איז פארהאן א מציאות פון כשר'ע עדות?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

איז פארהאן א מציאות פון כשר'ע עדות?

שליחה דורך משה געציל »

אין א שכניות'דיגער אשכול ווי עס ווערט אויסגעשמועסט חידות און היכי תמצות, האט זיך אנטוויקלט א שטיקל שמועס איבער עדים זוממים. דער שמועס האט מיר ערוועקט א שאלה וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט. לכתחלה האב איך עס אנגעפאנגען שרייבן אין יענע אשכול, אבער דערזענדיג זיך מיט א לענגערע פאר שורות האב איך מחליט געווען צו גרינדן א באזונדער אשכול דערוועגען, היות איך האב שוין אסאך גענישטערט און געזיכט און נישט געפונען קיין תירוץ דערויף, און עס האט א גענוג שטארקע חשיבות ביי מיר. ווער עס האט א שטיקל ישוב זאל אזוי גוט זיין און מיט טיילן מיטן ציבור.

דער דין ביי עדות איז דאך אז 'עדות שאי אפשר להזימה' איז נישט כשר לעדות. לאמיר זיך אריינלייגען אין א וועלט וואס עס דא בס"ה עלעף אידן. אברהם, יצחק, יעקב, ראובן, שמעון, לוי, יהודה, יששכר, זבולון, דן, נפתלי.

עמיר אפגעבען דאס כבוד פאר די ערשטע דריי און זיי שטעלן פאר די דיינא דעלמא. עס איז זונטאג צופרי ראובן און שמעון קומען אריינצולויפן מיט איין אטעם צום בית דין אינגאנצען דערשראקן און בלאס, נאך א צוויי מינוט נעמען זיי זיך שטאמלען אז דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, נעכטען נאכט האט לוי דער'הארג'ט יהודה'ן אינעם זיבעטען קווארטאל אינעם דריטן געביידע! לאחר חקירות ודרישות שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען באגלייבט און כשר לעדות.

ווי נאר זיי ענדיגען מיט זייער עדות'שאפט און בי"ד איז גומר דעם דין אז מען ברויך הרג'נן לוי, קומען יששכר און זבולון צו לויפן מיט יאמערליכע קולות; "ווי קענט פאבראצירען אזעלכע הוילע שקרים?! איר זענט דאך מיט אונז געווען צוזאמען פון שלש סעודות ביז היינט אינדערפרי ווי מיר האבן צוזאמען פאברענגט און געשטופט די צייט! וויאזוי קענט איר באגיין אזא פאברעך און הרג'נן לוי על לא עון בכפו?!"

די דיינים זענען געווארן אינגאנצען פארלוירען דא וואס טוט מען? מען איז דורש וחוקר און עס שטעלט זיך ארויס אז די יששכר און זבולון ווייסן וואס זיי רעדן און אז ראובן און שמעון זענען צוויי באנדיטן! ס'טיישט איר האט געוואלט הרג'נן לוי אומזינסט? שוין ארויף אויף זיין בענקעל! (איין דיין האט געהאט א טענה אז פארוואס עפעס גלייבט מען ענדערשט יששכר און זבולון, עס איז דאך צוויי אנטקעגען צוויי, דאס איז א באזונדער געשיכטע פארזיך, עמיר עס איבערלאזן פאר א צווייט מאל).

איר מיינט אז דא איז עס אוודאי פארטי., איר וועט נישט גלייבן, אבער בשעת'ן ארויס טראגן ראובן און שמעון צו זייער ענדגילטיגער דעסטענאציע, האבן זיך דן און נפתלי אנגערוקט מיט קולי קולות! "א מין פאברעך מען גייט טייטן צוויי פערזאנן על לא עון בכפם? ווי איז אזאנס דערהערט געווארן?! די יששכר און זבולון האבן בלויז געשליפענע צינגלעך און זיי קענען גוט פאנטאזירן א מעשה מיט אלע דעטאלן! עס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס! די צוויי זענען בכלל נישט דא געווען די לעצטע פאר וואכן! מיר זענען צוזאמען געווען אין האנקאס דאנקאס פאר ביזנעס אנגעלעגענהייטן!"

בי"ד איז שוין אינגאנצען צוטראגען דא, וואס האט פאסירט אין די ווירקליכקייט? מען נעמט די צוויי אין א פארמאכטע צימער מען שטעלט זיי פאר א ליסטע שאלות מיט חקירות און יא זיי זענען חברה די צוויי! א יעדע דעטאל זייער האט געשטימט איינער מיט'ן צווייטנ'ס הגם מען האט זיי באזונדער אויסגעפארשט!
נא, אויב אזוי דארף מען דאך נעמען די צוויי באנדיטן און טוהן מיט זיי וואס זיי האבן געוואלט טוהן מיט ראובן און שמעון!

אינמיטען גיבט זיך דער ראב"ד ר' יאנקל א קראץ די בארד און ריפט אויס אז גד מיט אשר זענען פסול לעדות! וואס איז? עס איז דאך נישט דא נאך מענטשן אויפן וועלט וואס קענען בכלל מזים זיין די עדות! און דער דין לויטעט דאך אז 'עדות שאי אתה יכול להזימה' איז קיין עדות נישט!
ר' יצחק א למדן מופלג, נעמט ארויס דעם ברייטן פינגער און מיט אפאר קוועטשעס טענה'ט ער "אויב דן און נפתלי זענען פסול קומט דאך אויס אז יששכר און זבולון זענען אויך פסול לעדות ווייל זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי מזים זיין!"
ר' אברעמעל דו עלטסטע פון די דריי, נישט קיין איבריגער חכם הגם א היבשער מתמיד, אבער נאך צוויי מאל כאפט ער וואס גייט פאר, גיבט א שפרינג אויף אויב אזוי זענען ראובן און שמעון אויך פסול געווען לעדות!

ב"ה כלל ישראל שטייט היינט אין צאל פיל פיל גרעסער, אבער סוכ"ס האט דאך עס א מספר, לאמיר אפילו זאגן אז עס איז דא צען מיליאן אידן וואס זענען כשר לעדות, אבער סוכ"ס האט דאך עס א גבול, איז אויב אזוי וויאזוי איז בכלל דא א מציאות פון עדים וואס זענען כשר'ע עדות 'שאי אתה יכול להזימם'?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר