סעדאקא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

סעדאקא

שליחה דורך פליקער »

סעדאקא

איך זעי נישט קיין אשכול וועיגן די באוויסטע געים סעדאקא, איך קלער אז עס וואלט כדי געוועין צי מאכן אזא אשכול, איך רעכן זיך פאר א גאנץ גיטע שפילער אינעם געים, דהיינו אז איך קען אויס רעכענען מיט א זיכערקייט וועלכע ציפער קימט אין וועלכע קעסטעלע, אבער איך נעם זיך אינטער זייער שווערע רעטענישן, און איך פלעטער זיך פיל מאל מיין של ראש, ביז איך דערגיי די קעסטעלע וועלכע איז די גיב עוועי.

אבער אז איך פאל אריין מיט א רעטעניש וואס איך קען נישט אויסרעכענען, ווען עס העלפט נישט קיין פודינו ומזילינו מיז איך זיך ווענדן צים גרויסארטיגן ציבור, אולי זענען דא פארהאן אין אינזער געמיינדע חברה וואס עס וועט שטערן דעים סעדאקא שפיל, און פריוון אויף ציקימען מיט א ציפער וואס מען קען מסדר זיין, אויך אנדערע סעדאקא לייט קענען דא אריין לייגען זייערע פראגעס און צינעזאם וועלן מיר אויף קימען מיט טאקטיקן ווי אזוי מען חשבון'ט אויס ווי עס קימט וועלכע נומער.

געדעינקט, מען קען נישט סתם אזוי אריין לייגן ציפערען, יעדע ציפער מיז האבן א בארעכטיגונג, פארוואס עס מיז דארט זיין, עס זענען פארהאן פילע טיפס, וואס מיר וועלן מגלה זיין איינמאל דער עולם וועט זיך משתתף זיין מיט פאזלעך, אויב וועט קיינער נישט זיין נייגעריג, דאן וועט דער אשכול אוועק שטארבן בתוך שאר געשטארבענע אשכול'עך.

ובזה החילו, די ערשטע רעטעניש, האט מיין עפפ מיר פאראויס געזאגט אז דאס געקליבן פינעם שווערסטן סארט, איך האב עס גענימען ביז ווי ווייט איך קען, אבער פון די פונקט און ווייטער האב איך נישט קיין לייזינג, איך האף דער עולם וועט נעמען דעים סעדאקא ערענסט און קימען צי הילף, אנדערע וועלן ארויף לייגן זייערע רעטענישן, מען וועט זיך טענה'ן אויף געוויסע לייזינגען אדער אנדערע מהלכים וועט דער עולם קענען נהנה זיין.
.
בייגעלייגטע פיילס
Sedoko23659878.jpg
Sedoko23659878.jpg (52.5 KiB) געזען געווארן 1689 מאל
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר