**קאווע בלעטער** לפסח - עם מוספים!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2269 מאל
קאנטאקט:

**קאווע בלעטער** לפסח - עם מוספים!

שליחה דורך פישלע העררינג »

ברוך הנותן ליעף כח, אז מיר האלטן שוין ביי די לעצטע פאזן פאר'ן הוצאה לאור פון די פסח'דיגע "קאווע בלעטער".

קאווע שטיבל איז עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר. תקופות גייען אדורך אהן זאכליכע הודעות, אבער הודעות פון אנדערע זמנים ערגענצן דעם חלל. מען דארף זיי נאר אויפזוכן בחורין ובסדקין, און זיי מוציא יקר מזולל זיין. מיר האפן אז די "קאווע בלעטער" וועט צוריק אנצינדן א פייער אין די הערצער פון די שרייבער, און דאס טינט וועט ווידער נעמען פליסן אינהאלטסרייכע מאמרים.

אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי די מעינסטרים מאגאזינען און צייטונגען, אז לכבוד פסח געבן מען ארויס א מאגאזין וואס מעסט זיך אויף די פונט, מיט מוספים על גבי מוספים, מוסף והולך ביז עס פרעגט זיך היכן יכנס כל הפישתן (מלשון א ton פּיש? נו! ביי אונז רעדט מען נישט אזוי...) הזה, וועלן מיר לכבוד פסח אויכעט נאכגיין אין זייערע דרכים.

אויסער די "קאווע בלעטער" וועלן מיר האבן צוויי מוספים. איינס הייסט "ילד שעשועים" - געאייגענט פאר קינדער. כאן המקום להודות פאר "[tag]קאוועניק[/tag]" פאר'ן אנדרייען און בעטן דערפאר. די צווייטע - און גאר חשוב'ער - מוסף הייסט "ספר האישים", מעשה ידיו להתפאר פון ידידנו הדגול והמוכשר מאוד כמר [tag]מאראנצןזאפט[/tag] שיחי' וואס איז קובע ברכה לעצמו און איז ממש כליל לאישים... כל כולו געווידמעט פאר די אנשי שם אנאלעזירונגען פון דער שרייבער.

היות איך בין יעצט בין דזשאב לדזשאב, האבענדיג אויפגעגעבן מיין איצטיגע דזשאב ממש די וואך, און איך גרייט מיך צו מיין נייע דזשאב אי"ה תיכף נאך פסח, האב איך פון איין זייט טאקע מער צייט (איך מוף אריין צום שווער אויף גאנץ פסח, סאו איך דארף נישט פסח מאכן) אבער פון דער אנדערע זייט האב איך פארלוירן מיין צוטריט צו א קאמפיוטער וואס איך פלעג האבן אין די ארבעט. איך אב מיך איינגעהאנדלט א נייע לעפטאפ, און איך האב עס שוין אויפגעסעט. אבער עס קען דויערן אביסעלע לענגער ביז די בלעטער וועלן זיין גרייט.

די איצטיגע אויסגאבע פון "קאווע בלעטער" וועלן אי"ה האבן א לינק אונטער יעדע קעפל וואס וועט צופירן צום אריגענעלע ארטיקל דא אין שטיבל, אזוי וועלט מען קענען לייקן דער מחבר כדבעי. - עס באדערט שטארק ווען מען זעהט אז הונדערטער על גבי הונדערטער מענטשן לאדענען אראפ די בלעטער, און מען נעמט זיך ניטאמאהל די מיה איבערצולאזן א גוטע געפיהל ביים מחבר פון אן ארטיקל וואס מען האט דערפון הנאה געהאט.

היו נכונים.

נ.ב. די בלעטער וואלטן קיינמאהל נישט געוועהן אזא סאקסעס ווען נישט די אקטיווע מיטארבעט פון אונזערע היימישע ניקס, כל אחד בשמו הטוב יברך, ובפרט [tag]רויטע וואנצעס[/tag], [tag]ברסלבער[/tag], און [tag]קליגער אינגערמאן[/tag] און [tag]אבטולמוס[/tag] וועלכע האבן צוגעהאלפן בעצה ותושייה. טוב עין הוא יבורך.
(- - -)

דער אשכול פארמאגט 68 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר