דא האב איך געשריבן:
ובזה האט סטאניסלאוו לעם געשריבן כאילו ער שרייבט א רעצענזיע אויף א בוך ״דאס נייע קאסמאגאני״. אין דעם ברענגט ער ארויס א סברא פון אַן ״אלפרעד טעסטאַ״ (בשעת זיין דרשה ביים באקומען א נאָבּעל פּרייז…), אז אינעם מאָלטיווערס זענען (מעיקרא) געווען אפגעזונדערטע חלקים מיט אנדערע פיזיקס געזעצן. אין אסאך פון זיי זענען, במשך ביליאנען יארן, אפירגעקומען אינטעליגענטע ברואים ווייט ווייט אויפ׳ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל. ווען זיי האבן געזוכט צו אריינגיין אין אנדערע חלקים, וועלכע האבן געהאט אנדערע פיזיקס געזעצן, זענען געשעהן חורבנות, זייענדיג אז די יסודות׳דיגע געזעצן זענען נישט אין איינקלאנג. אלע די ברואים האבן גע׳חשבונ׳ט אז עס זענען פונקט אזוי אפירגעקומען גאר אינטעליגענטע ברואים ווי זיי אין די אנדערע חלקים, מיט וועמען זיי קענען נישט קאמיוניקירן מחמת די אינקאמפּעטיבּיליטי פון די פיזיקס געזעצן.מי אני האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 12, 2024 4:32 pm לגבי די קאַרדאַשׁעוו סקעיל און דאס אז, ווי דר מיכאל שערמער ברענגט ארויס, אונז וואלטן באטראכט א טייפּ 3 ציוויליזאציע און העכער ווי געטער, שרייבט דר. דוד סקיבּינסקי אז טאמער איז די מולטיווערס היפּאטעזיע ריכטיג, אז עס זענען פארהאן אומצאליגע יוניווערסעס (מיט די זעלבע, צי מעגליכע אנדערע, פיזישע געזעצן), דאן איז אזא סארט ענטיטי און גאר העכערע ציוויליזאציע (וועלכע האט מעגליך געמערדזשד אין צו איין קאַנשעסנעס), וואס אונז פארשטייען מיר און קענען נאר משיג זיין אלס "ג-ט" און וואס קען פועל זיין על עולמות, בהכרח אפירגעקומען נאטורליך (וידוע מאמרו של ארטור קלאַרק).
דאס אלעס גייט אביסל אין איינקלאנג מיט די פּלעניטעריאום היפּאטעזיע, וועלכע קלערט אז אונז זענען א טאקע אין א סארט סימיולעישאן געשאפן דורך א טייפּ 3 ציוויליזאציע, אזוי אז זיי מאניפּיולירן (עכ"פ) דאס וואס אונז זעהן אין די רוימן. דאס איז א מעגליכע תירוץ צום פערמי פּאראדאקס, אז טאמער איז די יוניווערס אזוי אומגעהויער גרויס, איז דאך יתכן אז עס זאלן זיין אנדערע לעבנס אין די רוימן, איז אלזא פארוואס זעהט מען גארנישט אזוי?
איז אשר על כן ארויסגעוואקסן א געים צווישן די ברואים, וואו די אלע ברואים האבן אינקאמפּליִט אינפארמאציע איבער די סטראטעגיעס פון די אנדערע, און זיי זוכן צו צוביסלעך טוישן די עצם פיזיקס געזעצן פון אנדערע חלקים (זייענדיג אז זיי זענען גאר הויך אויפ׳ן קאַרדאַשׁעוו סקעיל כנ״ל) און זיי מאכן אייניג צו זייערס. זייענדיג אז זיי ווייסן נישט די סטראטעגיעס פון די אנדערע שפילערס, שפילן זיי א מינימעקס סטראטעגיע, וואו זיי אלע פרובירן צו מינימיזירן זייערע פארלוסטן, אין טערמינען פון די טויש אין די פיזיקס, אויף וואו ווייט מעגליך. ועפי״ז זענען זיי צוגעקומען צו א נעשׁ עקוויליבּריִאוּם וואו מ׳טוישט צוזאמען גאר צוביסלעך די געזעצן פון פיזיקס זיי צו מאכן אזוי אז זיי זאלן זיין ווי נענטער צו יעדן איינעם. און דאס איז די פיזיקס (לע״ע) וואס אונז זעהן אין אונזער יוּניווערס. (כמובן נעמט דאס אָן אז די געזעצן ויסודות פון לאגיק ומאטעמאטיקס, וואס אויף דעם איז דאך געים טעאריע געבויט, זענען יא דאס זעלבע פאר יעדן איינעם אלעמאל.)
ועפי״ז איז דאס די סיבה פארוואס די יוּניווערס טוהט עקספּענדן. והיינו, די עקוויליבּריִאוּם אינעם געים איז אז אלע די ברואים שטעלן אויס די פיזיקס אזוי, כדי אז ציוויליזאציעס וואס קומען אפיר זאלן זיך נישט צאמקומען, וואס דאס קען צושטערן אט דעם האקעלן עקוויליבּריִאוּם. און דאס איז די ענטפער צום פערמי פּאראדאקס, פארוואס מ׳זעהט נישט קיינע אנדערע אינטעליגענטע ברואים; עס איז במכוון אזוי. דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס איז דא א ״ספּיִד לימיט״ אויף ווי שנעל אינפארמאציע קען גיין - דאס שנעלקייט פון ליכטיגקייט. דאס איז כדי אז קיין שום שפילער זאל נישט קענען באקומען אינפארמאציע שנעלער פון א צווייטן, וואס דאס וואלט ווייטער צושטערט דעם עקוויליבּריִאוּם. און דאס איז אויך די סיבה פארוואס זמן פארט נאר אין איין דירעקציע: כדי אז קיין שום שפילער זאל נישט קענען מבטל זיין א ״שפיל/מאָוו״ וכדומה וואס א שפילער האט שוין געטוהן.
לעם שרייבט דארט:
דר. פיל פאָרד זאגט אז די געדאנק זוכט משווה צו זיין דאס נאטורליסטישע/סעקולארע אויסקוק מיט׳ן טעאיסטישן. אבער ווי לעם אליין שרייבט:The matrix of the conflict encounter - that is, of the Game - is the formal skeleton of any religious faith that has not completely cast off its Manichean elements. And where is the religion with no vestige of those?
דר. פאָרד ברענגט אויך צו פון דזשאן העריסאן לגבי בעיית הרעות, אז עס קומט אויס מזה אז מ׳קען נישט משפט׳ן ״גאט״ על הרעות, זייענדיג אז די וועלט איז נאך ״א ווערק אין פּראגרעס״.This thesis presents us with masked gods, gods in the dress of material beings, and presents them in the dry language of logical propositions: at the same time, it calls the laws of nature the outcome of their conflict. The result is that we are stripped of everything at once: both of our faith, conceived as Transcendence culminating in perfection, and of our science, in its honest, secular, and objective sobriety. In the end, nothing is left us; all premises, on either side, reveal themselves to be completely inapplicable. One gets the feeling that one has been dealt with barbarously - robbed in the context of a mystery neither religious nor scientific