קולט'ס והמסתעף

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

קולט'ס והמסתעף

שליחה דורך פליקער »

קולט'ס והמסתעף

מיר הערן און ניצן דאס ווארט קולט פיל מאל, ער איז א קולט, דער פירט אן א קולט, ער געהערט צי א קולט, מען ברויך זיך געהעריג אריין לייגען און פארשטיין וואס דאס איז א קאלט, וואס איז נישט קיין קולט, איז יעדע ארטאדאקסישע געמיינדע א קולט, אדער נאר ווען איינער פירט זיך פרימער ווי מיין פארשטאנד, דאן איז שוין זיכער א אנהעינגער פון א קולט, וואס איז דער מאטיוו פון א קולט, איז דאס אז קולט מאכט די אנהעינגער פרימער, אדער פרימע זיכען זיך א קולט ווי אנציהעינגען, איר וועט ווערן אביסל סארפרייזט די טיפקייט פון א קולט ווען מיר וועלן אביסעלע צונעמען די ענין פון א קולט.

אין די ארטיקל וועלן פארענטפערט ווערן אויך די פאלגענדע פראגעס:

וואס איז די תוצאה פון א קולט - ווי אזוי פארמירט זיך א קולט - איז די פלאן מעיקרא פינעם פירער צי בויען א קולט, אדער עס פאסירט ציביסלעך - וואס זענען די מאטיוון פון א קולט פירער - די שייכות פון רעליגיע מיט קולט'ס - די קארעקטאריסטיקס פון א קולט- איז יעדע רעליגיע א קולט.

בכדי צי פארשטיין די ענין פון א קולט מוזן מיר זיך באקענען מער מיט פארשידענע קולט פירער פון די לעצטע יאר הינדערט, ווי עס צייגט זיך איבער זענען אלע קולט פירער וואס זענען באוויסט פאר אינז פון די היסטאריע, אז די פירער האבן געהאט א סינדראם וואס הייסט נארסעסיסטיק פערסאנעליטי דיסארדער, אין קורצן נפ"ד, מיר וועלן באלד מסביר זיין די קארעקטאריסטיקס פינעם דיסארדער זעלבסט, אבער דערווייל ווילן מיר מער פארשטיין די ענין פין קולט זעלבסט, אבער מיר ברויכן האלטן קאפ אז קולט פירער מיט נפ"ד גייען האנט ביי האנט, א פירער וואס איז נישט קיין נארסעסיסט קען נישט מצליח זיין מיט א קולט, ווי מיר וועלן שוין באלד מסביר זיין.

די קעראקטעריסטיקס פון א קולט:

דיקטאטורישע פירערשאפט, דער פירער ווערט דער פירערשאפט און ווערט דער איינציגער אויטאריטעיט פארהאן, ער מאכט אלע הלכות ווי אזוי מען ברויך זיך פירן, ווי אזוי אימציגיין, יעדער איז זיך מבטל דער דעת פארן גרויסארטיגן פירער, וואס פירט זיין סטאדע ביי די נאז, וואס ער זאגט טיט מען, וועמען ער וויל פארטרייבט מען, געוויינטליך אויב איינער גייט נישט אין שפאן, מען ווערט דערנידערט אויף פארשידענע אופנים, למשל מען ברויך זיך ברבים אויסרעדן די חטאים, און פארשטייט זיך דער פירער שפרינגט ארויף אויפן בעל עבירה און פארשעמט אים ברבים, מיט פארשידענע עונשים ווי שלעק אד"ג, און צימאל ערגערע שטראפן, טויט שטראף איז אויך נישט אויסגעשלאסן.

דער פירער מאכט דעים עולם שפירן אז ער האט ארויס דעם אמת, און קיינער חוץ ער איז נישט משיג די אמת, און ווער עס טיט בוגד זיין אין אים, טיט ממש לייגן אין א געפערליכע סכנה די גאנצע מענטשהייט וואס גייט ליאדע סעקונדע חרוב ווערן, וועין נישט דער גרויסער פירער וואס האלט די וועלט אפ פון ווערן תוהו ובוהי.

קולט'ס ווערן געוועינטליך אפגעזינדערט פון די וועלט וואס טיט משפיע זיין אויף שלעכץ, אלע בייזע ריחות זאלן נישט פארדארבן די ריינע ליפט פון זייער אמונה וואס איז און א געפערליכע סכנה פון אינטערגאנג, נאר אויב מען האלט זיך אפגעזינדערט פון דערויסענדיגע משפחה אדער פון די וועלט, דאן וועלן מיר קענען לעיבן ריאיג אינזער גליקלעך לעיבן.

טראכטן פאר זיך איז זייער א גרויסע סכנה, די אלע זאכן וואס איר אלע טראכט האט דאך שוין אינזער חכם עדיף שוין דערטראכט און מיט דעים אלעם טיט ער די אלע ענינים, ממילא מיז מען זיך נאר פארלאזן אויף אינזער פאטער'ל און באשיצער, און אלעס וועט זיין גיט.

אויב ווערט מען א אויבער חכם, און מען גייט נישט און שפאן, דאן ווערט מען כארעקטאזירט ווי א שונא, וואס דאן איז געפערליך, מען ווערט און סכנה פון ווערן אויסגעשאלטערט פון די קולט, מען וועט נישט אן נעמען די קינדער אינדע מוסדות וכדומה, בקיצור דער אויבער חכם וועט מיזן מאכן די קאלקעלאציע אז עס לוינט נישט צי זיין קיין חכם, נאר גיין און שפאן.

דער קולט פירער לייגט געוועינטליך אן א געפערליכע פחד און פאניק, אז די אינדערויסענדיגע מאכן געפערליכע צרות, מען איז אלעמאל און א באלדיגע סכנה פון אינטערגאנג, וואס מען מיז מער דאווענען אינעם פירער'ס הצלחות, און אז די אלע ביטערע גזירות זאלן שוין ציריסן ווערן, אך און וויי איז פאר די אלע אינדערויסענדיגע וואס ליגן אינטערן קנעכל פינעם טייוול אליין, ווי דער שטן טאנצט ארים פראנק און פריי, נאר דא אין קולט איז דא א ווינקעלע ווי די כוחות פינעם שטן קען נישט געוועלטיגן, טראץ די נאכנאנדיגע פריוון אימערמידלעך צי אויסשפרייטן די לאפעס, דעי פחד געוויינטליך ברענגט די געווינטשענע רעזולטאטן פארן קולט פירער, אז דער עולם זאל זיך מער איבערגעבן פארן עקזיסטענץ פינעם קולט, ווייל דעיס איז דאך די לעצטע שטיקל האפענינג וואס איז פארהאן.

די מאדנע זאך איז אז דער קולט פירער געוויינטליך צילט נישט צי האבן די קולט וועיגן רעליגיע, נאר פינקט פארקערט, ער ברויך די רעליגיע בכדי צי פארמאגן די קולט, די פראבלעים איז אז פונקט ווי די חסידי לובאוויטש וואס משיח ברויך קימען, יעדער האט שוין געפאסקענט אבער משיח ברויך נאר נתגלה ווערן, די פערד איז שוין דא, בית דין האט שוין אויך ארויסגעגעיבן א בריוו, נו קים שוין, אקעי איך שטיי שוין ביים שוועל, א סטרויק, ממש און די בעסטע געווינטשענע צייט, ווייל די נעקסטע זאך קען נאר זיין מלחמת גוונין (קאלערוואר), די זעלבע ביי א קולט ווען דער שיטה אז עפעס גייט פאסירן א מאוומענט, אבער עס גייט דורך א געוויסע צייט די וועלט ווערט נישט חרוב קיינער גייט נישט אינטער, דאן ווערט דער פירער צושאקלט ווען ער ווערט געווינקעלט, דאן נעמט ער דראסטישע שריט, וואס ענדיגט זיך שוידערליך.

אויך איז זייער מאדנע אבער דער פירער פלאנט נישט אויס די קולט מהחל עד כלה, נאר די זאכן פאסירן פון זיך אליינס. צים ביישפיל דער פירער וואס האט דעים כוח פון איינפלוס אויף די מענטשען צי ווייל ער איז דער גלח פינעם לאקאלן קלויסטער, ער הייבט אן אריין ציבאקן אין די פאלק זיינע שיטות, ביז די מענטשען געוויינטלעך בעיטן זיך ביי אים ער זאל זיי באוויליגען, און ווערן פאר זיי צי א נביא אדער גאר א ג-ט, און נאך לאנגע קוועינקלענישן באוויליגט ער זיך אראפ צילאזן מגודל חכמתו ורחמנותו צי פירן זיינע חסידים, און זיי קרוינען אים אלס מלך מלכי המלכים, פארשטייט זעך נאר אויב מען קען נאך קימען אלע זיינע קאפריזן, פינקטלעך ווי אזוי ער פאדערט זיי אויף, אפילו אויף גרוילטאטן, אן קיין שום פראגע, אזוי ציביסלעך דערקייקלט זיך עס צי א קולט מיטן פילן פראכט, און ער קען מיט זיי טיען גענוי וואס עס פאלט אים איין, און קיינער פרעיגט נישט דעים גואל, וואס פשט איז פון אלע זיינע עבירות וואס נאר ער איז עובר.

אויך איז זייער אינטערעסאנט צי וויסן אז בדרך כלל איז ביי כמעט אלע רעליגיע'ס דא געוויסע סימנים פון קאלטליכקייט, אזעלכע נייגינגען פון געוויסע וואס מיט די צייט וואס די רעליגיע איוואלווט, פאסירן געוויסע סימני קולט'ס אבער געוועינטלעך איז עס נאר געוויסע סימנים, נישט געניג סימנים אז עס זאל ווערן קערעקטאזירט אלס א קולט, דאס מיינט נישט אז מען מעיג אזוי טיען, אדער אז אויב איינער איז נישט גענוי לויטן שפאן ווערט ער א זייטיגער, און א שטיקל שונא צי די געמיינדע, ביז ער מיז אוועק פיצען מיט שאנדע, געוויסע ווערן שטארק פאר מודה זיין און די חטאים, געוויסע גלייבן אז זייער רבי איז משיח, געוויסע גלייבן און גייסטן וואס שוועיבן איבער זיי אויף שלעכץ, אבער חוץ מזה זענען זיי נישט קיין קולט, דאס הייסט אז זיי גיבן נישט רוב פון זייער פארמעיגן פאר די קולט, אויך האבן זיי געהעריגע פאמיליע לעיבן, וואס ביי קולט איז דאס געוועינטלעך נישט ערלויבט אדער גאר שטארק קאנטראלירט, דאס הייסט ווער עס האט חתונה מיט וועים, און ווער עס מעג פארקערן מיט וועים, חוץ דער פירער מעיג פארקערן מיט וועים ער וויל אזוי ווי א המלך אחשוורוש.

היות איך שרייב שוין צי סך וועל איך נאר דא אין די תגובה אראפ ברעינגען איין קולט, און איך וועל א אנדערעס מאל ברעינגען נאך.

די באוויסטע קולט'ס וואס זענען קאנפערמירט אלס קולט.
ארגענעזאציע נאמען
heavens gates
קולט פירער
Marshall Applewhite

היסטאריע! א קראנקער זכר וואס האט געהאלטן אז ער איז א העכערע זאך, ער איז גאר דער צווייטער יאשקע, און היות די פלאנעט ערד קיגל גייט זיך בקרוב ריסייקלען, מחמת ער האט אליין געהערט מאחורי הפרגוד, על כן ווער עס וויל בלייבן לעיבן מיז זיך אנטשעפענען צי זיין מהלך החיים. איך מיז מודה זיין ער זעיט אויס שרעקליך, צוויי פאר אויגן ווי רימונים, אויב ווילט איר אריין אין די טויערן פון גן עדן מיט א העכערע פארם העכער ווי א מענטש, איבער מענטשליכקייט, ער זאגט זיינע שטותים מיט אזא גלייכגילטיקייט כאילו ער גלייבט איין ווארט וואס ער רעדט, כדי אנציקימען מיז מען זיין איינע פון דריי: איינס ווער עס איז איבערגעקימען מענטשליכקייט, איבערגעקימען אלע עולם הזה, דאן ווען עס בלייבט מער נישט איבער גארנישט צי ריסייקלען נאר נשמה, דאן קען מען זיין גרייט פאר די העכערע פארם פון לעיבן, און וועט ווערן אהיים גענימען מיט א ספעיס שיף, צוויי און דריי זאגט ער שוין נישט ווייל ער איז פארפארן מיט זיינע פרעפערייען, ער העצט מיט א גראדקייט, ער וועט דיך אהיים נעמען צים טאטן ציריק.

ווער איז ער געוועין, ווי איז ער דערצי אנגעקימען, און וואס האט פאסירט.

ער איז געבוירן אין 1931, אין ספאר טעקסעס, געוועין א איינפאך קינד, ער האט געדינט די ארמיי און די אינגע יארן ער איז געוועין א מוזיקאנט, ער האט זיך פארנימען מיט לערנען מוזיק, זיין טאטע איז געשטארבן בערך און 1970 עס האט אים אריין געריקט אין דעפרעסיע, ער האט זיך באקענט מיט א פרוי, באני נעטליע, א שטארקע רעליגעיזע, ער האט איר געהייראט, זיי האבן אנגעהויבן פארן אינדע הויכן, זיי האבן געצויגן קיין קאליפארניע, און 1975 האט ער געטיען צייט און תפיסה, פארן נישט ציריקגעיבן א גערענטע קאר, ער ברויך דאך נישט ער איז דאך שוין דאן געוועין א שטיקל געטשקע, ער האט שוין געהאט איין חסיד, זעקס חדשים אין טורמע האט ציגעהאלפן אויספלאנען אלע חלומות, ער האט אויסגעפלאנט אז ער איז דער צווייטער קימינג פון ישי הנוצרי, זיין פאטער איז געוועין יאשקע אליינס, פינקטלעך די דמיון איז נישט אינטערעסאנט, עס האט אנגעהויבן שלאגן ווארצלען מען האט געפלאקט צי אים הערן וואס ער האט צי זאגן, געלט האט גענימען פליסן לכבודו, עס איז געפארן דער באן.

די פרוי באני איז געשטארבן אין 1980 דאן איז ער כמעט אפגעפרעיגט געווארן ביי זיין באנדע, ער האט געברויכט אויפקימען מיט תירוצים פארוואס זי האט זיך אויסגעטיען פון די וועלט פריער ווי דער פלאן, ווען גייט די יא-עפ-אה איר אפנעמען, בקיצור ער איז שרעקלעך ציפארן געווארן, דער נאמען פינעם קאלט האט זיך געהאלטן אין איין בייטן, אויך די נעימען פון די איינוואוינער האבן זיך געטוישט ווי העכער מען איז אנגעקימען, עס האט איצט געהייסן דער קלאס, על שם דער קלאס וואס גייט גראדיאירן און אהיים גיין אויף א וועיג.

אין מערץ 1997 איז באשטימט געווארן פארן טאג וואס די קלאס גייט גראדיעאירן, ווייל דאן איז געקימען א קלארער סימן מן השמים ווייל דער העילס באפ קאמעט איז פארביי געפארן, מיז דאך זיין אז א ספעיס שיף איז געוועין גלייך אינטער דער קאמעט, מיז מען דאך שוין ווי אמשנעלסטן שענדען די גוף און די נשמה זאל זיין גרייט פאר ווען דער ספעיס שיף פייפט.

מען איז שוין גרייט צי אויסטיען די גוף און מקבל זיין פני גוף חדש, א העכערע גוף, מיט א שיינע לעצטע סעודה אין א רעסטאראנט זענען זיי געוועין דארט ניין און דרייסיג פערזאן, אנשים ונשים, אלע פריילעך אויבען אויף, זיי האבן זיך אפגעכאפט אויף קאמערע ווי זיי געבען אראף ווי פריילעך אלע זענען, און זיי האבן זיך אויף א וועיג אימגעברעינגט, נישט קלאר אבער עס איז זיכער אז עס איז געוועין עטליכע וואס זענען געשטארבן דורך פלעסטיק בעגס איבער די קעפ, עטליכע דורך דראגס אווער דאזע, בסך הכל האט דער אפגאט משכנע געוועין צי מאכן די גרעסטע מאסן זעלבסטמארד אין די היסטאריע אויף אמעריקאנער באדן.

די קארענארס האבן נישט געקענט זעין קיינע צייכענעס פון א מערדעריי, נאר אז א חלק איז געשטארבן פון עספיקסיע, דאס טייטש דערשטיקט ווערן, אויך האבן זיי אנטדעקט אכט מענער זענען געוועין איבער גע'מל'ט, נישט פשוט נאר האבן כפשוטו אפגעשניטן דעים גאנצען עסק ביש כדי צי פארמיידן מענערישע פראבלעימען, מחשבות זרות שאדט געפערליך פארן פלאן, אויב האט איינער געהאט א מחשבה זרה האט "דאה" אדער "באה" אזוי האט דער געטליכער מאן דאן געהייסן, זיי געפערליך ג'רודף'ט, און ביטערלעך פארשעימט, קוים געקענט פויעלן אז זיין הויעכקייט זאל מסכים זיין מיטנעמען אויפן טריפ קיין שמים, אבער אז מען האט זיך אראפגענימען די מענערישקייט איז די זינד פארצייט געווארן.

צי ער איז געוועין א נארסעסיט צי נישט איז נישט זיכער, אבער טויט פאריקט איז ער זיכער געוועין לויט אלע אנדייטינגען, און אויך האלטן פילע אז זיין כוח אריין צי נערן אזויפיל מענטשען קען נאר קימען פינעם כוח וואס נאר א נפ”ד פארמאגט, עס זענען לעיבן געבליבן עטליכע וואס האבן נישט זוכה געוועין, ווייל זיי האבן אפגעצויגן פינעם קאלט, אבער זיי שווערן זיך נאך אלס אז די אלע דער'הרג'טע זענען זוכה געוועין אנציקימען מיטן ספעיס שיפ, ווייל עס קען נישט זיין אז אזויפיל מענטשען זענען געשטארבן פאר גארנישט.

narcissistic personality disorder NPD

נארסעסיסטיק פערסאנעלי דיסארדער, איז א געפערליכער דיסארדער ווייל דער וואס ליידט דערויף ווייסט נישט אז עפעס איז מיט אים נישט אין ארדענינג, אבער זיינע ארומיגע נאנטע ליידן זיך ביטערלעך ציזאם, מען קען נישט אויפקלערן פאר א נפ”ד ליידענדער אז ער מוז זיך בודק זיין, ווייל געוויינטליך רייסט דערמיט אויף א וועלט מלחמה, ער איז קיינמאל נישט שולדיג אין גארנישט, אבער ווען עפעס גייט נישט ווי ס'ברויך צי זיין, זענען אלע ארומיגע שילדיג, אלעמאל האט ער טענות, קיין מאל נישט לייכט אדער ציפרידן מיט זיך, ער איז אלעמאל אזוי ווי א מובי עקטער שפילט זיין פילם, ווי אזוי ער וואלט ווען געוואלט אויסזען ווען ער שפילט ווען אויף א פילם בשעת אנדערע קיקן, זייער קאמפליצירט.

די קארעקטאריסטיקס זענען:

- זיי זענען געוויינטלעך ארעגענט.
- זענען בדרך כלל זייער פארנימען מיט זייערע הצלחות.
- האבן נישט קיין געפילן פאר אנדערע.
- זענען שטארק סעלפיש.
- שפירן נישט סארי ווען זיי בעוול'ען סיי וועמען.
- זענען על פי רוב אלע מאל גערעכט, אפילו ווען ער כאפט אז ער איז באגאנגען א עוולה, מתכבד בקלון חבירו מיינט אים.
- איבערבעטן קימט נישט אין באטראכט, פשוט ווייל עס גייט אים נישט אן.
- ער כאפט נישט יענעם'ס ווייטאג.
- האט נישט קיין שום טיפע געפילן.
- ליידט שרעקליך אויף גאווה, ער איז אזוי גרויס אז ער פארשטייט נישט ווער עס ברויך נאך א גאט ווי לאנג ער דא, ממש ער איז דאך מגין אויפן גאנצען דור, אויב ג-ט האט עפעס צי זאגן וועט עס זיכער זיין פאר אים, אדער איז ער אפילו אליין ג-ט.
- א נארסעסיסט האט א גאר זעלטענע טאקטיק צי פארשטיין מענטשן'ס שוואכקייטן, און רייטן דערויף מיט אכזריות, יענעם שטארק מבזה זיין כדי יענעם צי צעברעכן, ער שפירט דאך ממילא נישט יענעם'ס צער אדער ווייטאג.
- ער מוז זיין אין קאנטראל פינעם סיטאציע, נישט קיין חילוק דער פרייז.

רעליגיע איז א גאר שטארקע געצייג פאר א נפ”ד צי דערגרייכן זיינע צילען איינצונעמען אנדערע מענטשן, דורך זיי איינרעדן כל מיני שקרים וכזבים, בכדי זיי זאלן מיזן איבערגעבן זייער טראסט פארן פירער דורך פאלטשע נביאות און דאס גלייכען, אבער דעיס זענען נאר ביי עקסטרעימע פעלער ווי קולט פירער'ס.

נישט צי פארטוישן נפ”ד מיט מענטשן מיט איגא'ס אפילו שטארקע איגא'ס אדער אפילו מענטשען וואס ווערן פאריפן איגא מאניאק'ס, דעיס איז סתם מענטשען מיט א גאר שטארקע שטויס קראפט, למשל געלינגענע ביזנעס לייט געוועינטליך האבן שרעקליכע איגא'ס, איגא'איסטיק, ווי סטיוו דזשאב'ס, א שטרעינגע בעל בית, א שלעכטע ראש ישיבה, נישט דעיס איז נפ”ד, אפילו ווען ער האט איינס צוויי פון די קעראקטאריסטיקס פון נפ”ד, איז עס פארט נישט נפ”ד, חוץ אויב ער האט כאטש דריי פיר כאראקטארס און העכער.

א קולט פירער געוועינטליך ווי היסטאריע באווייזט האט בערך כאטש זיבן חלקים פון נפ”ד, איינער וואס האט ניין חלקים געוועינטליך ווען מען כאפט דאס איז שוין דער מאן און תפיסה פאר הרג'ענען עטליכע מענטשן.

היות נפ”ד איז שווער צי איינערקענען ווייל יעדער איז שילדיג חוץ ער אליינס, א שטייגער די זין שיינט צי שטארק אדער צי ווייניג, ווערט דער זין באשילדיגט פארן נישט זיין און ארדענינג, פאריקטע זין, ווער דארף די זין עניוועי, דעריבער איז עים זייער שווער צי היילן, דעריבער אויב זענט איר נאנט מיט אזא איינעם וואס איז אייך מצער, צאפט אייער בליט, אדער רודף'ט אייך שרעקליך, מאך זיכער זיך נישט צי באגעיגענען, צי אפ פינעם, זיך נישט טענה'נן, ווייל עס וועט ממילא נישט העלפן, זאג יא יא און צי אפ, שטיי ווי ווייניגער אין יענעם'ס דלת אמות, און ליידער פאר קיין רפואה זענען די שאנצען זייער קליין.

נפ”ד טעסט פראגעס, אויב ענטפערט איר יא אויף מער ווי פיר אדער פינף אויף די קימענדיגע פראגעס, דאן זענט איר ווארשיינדלעך נארסעסיסטיק:

1. טיט די מענטשהייט פארפעלן איינצוזען אייערע מורא'דיגע טאלאנטען און אויפטיען וואס איר פארמאגט אדער טיט אויף פאר די וועלט.
2. האבן אייך מענטשען שוין פארציילט אז איר האט גאר א הויכע מיינינג איבער אייך.
3. צי האלט איר אז עס וועט נאך קימען די צייט וואס די וועלט וועט איינזעהן אין אייערע טאלאנטן איין טאג.
4. ווען איר האט א פראבלעם האט איר כמעט אלע מאל א דראנג צי רעדן גלייך צים העכסטן פערזאן.
5. שפירט איר אז איר ברויכט ספעציעלע טריטמענט, ווייל איר זענט נישט אזוי פשוט.
6. איז עס וויכטיג פאר אייך אז מענטשן קיקן אויף אייך ארויף, און זענען אייך מחשיב פאר וועלכע סיבה ס'זאל נאר זיין.
7.זענט איר ביי די מיינינג אז מען ברויך אייך פאלגן אן קיין איבריגע פראגעס ווייל ווער איר זענט.
8. שפירט איר פאר וויכטיג צי באקומען וואס איר ברויכט אפילו ווען מען מוז איבערטרעטן עטליכע פיס. step on toes.
9. זענט איר אפט מקנא אנדערע.
10. וואלט איר געזאגט אז איר האט נישט איבריגע געפילן פאר פראבלעמען וואס פלאגן אנדערע
11. וואלט איר געזאגט אז עס איז נישט פארהאן צופיל מענטשן וואס זענען ווערד אייער טייערע צייט.

פארזעצונג וועגן נאך אנדערע קולט'ס ווי פאלגענד.

ארגענעזאציע נאמען manson family
קולט פירער charles manson

ארגענעזאציע נאמען the children of God
קולט פירער David berg

ארגענעזאציע נאמען Aum Shinrikyo
קולט פירער shoko asahara

ארגענעזאציע נאמען Branch Davidians
קולט פירער David Koresh

ארגענעזאציע נאמען peoples temple Bonus Jonestown
קולט פירערJim Jones

און נאך אויב וועט זיין איינער נייגעריג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר