געלעגער = באריסטא: א אפריל 1 וויץ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2269 מאל
קאנטאקט:

געלעגער = באריסטא: א אפריל 1 וויץ?

שליחה דורך פישלע העררינג »

אט דאס שרייבט מען היינט אין איי וועלט:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 61#p834861

(קרעדיט: [tag]אפטעמיסט[/tag] אין [tag]ברסלבער[/tag]'ס "איך בין א מחוצף" אשכול)

מעלדונג איבער געצוואונגענע פרעצעדענטלאזע שריט
הודעהדורך קרעטשמער » דינסטאג אפריל 01, 2014 12:00 am

(צוליב די סענסיטיווקייט פון די פאלגנדע אינפארמאציע, וועלן מיר דאס בלויז לאזן אין די עפנטליכקייט אויף א קורצע צייט אפשניט, און מיר פארבאטן דאס נאכצוקאפירן אדער פארשפרייטן באיזה אופן שיהיה ח"ו.)

אל מעלת כבוד חברינו היקרים,

דא רעדט צו אייך די גרופע "מנהלים" פון אייוועלט.

ווי עס איז אייך גוט באקאנט, באשטייט די הנהלה פון צוויי באזונדערע קערפערשאפטן, גערופן "מנהלים" און "אחראים", אויך באקאנט אלס די "רויטע" (מנהלים) און "גרינע" (אחראים). די פונקציעס פון די צוויי גרופעס זענען פארשידנארטיג. בעת אויף די אחראים ליגט מער-ווייניגער די טאג טעגליכע ארדענונג פון די פארומס, אריינגערעכנט פארריכטן קעפלעך, צוטיילן אשכולות, אוועקפירן אדער לייגן שלעסער אויף שמועסן וואס באלאנגן נישט דאהי, ליגט אויף די מנהלים די געוואלדיגע אחריות פון אנהאלטן דעם אלגעמיינעם ניווא פונעם פלאץ און זעהן דערצו אז די ניקס (און יא, אויך די אחראים) זאלן זיך האלטן געטריי צו די תקנות וואס די מייסדים האבן אראפגעשטעלט ביים גרינדונג פון דעם זעלטענעם און טייערן ווינקל.

האט אבער - צו אונזער גרויס באדויער - לעצטנס פאסירט א שטארקע טשטוש הגבולים, ווען איינער פון די "גרינע" האט אריבערגעשפרייזט דעם "רויטן" ליניע און אנגעהויבן טוהן דא כאדם העושה בתוך שלו. אין פרידנסצייטן וואלטן מיר דאס באהאנדלט אינערליך, געשיקט א קלארע ווארענונג, און אויב דאס וואלט נישט געווירקט, אים אוועקגענומען די אחראים רעכטן. אבער אונזער יעצטיגער פאל איז אויסערארדנטליך און פרעצעדענטלאז, און ווי איר וועט ווייטער זעהן גרעניצט זיך דאס מיט אומגעהויערע פרעכקייט און זאגאר פארראט! דערפאר האבן מיר באשלאסן נאך לענגערע באראטונגען הונטער פארמאכטע טירן אז לא עת לחשות, מיר קענען מער נישט שלונגן און שווייגן, און טראץ די סענסיטיווקייט פון די אינפארמאציע, וועלן מיר ארויסקומען דערמיט אין די עפנטליכקייט.

מיר ווילן מקדים זיין אז צוליב די האקלקייט פון די נושא, און אויך צוליב אונזערע פעסטע תקנות, צו וואס אויך מיר מנהלים זענען פארפליכטעט, וועלן מיר נישט אריינגיין אין די פונקטליכע דעטאלן פון יעדן באשולדיגונג און פארדאכט, אויך וועלן מיר לעת עתה נישט ברענגן קיין דאקומענטירטע באווייזן אונטערצושטיצן אונזערע הנחות, מיר וועלן בלויז זיין א מגלה טפח ומכסה טפחיים פון די סאמע וויכטיגסטע אינפארמאציע וואס פעלט זיך אויס צעוויסן צו טוהן פאר די חשוב'ע מיטגלידער, כדי איר זאלט אונז קענען פארשטיין און אליינס קומען צו דער באשלוס אז וואס מיר האבן געטוהן אין דעם פאל איז ריכטיג און יושר'דיג. מיר האפן אז איר וועט אונז נישט באמוטשן מיט איבריגע פראגעס, ווייל דערווייל וועלן מיר נישט ארויסגעבן מער ווי דאס וואס שטייט דא אראפגעשריבן.

גראדע האבן מיר לאנג איבערגעקלערט אויב מיר זאלן קלאר ארויסשרייבן פון וועלכן "גרינער" די רעדע איז, אבער אין די ענדע איז איינשטימיג באשלאסן געווארן אז דאס מוז בעל כרחינו געטוהן ווערן, ווייל זיינע מעשים תעתועים זענען אזוי מערקבאר און אויבנאויפיג אז אפילו מיר זאלן פרובירן פארשווייגן זיינע בייזוויליגע אקטן וועט דאס פריער אדער שפעטער ארויסקומען אין די עפנטליכקייט, איז ממש א שאד אז מיר זאלן דאס נישט אויפוויקלן ווי געהעריג, והוקע אותו נגד השמש.

די רעדע איז פון א ניק וואס האט זיך אנגעבליך אהערגעשטעלט ווי א זעלטן געטרייער אחראי, שרייבנדיג און מעקנדיג ווען עס האט זיך נאר אויסגעפעלט, (און אפילו ווען נישט). פון צייט צו צייט האט ער זיך געלאזט הערן מיט זיינע מיינונגען וואס האבן אפטמאל בלויז רעפלעקטירט זיין פריוואטע דעה, אבער ער האט דאס אראפגעשטעלט בשער בת רבים כאילו ער רעדט דא בשם די גאנצע הנהלה. מיר וועלן נישט איבערגיין דא די לאנגע ליסטע פון עוולות וואס ער איז באגאנגען קעגן אונז, מיר וועלן זיך באגעניגן מיטן אויפברענגן זיין לעצטע אויסברוך אין די אשכול פון "האבן מיר פארלוירן אונזער טאטש".

יענער אשכול איז א טיפישער ביישפיל פון דעם פראבלעם וואס מיר האבן מיט דעם ספעציפישן אחראי. פון איין זייט שטעלט ער אן א פנים פון א געטרייער ארבייטער, און אין דער זעלבער צייט רייסט ער ארונטער רוב רובן פון אונזערע מיטגלידער וועלכע ווילן דוקא אנהאלטן דעם גאר פרומען אויסזעהן און געדאנקנגאנג. עס איז אונז געווען א הארצווייטאג צו ערהאלטן אזויפיל געזעגענונגס בריוולעך פון תורה טרייע ניקס וואס האבן זיך אפגעזעגנט פונעם פלאץ נאכן נישט קענען איבערטראגן דעם עפנטליכן העצע קעגן יעדע זאך וואס שמעקט מיט פרומקייט און ערליכקייט.

עס ווייסט יעדער איינער אז אייוועלט איז די שווארצאפל פון אויג פאר אלע ערליכע נעט-באזוכנדע אידעלעך, אויב זאל מען זיי פארשליסן דעם טויער פון מחאה דארט וואו עס פעלט אויס ווי לופט צום אטעמען, וועלן זיי אין די ענדע פארקלאפן דעם גאנצן וועבזייטל און גיין מאכן שבת פאר זיך, א זאך וואס מיר ווילן פארמיידן אויף אלע קאסטן.

אבער אלס דעם אליין וואלטן מיר נאכנישט איבערגעדרייט די שטאט, מיר וואלטן זיך באפרידיגט מיט א סילוק צום באטרעפנדן אחראי אין פריוואטן פאסט קעסטל, און אויב ער וואלט נישט פארשטאנען אויפן ווינק וואלטן מיר אים אוועקגענומען די שליסלעך. אבער וואס ברענגט אונז צו דעם פרעצעדענטלאזן שריט, איז א שטיקל דעטעקטיוו-סטיל ארבעט וואס אונזערס א געטרייער מיטגליד האט מיט גרויס ערפאלג אדורכגעפירט, וואס האט אים געברענגט צו ציען א מסקנא וואס האט אונז אלע אויפגעשטעלט די האר פון קאפ.

אויב ליינט איר די שורות שטייענדיג, רעקאמענדירן מיר איר זאלט זיך אנכאפן בעפארן ליינען ווייטער.

מיר זענען די לעצטע צייט געוואויר געווארן דורך פארשידענע אומוועגן אז - נישט מער און נישט ווייניגער, נאר - דער אלעמען באקאנטער 'געטרייער' אחראי "געלעגער", דינט גאר אלס דאפעלטער אגענט פאר אונזערע קאנקורענטן! אלע פעדימער צייגן קלאר און דייטליך אז נישט קיין אנדערער ווי ער זעלבסט האט גאר געגרינדעט דעם אנדערן וועבזייטל הידוע וואס מיר ווילן אפילו נישט אויפברענגן דעם נאמען צווישן אונזערע שפאלטן! נישט קיין וואונדער אז ער אגיטירט אזוי שטארק פאר ליבעראלקייט און קעמפט קעגן יעדע סארט מחאה וואס קען הייבן די אידישקייט שטאפלן פון אונזער ארט, אמער, הוא הגבר וואס שפילט א פירנדע ראלע אין דעם אנדערן מקום רח"ל!

ביים זיך איבערצייגן די קראנטקייט פון די שמועה לא טובה, האבן מיר שוין למפרע פארשטאנען פארוואס ער האט מיט זיין געוואלדיגע 'גוטסקייט' גענומען די מיה און געגרינדעט די טרויעריג בארימטע "אמ"ג" (אימעיל גרופע). מיר פארשטייען יעצט למפרע אז די אונטערליגנדע אורזאך דערפון איז פשוט געווען צו קענען אוועקצושלעפן ווי מער גוטע שרייבער פון אונזער וועלטל, און ווי מיר הערן טוהט ער דארט אנדרייען דעם עולם צו פאשן איבעראל נאר נישט דאהי, א זאך וואס דערקענט זיך שטארק אויף די סטאטיסטיקס פונעם סייט.

אויף דערווייל וועלן מיר זיך דא אפשטעלן, אבער אויב ער וועט פרובירן צוריקצוקעמפן ביי אונז אדער אויף זיין אנדערע וועבסייט, וועלן מיר געצווינגן זיין ארויסצוגעבן טייל פון די געהיימע באווייזן וואס מיר זאמלען איבער אים די לעצטע שטיק צייט! און מיר ווילן באטאנען אז דאס וועט אים שטעלן אין א גאר אומגינסטיגע ליכט, אפילו ביי זיינע אייגענע קאלעגעס אין דעם אנדערן פלאץ.

צום שלוס: מיר האבן טאקע געליטן א שטארקע דורכפאל, אבער מיר וועלן זיך האפנטליך צוריקכאפן דערפון ווי אמשנעלסטן, און אינאיינעם וועלן מיר צוריקשטעלן דעם הויכן ניווא פונעם פלאץ צו איר אלטע שטייגער, מיט די הילף פון א פרישע שטאב אחראים וואס וועלן האפנטליך אויסגעקליבן ווערן ביז א טאג-צוויי. (אלס תשובת המשקל וועלן מיר יעצט געבן א פארצוג פאר גאר ערנסטע מיטגלידער וועלכע האבן זיך שוין ערווארבן א נאמען פון פרומקייט און קנאות).

ועל זה באנו על החתום אור ליום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר "כל המשכב אשר ישכב עליו" וגו', ר"ח ניסן תשע"ד לפ"ק

(-חתימת המנהלים)


איז דאס א אפריל דעם ערשטן וויץ? איז דאס אמת?

הייסע נייעס.

סחורה ווי גאלד.
(- - -)

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר