G and G איבערלעבענישן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3087
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

G and G איבערלעבענישן

שליחה דורך מאטי »

שוין וואכן וואס דער קליינער צוקונפטיגער בחורל כאפט זיך אויף אינמיטן די נאכט נאך א חלום אז ער שטייט ביי גי ענד גי אין האלט אינמיטן אנטרייען א נייע סוט א פארגעניגן צוגיסט זיך אים אין אלע גלידער פאנטאזירענדיג וואו ער שטייט ביים שפיגעלע אין באטראכט זיך מיט בחורישע אויגן גלעזער יא איך קוק אויס ווי עכטער בחור.

גייט דורך נאך א טאג און נאך א טאג, ענדליך! קומט אן דער לאנג ערווארטעדער טאג ווי טאטא מאמע אין דער חתן שטורמען אריין מיט זיכערע טריט צום גן עדן התחתון הנקרא גי ענד גי

ווי נאר דער בחורל עפנט דעם טיר (ער איז געלאפן פאראויס)און טרעט אריין אינעם אויר המקום הנקרא גי ענד גי לויט ווי זיין פאנטאזיע וואס לאט אים שוין נישט שלאפן 6 וואכן די זיסע חלומות וואס אט אט צוגיסט זיך אריין אין ריאליטי נעבעך ארימער בחורל דו ווייסט וואס דיר ווארט אפ?ער פאנגט אן כאפן פליקעס און זעצעס פון אלע זייטן, דער קאנטראסט פון פאנטאסי אין ריאליטי איז גרעסער ווי זיין קליינער מח׳ל קען קאמפריהענטירן א קאנטראסט וואס ער האט נאכנישט בייגעוואוינט ביז היינט.

יעדער מח פיקטשערד זיך אויס פון פאראויס זאכן וואס מהאט נאכנישט באגעגנט פריער, מליינט א נאוועל , דער אטא דע פו אין שפאניע, מלכיאל מיט די ים רויבער, ר לייב שרהס שמייסט דעם קעניג אין פאלאץ, שלשה אחים אפילו קאווע שטיבעל ניקים איז אפען פאר פאנטיסי.

איך למשל קוק אן בערל בעל עגלה ווי א מיטעל יעריגער מיט א נישט קשהדיגער בייכל אנזעהבארן קנאבל בארד הויזן טרעגער א פלאכער הוט מיט א דריי פערטל רעקל פיאות אינטערן אויער אינדערוואכן שבת געקרייזלט ביז און אויג אריין.

יידל א הויכער שלאנקער געביין שטאפן היט קורצע רעקל גראדע פיאות נישט צו לאנג גלעזער בעלבאטיש אבער נישט ממש דער לעצטער סטייל קליינער בערדל,
כ האב נאך אנדערע ואכמל אפשר אין א בזונדער אשכול.

ביי קינדער איז דא למשל וויאזוי די קאנטרי קוקט אויס א מומע פון אויסלאנד עכ״פ לאמיר נישט פארקריכן דא די פוינט איז אז דער קאנטראסט איז באגרייפבאר מגעוויינט זיך צום ריאליסטישן טויש אנע עמוציאנאלע נאכווייען.

אבער דא ביי אונזער פושט צורה ולובש צורה איז דער קלאפ א טיפער דער קאנטרעסט צו ווייט אפגערוקט סזאל זיך לאזן דורך גיין סובקאנטשעסלי.

ער האט זיך פארגעשטעלט א קבלת פנים פון די אנגעשטעלטע א ברוך הבא סיין מיט בלינקינג לייטס מוועט זיך אינטערעסירן ווער ביסטו ווען איז דער מזלדיגער טאג קענסט שוין דער פשעטיל? דער גאנצער סטאר וועט זיך אפשטעלן יעדער וועט קוקן.

אבער וואס ווי ווייסעך ווען!!! לויפן ארום א באנטש אוף ארבייטער, אנגעבלאזענע געלע ציצית יודען מיט לאנגע בערד, און טוען אלעס און גארנישט אויף איין מאהל. זיי סערווירן יעדן און קיינעם אין די זעלבע צייט... שטייט א איד אין די מיטל יארן וואס זיין איינציגסטער חטא ס"ה איז! ער וויל קויפן א סוט..... ער כאפט קוראזש און דעריאגט א לויפענדער ארבייטער, אנטשולדיגט ווי געפונט זיך מיין סייז? יענער געט זיך א דריי אויס מיט א בייזן בליק כאילו ער וואלט אים געפרעגט וואס זיין פעיראלל איז יעדע וואך, און גיט א מורמל ארויס פון צווישן זיינע געלע ציין: דארט בייי די נייע זאכן לעבן די cpfg6201-2012 סוטס..... וואס וואס, איך פארשטיי נישט וואו?? אבער דער איז שוין נישטא, מיטן טעיפ מעזשאר אויפן איקסל איז ער געגאנגען סערווירן אן אנדערן ??? ווער איז דער גליקליכער?? יעדער דרייט דעם קאפ צו קוקן.

דער בר מצוה יונגעל קוקט זיך צו דעם הלך ילך, ער בליקט צום טאטן ווי צו זאגן הזאת נעמי? פארדעם בין איך דא געקומען? איך זאל מיך שפירן ווי דער חדש ששוני צווישען די מוצאי שבת זמירות, ווי א זב וואס מהאט אים אקארשט געזאגט עמוד ונעשה מלאכתנו? ווי איז דער יושר, גנב'עט זיך אראפ א טרערל, דער טאטע שטייט מאכטלאז, די מאמע זאגט לאמיך פרובירן, איר קענט זיך פארשטעלן דער סוף....

וויל איך דא פרעגן טייערע חבירים איר זענט שוין זיכער דורך אזא באהאנדלונג, פארוואס אביוזן זיי אזוי אונז די קוסטומערס איך רעדט שוין נישט פון שטעלן א מענטש ביים טיר און אויפנעמען אן אריינקומער מיט א גוטן אווענט וואס זוכט איר, אים ציווייזן ווער עס גייט אים באדינען, ביים ארויסגיין פרעגן צו ער האט געטראפן וואס ער דארף, באגריסן הצלחה זייטס געזונט קומט נאכאמאהל, דאס קען אריין גיין אין אשכול פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע.

אבער אבנערמאל האט דאך אויך א שיעור, פארוואס זאל איך נישט קענען פרעגן די פשוטע שאלה וויפיל קאסט דער סוט? אזוי שווער איז דאס? מדארף רופן דעם מענעזער ווייל 100% whole פון g6 2012 קאסט אדער 179 אדער 199 ער איז נישט זעכער........ שוטה בהמה וואס דו ביסט פארוואס לייגסטו נישט א טעג מיט א פרייז ? פארוואס האט יעדער סוט אן אנדערן עקסעל פארמולא וויאזוי אויסצורעכענען זיין פרייז פארוואס שטייט נישט אין גרויסע ווערטער אויף די rod י 99 159 199 259 ? האסט געהאט געלט אריין צו לייגן מעהאגענו פורנוטער אבער א פשוטע טעעג וואס קאסט 50 סענט איז דיר בכלל נישט בייגעפאלן צו קויפן ? וויפיל מאהל א טאג דארפן די ארבעטערס ענפערן אויף די זעלבע פשוטע קשיות נאכאמאהל און נאכאמאהל במשך טאג? אודאי זענען זיי נערוועז .

פארוואס איז דער סיסטעם אז כל דאלים גבר דער וואס שטופט זיך די שטערקסטע באקומט קודם, סאיז געפאקט? געב נומבערס מיט א סיסטעם יעדער רעסטוראונט האט דאס כמעט, פארוואס זאל א שעמעוודיגער אדער א פרוי דארפן פארברענגען 2 שעה ביז מ'טוט א גאנצע טובה מיט 20 הפסקות פון אנדערע וואס זענען נארוואס אריין געקומען.

איז דער פאקט אז דער ציבור מוז צו זיי אנקומען א היתר צו פארגיסען יענעמס בלוט?

שוין, מיין הארץ זענען זיי זיכער נישט ווערד, כ'האב נאר אפגעשריבן מיינע ברויזענדע געפילן וואס כ 'האב נישט לאנג בייגעוואוינט ......
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר