ואת לחצינו זו הדחק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

ואת לחצינו זו הדחק

שליחה דורך פליקער »

ואת לחצינו זו הדחק

מורי ורבותי איך ווייס אז מען האט שוין פארגאסן אזוי פיל טינט אויפן נושא, אבער דאך קען איך זיך נישט איינהאלטן, מיר מיזן נאך אמאל אויסברעכן מיינע געפילן אויפן ענין, כאטשיג איך אליינס האב א דירה ב"ה, איז די וויליאמסבורג געווארן אימדערטרעיגלעך, די מאנגל און פלאץ גייט מיר צו צי די נערוון, עס איז פשוט נישט צי פארשטיין, ווי אזוי האלטן מיר דאס אויס, איך קים אהיים נאך א שווערן טאג ארבייט, איך פריוו צי געפינען א ארט פאר מיין מיני ווען, איך פארמאג נאך עפעס קאנפידענץ און מיין פישקע, נאכן ערשטן מאל ארים קרייזן דעים בלאק נעם איך א טולער, אריין און פישקע, איך האב אינזין א ספאט אויף שבעים לשון, אבער אין קול ואין זונה, עס איז נישט דא גארנישט, איך קיק אויף מיין פישקע מיט א פארשעימטע בליק אולי איז די פרייז מער, שוין געהערט לעצטענס אז ר' מאיר בל הנֶם איז ארויף, פריוו אינזין האבן אז עס איז דא שווערע צייטן, סיז פאר פסח, אבער איך דריי זיך נאך ארים, איך זעי א אינגערמאן אין א קאר, איך לאז אראפ די פענסטער מיט א בעיטענדע בליק, וואס איז דיין פלאן, ווען קען איך נעמען דיין ספאט, מיט א שנעלקייט געט ער א לייג אוועק זיין טריפה כלי, איך קלער אפשר איז דא ערגעץ דא פרי ווייפיי, ער זאגט מיר אז ער וואלט שוין געגאנגען נאר היות זיין מיני ווען איז גרעסער ווי זיין דירה, על כן בלייבט ער דא, ער גייט נישט אהיים נאר אויף צי שלאפן, זיין פענסטער פארט ארויף, איך פריוו נאך עפעס זאגן, אבער שוין נישטא, זיינע אויגן זענען געוואנדען צים טעלעפאן, מען קען נישט פארפאסן קיין רגע, ער וויל נישט מפסיק זיין, ער האט שוין עקספיריענס מיט אזעלכע נודניקעס ווי איך.

איך פאר ארים איך זעי די גאס ווירבעלט מיט נפשות העושות בקרב עמם, יעדער לויפט יעדער קויפט, ווי קיין מאל גארנישט, ריזיגע הערליכע קערידזשעס איך טראכט צי מיר, ווי לייגט מען די דאבל קערידשעס, ווי איז דא פלאץ פאר אזוי פיל קערעדזשעס, אנא יכנס כל המחרייקע הזה, יעדער איז פריילעך, אלעס פארט און קימט, קיינער כאפט נישט וואס דא גייט פאר, פארוואס שטעלט קיינער נישט ציזאם איינס מיט איינס, וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין, אז וויליאמסבורג איז צי קליין פאר אזא גרויסער וואקסענדע באפעלקערינג, אינזער וואוקס איז מער וויפיל פלאץ מיר פארמאגן, ווען איינער וויל אריינלייגן זעקס אנצעס וואסער אין א פינף אנצעס וואסער גלעיזל, וואס גייט פאסירן, העלא איינער הערט מיך, מען קען נישט אריין לייגן, עס איז פיל, וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין אזא דבר פשוט מאוד, מיר זענען פיל, אקעי מען גייט זיך אריין קוועטשען, אבער אלעס האט א גבול, צוואנציג יאר איז א גבול וואס איך קען נעמען, מיר האבן שוין צוואנציג יאר נישט קיין דירות, מיר האבן געשטיפט אהער און אהין, אבער עס איז שוין געים אווער.

פארוואס איז די פאקט אז מיר זענען אזוי עינג און וואוין ארט נישט קיין הויפט נייעס, נאר אויב איינעם פאלט איין א שמע קולינו צי שלעפן דעים עולם קיין בלומבערג וכדומה, אה דאן איז מען מיר מסביר אז היות עס איז דא א פראבלעים וואס הייסט דירות, אשר על כן האבן די עסקנים זיך אריין געלייגט ראשם ורובם צי שליכטן דעים פראבלעים, און דער עולם זאל שוין גיין דארט ווי מיר פאקט איין, אבער בדרך כלל הערט מען נישט קיין אפעציעלע העצעריי.

פארוואס איז נישט דא יעדע וואך כאטש עטליכע בלאט העצעריי, אז די וואך האבן חתונה בשעה טובה פיפצן פער פעלקער וועלכע זענען ליידער נישט זוכה צי קיין הרחוות הדעת, ברעיקינג נוז מיר האבן זיך דערוויסט פון צוויי אינטער ערדישע בונקערס עטליכע סקווער פיסלעך אן קיין פענסטערס, וואס האט זיך ליידער פארדינגן פאר זיבעצן הינדערט טולער, דער עולם ווערט געבעיטן איינרייסן, די גזירה איז איום ונורא, מיר זעיען נישט און ערגעץ באשריבן די צוועלעף קאפעלעך וואס האלטן זיך אויף און פוינטע פלאזע אויף א אימבאשטימטע טערמין, מיר הערן נישט אז אינטער דער ערד און א סאב בעיסמענט אויף בעדפארד עוועניו א גאנצע שטאק אינטער די בעיסמענט געפינען זיך א אימבאשטימטע סכום פון קאפלעך, מיר הערן נישט טעיגלעך פון די דירות אויפן זיבעטען שטאק אויף וואלאבאט איז פארהאן נעיז לעכער וואס ווערן ציכאפט דורך אינגע מחותנים פאר זייערע חתן'ס דומה לכלב'ס, כאטש עס האט ניטאמאל די מינדעסטע וואס א אידישע דירה ברויך האבן, נעמליך א וואנע, מיר זעיען נישט און די צייטינגען וועיגן די קולא דלא פסוק אז עס איז דא ערגעץ און וויליאמסבורג שטיבער וואס מען ניצט פאר חתן כלה דירות אבער די בית הכיסה איז נאר דא איינס פאר יעדע עטליכע, אויב איינער ווייסט גענויע אינפארמאציע זאל ביטע איבערגעיבן, מיר זעיען נאר וויפיל שעירי תורה גייט זיין חאלאמויעד, מיט אנדערע שטותים וואס איז נישט נוגע.

פאר וואס פארשטייען מיר נישט אז ווען איינער זאגט געים אווער, הייבט מען אן א נייע געים, די געים ווייסט יעדער אז עס איז אווער, די געים איז פיניש, מען שפילט מער נישט די געים, העלא, די האסט נישט געהערט קיינער זיכט מער נישט דעים גנב ביי פליס גנבים ווייל געים אווער, פארוואס דעי געים וואס הייסט וויליאמסבורג פארשטייט מען נישט אז געים אווער מיינט עס איז מער נישט דא קיין דירות, על כן זיך דיר א דירה ערגעץ ווי די געים איז נאך אפען, גיי זיך און א פלאץ ווי עס איז נאך דא א דירה זיך מער נישט דא, עס פאלט קיינעם נישט איין אזא זאך, יעדער הייבט אן דעים זעלבען גאנג כאילו ער איז דער איינציגער וואס זיכט א דירה.

איך האב א חלום פון א געיגענט ווי עס וועלן זיין דארט שטחים אן קיין גבול, די גאסן זענען גרייט אויף די פריש אנקימענדיגע פער פעלקער, יעדע וואך שפרייט זיך אויס די גאס מיט צוואנציג דרייסיג נייע דירות, קלענערע דירות פאר די נייע קאפלעך, גרעסערע פאר משפחה געבענטשטע קינדער, ביז די סוף פון תשע"ה וועט שוין לכאורה זיין דארט על פי חשבון עטליכע הינדערט נייע פאמילעס, טעמפלער'ס כולל האט אהין געמאפט, ווייל ער שפירט אז דא היות אלעס איז גאר ביליג איז נישט דא קיין סיבה מער צי האבן די כולל אין שטאט, מיין חלום זאגט אז סאטמער שפארט אפ די כולל אויך וועיגן די זעלבע טעם, ווער עס וואוינט און וויליאמסבורג קענען זיי ממילא נישט אויסהאלטן, ער האט נישט קיין שום שאנץ צי שטייגן, אויך האט בי ענד עיטש געמאלדן אז זיי מאפן אוועק זייער ווער הויז אהין און יענעם נייעם געיגענט און שטעלן צי ארבייט פאר ווער עס וויל נאר, עס קימט זיי אויס סאך ביליגער, און אינגע לייט קענען דורך שטיפן דעים באדזשעט מיט זייער געהאלט אסאך גרינגער ווי און שטאט, עס בלייבט איבער געניג אויך אויף חתונה מאכן די קינדער, אויך קרן עזר האט אויף געהערט העלפען פאר איינער וואס בלייבט און שטאט, ווייל קרן עזר טענה'ט אז עס איז נישט באגרינדעט מער צי וואוינען און שטאט, ווען מען מאפט ארויס צי די נייע געיגענט שניידט מען גלייך אלע הוצאות אויף העלפט, אויך מחמת די פלייץ פון אינגעלייט אינעם נייעם געיגענט וואס שפרייט זיך אויס מיט א אימגעהויערע אימפעט עפענען זיך אן א שיעור נייע פרנסות פאר אינגע לייט און ביזנעס לייט, די דעוועלעפערס געבען איבער אז היינט ענדיגן זיי פינף און צוואנציג שפאגעל נייע דירות יעדע וואך, צי די ציפרידענהייט פון אלע נייע איינוואוינער, אבער היות די נאך פראגע איז אזוי גרויס גייען זיי אויף נעמען טאקע די אינגעלייט וואס וואוינען שוין אינעם נייעם געיגענט, און מען גייט אויסשפייען פיפציג נייע דירות יעדע וואך מיטן אייבישטען'ס הילף, עד כאן החלום.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר