קופערניקוס: מיין שווערע צייט אריבער, א דאנק קאווע שטיבל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4109 מאל

קופערניקוס: מיין שווערע צייט אריבער, א דאנק קאווע שטיבל

שליחה דורך קופערניקוס »

שלום עליכם טייערע אידן,
א לאנג צייט האבן מיר זיך נישט געזעהן, און יעצט בין איך זייער פרייליך צו זיין צוריק, לראות ולהראות.

די שטיק צייט בין איך נישט נעלם געווארן, איך האב געקוקט אבער נישט געזעהן געווארן. איך בין געשטאנען ווי א קילער ביי א רבישע טיש, אזוי געפיקט פון אונטן און נישט אריינגעשטעקט די נאז.
פארוואס בין איך נישט דא געווען געהעריג צום טיש?
קומט עס חלילה פון זלזול צום שטיבל?
חלילה, דאס איז די לעצטע זאך, קאווע איז ביי מיר גאר חשוב און טייער, ממש ווי די מדינה ביים רבין, אדער ווי כאציטאמאדיס ביי זר'ן.
נאר וואס?
די שאור שבעיסה? פוילקייט. חלילה! איך בין פלייסיג און פריש ווי א אלכסנדר בחור דעם ערשטן טאג פון זמן.

נאר וואס?
די פרנסה.
דאס ביטערן עסק פון ברויט אויף הויזן דאס הרגעט מיר. דער בורא עולם איז דאך זן ומפרנס מקרני ראמים עד ביצי כינים, און שטייטזעך אז קרני ראמים זענען די וואל סטריט מעצענאטן וואס שפילן די גרויסע מארקעט אדער די סאטמאר מוירטל מקווה יונגעלייט וואס פליפן הייזער און ווארפן זיך מיט עי-קעי'ס און רי-פינאנצירן וחוזר חלילה, בין איך פון די ביצי כינים והרי כידוע שנתקטנו הביצים און די כינים עסן חינם. האב איך אזוי א מלאכה בזויה וקטנה.

איך ארבעט נאר אפאר שעה א טאג און איך פארדין גענוג אויף צו לעבן אפאר שעה א טאג. די איבעריגע צייט בין איך א גברא קטילא וואס לעב פון די שיריים פון די לעקעך אין שול.
איי, לכאורה איך אליין האב דאך געשריבן אז איך בין א גרויסער גביר. אה, איר מיינט דאס וואס איך האב געשריבן די ברכה משולשת, דריי אפציעס וואס איך בין: א פעסטער גביר, א אנגעזעענער רב, א יפת תואר.
דאס איז געווען א שקר משולש, ריין שלשול וואס איך האב געשריבן לשם גאווה, א נאקטע פוסטע דל גאה. איי ווי קען מען זיין א בעל גאווה ווען די ביסטו בלויז א ניק, א קליין טיפת דיו, כבר גילה לנו משה געציל רז זה אז די עכטע מענטש איז דער פון קאווע שטיבל, און נישט דער קליינער חלק פון ציבור וואס שפאנט כעדר הרחלים בבתי כנסיות ובתי מדרשות וכינוסי כלל ישראל.

צוריק צום ענין, קיין עושר, רב, יפהפיה, בין איך נישט, נאר א פשוטער פארלירער (הנקרא לאזער, על שמו פון דעם טייערן ידיד וואס לעכצט פאר רויטע פאנטאפעלס)
פרנסה האב איך פון א נארישע מלאכה, אבער לאכט נישט פון מיר, מען דארף טון סיי וואס.
רבי'ס טוען זיך אויך אן די מאדנע בעקישעס פאר פרנסה און דיינים האבן רעגלמעסיגע פלצות אחזתנו'ס לשם פרנסה.

אלזא, מיין מקור חיונה איז פון ארבעטן אין א מצה בעקעריי.
און וואס מיינט איר טוה איך אין די מצה בעקעריי? איך טוה די אקאונטינג? ניין.
בוכהאלטעריי? ניין

אין מצה בעקעריי האט מען נישט אנערקענט מיינע קוואליפיקאציעס און מיין חובת האדם במצה בעקערו איז צו זיין דער עומד על יד השיבער.
וואס טייטשט?
אה, דער שיבער איז א הויכער פערזענליכקייט.
א שיבער איז א הויכער פערזענליכקייט? יא, פארשטייט זיך אז אין שיל איז ער פון די אונטערשטע זיץ, אבער אין בעקעריי איז ער ממש ווי אברהם יעקב פרידמאן אין ווייסן הויז, כמלך בגדוד.
מיין תפקיד איז אים צו ווישן די שווייס אויב חלילה אנטוויקלט זיך אזוינס.

שטיי איך א גאנצן טאג על פתחה של גיהנום, ביים אויווען, וטאטשנטיל שלופה בידו, און אויב אויפן מצח איש זונה זעהט זיך אגלי זיעה, איז מיין תפקיד אים אפצעווישן די מצח.
אויב מאכט זיך אז איך פארנאכלעסיג מיין חובת האדם בעולמו און א טראפל שווייס שלענגלט זיך אראפ (שלענגלט מלשון שלאנג) און איז מחמץ די מצה, איז אחת דתי, מען שארט מיר אריין דארטן ווי מען פלעגט שארן מוסרים בזמן שיד ישראל תקיפה, דארטן אין אויווען אריין ווי מען פלעגט אריינשארן די פארצייטישע נחום ראזנבערגס, אין צייטן ווען מען האט געקענט אנהענגען אויף דעיוויד רענטא אלע חטאות הקהל אן מורא האבן פון שמריה און זיין משיח שקר.
פארמאג איך אלזא א מלאכה בזויה, בין איך אלזא צעקלאפט?
אבער ניין!
איך האב מיין קליינעם טרייפענעם טעלעפאן, און איך האב קאווע שטיבל!

זיץ איך זיך אזוי נעבן די גיהנם, איין אויג אויפן שטערן, טראכטנדיג פיבערהאפטיג ווען די טראפעלע נאסקייט וועט זיך פארשוואנגערן צו א געצייטיגט טראפל, ביז דאן האב איך נאך צייט צו ליינען קאווע שטיבל.
ליין איך זיך אזוי קאווע שטיבל מיט א געשמאק, און איך קוק אויף מיין נוגש אזוי ווי נחבי בן וופסי אין מצרים און איך זאג גענוי ווי די אידן בכל דור אונטער טארקוועמאדא "מיין גוף קענסטו פארשקלאפן, אבער מיין נפש איז פריי!"
ליין איך זיך אזוי קאווע שטיבל און איך שפיר נישט קיין היץ. איך שפיר נישט אראפגעקלאפט, איך האב קאווע שטיבל.

יא, דא בין איך דער אונטערווישער פון שיבער, אבער אין שטיבל בין איך שוה בשוה מיט די חכמי עולם, איך קען זיך אזוי ארומלייקן נישט-מיר-נישט-דיר מיט יידל בכבודו ובעצמו, איך קען קוקן ווי א הין אין בני אדם אין גאונישע שמועסן פון לעיקוואד איבער רלב"ג מיט שעיקספיר... אפס, נע, שעקספיר איז מער ווי מנחם מענדל, די עכטע פאסיגע קאנדידאט פאר נגד רלב"ג איז מייניך דער שייגעץ וואס חכמי אמסטערדאם האבן פאר'יוסל וואלדמאן'ט, נו, ווי הייסט ער? אה, שפינאזא.

איך קוק אזוי אויפן קנעטער, ער האט רעלאטיוו א פיל מער אריסטאקראטישע דזשאב, אבער איך ווייס וועגן רעלאטיוויטי פון פשוט קאמפליצירט, עסקן בדברים און ונבנתה העיר.

איך קוק אויפן וועלגערער, ממש א פריץ לגבי מיר, אבער איך טראכט אזוי, קען ער זיך אישי'ען אזוי מיט יאנקל? קען ער אזוי סאשעלייזן מיט יאיר? נע!

איך קוק זיי אן און טראכט: ווייסט איר צו רב כהנא האט בלויז געהערט, אדער אויך געזעהן? נע, איך האב א פריטי גוד איידיע אבאוט איט!

און נאכמער: איך קוק אן די סטאדע און טראכט צו זיך "חמורים, איר ווייסט ניטאמאל אז לויט בנימין פרענקלין זענט איר ניטאמאל א חלק פון א עקאנאמיע און אין אפריקע וואלט איר געשטארבן ביי דרייסיג אן ציין!"
אין א נויטפאל, קען איך אייביג זיך פארטיפן אין א ווארעם שטיקל ברסלבער און וויסן אז איך בין חשוב!

צו ווייסט איר – קוק איך מיט אזא חא,חא,חא האבן זיך די רויבער צולאכט, ביטול – אויף די רעדלער, אז איך האב א שטיקל געדאנק "ווער עס פירט וויליאמסבורג"
אה, דאס איז קאווע שטיבל צו מיר! א לעבנס רעטער!

און אויב איז עס נישט גענוג, טראכט איך צו מיר, אזוי ווישנדיג דעם שיבער און שמעקנדיג זיין הייסע ריח ניחוח'דיגע בית השחי בטעם כאצימאטידית, איך קען נאך אויסוואקסן אין חזקיהו המלך וסייעתו'ס זייפנבלאז און זיין דארטן א גאנצער אליעזר עפשטיין אדער אלי קעניג!
על כל פנים, יעצט נאך די סעזאן פון די מצה, ווען דער שיבערס טאמאטע פנים ווערט צוריק עטוואס בלאסער, האב איך שוין נישט קיין פרנסה.

זומער וועל איך מערטשעם האבן א דזשאב, א העלפער פארן נאכט-וועכטער אין א קעמפ פאר ספעציעלע קינדער. (פארציילט זיי נישט, אבער פאר תשעה באב וועל איך כאפן נאך אפאר דאלאר ווען איך וועל פארן מיט א היטש צו אפאר קאנטריס ארום צו פארקויפן קינות'ער און (רויטע) סליפערס)
פאר תשרי וועל איך זיין דער אונטער שמש פאר איינער וואס קאנטראלירט א כפרה סייט, דהיינו, איך וועל האלטן די זאגער פאר די שלעגער און שענקען טישו פאפיר פאר די וועמען די כפרה האט צוריקדערלאנגט די עבירות איבערן קלייד (ווישן איז דאך מיין עקספערטיז)
און אזוי, ווינטער בין איך צוריק אין מצה בעקעריי, (שטייטזיך אויב דער עשל במרמה וועט נישט אפשפארן די בעקעריי נאכן טרעפן ווערים און תמונות תועבה אין די אנגערעגנטע מדבר זאמד פון יומא אריזאנא)

מלאכות בזויות?
אבער איך בין א חלק פון קאווע שטיבל!
און די דאנק קומט זיך פאר אייך, מיינע טייערע!

דער אשכול פארמאגט 44 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר