מיין צוואה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

מיין צוואה

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

לשם ייחוד קודשא ברוך הוא ושכונתיה, ליחד שם יוד קה בואו קה, ...

ווי עס זעט יעדער איינער, בין איך דא געווען א מיטגלידער אין קאווע שטיבל די לעצטע שטיק צייט, איך האב נהנה געווען און זוכה געווען מהנה צו זיין אנדערע אידן אויך. איך האב זיך באקענט מיט די וועלט פון קאווע שטיבל, אלע אירע איינוואוינער און שרייבער, פון אלע שיכטן און קרייזן, אויפגעקלערטע OTD, ביז לב טהור אידן פון קאנאדא, פון לוסטיג'ע סקווירא, אריין אין סאטמאר, באבוב און יעדן. פון איבעראל זיך אנגעהערט און אנגעליינט, מיטגעהאלטן מעשיות, מיטגעטיילט השקפות... עס איז געווען א מחיה נפשות. אין די לעצטע שטיק צייט האב איך קונה געווען פיל נאלעדזש און נקודות למחשבה, ווי אויך פארברענגט און געהאט א גוד-טיים און פארמאגט מזון לגוף גשמי מיט אלע פשטים און פעשטלעך.

טאקע דערפאר, שפיר איך פאר א פליכט אייך מיטצוטיילן מיין דאזיגע שריט, וויבאלד איר זענט געווען א חלק פון מיין לעבן, צוזאמען געשמועסט, צוזאמען פארברענגט... עס איז דעריבער נישט ריכטיג סתם אזוי אוועקצוגיין פון אייך אן אייך לאזן וויסן.

אידן טייערע: יא, איך גרייט זיך אין די קומענדיגע שעות צו טון דעם שריט, איך וועל זיך אי"ה אויסשפארן פון קאווע שטיבל.

די סיבה:
נישט ווייל חלילה עפעס איז שלעכט מיט אזא שיינע הערליכע וואונקל, דער וואונקל איז זייער שיין און גוט, נאר עס איז פשוט צו גוט... אין די לעצטע שטיק צייט האב איך געשפירט א געוואלדיגע התרשלות אין מיין ארבעט, איך בין נישט אנגעקומען מיט וואס איך האב געדארפט און נישט געטאן מיין פליכט. איך בין געווארן צוגעבינדן צום שטיבל, אדער ווי מען רופט עס אין פלעין אידיש, "איך בין געווארן אדיקטעט". איך האב זיך נישט געקענט אפרייסן און יעדע פינף צען מינוט האב איך געמוזט ארויפטאנצן דא און זען וואס עס קומט דא פאר...

דער שריט איז פון איין זייט א פאזעטיווע און פון די אנדערע זייט א ווייטאגליכע: איך שפיר, אז מיטן פארלירן קאווע שטיבל, וועל איך פארלירן אסאך גוטע זאכן אין מיין לעבן, ווי אויך פיל נאלעדזש וואס מען קען דא קונה זיין, פונקט ווי די נייעס וואס קומען אריין שנעל און גיך, נקודות פון אונזערע חברים. איך שפיר אז איך וועל דאס אלעס פארלירן און עס וועט מיר פעלן עפעס אין לעבן. סיי פונעם פיזישן געשמאק פון פארברענגען מיט אזעלכע געשמאקע אידן, ווי אויך אינעם גייסטליכן זין פון ווארט, נאכן קענען זיך אנהערן און אנליינען מיט אלע סארט געדאנקען גאנגען פון מענטשן. מאידך-גיסא, איז צום האפן אז מיט דער שריט וועל איך זיין מער עוועלעבל אין צייט, און קענען דורכפירן אן אלטן צוזאג אויף וואס איך האב אמאל גע'חתמ'עט, נעמליך צו ברענגען און שפייזן מיין שטוב כדת משה וישראל. מיט דעם שריט וועל איך קענען ברענגען מער פרנסה, זיין מער עוועלעבל אין צייט פאר מיר, און אויך... נאך עפעס... האבן מער פלאץ אין מח, זיך צו קענען פארנעמען מיט די קינדער און אנדערע וויכטיגע געברויכן.

עס טוט מיר זייער לייד אז איך מוז טון דעם שריט, איך וויל עס באמת נישט טון און איך טוה עס מיט א שווערן געמיט. אבער איך שפיר אז דאס איז וואס איך מוז טון. איך האב שוין פראבירט צו טון אנדערע זאכן, ווי למשל צו מאכן גדרים וסייגים, זיך צובינדן אויף פארשידענע אופנים אדער עפעס ענליך, אבער די זאכן האבן גארנישט געהאלפן און איך בין תיכף צוריקגעפאלן.

אין דעם געלעגנהייט וועל איך ארויסגעבן מיין צובראכנקייט, צוליב דעם וואס איך שפיר אז איך בין א מענטש וואס די רצונות זענען גובר אויף זיין שכל. אויב וואלט איך געווען שטארק בנפשי, וואלטן מיינע גדרים וסייגים געקענט העלפן און איך וואלט דערפון פארדינט ביידע וועלטן. ליידער זעה איך איין דעם אמת, דער חוש המישוש חרפה הוא לנו, אז איך בין א קנעכט צו מיינע יצרים און איך קען זיך נישט רעכט שטארקן. עס טוט מיר וויי צו אנערקענען מיינע שוואכקייטן, הלוואי וואלט איך געווען שטארק מיט מיר, אבער דאס איז דערווייל דער פאקט. אין איינע פון מיינע ערשטע אשכולות, האב איך ארומגערעדט איבער מיינע בחורי'שע יארן, עס שיינט מיר אז אויך דארט איז דער פראבלעם פונעם זעלבן שורש... איך בין נישט גענוג אויסגעבויט מיט מיר אליין, און הלוואי ווען איך וואלט געהאט די ריכטיגע עצה דערצו.

איך שליס זיך אבער פארט נישט אויס גענצליך. איך וועל נאך אינעם עתיד זיך צוריק פארבינדן פאר א טאג צוויי אין א לאנגע תקופה, אזוי אז איך זאל עס נישט גענצליך פארלירן. איך שפיר אז אויב איך וועל זיך אויסשליסן מיט א קבלה אויף אייביג, וועל איך דערנאך חרטה האבן און זיך צוריק פארבינדן אהער. דעריבער איז מיין קבלה זיך אויסצושליסן, אבער מיטן באדינג אז אמאל אין א תקופה קען איך צוריקקומען אויף א טאג צוויי. עס פאסירט נאכנישט יעצט אויפן מאמענט. סוף טאג אדער מארגן וועל איך ענדיגן מיין תקופת הקאווע שטיבל, און דערמיט טוה איך זיך געזעגענען מיט אייך אלע.

איך וויל דערמיט זיך באדאנקען פאר אלע קאווע שטיבל שרייבער, אשר נהנתי לראות ולקרות קולמסם. ספעציעל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע חברים מיט וועמען איך בין געשטאנען אין קאנטאקט מער פערזענליך, אין אישי אדער אין אימעיל, עס איז באמת געווען א געשמאק צו טרעפן אזעלכע קלוגע און געשמאקע חברה. יותר מכולם וויל איך באדאנקען פאר די הנהלה, פארן צושטעלן אזא הערליכע וואונקל פארן יהדות החרדית, א וואונקל וואס איז זיכער א דורכברוך אין די חרדי'שע וועלט און וועט בלי ספק האבן א השפעה אויפן עתיד פון יהדות החרדית בכלל, ווי אויך בפרט פאר פילע אידן וואס וועלן טוישן זייער געדאנקען גאנג, לטב או למוטב.

איך וויל אויך איבערבעטן די חברים, אויב איז פאראן פון אייך אזעלכע וואס איך האב וויי געטאן במשך די צייט וואס איך האב זיך דא געפינען. אמאל קען מען מיט איין ווארט מצער זיין א מענטש, איך וויל דעריבער איבערבעטן אלעמען. ווי אויך וויל איך איבערבעטן בכלליות אלע שרייבער, אויב איינער שפירט זיך געטראפן פון מיין אוועקגיין.

ספעציעל, גאר ספעציעל, וויל איך איבערבעטן א קהילה קדושה בישראל, וואס איך שפיר אז איך האב זיי באליידיגט. וויבאלד דאס איז ווערד א נושא בפני עצמה, האב איך געגרינדעט א באזונדערע אשכול דערפאר, עיין שם ותמצא נחת.

ובצאתי מן המקום הזה, אפרוש כפי לה' ואומר בברירות: איך וויל אביסל ארויסגעבן וואס עס ליגט מיר אויף מיין הארצן, און איך האב עס נישט פאר וועמען צו זאגן. למען האמת וואלט עס אפשר געדארפט בלייבן ביי מיר אין הארץ, אבער כדאי שיהיה לי פתחון פה ביום הדין, וועל איך עס קלאר ארויסזאגן:
עס טוט מיר זייער לייד מיין מצב אין וואס איך געפין זיך, זייענדיג אריינגעטאן אין גשמיות און דער פאקט אז איך בין ארויסגעשטיפט פון די פנימיות'דיגע מחיצה פון 'קרבת אלקים לי טוב'. איך דערמאן זיך כסדר מיינע צייטן אלס בחור, ווען איך בין געווען א געהויבענער בחור, געדאוונט און געלערנט און עוסק געווען בדברים רוחניים. ליידער האבן מיר די אומשטאנדן געברענגט אז איך זאל זיין ווייט דערפון. עס איז שווער, זייער שווער, זיך צוריקצוקערן צו דער אמאליגער מצב, הן מצד מיין לעבן וואס איז אנדערש אויסגעשטעלט און הן מצד מיינע חברים וואס קענען מיר אנדערש, והעיקר תלוי בזה. מיין הארץ טרופט בלוט און מיין נשמה ווייטאגט כסדר אויף דער פאקט, וויבאלד איך האב דאך שוין יא פארזוכט פונעם לוויתן השמור לעתיד לבוא און אצינד האט מען מיר אוועקגענומען די גוטע צייטן... אוי, ווי עס בענקט זיך צוריק, מי יתן לי אבר כיונה אעיפה ואשכונה...

איך בעט און האף אז ווי נידעריג מיין נשמה זאל נאר נישט זיין, זאל איך קענען צוריקקומען שנעל און געזונט צו מיין אמאליגע מצב, און עס זאל נאר זיין א בחינה פון ניצוצין וואס איך האב געדארפט ארויסנעמען פון דא און עס דערהייבן העכער. איך זאל נאך קענען אמאל שפירן מטוב הצפון, איך זאל שפירן דעם טעם פון א דף גמרא בעיון, איך זאל וויסן וואס שבת הייסט, וואס דער באשעפער איז און וואס א איד איז... איך זאל קענען מחדש זיין חידושין דאורייתא ווי אמאל... מיין תפילה צום באשעפער, אז דער אויבערשטער זאל מיר עפענען א געלעגנהייט, מיר ווייזן דעם וועג מיט אן אפנקייט און מיר געבן א געלעגנהייט אויף א זיסע אופן, זיך צו קענען צוריקקערן צו אים בשלימות... אוי ווי איך וויל, אוי ווי איך שטרעב, אבער אויפן מאמענט קוקט נישט אויס אויפן האריזאנט אז אזא געלעגנהייט איז פאראן... אבער לה' פתרונים, גאט איז גרויס און ער קען אלעס... הלוואי זאל ער מיר געבן די זכיה דערצו.

איך ענדיג דא אצינד מיט א בקשה פאר די חברים, ביטע מתפלל זיין פאר מיר, אז דער שריט זאל זיין א ריכטיגער און עס זאל זיך ארויסשטעלן גוט און גראד.

איך וואונטש אלעמען אן מיט א ליכטיג זיס לעבן, ס'זאל אייך תמיד גוט זיין איר זאלט צוקומען צו דער ריכטיגער ציל און תכלית, קענען פארברענגען געשמאק און אלעס זאל אייך אלעמאל גיין גוט און גראד.

מיט הארציגע ליבשאפט
לכבוד שבת קודש
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לכבוד שבת קודש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר