דער ''אפריל פולס דעי!!'' אין קאווע שטיבל...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

דער ''אפריל פולס דעי!!'' אין קאווע שטיבל...

שליחה דורך זר זהב »

מיר האלטן שוין ערב אפריל דעם ערשטן, אין געוויסע הויפן פירט מען זיך צו מאכן וויצן און טרייבן שפאס. אזוי ווי אפריל דער ערשטן געפאלט אינעם זיבעטן פון פסח ווען רוב רובו קאווע ליינער סעלעבריטירן די ניסים ונפלאות שראתה שפחה על הים (אז א גויטע האט עס מיטגעהאלטן איז דאך עס גענוג קיהל פאר מיר אויבער חכם אויך, ניין? --כ'פארפאר שוין דא, סארי) האב איך אנגעפרעגט מיין דיין, און א פסק איז ארויס אז אין אזא פאל קען מען מקדים זיין ערב יו"ט.

אין א בחינה פון באותו מקום באותו "זמן" האט מען עס די יאר מקיים געווען טאקע טאקע טאק'ן מיט א זאפטיגן ארטיקל איבער אפריל פולס דעי אזוי אז דער עולם זאל כאטש האבן אן איידיע וואס פארא וויץ מ'פולט (pull) דא ארויף אויף זייערער אייגעלעך... מקורה מה היא?

אזוי שטילערהייט האט זיך עס אדורכגעגליטשט, נישט יעדער האט געליינט, מאנכע האבן נישט געוויסט צי אפשר דארפן זיי נייע ברילן, געוויסע האבן גאר קאלט געמאכט ס'גאנצ'ן ענין... אבער כ'בין זיכער אז דאס רוב האבן עס אנגענומען ווי וואוילע שעפעלעך. :דאבללייק:
~~~~~
אזא לאנגן - נישט ווי זיין שטייגערישן מהלך - ארטיקל ארויפגעלייגט (נישט געשריבן :twisted: ) דורכ'ן באליבטן לעמיל האט געמאכט זיין וועג אריין אינעם היסטארישן פארום, אזוי אפצייכענענדיג דאס ערשטע אפריל פולס וויץ אינעם שטיבל....... :P

יעדער ניק האט זיך זיין מהלך פון שרייבן, ארויסברענגן, עקספרעסן, גרעמער, ספעללינג. ס'לא הרי זה כהרי זה, {דער צד השוה שבהן איז אז אונז אלע שטיפן מיר פיין די צייט ;) } און אזוי ווערט יענער פראגרעמירט אין אונזער מח'ל.
~~~~~~~~
אונזער וואן ענד אנלי יידל האטאך א זילבערנעם פעדער (מיט אסאך געדולד), אונזער לעמיל איז דאך א הומאריסט מיט א גאלדען הארץ, דיין זר זהב איז דאך א גוטער אנדרייער, און וואס געשעט ווען די 3 טרעפן זיך צאם??

האבן מיר מטכס עצה געווען, מיר איבייגעפאלן אן ארטיקל איבער אפריל פולס דעי... יידל האט זיך גענומען צו די ארבעט אפצושרייבן ס'ארטיקל, איך האב עס אביסעלע מגיה געווען אז ס'זאל נישט זיין נאך קאווע טרינקער'ס, און לעמיל האט עס ארויפגעלייגט. (קיינער האט נישט געהעקט!)

אבער דא האט זיך דער יצר טוב אריינגעמישט. לעמיל איז געקומען מיט א טענה, ס'נישט פעיר, "וואס פארדין איך דערפון?" פרעגט ער, און מיט רעכט. האמיר זיך אראפגעזעצט און אפגעשריבן שטרי ברורין ביי א זבל"א (מאכט סענס?) אינעם נוסח השטר שטייט צווישן אנדערע:

[center]"אלע לייקס וואס גייען קומען צו יענעם ארטיקל מוז בלייבן ביי לעמיל!" דער נוסח ליינט זיך ווייטער: "ס'זאל נישט וואגן עימיצער פון די וואס האבן געלייקט לעמיל'ן אווקצונעמען דאס לייק נאכן געוואר ווערן וואס דא איז פארגעקומען". "און ווער ס'וועט אויספאלגן דעם פסק דין תבוא עליו ברכה"[/center]

מיר האפן אז יעדער וועט אויספאלגן, און האטס מיר אלע א גוטן יו"ט.

[center]זיצענדיג ביים אפריל פולס טישל: יידל, זר זהב, לעמיל.[/center]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר