אנווייזונגען וויאזוי צו שרייבן א נייע נושא

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
גבאי שני
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל
קאנטאקט:

אנווייזונגען וויאזוי צו שרייבן א נייע נושא

שליחה דורך גבאי שני »

עס איז וויכטיג אוועקצושטעלן א סטאנדארט וויאזוי צו עפענען א נייע נושא. איך וועל דעריבער דא אנפאנגען מיט איין כלל, און מיט דער צייט וועלן אפשר צוקומען נאך כללים א רעזולטאט פון קאמען סענס פון די חשוב'ע חברים.

כלל נומער 1: דער פותח פון א נייער טעמע מוז שרייבן עטליכע שורות און ערקלערן פון וואס ער וויל רעדן, און זאל פאקטיש רעדן דערפון. בלויז א לינק איז אומאקצעפטירבאר. לכתחילה זאל דער פותח עפעס מחדש זיין, צולייגן א ידיעה וכדומה.
באניצער אוואטאר
באריסטא
מנהל
מנהל
הודעות: 716
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך באריסטא »

כלל נומער 2: א נייע טעמע דארף פלאצירט ווערן אין דעם ריכטיגן פארום.
כלל נומער 3: א נייע טעמע דארף זיין קלאר געשריבן. אן אשכול וואס עס איז נישט קלאר וואס דער פותח וויל דערמיט האט שאנסן אפגעשפארט צו ווערן.
גבאי שני
געוועזענער מנהל
געוועזענער מנהל
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך גבאי שני »

אזוי ווי לעצטענס האט זיך פארמערט דאס עפענען נייע אשכולות וואס קומען נישט נאך אונזערע פארשריפטן, לאמיר דא מאכן חזרה פון דעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער":


וויאזוי אן אשכול דארף געעפנט ווערן

א) דער פותח פון א נייעם אשכול מוז שרייבן עטליכע שורות און ערקלערן פון וואס ער וויל רעדן, און זאל פאקטיש רעדן דערפון. בלויז א לינק איז נישט גענוג. לכתחילה זאל דער פותח עפעס מחדש זיין, צולייגן א ידיעה וכדומה.

ב) קאפירן טעקסט פון אן אנדערן וועבסייט איז נישט ערלויבט, נאר אויב 1) מ'גיט אן דעם מקור, און 2) מ'לייגט אליין עפעס צו.

ג) א נייער אשכול דארף פלאצירט ווערן אין דעם ריכטיגן פארום.

ד) א נייער אשכול דארף זיין קלאר געשריבן. אן אשכול וואס עס איז נישט קלאר וואס דער פותח וויל דערמיט האט שאנסן אפגעשפארט צו ווערן.

סוף דבר: עפענען אן אשכול פארלאנגט כאטש עטליכע מינוט מחשבה. טראכט וואס איר גייט שרייבן, צי פעלט טאקע אויס נאך אן אשכול, אדער קען דאס אריינגיין ערגעץ אנדערש? סתם אריינפעיסטן אן ארטיקל פון ערגעץ אנדערש אן נעמען די מי צוצולייגן עטליכע ווערטער האט נישט קיין פשט. אויב לייגט מען גארנישט צו האט מען דאך געקענט לייגן בלויז א לינק צו דעם ארטיקל אין דעם "אינטערעסאנטע לינקס" אשכול. צום ביישפיל, אן אשכול וואס קוקט אויס אזוי וועט אפגעשפארט ווערן: "ראמני האט פארלוירן די וואלן, נאכ'ן זיין פארנומען מיט זיין קאמפיין פאר זעקס יאר. וואס מיינט איר וועט ער יעצט טון?"

איינער וואס וועט אנגיין מיט כסדר עפענען אומפאסיגע אשכולות וועט פארלירן די רעכטן צו עפענען אשכולות.
פארשפארט