מי אני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 27, 2023 10:23 pmאיך האב
צוגעברענגט דעם טייטש בענין (מגילה ז:) מיחייב איניש לבסומי בפוריא עד דלֹא ידע, אז די ווארט "ידע" אליינס איז ר"ת ע'ד ד'לא י'דע, ווייל די געדאנק דערין איז אז תכלית הידיעה שנדע שלא נדעך. און דאס גייט בעצם ווייטער און ווייטער אינפיניטלי, וויבאלד בתוך יעדעס "ידע" איז ווייטער דא אַן "עד דלא ידע", וכן הלאה.
דעם שב"ק האב איך געקלערט אז דער
ארחות צדיקים (שער כג) און
חת"ס (תורת משה על הגש"פ) זאגן אז "אהי-ה אשר אהי-ה", וואס די שם
ווייזט אויף דעם געדאנק אז "ג-ט" איז דאס פּרינציפּ און מחוייב המציאות, איז אז "אהי-ה" פעמים "אהי-ה", 21x21, איז עולה מספר "אמת" [441] ע"ש. ונמצא מזה אז "אך" פעמים "אך", וואס אכין ורקין מיעוטין הן, ווייזט אויף דעם (
ירמיה י י) וה' אלקים "אמת". והיינו הרמז, אז איין "אך" נאכ'ן צווייטן, וואס אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות,
אט דאס איז די ריבוי פון חכמה להחכם,
וכדכתב הרמב"ם בח"א פנ"ט אז ווי מער מ'ווייסט און מ'פארשטייט שולל צו זיין, אלס א גרעסערע חכם איז מען אין דעם. ועוד יותר, איז ווי דער מלבי"ם
שרייבט (מלכים א ח ט), איז די כלל פון אין מיעוט אחר מיעוט אלא לרבות, מכח די כלל הגיון פון
דאָבּל נעגעישאן ע"ש. און ביי עניני טעאלאגיע און "ג-ט",איז דאך
דאס נישט אזוי גילטיג, און דאס אליינס איז אויך עפעס וואס מ'דארף אנערקענען.
איך האב געקלערט נאך מער לפי די טייטש בדרך צחות אויפ'ן פסוק (דברים טז טו) וְהָיִיתָ אַך שָׂמֵחַ, אז עפ"י די פתח גנובה איז עס א מיעוט אחר מיעוט: "אַך" שָׂמֵ"אַך". ולענינינו, אז ענין "ג-ט" איז
מקור התענוגים (מאור עינים ריש פ' וארא), איז די רמז אז ביי דעם איז ריכטיגע הכרה והשגה מיט ווי מער מ'איז שולל וממעט, און אט דאס איז די הכרה במקור התענוגים ושמחה.
ובזה האב איך געקלערט אז לפי
די מכילתא דר' ישמעאל אז די דיבור פון לא יהיה לך אלהים אחרים איז כנגד הדיבור של לא תנאף, אז דאס איז די רמז בהפסוק (משלי ו לב) נואף אשה חסר לב. והיינו "
חסר לב", טאמער איז מען מחסר איין אות פון ל', וואס איינס ווייניגער ווי דעם איז אות כ', און איין אות פון ב', וואס איינס ווייניגער ווי דעם איז אות א', ["חסר
לב"] איז דאס תיבת "אך", וואס אט די מיעוט איז בהוגע הכרת ענין א-ל וכנ"ל. און דאס איז בתוך דעם ענין וואס דער נועם מגדים (פ' כי תשא)
טייטשט (קהלת י ב) לב חכם לימינו ולב כסיל לשמאלו, והיינו אז דער חכם דארף קוקן צו די ״ימין״ פון די אותיות ״לב״, אותיות הקודמות להן, וואס דאס איז ״אך״ והיינו א מיעוט ע"ש.
***
מי אני האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 24, 2023 2:17 pmולכן טאקע, אז "ג-ט" = "מאראל" און = "חכמה", ענדיגט צו דער רמב"ם דער מו"נ (ח"ג פנ"ד) אז הגם "חכמה" לשלעצמה איז
מער ווי מדות ומאראל, קען אבער נישט זיין א חכם וואס איז נישט מאראליש, כיון דאחד הם לבסוף
(דר. מנחם קעלנער האלט אז דער רמב"ם איז נישט גערעכט געווען דערמיט און ער ברענגט זיך א ראיה פון מארטין היידעגער), ווי אויך פארקערט אויך נישט אז אין בור ירא חטא (אבות פ"ב מ"ה, וע"ש בפיה"ש להרמב"ם).
ומענין לענין באותו ענין, לגבי וואס דער רמב"ם האלט במו"נ ח"א פ"ב אז אויב ליגט מען במפורסמות או תאוות, קען מען נישט ליגן אין חכמה און זיין א חכם (וכעין מה
דכתב בהל' איסורי ביאה פכ"ב הכ"א), שרייבט דער קרשקש דארט:
שהרי ראינו כמה חכמים מחוכמים משכילים בכל מדע ימשכו אחר התאוות במאכל ובמשתה ובמשגל ואעפ"כ יהיו מושכליהם רבים עמהם וחכמתם נובעת כמקור מים חיים מלבם על לשונם בכל עת שירצו
און אז מ'האט
גערעדט פון קאַנאַבּיס ביחס לחכמה (ומשגל), איז דא א
שטודיע וואס צייגט אז קאַנאַבּיס איז אַן
עפראָדיזיעק וואס שטארקט תאוות המשגל; דר. טימאטי לירי האט אויך
געזאגט לגבי די סייקעדעליק דראָג LSD:
There is no question that LSD is the most powerful aphrodisiac ever discovered by man
און דער קרשקש שרייבט דארט בפ"ב אז די עץ הדעת איז אפשר געווען אזא סארט בוים:
ומה יש הפסד בזה אם נאמר שהדבר הוא כמשמעו, שהיה שם עץ אחד הוזהר שלא לאכול מפריו מפני שיש בטבע אותו הפרי להרבות תאוות המשגל וכן בטבעו כי מי שיאכל ממנו יבחן בין המגונה והנאה, שהנה נראה כי יש סמים רבים מי שירגיל בם תוסיף תאותו תמיד בחוש המביא להולדה
(און אז ס'איז דא אין דעם סיי אַן ענין נבואה און סיי משגל, איז דעריבער בא הרמז אז (במדב"ר כ ט) בלעם פרץ הגדר בענין עריות.)
בשעת'ן האבן גענומען 35 מ"ג קאַנאַבּיס און בשעת'ן מיין דעמאלטס מקיים זיין דעם "וידע" את אשתי, האב איך "געפיהלט" דעם געדאנק פארוואס אריסטו, ובעקבותיו הרמב"ם, האבן גע'טענה'ט אז חוש המישוש חרפה היא לנו און פארוואס דער רמב"ם פארגלייכט אשה צו חומר (מו"נ ח"ג פ"ח). דאס איז וויבאלד איך האב געשפירט אז ווי מער תענוג איך באקום פון די מישוש, פעהלט זיך פאר מיר אלס מער אויס צו גענצליך פורש זיין מן הדעת (א נייעם טייטש אין דעם "נשים דעתן קלות עליהן"), און אט די קאַנאַבּיס האט מיר מער געהאלפן פארלוירן ווערן דערין. נואף אשה חסר לב (משלי ו לב).
***
לגבי דעם אז די עיקר געדאנק באמונות איז זיך אויפפירן
כאילו זיי זענען אמת,
שרייבן דר. משה הלברטל און דר. אבישי מרגלית:
The voluntary nature of religious belief does not constitute an evaluative difficulty for the view that what is required of us is not belief but acceptance. Acceptance, in contrast to belief, is within our control. We must distinguish between two concepts of acceptance that are relevant to our discussion. According to the first concept accepting a proposition means acting as if it were true, even if the person does not believe that it is really true. The good salesperson accepts the proposition that the customer is always right even if he or she does not believe it. The salesperson is obligated to act as if it were true. It is obviously not a religious ideal that the religious person should only accept the principles of belief in this sense of acceptance, without actually believing them. The religious believer is not supposed to be a salesperson. But the requirement of belief may nevertheless be understood as the minimal requirement of acting resolutely and decisively according to this belief, even without subjective conviction of its truth. (What is especially confusing in the relation between belief and acceptance is the fact that among the commandments of some religions is the obligation to accept the propositions of the form "I believe with total faith that etc
*
יאָהאַן האַמאַן האט געשריבן לגבי אמונה וגעפיהל:
Faith is not the work of reason, because faith arises just as little from reason as tasting and seeing does