דער זוך האט געטראפן 2 רעזולטאטן: פרוידענטאל

החיפוש בוצע על-פי שאילתה: פרוידענטאל

דורך מי אני
מוצ"ש יאנואר 27, 2024 10:05 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 114709

דעם שב"ק האב איך געקלערט א פשט אינעם באקאנטן מימרא וואס מ'זאגט נאך פונעם בעש"ט אז פאר זיין פטירה האט ער געזאגט, "אז נאך אלע מדריגות, בין איך א נאַר און איך גלייב." סתם אזוי פארטייטשט מען די מימרא אז עס איז כעין טערטוליען'ס מימרא פון "קרעדאָ קוויאַ אבּסורדום", וועלכעס באדייט "איך גלייב דאס (טאקע) וויבאלד דאס איז אבסורד/אוממעגליך." מיינענדיג, אז מ'אנערקענט אז דאס איז נאַריש און דאך, צי גאר דערפאר, גלייבט מען דאס.

אבער די געדאנק קען זיין אז נאך אלע השגות, קומט מען צו צו א פארשטאנד והכרה אז אין דעם ענין פון אלקות איז נאר שייך נאַן-קאַגניטיוויזם וכמו שאמרנו בהאשכול אז מ'קען ניטאמאל רעדן דערפון - ס'איז נאר שייך צו זיין א נאַר דערין. איז דאן דאס וואס מ'גלייבט און עסענט צו וואס אימער בנוגע אלקות, קען נאר האבן א שחר וואו ס'איז נוגע למעשה; וויאזוי מ'פירט זיך בּיהעיוויארילי אינעם טאג-טעגליכן לעבן מיט א רעליגיעזן לעבנסשטייגער. און דאס איז פשט: "איך בין א נאַר", און צוגעקומען לההכרה אז בעניני אלקות איז נאר שייך נאַן-קאַגניטיוויזם, "און איך גלייב", אינעם זין פון מיינע מעשים ווי אזוי מ'פירט זיך טאג-טעגליך בחיי היומיומית.

און ענליך קען מען זאגן בנוגע דעם געדאנק פון (תהלים קטז ו) שומר פתאים ה׳. והיינו, אז די געדאנק איז צוצוקומען צו א הכרה אז נישט קיין חילוק ווי ווייט א חכם א מענטש טאקע איז, איז ער אבער אין די גרענד סקיִם אָוו טיִנגס דאך א פתי אין וויפיל קאנטראל ער האט אויף צו פארשטיין און זיך צו היטן אא"וו. פונקט אזוי ווי זיין הכרה אין מהו "ה'" ומציאותו איז ער אָלטימעטלי א פתי.

***

אויך האב איך געקלערט דעם שב"ק לגבי דעם קשיא פונעם אור ה' המוזכר בריש האשכול, אז עס איז נישט שייך א לצוות לאדם שיאמין באיזה דבר, איז אבער אפשר יא שייך לצוותו שלא יאמין באיזה דבר. ולכן איז די קשיא בעיקר אויפ'ן ערשטן מצות עשה של הרמב"ם שֶׁמָנָה אמונה במציאות ה' למצוה, וכדכתבנו. משא"כ אויפ'ן ערשטן ל"ת שֶׁמָנָה, שהוא שהזהירנו מהאמין באל אחר זולתו ע"ש.

והיינו אז 'מילא אויף דעם אז דער מענטש זאל געבן א פּאזיטיווע עסענט צו עפעס, גייט תלוי זיין צי ער איז איבערגעצייגט און זעהט דאס איין אלס איבערווייזענד. משא"כ לגבי א פּראפּאזישאן וואס מ'וויל ער זאל נישט אָננעמען, קען מען פארלאנגען פון אים אז ער זאל דארפן מער עווידענס דערצו; ער זאל מטיל ספק זיין דערין. און דאס איז דאך אסאך גרינגער און אולי מער ניתן לרצונו (ועיין בחתימתי). אין קורצן, עס איז נישט סימעטריק: אָננצונעמען עפעס אויף זיכער איז נישט שייך צו פארלאנגען, וויבאלד די בּאַר דערצו פאר'ן איש פרטי איז גענוג הויך אז אדער איז עס אָנגעקומען אהין ומוכרח להאמינו אדער נישט. משא"כ אז מ'זאל עפעס נישט אָננעמען איז יא שייך צו פארלאנגען, וויבאלד ביי דעם איז די בּאַר דערצו גענוג נידעריג צו זאגן "נעם נאך נישט אָן". ואולי אפשר להעמיסו במש"כ האור ה' (מאמר ב כלל ה פ"ה), וואו ער באציהט זיך בעיקר צום פראבלעם און שוועריקייט פון מְצַוֶה זיין אז מ'זאל געבן דאס עסענט, אין א פּאזיטיוון סענס, צו עפעס א פּראפּאזישאן, ווי איידער אויף דאס'ן מְצַוֶה זיין אויף נישט גלייבן עפעס און אין א נעגאטיוון סענס ע"ש.

וואס עס קומט אבער אויס דערפון איז אז די ל"ת פון האזהרה מהאמין באל אחר זולתו איז אז מ'זאל נישט מעלה זיין על דעתו שיש שם אלוה אחר חוץ מזה וכמו שכתב הרמב"ם בהל' יסודי התורה (פ"א ה"ו), און שלא לפנות אחריה במחשבה וכו' וכדכתב באריכות בהל' ע"ז (פ"ב ה"ג) ע"ש. מיינענדיג, אז די מצוה איז נישט אז מ'זאל האלטן דייקא, אין א פּאזיטיוון סענס, צו יא האלטן אז "עס איז נישט אמת", ווי איידער די מצוה איז אין א נעגאטיוון סענס צו "נישט האלטן אז עס איז יא אמת". אין אנדערע ווערטער, אז אין די סארט זאכן (ועיין להלן בהל' ע"ז פי"א הט"ז) זאל מען זיין כעין א נעגאטיווע אטעאיסט, וואס אויף דעם קען מען מְצַוֶה זיין כנ"ל, אבער נישט דייקא קיין פּאזיטיווע אטעאיסט, וואס אויף דעם קען מען נישט מְצַוֶה זיין (דלא כהרמב"ם עצמו).

***

איך האב אויך געקלערט אז דאס בעצם קען זיין די חילוק אין די ווערק פונעם רמב״ם: די משנה תורה איז (רובו) אויף די חלק המעשה, בשעת די מו״נ, אויף וועלכע די אלגעמיינע געזעלשאפט ליידט נישט קיין געוויכט איז אויף די חלק המחשבה. און די צוויי דארפן נישט דוקא גיין ביחד. ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט מהגר״ח מבריסק אז ״כלל גדול אצלינו שאין להקשות על סתירה שבין ספר היד לספר מורה נבוכים״. (ועיין במשך חכמה בפ׳ יתרו.)

ואגב בזה, זאגט דר. נח פעלדמאן אין דעם מאידך גיסא אז די בריסקער דרך הלימוד פונעם גר״ח, איז דאך א קאנסעפּשועל אנאליז וואו מ׳מאכט חילוקים אין קאנצעפּטן כדי להשוות סתירות. און זייענדיג אז מ׳איז געוואוינט דערצו, טוהט מען בעצם דאס זעלבע ביים לערנען דעם מורה להשוותו עם היד החזקה.

ער ברענגט אויך ארויס ווי דער רמב״ם האט געסטרעסט דערויף אז אויב מ׳קען נישט אויפווייזן אז עפעס איז אמת, איז עס בהכרח נישט אמת. דאס איז בתוך דעם געדאנק פונעם ארגומענט פון אינאראנץ לאגישע שטרויכלונג. און אז עס איז יתכן אז די סארט פונדאמענטאלע שאלות זענען נישט במציאות צו ווערן אויפגעוואוזן אדער אפגעפרעגט. ועיין כאן במה שהבאתי מדר. דזשעימס סטיין ודר. עלווין ריינעס.

ולגבי דר. גד פרוידענטאלשאלה איבער דאס נוצליכקייט פונעם מורה כהיום, זאגט ער:
Maimonides explained many commandments in the guide on the basis that God was speaking to people who lived in a specific cultural context. So for those who are troubled with the change between the beliefs of the ancient period and the beliefs of today, Maimonides has some richness and some depth and is worth exploring in that way. But just as Maimonides himself believed that God was teaching Eternal truths, similarly we who go back to read Maimonides in this way, we're not going to find every answer corresponding to exactly what today's moral values might be - you're not going to get magic solutions there. But Jews with problems have looked in this way for many many years and many of them have reached very different conclusions on the basis of reading Maimonides. For example, in the 19th century many Jewish reformers liked Maimonides' idea that God spoke to a specific cultural milieu, but rejected Maimonides' idea that we're stuck with the law nevertheless and we shouldn't be able to change the law on our own whims. So people can take different things from Maimonides in different moments. So my short answer is that it's very much worth reading; it will answer some kinds of questions; it will help you approach some other kinds of questions; and then there's a whole set of questions that Maimonides just wasn't focused on because they weren't the questions for the perplexed of his day
***

ולגבי די חשיבות פון שאלות וקושיות בעניני שכליים, און ווי אזוי א גוטע תירוץ ומהלך איז מוליד נאך שאלות וספיקות, שרייבט דער חת"ס בתורת משה בדרוש לז' אדר:
וכל מה שאדם מברר ההלכה, כל עוד יותר נולדות לו ספיקות כמובן לכל מבין ויודע.
***

לגבי די קשר צווישן קאַנאַבּיס און נבואה, איז דא א שטודיע ווי קאַנאַבּיס איז גורם א שנעלערע זקנה (בעיקר ווען מ׳רייכערט דאס). און מ׳טרעפט ביי שמואל הנביא, בתענית ה:, אז קפצה עליו זקנה ע״ש.

***

דר. נענסי מורפי און דר. בּרעד קעלענבערג שרייבן:
Philosophy of religion suffers from a confusion: believers insist, and atheists deny, that “God exists.” But the grammar of “exists” shows that the sentence engenders confusion. We ordinarily say, “For how long has this institution existed?”, “When did dinosaurs cease to exist?”, and “Sadly, racism still exists in the world today.” In each case, it makes sense to speak of something’s coming into existence and passing out of existence – a mode of reality that Christian believers rightly say does not apply to God. If the grammar of “exists” means that the word applies to the furniture of the universe, then we ought to agree with the atheist that God does not “exist.” As Kierkegaard put it, “God does not exist, He is eternal”

A similar analysis could be made of the grammar of the word “God.” What does the word “God” mean? The word becomes meaningful by its use in a complicated form of life: we pray to God, we witness about God, we confess our sins to God, and so on. If practice gives the word its sense, then the word “God” spoken from within an atheistic form of life and the word "God" spoken by Christian believers are simply homonyms. It is no wonder that the theist–atheist debate has been interminable. The question of God’s existence is inappropriate because the grammar of “God” does not admit questions of existence, for that puts matters too hypothetically

For postmodern theologians there is no general question of whether or how theology is possible – many do it before breakfast! There is no need to answer the question, “does the word ‘God’ refer?” The question is instead, “what is our God really like?” There is no need for them to begin with the question, “is religion true?” The question is rather, “are there good reasons to be religious, to engage in this form of life?” and this is as much a moral question as an epistemological one
עס איז מן הראוי לציין צו וואס דר. ליִאוׂ סטראַוּס האט געשריבן:
If orthodoxy claims to know that the Bible is divinely revealed, that every word of the Bible is divinely inspired, that Moses was the writer of the Pentateuch, that the miracles recorded in the Bible have happened and similar things, Spinoza has refuted orthodoxy. But the case is entirely different if orthodoxy limits itself to asserting that it believes the aforementioned things, i.e. that they cannot claim to possess the binding power peculiar to the known
דורך מי אני
מוצ"ש יאנואר 20, 2024 7:09 pm
פארום: העמק דבר
אשכול: "דו גלייבסט אין ג-ט?"
רעאקציעס: 472
געזען געווארן: 114709

דאס זאגט דאך דר. שׁענא סוואַן סתם אזוי לגבי די זרע פון זכרים (ואולי איז דאס העכערונג אין דאס וואס מ'נעמט די באשטיינדלען א חלק פונעם טעם). ועיין סתם אזוי באשכול זו ובאשכול זו.

ומאידך גיסא הא'מיר דאך צוגעברענגט אז די באשטיינדלען זענען דאך עפראָדיזיעקס וועלכע הייבן די תאוות המשגל. איז קען זיין אז זיי שאטן פאר די קוואליטעט ואיכות פון די זרע וכו', אבער זיי ברענגען דערצו אז מ'זאל וועלן געבן מער דערפון בכמות...

ואגב, אז מ'איז מקשר סייקעדעליקס מיט נבואה ועבודה, און דאס שטארקט דאך די תאוות המשגל, איז דאס וואס קען ליגן אונטער דעם וואס מ'טרעפט די געדאנק פון (מעגליכע) "הייליגע" זונות וזנות ביי עבודה ובמות בתקופת הברזל. ‏(עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ביי די במות בא״י מימי תקופת הברזל וואו מ׳האט געטראפן די קאַנאַבּיס, האט מען געטראפן אז דאס איז געווען געבאקן אויף צואה. ועיין בספר יחזקאל בפרק ד בפסוק יב ופסוק טו.)

דר. ריק סטראַסמאן שרייבט אז בעצם טוהט די גוף ‏אליינס פראדוצירן די סייקעדעליק מאלעקיול פון DMT הנמצא באייאוּוואַסקאַ. ולכן ביי נביאים קען זיין אז זייער גוף האט עס פראדוצירט אזוי (אזא סארט מיוּטעישאן) אז זיי זאלן צוקומען לענין נבואה, כאילו מ׳נעמט סייקעדעליקס מחוצה. ועיין כאן וואו עס איז דא א השוואה צווישן סייקעדעליק סטעיטס און רעליגיעזע עספּיריענסעס. דר. סטראַסמאן זאגט אז די מיוטעישאן קען זיין ע״י הקב״ה (בלשון מושאל) אזוי ווען ער איז בוחר אין דעם מענטש בנבואה. ואולי קען דאס זיין פשט בדברי הרמב״ם במו״נ ח״ב פל״ב, פון א נאטורליכע ראציאנאלע פּערספּעקטיוו, אז אפילו א חכם המכין עצמו לנבואה, איז אבער דאך יתכן אז ער זאל נישט מנבא זיין ברצון הא-ל ע״ש (ועיין בלחם משנה בהל׳ יסודי התורה פ״ז ה״א). און ער דארף זיין א חכם מעיקרא אז די מיוטעישאן זאל אים ברענגען צו טיפע אינסייט ונבואה ‏בכור המבחן של שׂכלו, און נישט סתם (סקיזאפרעניק) העלוסינעישאנס אין די וועלט אריין.

*

ולגבי דעם אז נבואה איז מיוסד אויף וואס ס'איז שוין דא מעיקרא אינעם שׂכל פונעם מענטש און זיינע עקספּיריענסעס, איז מוצ"ש האב איך גענומען 35 מ"ג קאַנאַבּיס. זייענדיג אויף דעם האב איך אויסגעהערט די רימיקס פון סעבּאַסטיען בּאָהם אויף די באקאנטע "סוויִט דריִמס" ניגון פון די 80's "סוויִט דריִמס" פון יוּריטמיקס. איך האב געהאט געהערט די ניגון עטליכע מאל אלס קינד אזוי בעקיפין, וממילא האב איך מורא'דיג קאנעקטעד צום רימיקס בשעת'ן זיין "הויך" (בפרט ביי די חלק). כ'האב דאס אויפצומארגענס געלאזט הערן פאר מיין 15-יעריגער זוהן, וועלכער (אלס טינעידזשער) גלייכט DJ און בּיעטס וכדומה. ער האט אבער נישט געקענט פארשטיין פארוואס איך "vibe" אזוי מיט די ניגון, מ'האט שוין געהערט אזאנס. דאס איז פשוט וויבאלד איין מענטש האט נישט די עקספּיריענסעס פון א צווייטן, וככל הנ"ל.

***

די גמרא בב״ק עט: נוצט די אויסדרוק וואס יחזקאל הנביא דערמאנט (יחזקאל ח יב, שם ט ט) עזב ה׳ את הארץ, אין א בּיהעיוויארעל קאנטעקסט; אזוי ווי יחזקאל הנביא אליינס נוצט דאס. והיינו, ווי די גלויבונג איז פועל על התנהגות האדם להרע ע״ש. ואולי קען דאס זיין דאס וואס די רמב״ם איז זיך מתבטא במו״נ ח״ג פי״ז כנגד דעת אפיקורוס היווני בהשגחה אז עס איז די גלויבונג פון ״עזב ה׳ את הארץ״. והיינו, אז די פראבלעם מיט די דעה איז אז מ׳דארף דאס אפווארפן אלס אַן אמונה הכרחית, מכח דעם וואס ס׳קען פועל זיין על ההתנהגות; וואס דאס איז די קאנטעקסט וואו די אויסדרוק ווערט גענוצט.

ומענין לענין באותו ענין בקשר בין עניני משגל ועד נבואה אלוקית, טרעפט מען שוין דעם געדאנק פון שטארקע עניני משגל אפילו בנבואה ובנבואת יחזקאל. וכדברי דר. דוד זוקער און דר. משה רייס אויף די פרקים טז וכג בספר יחזקאל:
His words there straddle the divide between misogyny and outright pornography
ועיין כאן. וידוע המשנה במגילה פ״ד מ״י ושם בדף כה: וואו ר״א האט טאקע נישט געוואלט מ׳זאל דאס לערנען. ‏ולפי״ז אז די פראבלעם מיט׳ן לערנען די פרק איז ווייל עס איז (אויך) מרמז לביקורת אויף פון וואו אידן שטאמען, פארשטייט מען שוין פארוואס מאנכע האלטן אז ביקורת המקרא קען גאר ערגער ווי פּאָרנאָגראפיע.

***

לגבי ביקורת המקרא און ווי פרשנות טוישט זיך, שרייבט דר. מאַרק צבי בּרעטלער:
As both a scholar and as a Jew, however, I recognize that the Bible interpreted has been central to Jewish tradition, and that often what it means in a later period is not identical to what it once meant

To me, this is part of the beauty of the Bible within Judaism — the manner in which, through interpretation, it takes on ever-new meanings, remaining ever-relevant. But it is crucial for scholarship to recognize the difference, and frequently the distance, between means and meant — and, for those of us who are both scholars and committed Jews, between meant and what I wish it meant
***

ולגבי הרב דר. שמואל לעבּענס' געדאנק אז די וועלט וכל היקום איז בתוך די "שכל" פון "ג-ט", זאגט דר. לען גודמאן אז די געדאנק וואס דער רמב"ם ספראוועט זיך בהמו"נ, איבער התיחסו של אלוק הבלתי מוגבל להעולם המוגבל וכו', איז טאקע דומה צום מיינד-בּאַדי פראבלעם, אין וויאזוי די נפש הרוחני איז פועל און זיך מתייחס צום מח וגוף הגשמי.

ואגב, דר. פרענקאָ וואַזאַ און דר. אַלבּערטאָ פילעטי צייגן טאקע אויף ענליכקייטן אין וויאזוי די ניורעל נעטווארקס אין א מענטשליכע מח׳ס דענסיטי וכו׳, זענען ענליך צום נעטווארק און פארשפרייטונג פון שטערענס וחומר וכו׳ אין ספּעיס און די קאַסמאָס. ועיין כאן איבער דאס אז די דזשיאמעטריק מיִען פונעם גרעסטן מאס לענג וואס מ׳מעסט, דעם האָבּל לענג [אזוי גרויס ווי 14.4 ביליאן ליכט-יארן], און דעם קלענסטן מאס לענג וואס מ׳מעסט, דעם פּלאנק לענג, קומט דאס אויס צו דאס בערכ׳דיגע גרויסקייט פון א יוּקעריאָט צעל; די צעל וועלכע שטעלט צאם דאס לעבן פונעם מענטש ובע״ח.

לגבי דר. גד פרוידענטאלשאלה צי כהיום וואו די אַריסטאטעליען הנחות זענען אפגעפרעגט, צי די מורה האט נאך אלס א ווערט? זאגט דר. גודמאן:
The idea that divine causality is not just a matter of mechanical causation, that's eternal. The problem of evil is a problem we still grapple with, and what Maimonides has to say about it is still germane. The problem of the possibility of Revelation, how can we know God and how could God know us, these are perennial problems. And on problems like that we still profit from Maimonides - the method that he uses of taking the text seriously enough that you're you're not playing games with it and trying to make it mean whatever you want it to mean, but seeing levels of depth in the text - that's still going on
דר. גודמאן דינגט זיך בכלל מיט די הנחה פון דר. ליִאוׂ שטראַוּס און אנדערע אז דער רמב"ם האט מסתיר געווען זיינע אמת'ע דיעות. ער האלט אז דער רמב"ם האט גערעדט באהאלטן כדי צוריקצוהאלטן דער וואס יאגט זיך צי שנעל אריין אין די עניני אלהיות. ער דינגט זיך אויך מיט דעם אז דער רמב"ם האט נישט געהאלטן אז מ'קען זאגן "אמת ושקר" אויף מאראלישע פּראַפּאַזישאנס.

***

ולגבי דעם געדאנק פון ״האומר״ שאין וכו׳, זאגט דר. תמרה מאָרסעל-אייזענבערג לגבי ההתייחסות של הרבנים באותה תקופה של פולמוסו של היעב״ץ נגד ר׳ יהונתן אייבשיץ:
As some historians have shown, many of the sort of establishment rabbis were not at all keen on rooting out heretics if they weren't openly breaking Jewish law or openly associating with Christianity or Islam, depending on the kind of heresy we're talking about - they'd rather not create any issues
אין אנדערע ווערטער, מ׳קען באטראכטן אז אפען זאגן און האלטן ״שוואנצאנעס״ איז ערגער ווי זיין א באהאלטענער שבתאי בדעת גרידא.

***

בנושא האשכול, האב איך דא צוגעברענגט אז דר. האַוּערד איילבערג-שווארץ טענה'ט אז דאס וואס האט געשטופט יהדות צוביסלעך אָנצונעמען אי-הגשמת הא-ל איז דאס אז ג-ט איז באטראכט געווארן ווי א זכר. והגם דאס האט טאקע מחזק געווען דעם פּאַטריאָרכישען אויסשטעל פון דאס געזעלשאפט וואו זכרים זענען די עיקר, האט דאס אבער מאידך גיסא באדייט אז וויבאלד אין תנ"ך האט ג-ט/ער נישט קיין בת-זוג נקיבה, אזוי ווי די ארומיגע געטער פון כנען, זענען עם ישראל זיין בת-זוג, ווי ארויסגעברענגט במשלי הנביאים. דאס האט באדייט אז אדער זענען אפילו די זכרי ישראל אויך בבחינת נקיבות ותשש כוחם כנקיבות לגביו, אדער אז די עיקר פון עם ישראל זענען די נקיבות און זייער רילעישאנשיפּ צו ג-ט. דאס האט געברענגט א שוואכקייט אין די מעסקיוליניטי פון די זכרי עם ישראל און האט געהאט האָמאָעראטישע קאנאטעישאנס וואס איז געווען א פראבלעם אין די פּאטריארכישע געזעלשאפט וואו דאס איז געווען אסור און גאר אראפגעקוקט. דערפאר זעהט מען קיינמאל נישט וואו מ'דערמאנט ג-ט אלס זכר וגיבור וכו', וואו מ'זאל דערמאנען די אבר זכרות - די טענשאן וואס זיי האבן געהאט פון די גאנצע געדאנק. דאס האט צוביסלעך געשטופט סיי דאס אוועקגיין פון ג-ט אלס א גוף בכלל, און סיי דאס מער מאַרדזשינעלייזן פרויען אין זייער קולטור, ווי אויך דאס׳ן ממאס זיין במשגל און ציהען צו מער אסעטיסיזם.

ווי ער הייבט אָן זיין בוך:
Monotheism.jpg
עיין במו"נ ח"א פכ"ו ופמ"ו-מ"ז פארוואס ס'ווערט נישט דערמאנט ענין אכילה ושתיה ומישוש אצליו ית', ווייל דאס ווערט פארעכענט ווי א חסרון אף אצלינו ע"ש. וכן הוא בזה (אליביה). וידוע אז בקבלה קען מען יא טרעפן קלאנגן דערפון.

(ועיין כאן.)