איך בין דזשעלעס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

איך בין דזשעלעס

שליחה דורך זר זהב »

איך בין דזשעלעס ווען איך זעה אן אמת'ע ערליכער איד וואס זעהט טאקע אויס פארקוועטשט אבער לעבט מיט'ן אייבירשטען (לייען: רז"ל פילאפף) דוגמא

איך בין דזשעלעס ווען איך זעה אן אמת'ע ערליכע איד וואס איז איין שטיק מיט'ן באשעפער און מיט די מענטשהייט (לייען: רי"ח גרינוואלד) דוגמא

איך בין דזשעלעס ווען איך זעה אן אמת'ע ערליכע איד וואס האט ליעב דעם אייבירשטן מיט א יעדן איד צוגלייך (לייען: ר'? וויזנער פון די דריי גודס) דוגמא

איך בין דזשעלעס ווען איך זעה אן אמת'ע ערליכע איד וואס ווייסט נישט פון גארנישט נאר זיין הייליג וועלטעל (לייען: אסאך וואוילע אידן, אי אפשר לפורטם)

איך בין דזשלעס און דזשעלעס און מקנא יעדן איינעם. נאך אלעמען וואס האב איך? גארנישט!
געלט? ניין!
פרנסה? ניין!
ככוד? דארף איך נישט!
געזונט? זאג דו אליינס...

פארוואס ווער איך אזוי דזשעלעס ווען איך זעה אן ערליכע איד? וועסטע מיר זאגן: מאך אים נאך, זיי אויך אזוי. עלעך דיר זאגן אז איך קען נישט! קען איך דען? ניין. ס'זייער שווער צו זיין א תמים און ס'זייער שווער פאר מיר זיך אוועקצורייסן פון עוה"ז.
קען איך מיר דען אריינזעצען יעצט אין שול און לערנען א גאנצן טאג? ווער וועט מיר אויסהאלטן? איך בין דאך נישט קיין איידעם ביי אן עושר אדער א זון פון א שיפע טאש. מוז איך זיך דרייען אין די גאסן זיכן ברויט, קען איך אבער נישט האלטן מיינע אויגן אראפ אזוי ווי רי"ח גר"וו קען.

איך וויל זיין ערליך, איך קען נישט
איך וויל די תורה זאל מיר אזוי פרייליך מאכן אזוי ווי ס'מאכט פרייליך הרב טויב מגי"ש אין סאטמאר.
איך וויל לעבן מיט'ן אייבערשטן, ווייל נאר יענע זענען באמת העפי.
איך בין אפילו גרייט צו ווערן א פארקוועטשטער
איך בין דזשעלעס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר