נחום ראזענבערג, סטאפ צי באשמוצען כלל ישראל !

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חזקיהו המלך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 63 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

נחום ראזענבערג, סטאפ צי באשמוצען כלל ישראל !

שליחה דורך חזקיהו המלך »

נחום טייערער, ווילאנג די האסט געהאט א האט ליין און גערעדט פין דיינע אישוס, איז מיר עס נישט אנגעגאנגען, נאך אלעם איז דא געוויסע זאכען וואס דארפען קעיר גענומען ווערען, אין חאטשיג מאנכע טענה'ן אז ס'וואלט געדארפט קעיר גענומען ווערען אויף א אנדערען אופן, אבער שוין, למעשה האסטו געטוהן דערין, אין קיינער לייקענט נישט אז ס'געווארען א איבערקערעניש איבער דעם נושא אין די היימישע קרייזען,

אבער דאס איז ווילאנג די האסט עס געהאלטען אין געוויסע גבולים, אבער דאס גיין אין באשמוצען אלע חסידישע קהילות פאר די גויאישע פרעסע, דאס איז א עון בלתי יכופר, דאס איז א gang rape אויף כלל ישראל, די פירסט זיך אויף פונקט ווי געוויסע רבנים וועם די קריטיקירסט, די טוסט זאכען אליינס אן זיך אדורעך רעדען מיט קיינעם, פונקט ווי געוויסע רבנים אויף וועם די האקסט, פונקט ווי געוויסע רבנים מיינען אז ווייל זיי האבען אביסעל power קענען זיי שוין טוהן וואס זיי ווילען אין פייפען אויף יעדעם, די זעלבע זאך די, די טוסט וואס די ווילסט, אזש זיך נישט צירוק האלטען צי אויסטוהן אידען נאקעט לעיני העמים,

כ'בין ממש שאקירט ווי ווייט די ערלויבסט דיר צי גיין, למעשה ווייסט יעדער אז די האסט פערזענליכע נגיעות, די ביסט ברוגז אויף די וואס האבען אונטערגעשריבען דעם קול קורא, אין די האסט א רעכט צי זיין ברוגז, אבער למעשה טוט די נגיעות פארבלענדען דיין שכל הישר, וויזוי קענסטע מאכען אזאלכע באשליסען אליינס צי גיין אין באשמוצען גאנצע קהילות פאר די חטאים פין יחידים, די זעלבע טענות וואס די האסט צי די דאזיגע וואס האבען דיר באהאנדעלט מיט אומרעכט, די זעלבע טענות האבען צענדליגער קהילות צי דיר, ווילסט נקמה נעמען דאן נעם נקמה אין די וואס האבען די בעוול'ט, פארוואס נעמסטע נקמה אין גאנץ כלל ישראל,

ס'דא נאך וועגען צי טוהן זאכען ווי גיין אין באשמוצען גאנצע קהילות אידען מיט נידערטרעכטיגע שמוציגע בלוט בילבולים, דער גוי וואס ליינט עס פארשטייט אפילו נישט וואס א מקוה מיינט, ער קוקט עס אן אסאך ערגער ווי עס איז למעשה, קיינער זאגט נישט אז ס'וואלט נישט געמעגט זיין געוויסע תיקונים אין מקוה'ס, אבער די וועג ווי די גייסט איז נאך ערגער פין וואס די ווילסט באהאנדלען, ס'איז א gang rape אויף כלל ישראל, נחום, סטאפ, סטאפ, אז די ווילסט עפען נאך 6 האטליינס, אבער גיי נישט באשמוצען אידען ביי די גוים, ס'איז א עון בלתי יכופר,

ס'קוקט אויס ממש ווי א ארטיקל אין "דער שטירמער", פארוואס דארפסטו זיך אנשליסען אין די מלאכי חבלה צי פארשעמען, טשעפענען אין וויי טוהן כלל ישראל, דיין האטליין איז גענוג גוט, ס'פעלט נישט אויס זאלסט גיין צי די בני עשו, אונזערע טראדיציאנאלע פיינט, אין זיי געבען שטאף צי באשמוצען ערליכע אידען,

אזוי ווי די ווייסט אז אפילו נאכען אזוי געריפענעם איסור אויף דיין האט ליין, זענען געווען זייער אסאך וואס האבען געהאלטען אז די רעדסט פין לעגיטימע נושאים, אבער יעצט לייגסטו זיך אריין אין איין חבורה מיט אזאלכע ווי "דער שטורמער" אין אנדערע שונאי ישראל, ס'מאכט דיר פארלירען דיין לעגיטימיטעט אפילו דארט ווי די האסט עס נאך געהאט, ס'אומדערהערט אזאנס צי טוהן, כ'האף אז די וועסט אנערקענען אין דיין געפערליכען טעות, נחום, חזור בך, הער אויף צי נקמה נעמען אין כלל ישראל, האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף ??!!
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר