יחי המלך!! קעניג בלומבערג!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

יחי המלך!! קעניג בלומבערג!

שליחה דורך ראשעקאל »

מיינסט איך וויל זאגן "יחי המלך"?? אוודאי וויל איך נישט. מיינסט איך האב ליב דעם שלעכטן קעניג וואס האט זיך אויף אינז ארויף געזעצט מיט אזא רשעות?? זיכער נישט!! נאר א ברירה האבעך. אז איך וועל נישט שרייען מיט יעדעם וועט ער נאך שרייען אז איך בין א מורד במלכות, און ער וועט מיר אויפהענגען אויף א תליה אינמיטן סענטראל פארק ווי אלע מערעטאן לויפער'ס וועלן זעהן מיין טויטן גוף זיך שאקעלען אין די ווינטען, און יעדער וועט וויסן אז ככה יעשה לאיש וואס האט מורד געוועהן אין די מלוכה פון אונזער טייערען הויכגעשעצטען קעניג החסיד (אזוי פלעגן זיי שרייבן אויף פראנץ יאזעף, ניין?) מייקעל בלומבערג ירום הודו לנצח נצחים.

דער מייקעל בלומבערג פונקט ווי אלע דיקטאטאר'ס האט לעצטענס באקימען אזא שרעקליכע רייץ צו קאנטראלירן אינזער לעבן, און רודף'ט אינז עד חרמה. וואלסטו געוואלט מיינען אז עס איז געוועהן א טריקענע צייט, זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, די ערד איז געוועהן געלעכערט אזוי ווי א זיפ, ווייל עס איז געקימען די שרעקליכע האריקען סענדי און האט צולעכערט און צושטויסן א האלבע מדינה, און דער קעניג אינזערע איז געזעצן אין זיין באקוועמע פאלאץ און נאר געקימערט מיט זיין געלט און כבוד, און זיין פארטיי.

א מין חוצפה פון דעם קעניג ביליאנער וואס פארשטייט נישט אז הונדרעט דאלאר פאר א פשוטע מענטש איז פינקט ווי פיפציג טויזענט דאלאר פאר אים. און ער פארשטייט נישט וואס דאס מיינט צו זיין אן לעקטער פאר עטליכע טעג אין א צי. נאר אפאר טעג צוריק האט ער געוויזן זיין פארשטינקענע גאווה אין די עטלענטיק מעגעזין ווי ער האט מיט אזא חוצפה גערעדט ווי ער קעירט נישט וואס מענטשן זאגן, און אז ער פארשטייט בעסער וואס איז גיט פאר מענטשן. (דאס איז חוץ די עקעלהאפטיגע ווערטער אויף חרידישע אידן , ואכמ"ל).

אה, הייסט דער קעניג "פארשטייט" אז ס'איז בעסער צו געבן לעקטער פאר די מענטשן פון כל מיני מדינות וואס גייען לויפן ווי משוגעים און א שטאט ווי א האלבע מיליאן מענטשן האבן נישט קיין לעקטער און הייצונג??!! ער "פארשטייט" אז ווען סיגעיט אין לאנג איילענד זעהט אויס ווי נאך א נוקלער אטאקע און גנבים פלינדערען מענטשען'ס האב און גוטס, דארף ער צושטעלען פאליס צו קאנטראלען עקסערסייז שוואוילטאג חברה!!

רבותי מ'דארף שטורעמען קעגן דעם חי אין די געשטאלט פון א מענטש. מ'דארף אים לערנען בלק. א מין חוצפה! א מין גאווה! א מין קדחת!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ראשעקאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר