אזוי ווי עס אידישט זיך אזוי גויאישט זיך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 321 מאל

אזוי ווי עס אידישט זיך אזוי גויאישט זיך

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

עס איז פארהאן פארשידענע מעשיות און משלים וואס עס איז דא ביי אידן, און עס איז דא די זעלבע זאך ביי גוים.

איך גיי דא ברענגען צוויי ביישפילן, ביי ביידע פון די ביישפילן איז די אידישע עלטער ווי די גויאישע ווערסיע.

ווער עס האט צוצולייגן נאך איז מכובד.

ביישפיל איינס:
אידישע ווערסיע
געשריבן דורך הדד בן בדד דא
הדד בן בדד האט געשריבן:מעשה שהיה כך היה.

הרה"ק ר' משה'לע זווהיל'ער, א זוהן פון הרה"ק ר' מיכל'ע זלאטשוב'ער, האט אין זיינע אינגערע יארן נישט געוואלט ווערן א רבי, ער האט בעסער געוואלט בלייבן א שטילער עובד ה' אן דארפן טראגן די עול פון א עדה קדושה פון אידן. האט ר' משה'לע זיך געעפנט א געשעפט און האט עוסק געווען במשא ומתן באמונה. ער איז אליינס געשטאנען אין געשעפט און ערליך סערווירט זיינע קונים, און געדינט דעם אויבערשטן בקדושה ובטהרה, באהאלטן פון די אויגן פון מענטשן.

אבער פון איין מענטש האט ער זיך נישט געקענט אויסבאהאלטן. נישט אז יענער האט משיג געווען עומק גדולתו, אבער זיין עבודה האט יענער פארט געזעהן. און דאס איז געווען זיין שכן וועלכער האט געוואוינט טיר ביי טיר מיט אים. דער שכן איז נישט געווען אבי ווער, ער איז געווען א איד א למדן, וועלכער איז געזעצן טאג און נאכט און עוסק געווען בלימוד התורה ובעבודת ה'.

און אט דער שכן האט געהערט ווי דער ר' משה'לע מאכט קידוש יעדן פרייטאג צו נאכטס מיט אזא התלהבות, מיט אזא אש קודש, מיט אזא פייערדיגן ברען, אז ער האט דאס פשוט נישט אויסגעהלאטן. ווי קומט דאס אז אזא פשוט'ער געשעפטס מאן זאל מאכן אזא ברענענדיגן קידוש, בעת איך קען אזאנס נישט באווייזן, אפילו נישט נאנט צו דעם?

יעדן שבת האט דער תלמיד חכם פרובירט צו מאכן קידוש מיט התלהבות, אבער ווען דער ר' משה'לע - וועלכער האט גארנישט געוואוסט וואס ביים שכן אין הארץ טוט זיך אפ - האט זיך געשטעלט מאכן קידוש אויף זיין געווענליכן שטייגער, איז ער אלעמאל איבערגעשטיגן דעם גרויסן תלמיד חכם פי כמה. און דער ת"ח האט עס נישט געקענט אראפשלינגען.

איין מאל האט דער ת"ח מחליט געווען אז ער גייט אריינלייגן גאר א גרויסע עבודה א גאנצע וואך און אזוי וועט ער קענען מאכן קידוש מיט מער ברען ווי ר' משה'לע. געזאגט און געטוהן, שוין זונטאג צופרי איז ער אויפגעשטאנען פרי פארטאגס און געגאנגען אין מקוה, מיט גאר גרויסע כוונות, געלערנט מיט חשק און התמדה, און געדאווענט מיט א ברען און התלהבות, ווייניג געגעסן א גאנצן טאג און זיך מייגע געווען אין די תורה הק' פון צופרי ביז ביינאכט, וכמעשה בזונטאג כך מעשהו במאנטאג, ובדינסטאג און אזוי א גאנצע וואך, א מורא'דיגע עבודה אריינגעלייגט, אלעס צו זיין גרייט אויף דעם גרויסן קומענדיגן שבת, ווען ער וועט מאכן קידוש מיט אזא התלהבות, אז אלעס וועט זיך האבן געלוינט.

פרייטאג מיטאג צייט איז דער ת"ח געגאנגען אין מקוה זיך מקדש ומטהר זיין לכבוד שבת קודש, און אויפן וועג צוריק פון מקוה איז ער אריבער דעם געשעפט פון ר' משה'לען. און אט וואס זעהט ער? א גוי'אישע פארפאלק, א גוי מיט א גויטע גייען אריין אין געשעפט צו ר' משה'לען. די גויעטע איז געווען אנגעטוהן... ווי א גויעטע פארשטייצעך, און ער קוקט נאך אריין פון דרויסן און זעהט ווי ר' משה'לע באדינט אזוי שיין די גוי'אישע פארפאלק, און זיין הארץ ווערט פול מיט פרייד. היינט נאכט בין איך שוין פארזיכערט. נאכן סערווירן אזוי א גוי מיט א גויטע ערב שבת, און איך האב דאך אריינגעלייגט אזא עבודה די וואך, היינט וועל איך שוין מאכן קידוש פיל בעסער פון אים.

ער גייט אהיים פריילאך און צופרידן און זאגט שיר השירים מיט א ברען, גרייט אן די לעכט און גייט אין שוהל אריין. נאכן דאווענען קומט ער אהיים, מאכט זיינע הכנות און שטעלט זיך קידוש מאכן, טאקע מיט א ברען און התלהבות ווי עס פאסט זיך נאך אזא עבודה פון א גאנצע וואך.

אבער... מה מאוד גדלה אכזבתו, ווי דיסעפוינטעד איז ער נעבעך געווארן ווען ר' משה'לע האט זיך אביסל שפעטער צוריק געקערט פון שוהל און זיך געשטעלט מאכן קידוש, מיט אזא אש קודש, אז ער איז איבערגעשטיגן דעם ת"ח עשר מעלות, דער איד האט נישט געוואוסט ווי זיך אהין צו טוהן, וואס גייט דא פאר, איך האב דאך אליינס געזעהן היינט נאכמיטאג ווי דער ר' משה'לע האט פארברענגט דעם טאג, און איך ווייס דאך וויאזוי איך האב פארברענגט, נישט נאר דעם היינטיגן טאג נאר דעם גאנצן וואך. נו וואס גייט דא פאר? באמת?

אין זיין גרויסן פארלעגנהייט האט ער מחליט געווען אז ער קען דאס מער נישט אויסהאלטן, ער גייט אריבער צו ר' משה'לען און ער גייט אים אליינס פרעגן. ער גייט אים אראפלייגן דעם גאנצן דילעמא זיינעם און ער וועט ער פון אים אליינס הערן וויאזוי ער איז דאס מפרש.

ר' משה'לע קוקט אן דעם איד מיט זיינע ליכטיגע אויגן און רעדט נישט קיין סאך. ער זאגט דעם איד איין קורצען זאץ, און דאס פארענטפערט שוין אלעס: "ווען איך האב באדינט די גוי מיט די גויעטע, איז מיין קאפ געלעגן ביים קידוש, אבער ווען דו האסט געמאכט קידוש איז דיין קאפ געלעגן ביי די גוי מיט די גויעטע..."

שרעקליכע ברענעדיגע ווערטער.


גויאישע ווערסיע
געשריבן דורך משולם שטיינפעלד דא
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:עס איז געווען אמאל צוויי מאנקס, זיי זענען געגאנגען שפאצירן, און אינמיטן האבן זיי געזעהן א פרוי זיך דערטרונקען אין טייך. איין מאנק האט געזאגט, איך שפרינג אריין אין איך ראטעווע איר, און דער צווייטער האט געזאגט, ניין!!! מען טאר נישט, מען טאר נישט צורירן א פרוי, זאל זיין וואס זאל זיין.

דער ערשטער, האט געטון ווי זיין געוויסן האט געהייסן, אריינגעשפרונגען אין טייך, אנגעכאפט די פרוי, און איר געראטעוועט און צוגעטראגן צום יבשה.

ארויסקומענדיג, זאגט דער צווייטער מאנק פאר אים, דו ביסט שוין א פארפאלענער, דו האסט שוין געזינדיגט, קענסט שוין אויפגעבן דיין גאנצע רעליגיע. אין תרופה למכתך. דער ערשטער וואס האט געראטעוועט דער פרוי, האט אים געזאגט, ווייסטו וואס, גיימיר פארלייגן די שאלה פאר אונזער רעליגיעזען רבי.

נאך א ווייטע וועג צו גיין, אן ערך פון זעקס שעה, זענען זיי אנגעקומען צו זייער מאנאסטיר, און זיי האבן פארגעלייגט די שאלה פאר זייער גלח, ושאלתם בפיהם, וואס איז די ריכטיגע וועג צו טון.

פרעגט ער דעם ערשטן מאנק, ווילאנג האט גענומען פון ווען דו האסט אנגעכאפט די פרוי, ביז דו האסט איר צוגעטראגן צום טרוקעניש ?

צוויי מינוט.

און ווילאנג האט גענומען פון ווען די מעשה איז געשעהן ביז עטס זענטס אנגעקומען צוריק אין מאנאסטיר ? פרעגט ער דעם צווייטן.

זעקס שעה.

רופט ער זיך אן, דער ערשטער האט געטראגן דעם פרוי אין די האנט פאר צוויי מינוט. און דער צווייטער האט געטראגן דעם פרוי אין קאפ און אין הארץ פאר זעקס שטונדן......


דער מכוון פון ביידע מעשיות איז די זעלבע.

---

ביישפיל צוויי

אידישע ווערסיע
די מעשה וואס עס שטייט אין חז"ל מיט חוני המעגל וואס האט זיך געלייגט שלאפן פאר זיבעציג יאר.

גויאישע ווערסיע
להבדיל אלף אלפי הבדלות די מעשה מיט ריפ ווען ווינקל

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר