ויקרא שמו בישראל: נעמען וואס אונז געבן היינט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן בג בג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:20 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

ויקרא שמו בישראל: נעמען וואס אונז געבן היינט

שליחה דורך בן בג בג »

לעצטענס בין איך געווען ביי א ברית, אזוי בשעת'ן נאמען געבן איז מיר ארויף געקומען אין קאפ א מחשבה אז לכאורה די גאנצע ענין פון די נעמען וואס מיר געבען היינט איז זייער א פארצווייגטע ענין און אסאך זאכען האבען מיר אנגעהויבן וואונדערן, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע צו מסביר מיינע שאלות און איך האף א ז די חכמי השטיבל וועלן מיר קענען ענטפערן.
קודם כל איז דא נעמען וואס מ'נעמט פון די תורה ווי למשל נח, נאכדעם איז דא די אבות, די שבטים, משה און אהרון, די אינטרעסאנטע חלק דערפון איז אז פאר א געוויסע סיבה זענען נישט אלע נעמען אזוי אויפגעכאט ביי אונז, ווי למשל איך קען דערווייל נישט קיינעם מיטן נאמען זבולון. נאכדעם האבן מיר די נעמען פון די נביאים ווי למשל שמואל, זכריה, אליהו,יונה, אבער משום איזה סיבה הייסט  קיינער נישט חבקוק אדער אלישע. נאכדעם קומען די מלכים וואס נאר שאול, דוד און שלמה געבט מען היינט, וואס איז פשט אז נארגעוויסע נעמען געבט מען נאך און פון די אנדערע האט מען פשוט פארגעסן פון זיי?
נאכדעם הייבט זיך אן א גאנצע ליסטע פון שפעטערע נעמען וואס איך בין נייגעריג פון ווי זייער מקורות זענען, ווי למשל ליפא, מענדל, גימפל, געציל, ווער איז געווען די ערשטע גימפל און וואס איז געווען זיין חשיבות אז מיר געבן נאך די נאמען היינט?
אויך זענען דא די נעמען פון חיות,ווי למשל זאב, דוב צבי, ווען האט זיך יענס אנגעהויבן? אפגערעדט ביי די מיידלעך וואס זייערע נעמען קלונגען גאנץ אידישלעך ווי למשל שיינדל, בלומא, רויזא, פייגא, וואס קוקט אויסאז די נעמען זענען נישט צו לאנג צוריק באשאפן געווארן. ווען האט זיך אנגעהויבן די צייט וואס ננעמעזענען געווארן הייליג און מ'האט אויפגעהערט געבן אייגענע נעמען און נאר נאכגעגבן פון פריערדיגע?  
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן בג בג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כ'רעד צום זאך? דיין לייק טוט עס באשטעטיגען

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר