דער סיסטעם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

דער סיסטעם

שליחה דורך פריינדליך »

איך דריי מיר דא א שטיק צייט, און איך זע אז דא זענענן דא א פאר אינגעלייט וואס זענענן געפערליך אויפגעברויזט אויף אלעם, די סייד עפעקט'ס דערפון קלאפט אויס און יעדע צווייטע אשכול אויף א אנדערע אופן, אבער הצד השווה שבהן זענענן זיי אלע ביי דער מיינוג אז עס איז דא איינער אדער עטליכע וואס טיען בפועל אומדירעקט אראפירען אידישע קינדער פון וועג, און דערפאר שימפען זיי געפערליך אויף יענעם אדער אויף יענע גרופע,

איך עפען די אשכול, נאכען זען די תגובה פון געפילטע פיש, ער שרייבט אזוי:

למען עתיד דורותינו מוטל חוב קדוש על כל החרד לדבר ה' לא להשתתף בכינוס "איחוד הקהילות"
בלית ברירה וועלן זיי איינזען אז מ'קען שוין נישט זוכן קיין באגימענ'ס אויף וועמען צו בלעימען די אפגעפארענע בחורים און מיידלעך, נישט די אינטערנעט איז שולדיג אין די טויזענעטר יונגעלייט שדופות קדים וואס זענען אויסגעליידיגט פון אלעס, דרייען זיך אן קיין נשמה אדער ציל אין לעבן, נישט די אינטערנעט איז שולדיג אז די חברה וואקסן אויף נישט קיין יודן, נישט קיין גוים, נישט די אינטערנעט איז שולדיג אז זיי האבן נישט קיין שום יודישע שטאלץ, קיין באגרייף אין די שיינקייט פון די יודישע רעליגיע, און אונזער הייליגע תורה, נישט די אינטערנעט איז שולדיג אז אונז זעמער אנגעהאנגען אין פאד שטעמפלעך און וועלפעיר, נישט די אינטערנעט איז שולדיג ס'איז העכסט צייט אז זיי זאלן איינזען זייער אייגענע שפל המצב און אנהויבן טוהן זאכליך, און נאר אזא פאטש ווי א אויסגעליידיגטע סטעדיום וועט זיי אויפוועקן פון טיעפע שלאף אין די באקוועמע פאטעלן און קעדילעקס. לאמיר אלע זאגן בענאזאם, כולנו פה אחד, מיר גייען נישט צום כינוס איחוד הקהילות למען עתיד דורותינו.


בקיצור ער האט געהאט זיין סייד עפעקט ביים כינוס, אנדערע האבן עס און אנדערע פלעצער, אבער הצד השווה אז דא דרייען זיך עטליכע שטארק אנגעווייטאגטע אינגעלייט,

אפשר וואלטען זיי געוואלט ניצען די פלאטפארום אויסצושמיעסן די שורש פון זייער פראבלעם, ווי מען האט זיי בא'עוולה'ט, ווי דער חרבון ליגט לדעתם, ווי און וואס מען זאל משנה זיין פאר א בעסערע עתיד,

וזאת למודעי.

1}די אשכול איז נישט געמאכט פאר די וואס זענענן מקנא די אפגעפארענע און האבן נישט די קוראזאש זיי נאכצוטיען, פאר זיי איז נישט דא קיין עצה, די משנה זאגט שוין הקנאה התאווה מוצאין את האדם מן העולם,

2}פאר די אלע וואס ווילען רעדן בלשון גנאי אויף מענטשן אדער אויף רבנים, ביטע טוט עס נישט דא, עפענט א נייע אשכול און שרייבט אלע קללות וואס שמעקט אייך, דא זאלט איר רעדן בלשון כבוד,

דער אשכול פארמאגט 74 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר