אנטיק

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

אנטיק

שליחה דורך שעפטל »

נעכטן האב איך געזעהן אפאר בילדער ווי רבנים זענען ביי הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל פון וויליאמסבורג קוקן אנטיק ספרים און חפצים וואס האט זיך די לעצטע פאר יאר איינגעהאנדעלט.

נעכטן האב איך געזעהן קודם א בילד ווי מהרז"ל טייטלבוים איז געווען ביי אים
ביי יודי מאנדל יעצט.jpg
ביי יודי מאנדל יעצט.jpg (30.17 KiB) געזען געווארן 2407 מאל


נאכדעם האב איך געזעהן ביי איינעם ווי האדמו"ר מ'סאטמאר (מהר"א) שליט"א איז אויך דארט געווען א שטיק צייט צוריק.

ווי איך הער האט ר' אברהם יודא א געוואלד מיט סחורה, און נאכמער ווי דעם, יודי אלס יודע ספר ווייסט פונקטלעך וואס אין ווען יעדע זאך איז.

יעצט בין איך סתם נייגעריג צו מענטשן ווייסן וואס ער האט.

צו סיי ווער ס'האט עפעס אינטערסאנטע אנטיק ספרים אדער חפצים.

אויך ווייס איך פון הנגיד ר' משה שמואל זופניק פון וויליאמסבורג האט זיך פאריאר איינגעהאנדעלט א ספר תורה וואס איז אנגענומען אז ס'האט געהערט פאר הרה"ק הדברי חיים מצאנז זי"ע. און טאקע צענדליגע צו אפשר שוין הונדערטע אדמורי"ם ורבנים באזיכן ר' משה שמואל'ן און שרייבן אריין זייער נאמען און דאטעם מיט התרגשות אין א ספעציעלע ספר הזכרונות.

וואס נאך איז דא אויף די ארענע?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר