דער זוך האט געטראפן 2 רעזולטאטן: עריקסאן

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: עריקסאן

דורך מי אני
זונטאג נאוועמבער 12, 2023 7:26 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
רעאקציעס: 85
געזען געווארן: 21684

מי אני האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 04, 2022 11:37 amאיך האב גע׳טענה׳ט אז מ׳קען נישט נוצן דאס וואס רש״י ברענגט אראפ (בראשית ו ו) מהמדרש (ב״ר כז ד) לגבי לידת הבן אז הגם ער איז מיועד למות איז בשעת חדותא חדותא ובשעת אבלא אבלא ע״ש, ווייל דארט איז למעשה דאס געבורט פאר זיך כל כולו טוב און דאס אז עס ווערט אויס לאחר זמן טוהט נישט נעגעיטן דאס טוב פונעם געבורט מעיקרא; משא״כ ביי א חתונה ודוק. דאס האב איך מיר איבערצייגט ווען איך האב געפרעגט אין דעם נושא (מיט סענסיטיוויטי) מיין פעטער וואס האט ל״ע פארלוירן א קינד (דער וועמען איך האב דערמאנט אין מיין ארטיקל), און א טאטע וואס האט חתונה געמאכט א קינד און עס האט זיך ל״ע דערנאך נישט אויסגע׳ארבעט - דער ערשטער האט מיר געזאגט אז יעדעס מינוט וואס דאס קינד האט געלעבט איז געווען טוב און ב״ה ער איז אראפגעקומען אויף דער וועלט הגם ס׳איז טאקע א געוואלדיגע צער אז ער איז נישט געבליבן און געלעבט נאך לענגער, בשעת דער צווייטער האט מיר געזאגט אז הלוואי וואלט די חתונה ושידוך קיינמאל נישט פאסירט מעיקרא כלל וכלל.
איך האב געקלערט בדרך רמז אז מ'קען דאס אולי מרמז זיין בהגמרא בברכות לא.
מר בריה דרבינא עבד הלולא לבריה, חזנהו לרבנן דהוו קבדחי טובא, אייתי כסא דמוקרא בת ארבע מאה זוזי ותבר קמייהו ואעציבו. רב אשי עבד הלולא לבריה חזנהו לרבנן דהוו קא בדחי טובא אייתי כסא דזוגיתא חיורתא ותבר קמייהו ואעציבו.

אמרו ליה רבנן לרב המנונא זוטי בהלולא דמר בריה דרבינא לישרי לן מר, אמר להו ווי לן דמיתנן ווי לן דמיתנן, אמרי ליה אנן מה נעני בתרך א"ל הי תורה והי מצוה דמגנו עלן
ווי באקאנט זאגט דארט תוס' בד"ה אייתי, מכאן נהגו לשבר זכוכית בנשואין ע"כ. דער מהרש"א איז דארט מפרש לגבי שבירת הכלי זכיכות:
פירשו בו הרמז שהוא כלי חשוב מאד ועיקר יצירתו ועשייתו מעפר ושבירתו זהו מיתתו כן האדם נוצר מעפר ועומד למיתה תמיד לשוב להיות עפר וק"ל
עכ"פ קען מען זאגן אז אט דאס איז די רמז: אז ווען קבדחי טובא בשמחה ביי די נישואין, האט ער געשטעלט די רמז לגבי מיתה, אז דארט פארשטייט מען אז פונדעסטוועגן דאך אז דער מענטש איז מיועד למות, איז אבער דאך א שמחה בעת הולדו, וויבאלד ער קען אין יעדן טאג פון זיין לעבן מסגל זיין מצות וכו' און אויפטוהן; life is a gift. משא"כ בנישואין וואו דאס איז ל"ד כזה וככל הנ"ל.

אגב, דער מהר"ץ חיות דארט שרייבט:
עיקר השמחה בנישואין מפני שתכליתה לקיום המין, ואם היה האדם קיום באיש, לא היה צריך לנישואין לקיום המין אחרי שיש לו קיום באיש, ומפני זה אמרו "וי לן דמיתנן" ואין לנו קיום באיש ומפני זה הנישואין שבא לקיום המין הוא תכלית קיום בעולם וגדול במעלה מאד.
ועיין בע"ז ה. וואו ס'איז משמע אז אפילו בלא מיתה וואלט געווען א מעלה לנישואין ולהוליד בנים ע"ש.

אבער אחרי עיון שוב, קען זיין אז עס איז יא א דמיון. והיינו, דאס שמחה ביים געבורט פון א קינד על אף אז ער וועט עווענטועל דאך שטארבן, איז דומה צו א זיווג וואס איז יא עולה יפה מיט אהבה וריעות אבער וואו דערנאך גייט איינע פון די פּאָר ל"ע שטארבן. אין אזא פאל קען מען דאך ביי ביידע זאגן אז ווי לאנג עס איז אָנגעגאנגען איז דאס געווען גוט, און מ'איז יא צופרידן אז דאס איז למעשה צושטאנד געקומען מעיקרא. די דמיון פון א שידוך וואס ארבעט זיך נישט אויס ל"ע כלל, איז מער דומה צו א קינד וואס ווערט געבוירן און גייט ל"ע שטארק ארויס לתרבות רעה וואו ער איז סורר ומורה ומלסטם את הבריות וכדומה (שלעכט לכל הדיעות), וואס אין אזא פאל איז ער תוגת אמו און עס איז יתכן אז מ'וואונשט זיך פונקט אזוי אז ער איז קיינמאל געבוירן מעיקרא. וממילא טאמער איז די שמחה בעת לידת הבן/הבת אז מ'האלט ביים סטעידזש פון (עכ"פ פרובירן) עריקסאן'ס זיבעטע סטעידזש פון זיין מאדעל פון סייקאָסאָשעל דעוועלאפּמענט, וואו מ'געבט זיך איבער פאר אנדערע אויפציציהען און האדעווען וכו' דעם (אייגענעם) נעקסטן דור, איז דאס זעלבע די שמחה פון (עכ"פ פרובירן) עריקסאןזעקסטע סטעידזש אין דעם מאדעל, פון (פרובירן צו) האבן א לעבן מיט א ראמאנטישע שותף באהבה.
דורך מי אני
דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:37 pm
פארום: געזעלשאפט
אשכול: ולשמחה מה זה עושה? פארוואס טאנצט מען ביי א חתונה?
רעאקציעס: 85
געזען געווארן: 21684

דא (און אין נאך ערטער) האב איך געשריבן איבער דעם צי "תענוג" איז רעדוסיבּל צו "חכמה". איז אולי די שמחה דא אויב האלט מען ווי שפינאזע שרייבט אין זיין עטיקס (סוף פ"ד):
As concerning marriage, it is certain that this is in harmony with reason, if the desire for physical union be not engendered solely by bodily beauty, but also by the desire to beget children and to train them up wisely; and moreover, if the love of both, to wit, of the man and of the woman, is not caused by bodily beauty only, but also by freedom of soul
וכמובן האט דאס השלכות לגבי מיין חקירה דא.

עכ"פ גייט דאס אין איינקלאנג מיט חכמה וואס ברענגט צו תענוג ושמחה (ועיין בקהלת ט ט). אבער, כמובן, ווייסט מען דאך דאס נאר איינמאל עס איז שוין דורך א שטיק צייט און מ'איז מער זיכער דערין. משא"כ ביים חתונה גופא, וכנ"ל. פרייליך אויף א האפענונג? מאידך גיסא קען עס דאך חלילה זיין כל רעה ולא אשה רעה (שבת יא.); עס קען דאך זיין (ברכות ח. יבמות סג:) ומוצא אני מר ממות את האשה (קהלת ז כו) פונקט אזוי ווי (משלי חי כב) מצא אשה מצא טוב. (און זאגן אז אפ"ה וועט ער דאך דערפאר מעגליך נישט זעהן פני גיהנום, כבעירובין מא:, איז שווער. און ווי די גמרא אליין זאגט דארט איז די נפק"מ אינעם דאס וויסן, איז פשוט כדי ער זאל דאס מקבל זיין באהבה ע"ש.)

ואגב, האט שפינאזע אליינס קיינמאל נישט געהייראט, און ווי ער זאגט נאר אז הייראטן איז נישט (דוקא) בניגוד לשכל. און ניטשע האט דאך גע'טענה'ט אז א פילאזאף האט נישט צו הייראטן. (אבל ידוע עריק עריקסאן'ס זעקסטע סטעידזש אין זיין מאדעל פון פסייקאסאשעל דעוועלאפּמענט, אז עס פעהלט אויס פאר'ן מענטש'ס פסיכאלאגישע שלימות צו האבן א באליבטע ראמאנטישע שיתוף.)