דער זוך האט געטראפן 2 רעזולטאטן: עריקסאן

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: עריקסאן

דורך מי אני
מוצ"ש מאי 02, 2020 10:24 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: Marriages in our Society
רעאקציעס: 92
געזען געווארן: 127390

Re: Marriages in our Society

הקטן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:ווי אויך קען מען לפי״ז טענה׳ן אז היינט צוטאגס איז עס א גרעסערן פראבלעם ווי אמאל אז מ׳האט חתונה אינג ווען מ׳איז נאך נישט אינגאנצן אנטוויקלט. דהיינו, די העכערע באדערפענישן זענען דאך פסיכיאלאגישע באדערפענישן, משא״כ די נידיריגערע. די פסיכיאלאגישע באדערפענישן ווערן דאך לכאורה בעיקר אנטוויקלט אין די צוואנציגער יארן; עכ״פ לכאורה מן הנמנע פאר די צוואנציג יאר.

דער מענטש בויט זיין איידענטעטי בעיקר 17-24 (בערך, נישט נאכגעקיט יעצט) אויב האט מען חתינה שפעט רעדט מען פין צוויי הארטע אויסגעבויטע כאראקטערס, אויב האט מען חתונה אינגער קען זיין אז איינער בויט דעם צווייטען - ציזאמען

צו אביסל מער מסביר זיין מיין פונקט דא, דער באקאנטער פסיכאלאג דר. עריק עריקסאן האט ווי באקאנט אראפגעלייגט זיינע סטעידזשעס פון פסיכאלאגישע דעוועלאפמענט. אין דעם האט ער געזאגט אז די יארן פון אַדאָלעסענס איז די סטעידזש אין ווען די מענטש נויטיגט זיך צו שאפן זיין ״אידענטיטעט״. די שאלה איז ווען פונקטליך ענדיגט זיך דאס און עס קומט די נעקסטע סטעידזש פון אַדאָלטהוּד? דאס איז בעצם ווען דער מענטש האט חתונה, טרעפט א דזשאַבּ, וכו׳; די זאכן וואס גיבן אים טאקע די ריכטיגע רעספּאַנסיביליטיס פון אַדאָלטהוּד. היינט צו טאגס טאקע, אין די אלגעמיינע וועלט, שלעפט זיך די תקופה לענגער, עכ״כ אז דער סאציאלע פסיכאלאג דר. דזשעפרי ארנעט האט דאס א נאמען געגעבן עמערדזשינג אַדאָלטהוּד.

קען מען אבער דעריבער טענה׳ן אז ביי אונז וואו מ׳מאכט חתונה פריער, וממילא קומט שוין אטאמאטיש די סטעידזש פון אַדאָלטהוּד אן, אז מ׳האט נאך נישט די אידענטיטעט פון די אַדאָלעסענס יארן אויסגעפארעמט כדבעי קען דאס שאטן.
דורך מי אני
זונטאג פעברואר 24, 2019 7:30 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: Marriages in our Society
רעאקציעס: 92
געזען געווארן: 127390

ריכטיג. איך האב גערעדט פון ווען א מענטש האט שוין טאקע אן אויסגעבויטן אידענטיטעט, אזויווי איך וועל מסביר זיין. ווייל הגם איר זענט גערעכט, אז ס'איז שייך און יתכן אז זיי זאלן זיך צוזאמען אויסבויען זייערע געמיינזאמע אידענטיטעטן, וואס אין אזא פאל איז דאס, אדרבה, א חיזוק שאין כדוגמתו צו זייער פארהייראטע לעבן, איז אבער דא א צווייטע זייט צו דעם מטבע. דהיינו, עפ"י די באקאנטע פסיכאלאגישע אנטוויקלונג שטאפלען פון עריק עריקסאן, אז הערשט נאכדעם וואס א מענטש האט שוין אויסגעבויט זיין/איר אידענטיטעט, ובזה זיינע/אירע רצוניות'ען און שאיפות, איז ער/זי פולקאם גרייט פאר'ן נעקסטן שטאפל; טרעפן אן עזר כנגדו/ה (איך פארשטיי אז פונ'ם ווארט ״עזר״ קען מען מדייק זיין אז זי/ער זאל אים/איר צוהעלפן אנטוויקלען דאס אידענטיטעט. איך נוץ עס אלס א לשון מושאל).

די סיבה דערצו איז פשוט ווייל ווילאנג ער און/אדער איר זענען צומישט מיט זייער/ע אידענטיטעט/ן, איז שווערער זיי זאלן טרעפן א געמיינזאמע ground אויף וואס זיך צו קענען פאראייניגן וכו' (פאראייניגן זיך אויף א צומישעכץ/confusion איז קיין פאראייניגונג), ובפרט אז די תכלית פון א פארהייראטן לעבן היינט צוטאגס איז מיוסד אויף פסיכאלאגיע מער ווי אמאל וכנ"ל.

איינמאל זיי האבן שוין טאקע אויסגעפארעמטע, טאקע הארטע, אידענטיטעטן, איז לכאורה אסאך פשוט'ער זיי צאמצופארן מכח compatibility, און עס זאל זיך האלטן עפ"י סברא היינט צוטאגס. (ס׳איז לכאורה דא א סיבה פארוואס די אלגעמיינע וועלט ווארט ביז שפעטער אויף צו הייראטן, חוץ פון שוואוילטאג.)

בנוגע דאס אז דאס זיכן די העכערע באדערפענישן פונ'ם פיראמיד שטעלט די פארפאלק אין א גרעסערע סכנה, דאס איז דאך גענוי וואס דר. פינקעל זאגט! ער (און איך) זאגט נישט אז די היינטיגע אויסקוק אויפ׳ן תכלית פונ'ם פארהייראטן לעבן איז "בעסער" פאר די שלום בית פונ'ם פארפאלק, נאר אז דאס איז די מציאות היינט צוטאגס. פארקערט, ער גיבט אן אז דאס איז איינע פון די סיבות פאר די ריבוי האומצופרידענהייט מיט דעם ווייב/מאן היינט צוטאגס ביים אלגעמיינעם המון עם, ומשם תדרשנו להכא ביי אונז אויך. אזויפיל יא, אז אויב ארבעט זיך עס שוין יא אויס איז מען "מער" צופרידן ווי א פארפאלק אינ'ם עבר (ס'איז פשוט שווערער אנצוקומען אהין ווי אמאל, וככל הנ"ל).