איז דאס אמת? - ברעקינג נייעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

איז דאס אמת? - ברעקינג נייעס

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

א נאנטער ידיד, וואס שרייבט כסדר דא און קען זיך פערזענליך מיט איינע פון די מנהלים, זאגט מיר פריער אז עס זענען פאראן ערנסטע פלענער אז אייוועלט מיט קאווע שטיבל זאלן זיך צוריק פאראייניגן. יענער זאגט מיר אז די גאנצע טענה פארוואס מען האט זיך אפגעטיילט, איז געווען דער שטרענגער צענזור אויף אייוועלט, למעשה מיט די צייט זענען ביידע זייטן געווארן אביסל לויזער, אין קאווע שטיבל האט מען איינגעזען אז מען קען נישט ממש אלעס לאזן און מען מוז האבן א שטיקל צענזור, ווידער אויף אייוועלט איז געווארן דאס מעקן אסאך גרינגער און מען לאזט שוין די מענטשן זאגן אן אייגענע דעה, דאס דערקענט מען אויף די שרייבערייען און די רוח המקום.

לויט זיינע ווערטער, איז נאך די פלאן רוי, מען האלט נאך אינמיטן אויסארבעטן די יסודי הדברים, וואס מען וועט יא צולאזן און וואס נישט - א זאך וואס יעדער זייט פראבירט עס זאל זיין די מערסטע צוגעשטעלט אויף זיין זייט, מען רעדט אויך ארום איבער דער נאמען, צי מען זאל טוישן דעם נאמען אדער זאל עס צוריקגיין ארגינעל צו 'היימישע קרעטשמע', א זאך וואס אויב דאס פאסירט, וועלן אלע יעצטיגע ארטיקלען פון קאווע שטיבל אריבערגעלייגט ווערן אהין. דאס איז אין מיינע אויגן א דורכברוך פון א זאך, אז קאווע שטיבל ארטיקלען וועלן אהינגעלייגט ווערן.

לויט ווי אזוי מיין חבר גיבט מיר איבער, זענען אלע זאכן ממש רוי, די מנהלים שמועסן דאס דורך פריוואט, עס איז נאכנישט פאבליק, ווי אויך קען זייער מעגליך זיין אז די גאנצע מעשה זאל זיך אויסלאזן מיט גארנישט. על-כל-פנים, אז אזעלכע פלענער זענען פאראן.

איך בין נייגעריג צי אנדערע האבן שוין געהערט דערפון, און צי עס איז דא איינער וואס קען מיטטיילן מער פרטים.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר