נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

שליחה דורך קאנצעפט »

איך בין געווארן אויפגעצויגן אין א חסיד'ישע פרומע שטוב, כ'בין אלץ געווען א וואויל אינגל, געפאלגט וואס מ'האט מיר געהייסן, געגלייבט וואס מ'האט מיר געלערנט, און דאס איבערגעגעבן פאר מיינע קינדער.
לעצטנס האט מיר מיין חבר אנגעוויזן די סייט קאווע שטיבל, און ס'האט זיך מיר אנגעהויבן צו דרייען גאר נייע מחשבות אין קאפ... ווי למשל:
די רבנים זענען גארבעטדש
ווער זאגט מ'דארף אפשערן האר
ווער זאגט מ'דארף גיין מיט סיעמס
ווער זאגט פרויען טארן נישט גיין מיט הויזן
ווער זאגט פרויען טארן נישט דרייוון?
ווער זאגט מ'טאר נישט שניידן די בארד
א פרוי בלאגער מיטן נאמען אשת חיל, אדער שפיצל לעדי...
א הויכגעשעצטער פראפעסאר "מארק שפירא"
אסאך חרדים לעבן א דאפלט לעבן
אלע מופתים פון צדיקים זענען שטותים והבלים...
מ'דערדרוקט די פרויען און זייער פעמיניזם (כ'קען נישט ברענגען די מקור יעצט)
נישטא אזא זאך ווי טריפה'נע ניגונים
ס'איז געווען אידישע פרויען אינדערהיים וואס זענען געגאנגען רח"ל ערומים
צינדן ליכט לעילו נשמה איז רח"ל א קריסטליכע זאך.
בלומבערג ראטעוועט אידישע קינדער מיטן מלחמה האלטן קעגן מציצה בפה...
אלע אנגענומענע סגולות ביי כלל ישראל איז באבקעס...
מענטשן זענען ביטער גערעגט אויפ'ן סאטמאר רב...
רעליגיע האט גארנישט מיט מאראל
געוויסע איסורים זענען שוין נישט אקטועל, מילא שוין נישט קיין איסור

נישט איבעראל איז די לינק ממש פון וואו ס'איז מיר אריין אין קאפ, כ'דענק נישט פונקטליך וואו אנצואווייזן אלע מראה מקומות... באט יו געט די פוינט.

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר