די רילעישענשיפ צווישען די זכר אין די נקבה, (אפדעיטעד)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

די רילעישענשיפ צווישען די זכר אין די נקבה, (אפדעיטעד)

שליחה דורך חזקיהו המלך »

כ'וויל אביסעל שרייבען אין דעם ענין ואס כ'טראכט יעצט, אין נאכדעם וועלען שוין די חבריא קדישא דא פרובירען מלבן זיין די סוגיא,

וואס כ'זעה איז אז דורעך די דורות איז די רילעישענשיפ צווישען דעם זכר אין נקבה אדורעך פארשידענע מצבים,
אין אפילו אין איין דור איז עס אנדרעש אין פארשידענע מקומות,

ס'פעלט זיך אויס א בירור אויף דעם ענין, כ'וועל שרייבען אין קורצע ווערטער וואס כ'טראכט, והמשכילים יבינו,

די ערשטע יסוד איז אז נאכען חטא אדם הראשון האט זיך די מציאות פין די בריאה געטוישט צים שלעכטען, אין דעמאלץ איז געווארען די אוממאראלישע פיהרונג פין די חיות טורפות צי לעבען איינער אויפען צווייטען, דאס מיינט: אז זיי לעבען דורעך פארציקען אנדערע בעלי חיים, אין טאקע פארדעם נאכען תיקון השלם שטייט טאקע אין פסוק : זאב וטלה ירעו כאחד ואריה כבקר יאכל תבן, ווייל ס'וועט זיך אויפהערען אפילו אין די טבע דאס אז איינער זאל לעבען אויפען צווייטענס בלוט,

די חילוק צווישען א מענטש אין א בעל חי איז אז ביי א בעל חי איז נישטא אזא זאך ווי מאראל, ס'טוט וואס ס'איז איר נאטור צי טוהן, אין ס'קען זיך נישט ערהייבען העכער ווי איר נאטור, מאראל דאס איז די זאך וואס איז נענטער צי די תיקון, אין דאס טראכט איך איז פין די יסודות פין די תורה, צי אויסלערנען דעם מענטש זיך נישט צי לאזען פין מדות וואס זענען א תוצאה פין חטא אדם, אין מיט דעם איז מען עס ציביסלעך מתקן,

די יסוד פין מאראל איז די כוח הדעת, ווייל דאס איז די כוח וואס געבט פאר די מענטש די יכולת צי זיין בעל הבית אויף זיך אין איבערדרייען די נישט מאראלישע מידות צים גוטען,

אין צי קלאר מאכען אז ס'מיינט נישט אז דער מענטש דארף זיך ציפיהל צווינגען, א געזונטער כוח הדעת קען זיין בעל הבית אויף זיך אן צווינגען, פונקט ווי א געזינטער טאטע קען פיהרען זיין קינד אויפען גלייכען וועג אן שרייען אין שלאגען, טאמער דארף מען שוין ציפיהל צווינגען איז עס א צייכען פין א שוואכער כוח הדעת,

יעצט צוריק צי די זכר נקבה אישו, נשים דעתן קלות מיינט אז ביי נשים איז די כוח צי זיין בעל הבית אויף וואס זיי שפירען שוואכער ווי ביי א מאן,

ביי די קומה פין די קדושה איז די זכר שטארקער, ביי די קומה פין די טומאה איז די נקבה שטארקער, ווען מען זעהט אויף די וועלט ביי די מין האדם אז די נקבה איז שטארקער, מיינט דאס אז ס'איז א מרכבה פאר די טומאה,

אין ווען מען זעהט אז די זכר איז שטארקער, מיינט דאס אז די קדושה האט מער א שליטה,

די נאטור פין די **** רילעישענשיפ פין א זכר אין נקבה איז ביסודו אוממאראליש, ווייל ס'קען מאכען די מאן גלוסטען אפילו ווען ס'נישט גוט פאר אים, אפילו וון ס'זעקעלט אים אויס פין געלט אין רעספעקט, וואס דאס מיינט בעסיקלי איז אז אין אזא פאל לעבט די נקבה אויף די בלוט פין די זכר, אין פארדעם מיינט דאס אז די דאזיגע גלוסטינג האט אין זיך א ענין וואס איז שייך צי טומאה,

אין פארדעם וועט א ערליכע פרוי האבען א נאטור צי צניעות אין בושה, ווייל זי וועט זיך נאטורליך שעמען מיט דעם כוח וואס זי האט צי אנרייצען אנדערע ווייל ס'איז א כוח וואס האט א שייכות מיט טומאה, זי איז טאקע נישט שולדיג אבער דאס איז די מציאות,

אין ווען די דעת ווערט גענוג שוואך אז ס'קען נישט געהעריג זיין בעל הבית ווען זיך צי לאזען ווערען אנגערייצט, דאן ווערט אוטומאטיש די נקבה שטארקער,

ווי שוואכער די כוח הדעת פאלט דער מענטש אלץ מער צי די מצב פין א בעל חי, אין דארט קען די נקבה זיין שטארקער, ווי שטארקער די כוח הדעת אלץ ווערט די זכר מער ארויפגעקוקט אוטומאטיש,ווייל דאן איז ער מער בעל הבית ווען זיך צי לאזען ווערען אנגערייצט ממילא דארף די נקבה צוקומען צים זכר,

כ'רעד נישט דא פין זיך צווינגען צי א געוויסע פיהרונג ווייל אזוי דארף זיין, כ'רעד פין וויזוי ס'שפירט זיך אוטומאטיש,

אין די לעצטע הונדערט יאר צי וויפעל וואס די נקבה האט זיך צילאזט אין די זכר איז געווארען שוואכער, דאס איז לכאורה א צייכען פין א אפגעשוואכטער כוח הדעת אין פין א צישפרייטונג פין די כוח הטמאה,

פארדעם זאגען חז"ל איזה אשה כשרה העושה רצון בעלה, ס'נישט א באפעל פין חז"ל, ס'איז א סימן, טאמיער די זעהסט א א פרוי איז אינטערעסירט אין וויל עכט טוהן רצון בעלה, דאס איז א סימן אז זי איז א מרכבה פאר די קומה פין די קדושה, אין טאמער פארקערט איז עס א סימן טריפה פין די קומה פין די טומאה,

ס'נאך דא צי מאריך זיין, אבער לעולם ישנה בדרך קצרה,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר