזאפן טוהן דורך דאס געדאנק פונעם טויט וחיים לנצח, ווייזט ווי א זאמד זייגער, וואס ווייזט אויף די חיי זמני פונעם מענטש און זיין ענדגילטיגער טויט, ווען מ'דרייט דאס 90⁰ און מ׳שטעלט אפ דעם לויף פון זמן, ווערט עס פארוואנדעלט אין צו ∞, די סימבאל פון אינפיניטי:
Cholbi.jpg
דורך מי אני
זונטאג יוני 11, 2023 12:46 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 131307

חדשים האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס איז געווען די הוא אמינא פון די מקשן. פארוואס האט ער געהאלטן אז דאס גייט אריין בגדר אפיקורס. ער אליינס קען דאך אויך נישט מסביר זיין גאט, ער האלט דאך לא ישיגוהו משיגי הגוף. וואס האט ער געמיינט ווען ער האט געפרעגט ”גליייבסט אין גאט”? וואספארא גאט האט ער געהאט אין מיינד? איז נישט זיין אפטייטש אין גאט אליינס כפירה?
יא יא. אט דאס איז דאך מיין טענה מיט וואס איך האב אָנגעהויבן די אשכול: אז אויב מ׳טראכט אריין איז דאך אויף די שאלה פון ״דו גלייבסט אין ג-ט?״ נישט געהעריג שייך קיין פּאזיטיווע אדער נעגאטיווע אנטווארט (להרמב״ם).

ולכן קען מען טאקע אויך זאגן אז די געדאנק פון ״מין״ וכו׳ איז פאר אזא איינער וואס האלט ביי א פריערדיגע מדריגה בזה, און האלט אז עס איז יא שייך א נעגאטיווע אנטווארט און ענטפערט דערויף אין די נעגאטיוו.

וואס קען טאקע זיין שווער לפי״ז איז אז פארוואס איז דעמאלטס א פּאזיטיווע ענטפער נישט קיין פראבלעם פון כפירה וכו׳ לפוסלו, ובפרט אז במו״נ ח״א פל״ו קען מען זעהן אז דער רמב״ם האלט אז אַנטראָפּאָמאָרפיזמס לגבי די מושג פון ג-ט זענען ערגער ווי ע״ז ע״ש? ואולי אז דאס איז נאר וואו מ׳געבט א gross הגשמה צום קאנצעפּט פון ג-ט. משא״כ מיט׳ן סתם ענטפערן אויפ׳ן שאלה פון מציאותו אין די פּאזיטיוו, הגם דאס איז אויך אומריכטיג ועיין במו״נ להלן שם ח״א פנ״ז, שרייבט ער דאך דארט אז דאס איז ״עמוק״ ע״ש, וממילא קען מען דאס נישט פארלאנגען פון יעדן איינעם דא״כ לא שביק חיי. אבער אזא סארט אומריכטיגע פארנעפעלטע פּאזיטיווע ענטפער אויף די שאלה איז דאך בעסער ווי א נעגאטיווע ענטפער, וויבאלד דאס וועט (לדעתו) גרינגער צוברענגען צוצוקומען צו א העכערע הכרה אז אויף די שאלה איז בכלל נישט שייך קיין ענטפער פון פּאזיטיוו אדער נעגאטיוו בכלל.
חדשים האט געשריבן:איך זעה אז דו דרוקסט די ”אויך בצנעא,” אויב גייט עס נאר צו אלץ סאשעל קאנסטראקט, איז דאך דאס נישט שייך בצנעא. עס איז אפשר דא א סאשעל קאנסטראקט צו זאגן אז מען דארף מקיים זיין מצוות בצנעא, אבער למעשה צו טון בצנעא, איז דאך יעדער א יחיד. וויאזוי שטעלט זיך עס צאם אלץ סאשעל קאנסטראקט?
די ״אויך בצנעה״, לפי די מהלך פון סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם, איז צו זאגן אז ער איז באמת און טאקע מציית לשמירת התורה און סאָבּמיט לחוקיה אינגאנצן. והיינו, אז איינמאל די ״ריכטיגקייט״ ״אמת״ וכו׳ וכו׳ דערפון ווערט אוועקגעשטעלט מחמת סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם וכנ״ל, דאן השתא דאתית להכי אז דאס איז ״עכט״ און ״ריכטיג״ וכו׳ מחמת זה, איז ער מציית דערצו בכל אופן. עס איז נישט נוגע צו אנדערע ״זעהן״ אים צו נישט. די ״אנדערע״ און געמיינזאמע עסאָמפּשענס איז לגבי וואס זענען למעשה די געמיינזאמע עסאָמפּשענס; נישט לגבי צי יעצט ממש זאגט מען אים דאס צו טוהן צי מ׳זעהט אים דאס טוהן. אין אנדערע ווערטער, די סאָשׁעל קאַנסטראָקשען אז דאס איז ״ריכטיג״ און מ׳דארף דאס טוהן בצנעה אויך, מאכט דאך דאס פונקט אזוי ״אמת״ און ״ריכטיג״ בצנעה אויך לפי מהלך זו. די סאָשׁעל קאַנסטראָקשען דערפון ווערט נישט אויס מחמת ווייל קיינער זעהט נישט. דאס איז כעין ווי מ׳האט דאס צוגעגליכן צו מאראליטעט, אשר יש מקום לומר אז זיי זענען א סאָשׁעל קאַנסטראָקשען, אבער דאס מיינט נישט אז מ׳האט נישט לציית לה גם בצנעה, וואס דארט גייט אָן די סאָשׁעל קאַנסטראָקשען פונקט אזוי. דאס וואס נעמט דאס אוועק איז נאר ווען די עסאָמפּשען והסכמה דערין פונעם ציבור גייט אוועק; די ציבור האלט שוין אז נישט. די עסאָמפּשען והסכמה איז דאך למעשה נאך אלס דא אפילו ווען דער יחיד איז פונקט יעצט אליין און נישט ארומגענומען מיט אנדערע פון דעם ציבור המסכים (ער איז נאך אלס אינעם געזעלשאפט, נאר נישט ארומגענומען יעצט מיט ממש מענטשן דערפון).

ואגב, אז מ׳זאגט אז אויף די שאלה פון ״דו גלייבסט אין ג-ט?״, שהיא ״איז דא א ג-ט?״, איז נישט שייך קיין פּאזיטיווע אדער נעגאטיווע ענטפער, באדייט דאס אז אויף די שאלה איז נישט חל קיין תירוץ של ״אמת או שקר״. וא״כ איז דאך דאס טאקע א שאלה וואס איז נישט געהעריג אין די גדר פון מושכלות, נאר אין די גדר פון ״מוסכמות״, והיינו מער סאָשׁעל קאַנסטראָקשעניזם, וואס אויף דעם איז מער חל ״טוב או רע/ריכטיג אדער אומריכטיג״. מיינענדיג, אז ווי געזאגט איז דאך די געדאנק פון לעבן ״עז איף״ ס׳דא א (מער קרוּד) געדאנק פון ״ג-ט״, דהיינו קיום התורה במעשה, וואס אויף טענות מעשיות, וואס מ׳האט צו טוהן, איז חל ״טוב או רע/ריכטיג אדער אומריכטיג״ וכבהמפורסמות/מוסכמות.

***

ר' יוסף אבן כספי שרייבט אבער אין זיין פירוש על משלי (י לב):
דע, כי האמת לא יתואר בו הדבר מצד האומרים, וגם כן בהפכו, ואולם גדר האמת שהוא אשר ימצא בשכל, לפי מה שהוא עליו חוץ מן השכל, וגדר הכוזב מתנגד לזה, ולכן לא יחזק האמת בהודות כל העולם עליו, ולא יחליש בחלוק כל העולם עליו
ולגבי הגדרת "חכם" שרייבט ער (להלן ריש פי"א):
וכבר גדר החכם הצניעות שהוא הענוה והחכמה.
***

אז כ׳האב צוגעשטעלט דעם געדאנק פון נבואה צו סייקעדעליקס, איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז זיי האבן געצייגט איבער א שטארקע קשר בנוגע מוזיק ווען ״מ׳טריפּט״ אויף סייקעדעליקס (לגבי טעראפּי). און ביי נבואה טרעפט מען ביי אלישע הנביא (מלכים ב ג טו) ועתה קחו לי מנגן והיה כנגן המנגן ותהי עליו יד ה׳.

***

אגב איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן ווי דר. אליעזר בן-רפאל שרייבט בנוגע זהות יהודי:
unlike in the past, the question “Who am I fundamentally?”, that is, in the essentialist sense, is now less significant than the question “What do I do?” in the constructionist sense