די רעדל הייבט זיך אהן צו דרייען!!!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 6317 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1148 מאל

די רעדל הייבט זיך אהן צו דרייען!!!

שליחה דורך לית דין בר נש »

איך האב מיר אוועקגעריסן פון די שווערע ארבעט (איך האלט אינמיטן אויסבלאזן מיין ש"ס) פאר אפאר מינוט מקיים צו זיין דאגה בלב איש...

יעך רוף זיך א מיטליעריגע אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדערלעך קע"ה די אויבערשטער זאל העלפן ווייטער, פרנסה אויך נישט זיך אפצורעדן אויף וויפיל מען ארבעט, ווי האט יענע געזאגט א האלבע טאג לערן איך נישט אין א האלבע טאג ארבעט איך נישט, אבער ב"ה אזוי דוירך צו שטופן די חודש איז בחסד עס איז דא אויף רענט געז עלעקטריק טעלעפאון בילס אפי' פאר די צוויי סעלפאונס (מיינס אין די בני בית'ס) די גראסערי אין שכר לימוד ווערט גידעקט כמעט בשלימות אין וואס נישט פראבירט מען צו דעקן די נעקסטע חודש. מען לאזט נאך אביסל אין טאש פאר צדקה צופרי אין שוהל, אביסל געלט די ווייב זאל קענען שאפע"ן אין אפי' אביסל פאר ווען די ווייב איז מחליט אז זי דארף א דייעט אדער עקסערסייז.

דאס איז אבער אלעס ביז.....

ר"ח ניסן קומט אהן!!! יעדע טאג איך קום אהיים ווארט מען מיר אפ, זאג נאר האסט נאך אביסל געלט אלע קינדער דארפן נייע שיך שבתדיגע אין וואכענדיגע, יעדע דארף א נייע ראו"ב אין א נייע קלייד אויף פסח אין נאכדעם דארף יעדע די נייע זוממער שטאפיר סתם אזוי, מען טאהר נישט גיין זוממער אין ווינטער די זעלבע ראו"ב אדער די זעלבע קלייד, ווינטער מוז זיין טונקלע קאלירן אין דיק זוממער מוז זיין ליכטיגע קאלירן אין דין. נאכדעם בעהט זי זיך אזוי שיין כ'האב גיזעהן הערליכע קייטלעך פאר אלע מיידלעך עס איז נישט טייער איך מיין אונז מעגן זיך דאס ערלויבן פאר פסח. יעצט דאס אלעס איז בחודש אשר ישועות בו מקיפות וואס מען דארף קויפן מצות (איך גלייב עטץ קענטס אלע די פרייז) גרעי"פ דזשו"ס וויין פאטעיטאס אייער פיש פלייש חרוסת חזרת (איך לאז דא ליידיג יעדע קען אריינפילן זיין טא"ו סענ"ס) אין דאס איז חוץ פון נאך אפאר פסחדיגע כלים וואס מען דארף נאך איינקויפן ווייל יעדעס יאר קויפט מען אביסל. וכו'

עכ"פ דער חודש ניסן גיבט מיך א דריי אריין אין א ספי"ן איך בארג אויס אפאר טאללער"ר אויפן חשבון פון מיין קומענדיגע פאר טשעקלעך איך וויש דער קרעדי"ט קארט"ל עד שידי מגעת אין די נעקסטע צוויי חדשים מיטשעט מען זיך מיט די רענט די בילס ווערן נישט געצאלט ווייל די טשעקלעך דארפן גיין פאר די קליינע חובותל'ך.

ב"ה עס איז שוין א וואך נאך שבועות איך וויל זיך פראבירן אויס צוגראדן די הויקע אין אפאטעמען אבער ניין.....

זאג נאר האסט שוין גיגעבן די דיפאזיט פאר די באנגעלו"י? האסט געדינגען א קאר פארן זוממער? אזוי הער איך איר פרעגן.

פאר איך גיי ווייטער א קליינע הפסקה איך ווייס וואס דא גייט קומען די ביסט משוגע? ווער בעט דיר צופארן אין קאנטרי? לאז מיך ענק געבן אביסל די בעקראונ"ד איר ברייטע משפחה אין חברטע'ס פארן אלע אין קאנטרי זי אליין איז א יליד קאנטרי וואו מען רופט עס אלע יארן דוירט גיוועהן. זי שרייט איך זאג דיר אויב אונז בלייבן מיט אלע קינדער אין שטאט כאפ איך א נערוון בראך איך האב נישט ווי ארויס צו שיקן די קינדער שפילן וכו' וכו' (איך גלייב עס איז דא אסאך וואס קענען דער שפראך).
עכ"פ איך האב איינגיזעהן אז אהן קיין פראפעשינעל העל"פ קען איך אין שטאט נישט בלייבן האב איך מחליט גיוועהן פראפעשינע"ל העל"פ איז נישט צופיל ביליגע ווי די קאנטרי! נא זאל איך שוין באגראבן די געלט אין קאנטרי אין יעדע זאל זיך ענדזשויע"ן, ענדערש ווי באגראבן ביים טעראפיס"ט אין נאר ער זאל זיך ענדזשויע"ן!!!

צריק צום ענין ווי האב איך נאר געהאלטן? יא ביי זוממער! שוין איך דארף נישט מאריך זיין אז די זוממער איז איין גרויסע לאך! חוץ אלעס וואס מען האט געקויפט ניסן קומט א נייע שאפינ"ג ספר"י פאר די קאנטרי אין עס איז סתם אזוי הוצאות מרובה מהכנסות ...

אה ב"ה מען פארט שוין אהיים פון קאנטרי איך וויל זיך פראבירן אויס צוגראדן די הויקע אין אפאטעמען אבער ניין.....

עס איז דאך ער"ח תשרי. זאג נאר די מיידלעך מוזען האבן נייע אוניפארמ"ס פאר די נייע סקול יאר, קוק אויף זייער שיך עס ווערט געהרג'ט אין די קאנטרי מען מוז קויפן נייע, איך שעם זיך זיי אזוי ארויס צו לאזן אויפן גאס, איך קען קויפן איין נייע קלייד פאר יעדעם איינעם פאר סוכות? איך מיין אז אפשר גייט מיין מאמע עפעס צושטייער געבן! נא וואס זאל איך זאגן ניין? אין וואס איז וועגן נייע מאנטלעך? אין קוק זייער אלע ווינטער קליידער זענען שוין קליין! אין אודך א פרישע פילע שאפינ"ג ספר"י.

איך האף אז עטץ גידענקסט אז איך האלט נאך פאר ד' מינים אין פיש אין פלייש וואס רוב חודש עסט מען דאס דריי מאל א טאג.

אין ב"ה עס קומט אן חנוכה אין ב"ה מען קען זיך אויגראדען די הויקע אין מען אטעמט אפ!!! מען קען צריק לעבן נארמאל אהן דרייען געלט אבער בסך הכל האלט עס אהן טבת שבט אדר, נאכדעם קומט נאכאמאל ניסן אין די רעדל הייבט זיך נאכאמאל אהן דרייען אין אזוי דרייט זיך עס יאר נאך יאר!!!


נ.ב. דאס איז נישט א געלט אפיל! איך וויל נישט באקומען אין אישי קיין שום נדבות
דאס איז נאר א אויסברוך!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לית דין בר נש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר