וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

וויסנשאפט באשטעטיגט פראבלעם פון בגדי אדום

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

עס איז באקאנט די גמרא איבער דעם ענין פון גיין א רויטן קלייד: "רב אדא בר אהבה חזייה לההיא כותית דהות לבישא כרבלתא בשוקא, סבר דבת ישראל היא, קם קרעיה מינה; אגלאי מילתא דכותית היא, שיימוה בארבע מאה זוזי. אמר לה: מה שמך? אמרה ליה: מתון. אמר לה: מתון מתון ארבע מאה זוזי שויא." (ברכות כ.) אין קורצן, די גמרא דערציילט אז רב אדא בר אהבה האט געזען א פרוי גיין א רויט קליידל (לויט געוויסע מפרשים), האט ער מתוך קנאות עס אראפגעריסן פון איר, מיינענדיג אז זי איז א אידישע פרוי. ווען ער איז געוואויר געווארן אז זי איז א כותית האט ער איר מפייס געווען.
עכ"פ פון דער גמרא איז דער מקור ווי עס פירן זיך פילע ערליכע אידן נישט צו לאזן די נשים גיין מיט דעם רויטן קאליר, און עס ווערט אויך אזוי גע'פסק'נט דער רמ"א אין שו"ע (יו"ד סי' קע"ח) אז מען טאר גיין מיט קיין רויטע בגדים וויבאלד עס איז חוקת הגוי.
פילע פון אונז זענען טאקע אויפגעוואקסן מיט דעם אז מ'טאר נישט גיין מיט קיין רויטע בגדים, וויבאלד עס איז קעגן די גדרים פון צניעות.
א נייע שטודיע וואס איז די וואך פארעפנטליכט געווארן טוט באשטעטיגן דאס וואס מיר האבן שוין געוואוסט טויזנט יאר צוריק! אז מענער טראכט אומאיידעלע מחשבות נאכ'ן זען פרויען געקליידעט מיט רויטע בגדים.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר