ווער איז א נאצי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

ווער איז א נאצי

שליחה דורך פרישער »

איך האב געהערט איינעם זאגן אויף א אנדערעם דו נאצי, איך זעי אז מיר האבן פריי געלאזט דעים ווארט נאצי, און ווען מיר זעיען איינעם וואס איז אום מענטשלעך, אדער א שונא וועימען מיר האבן פיינט, איז גיבן מיר אים א טיטל נאצי, און מיט דעים לייגען מיר אים אוועק, מען ברויך דערויף נישט זעצען קיין בי"ד, ער איז א נאצי, פארוואס ווייל ער האט איינעם געשלאגן שטארק, ער האט פארשעימט אימעצן, ער האט מיר ג'צאפ'ט דאס בליט, ער איז א שייגץ, איז ער דאך א נאצי.

וויל איך דיר זאגן וואס א נאצי מיינט, זעיט אויס אז מיר האבן פארגעסן וואס דער באדייט איז, און איך האף אז דערמיט וועט מען זיין אפגעהיט אז נישט יעדער קען ווערן א נאצי ווייל ער איז א שלעכטער מאן, אדער האט שלעכטע מידות, נישט דעיס מאכט איינעם א נאצי.

א נאצי קימט אריין און א הויז ווי עס זענען דא מענער פרויען און קינדער, שרייט אלעס העראוס, ווער עס גייט נישט לויט זיין געשמאק ווערט אויפן פלאץ ערמארדעט.

א נאצי האלט מענטשען געפאנגען אינטער גאר שלעכטע אימשטענדן, זיי האלטן מענטשן און ארבייט אינטער שרעקליכע אימשטענדן, אן קיין טראף וואסער, און אן קיין עסן.

נאציס טיילן אפ מענער פון פרויען און קינדער, די אינגע פון אלטע, רייסן ארויס די פיצלעך קינדער פין די ארעמעס פין די מאמע'ס, די וואס זענען נישט מער ווערט צים לעיבן ווערן פארגאזט מיט א פארגעשריטנקייט מיט נאצישע פינקטלעכקייט, און מען פארברענט זיי טויט אדער לעיבעדיג.

נאציס קערן אויף לעיבעדיגע קינדער מיט טרעקטארס און לייגן זיי אין דאמפסטערס צי אימברעינגן, און זיי איזדעקעווען זיך ווען זיי טיען די גרויליגע פראצעדור, אויך מאכן זיי אויפגראבן דעים אייגענעם קבר, ווי זיי טראסקען אריין מענער פרויען קינדער שיסן אריין עטליכע רינדען קוילן, זיי דעקן צו דעים גריב מיט א שיכט זאמד, פארן איבער מיט טרעקטארס צידריקן די לעיבן געבליבענע, און די ערד שאקעלט זיך פאר נאך דריי טעיג.

נאציס שטעלן אויס טויזענטער מענער פרויען און קינדער ביי א טייך און רייעס פון זעקס, מען שטעלט א שיס איינהייט און די שיסער זאלן שיסן זעקס אויף אמאל, כדי צי שפארן קוילן עס איז דאך ממש א שאד ווען מיט איין קויל קען מען שיסן זעקס רח"ל, מען פאלט פארווינדעט אין וואסער אריין, עס ווערט רויט דאס וואסער פאר לאנגע וואכן.

נאציס האלטן מענטשען פינף שעה אין א צי אויפן טרויעריג בארימטן אפעל, און פרעסט און אין היץ, כדי צו ציילן וויפיל זענען שוין אימגעקימען.

נאציס פארמאגן מארד טרעקלעך וואס זענען ספעציעל אויסגעשטאט אז די רערן זענען קינצלעריש איינגעדרייט אריין אינעם אינטערשטן טייל פינעם טראק, ווי זיי פילן עס אן מיט מענער פרויען און קינדער, זיי פארן ארום פאר צעין מיניט ביז דער גאנצער עולם פארלירן זייער חלק אלקי.

נאציס ווען זיי אנטלויפן שטעלן זיי אויס א טויט מארש און ווער עס האט נישט קיין כוח מיט צילויפן ווערט אויפן ארט געטייט.

נאציס קימען אריין אין א שטאט און רינגלען ארים דעים גאנצען שטאט, לייגען יעדען איינעם ארויפ אויף בהמה וואגאנען, און שיקן זיי אויף אוישוויץ-בירקענא, טרעבלינקע, סאביבאר, טריזן שטאט, אדער אין הינדערטער אנדערע מארד לאגערן ווי זיי ווערן אויסגעניצט ביז זיי האבן אויסגעשעפט דאס לעצטע ביסל חיות, און דאן ווערט מען ערמארדעט.

נאציס מאכן א ראסע רייניגונג, און הרג'נען אויס זעקס מיליון אידן, פאר איין סיבה, ווייל א איד האט נישט וואס צי זיכען אויפן כדיר הארץ, נישט פאר קיין שום ספעציעלע פאליטישע זינד.

נאציס האבן אינטער געצינדען די גאנצע וועלט, און זענען שילדיג אויפ אריבער זיבעציג מיליאן מענטשען וואס זענען דירעקט אדער אימדירעקט אויסגעהרגעט געווארן דורך נאציס.

נאציס נעמען מענער און פליכטלינגען, און צוואנגס ארבייטער, ארויס אויף מאנקע טאבער, ווי מען ברויך ציזאמען נעמען מינעס פין די פראנט ליניעס, און האבן נעבעך אויפגעריסן איינס ביי איינס, ווייניג האבן נעבעך איבערגעלעיבט.

נאציס נעמען טויזענטער צווילינגען אדער קאליקעס, און מאכן כל ערליי פארשונגען, סתם פאר די נישטיקייט, און ווערן נישט פארטיג ביז זיי ווערן דערהרגט אויף שוידערליכע אופנים.

נאציס נעמען ארויס פון זייערע הריגים די גאלדענע ציין און שמעלצען זיך ציזאם צירינג, נאציס נעמען די האר פון זייערע ערמארדעטע און וועיבן דערמיט סחורה, און פון זייערע פעטס מאכט מען זייף זיך אפציבאדן, און מען ריפט די זייף ריף, וואס איז די ראשי תיבות ריין יודן פעטס.

אנצירופן איינעם וואס האט דיך שטארק געטשעפעט בשם נאצי איז שטארק דערנידערנד, און זייער נישט שיין און נישט אויסגעהאלטן, אדער אפילו אויב א ציוני ווארפט אראפ דיין ביבר היט און גיבט דיר מכות רצח, איז נאר א שלעכטער, א רוצח, א חיה, אבער נישט קיין נאצי, א נאצי איז א בריה בפני עצמו, ביטע נישט ריפן א מענטש בשם נאצי אויב ער איז א מענטש פון פלייש און ביין און נישט קיין שד ווי זיי זענען זיכער געוועין.
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר