ידען האט געשריבן:איינער פון מיינע ידידים פון דא וואס איז מיט מיר אויף google talk האט מיר געזאגט אז אויב ווילעך הערן פירסו הענד זאלעך פארשאפן די סידי פון גמח יוסף שלמה און אויס הערן די דרשה פון בעלזע רבי און די אלע דרשות פון די רבנים אין די התאחדות הרבנים מיטינג.
איין זאך נאר, איידער די הערסט צו די סי. די. פון בעלזער רב הער נישט קיינעמ׳ס מיינונג, הער עס אויס מיט אן אביעקטעוו בליק ענד בי רעדי פאר ביג סופרייזעס אויף די בלאף וואס מען האט דיר פארקויפט אלע יארען, איך גלייב גייסט זיין היבש אנטוישט ווען די גייסט הערן אז דאס איז די גאנצע וואס ער האט געזאגט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
ידען האט געשריבן:איינער פון מיינע ידידים פון דא וואס איז מיט מיר אויף google talk האט מיר געזאגט אז אויב ווילעך הערן פירסו הענד זאלעך פארשאפן די סידי פון גמח יוסף שלמה און אויס הערן די דרשה פון בעלזע רבי און די אלע דרשות פון די רבנים אין די התאחדות הרבנים מיטינג.
איין זאך נאר, איידער די הערסט צו די סי. די. פון בעלזער רב הער נישט קיינעמ׳ס מיינונג, הער עס אויס מיט אן אביעקטעוו בליק ענד בי רעדי פאר ביג סופרייזעס אויף די בלאף וואס מען האט דיר פארקויפט אלע יארען, איך גלייב גייסט זיין היבש אנטוישט ווען די גייסט הערן אז דאס איז די גאנצע וואס ער האט געזאגט.
און געדענק אז די זאלסט דייקא הערען דעם אויטענטישן טעיפ ווייל כידוע האט סאטמאר געפעלשט בעלזר רב'ס קול און צוגעלייגט שטיקלך וואס ער האט קיינמאל נישט געזאגט, און אויב הערסטו צו די סאכדעם דרשות דאן טוה דיר א טובה און הער אויך צו די דרשות וואס זענן געזאגט געווארן ביים מעמד הכתרת הבד"ץ של מחזיקי הדת און אויך דרשת הגה"ץ ר' יעקב יצחק ניימאן זצ"ל (אבער דאס איז שוין אביסל שווער צו שאפען).
פיין באשטעל פליז די 3 סידיס פון זיי, מיר וועלן זיי אי"ה אויסהערן בענעזאם ביים ק"ש קומזיץ, אוקי? ---------------------- הער פראפעסאר דו ווייסט אפילו נישט ווי גוט דו זאגסט, כ'מיין דער מחלוקת איז א פערפעקטר דוגמא פונעם ריי"צ'ס ווארט "חזקה על תעמולה שאינו חוזרת ריקם".
געפילטע פיש האט געשריבן:איז דעס געווען די זעלבע מערכה ווי די שחיטה מיט די עדה?
יא. ס'איז געווען א טייל (און אפשר דער עיקר( פון פעקעדזש דיעל. אבער דאס האט געהאט בעיקר צו טון מיט די עדה החרדית און זייערע שווייצער באנק אקאונטס. בעלז, אלס קהילה איז אריגינעל געגאנגען צוזאמען מיט "די עדה" אין עניני שחיטה. נאר אין בעלז האט מען זיך ארומגעזעהן אז מען האט די נאמבערס ספעציעל אין ירושלים. דער בעלזא רב האט דעסיידעד צו "מאכן שבת פאר זיך". דאס האט אנגערירט א "פיינענשל" נערוו ביי די עדה. ואידך פירושא זיל גמור. נ.ב.: איך נעם נישט קיין שום צד אין די גאנצע פרשה.
מיר געדענקען די פרשה גיט הגם איך בין נאך געוועהן א קינד אבער האב עס מיטגעהאלטען די קאך און שפעטער מער דערגרינטעוועט
כ'האב נישט קיין נערווען עס צי שרייבען אבער אפאר איינצעלהייטן לכבוד חברי השטיבל
דעם בעלזער האט וויי געטוהן וואס סאטמאר האט אזוי אוועקגעמאכט זיין פעטער הרה"ק מ'בעלז צי סאטמארע רבי זצ"ל האט יא געזאגט אדער נישט געזאגט אז אהרן הכהן האט אויך געמאכט א עגל מיינענדיג הרה"ק מבעלז בנוגע הבחירות איז אירעלעווענט עס איז געניג געוועהן א שמועה איז אזוי געגאנגען, ממילא האט ער גערעדט מיט חוצפה אקעגן סאטמאר רבי זצ"ל
(במאמר המסוגר אויב איך האב נישט קיין טעות איז עס געוועהן תשמ"ב נישט תש"מ)
און איך מיין די אלע היינטיגע סאטמארע רבי'ס וואלטען נישט און האבען נישט גערעדט בעסער אפילו אויף גדולי הדור אויב האט מען געטשעפעט זייערס א פעטער, טא וואס איז אזוי געפערליך אז דער בעלזער האט זיך אנגענומען פאר זיין הייליגען פעטער?? אתמהה
איך בין בכלל נישט קיין בעלזער אבער אויך נישט קיין סאקמארער....
בקיצור המעשה עס האט זיך אנגעפאנגען א געזינטע שטינק, ווארום סאטמאר איז דעמאלץ געוועהן ברום המעלה מיט די עדה אין טאש, און געשפילט מענאפאלי אין די עולם הרבנות. און ווי דערמאנט אויבן געצווינגען חתימות רעכטס און לינקס... טאהש'ע רבי האט קלאר נישט אינטערגעשריבן ווי ער האט געהאט בצוואה פון זיין זיידען זיך קיינמאל נישט מישען אין מחלוקת, נאר נאך די פרעשער פון סאטמאר האט ער געשריבען א פערזענלעכע בריוו די גרויסקייט פון הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל
די סאטמורים האבען אים אינטערגעשריבען בלי רשות און די טאהשער האבן טאקע אריינגעלייגט אן ארטיקעל דערנאך אינעם אלגעמיינער דזשורנאל א אפלייקענונג אויפן חתימה...
אזוי אויך פילע אינטערגעשריבענע חתימות האבן זיך געלאזט הערן ברבים וביחידות אז די חתימה זייערע איז געוועהן געצווינגען - נישט בארעכטיגן דערמיט די חוצפה קעגן הרה"ק מ'סאטמאר אבער פארט האבן זיי נישט געהאלטן ביים דערדריקען א קהלה קדושה בישראל וואס איז געגרינדעט געווארן דורך צדיקי הדור מדור הקדום
נישט יעדער איז איינשטימיג מיט סאטמאר אז די בעלזער איז א מסית און נישט יעדען אפילו פון סאטמאר האט געשמעקט די קארטונס דעם בעלזער ווי א בער צי די ניגונים אין סאטמארע חדר ימ"ש וכדומה...
איך וויל ערהוילן אז איך באלאנג נישט צי קיינע פון די קהלות און האב נישט קיין נגיעות צי קיינעם און איך זאג די זאכען וואס איך האב אליין בייגעוואוינט אדער דערגאנגען ביזן מקור הראשון און ווער עס וויל ארויפשפריגען און דרייען א קאשע זאל אזוי טוהן
אבער באמת יעדער האט דאן געהאט א חלק אין טון נישט נארמאלע זאכן, הן סאטמאר און הן בעלזא, זייערע הענט זענען אויך נישט ריין פון טעראר פון די מ' יארן ווער ס'קען די מעשה מיט רא"מ שווארץ
היינט אזויפיל יארן שפעטער, קען יעדער שרייבן וואס ער וויל אפי' די וואס האבען יא מיטגעהאלטן די גאנצע פרשה פין 30 צירוק געדענקן נישט יעדע דעטאל חוץ די גיטע בעלי זיכרון
היינט 30 צירוק, קען יעדע חדר יונגעל קומען אין דרייען די פאקטן וויאזוי ער וויל אין ברענגן סברות אהער אין אהין, אין גיי פרעג אים אפ
אין מציאות זענען די רבנים פין 30 יאר צירוק נישט געווען אזעלכע בעלאניס אין זייער פאקטישע חתימה איז די שטערקסטע באווייז ווען עס זאל זיין עפעס פאלטש וואלטן די בעלזא דעמאלטס געקענט מאכען 'צימעס' דערפון די בעלזא זענען נישט אזעלכע קעלבלעך, זיי קענען אויך דעם זעקסטן שולחן ערוך אין האבען זיך פארטיידיגט די בעסטע וואס זיי האבען געקענט
נאר, אז דער בעלזער רב האט מפייס געווען האט נישט קיין שום זון אויפצוועקן אלטע חטאים
ביי די פרשה פון די בחירות איז געווארן א מחלוקת צווישן סאטמאר און בעלזא. הויפטזעכטליך צוליב א דרשה וואס סאטמאר רבי זי"ע האט געזאגט, וואס אנגעבליך האט ער געזאגט אז אהרן הכהן האט געמאכט די עגל, און עס האט זיך געזאלט באציעהן צו מרן מהר"א מבעלזא זי"ע. (איך גיי נישט אריינגיין יעצט אין יענע נושא, וואס מרן מסאטמאר זי"ע האט יא אדער נישט געזאגט). עכ"פ הבערה ללהב יצאת, און עס איז געווען א גרויסע מחלוקת.
מרן מבעלזא איז נסתלק געווארן תשי"ז. חסידות בעלזא, איז געבליבן אן א פאקטישע אדמו"ר ביז חמשה עשר באב תשכ"ו, דאן האט מען אויפגענומען דעם פרישן אינגערמאן - די היינטיגע בעלזא רבי - אלס ממלא מקום פון זיין פעטער. (איך גיי נישט אריינגיין יעצט אין יענע נושא, ווער עס האט יא געוואלט ער זאל דעמאלסט ווערן רבי, ווער עס האט געהייסן מען זאל נאך צו ווארטן אביסל, און פארשידענע ראזינקעס ארום יענע תקופה)
די מחלוקת אין יענע יארן האט זיך איינגעשטילט, צוליב דעם וואס מרן מבעלזא איז שוין נישט געווען בעלמא הדין, און עס איז שוין נישט געווען אקטיוו.
דער היינטיגע בעלזא רבי, האט לאנגע יארן געווארן נפקד צו ווערן בזרע של קיימא. תשל"ג איז ער געווען דא אין אמעריקא, און ער איז געפארן קיין פלארידע מיט א קוויטל צו מרן מסאטמאר זי"ע. דער שריט איז געווען אומעמטליך, א שלום צווישן בעלזא און סאטמאר.
כ"ו אב תשל"ט, איז מרן מסאטמאר נסתלק געווארן. די נעקסטע יאר צייט איז געווען פארשידענע געפעכטן צווישן קהלת בעלזא און די עדה החרדית. (מער פרטים האף איך שפעטער צו שרייבן, עס ווערט יעצט אביסל שפעט...).
מוצאי שמחת תורה אין ארץ ישראל איז דא א מנהג אין בעלזא צו זאגן שטייעדיגע תורה (עס איז די איינציגסטע מאל אין יאר וואס דער אדמו"ר זאגט תורה שטייעדיג), דער בעלזא רבי, האט געהאלטן א לענגערע דרשה, בכלליות איבער די שיטה, און בפרטיות איבער דאס נעמען געלט. די גאנצע דרשה איז מיט א שטארקע זלזול אויף מרן מסאטמאר זי"ע, און בתוך הדברים האט ער געלאזט פאלן ווערטער, וואס האט געדארפט צו זיין א זלזול איבער די אונגארישע רבנים הקודמים בכלליות. ווי צו זאגן א מעסעדזש, איך בין געווען פרומער אסאך פאר דו האסט דיר דערמאנט צו זיין פרום, אלזא טייל מיר נישט איין וואס עס מיינט פרום.
מיט דעם האט אויפגעפלאקערט די מחלוקת אויפן גאר גרויסן פארנעם, און דאן איז ארויס גאר א שארפע קול קורא קעגן בעלזא רבי פערזענליך, און קעגן קהל מחזיקי הדת.
דאס זענען די פרטים בקיצור, אי"ה ווען די צייט וועט ערלויבן וועלן מיר פארברייטערן די אונטערליגענדע היסטאריע איבער יענע פרשה. מיט פארשידענע בליקן און מאמרים פון ביידע צדדים פון די מטבע.
ר' משולם די דרייסט מיט די צונג [סארי מיט די פינגער אויפן קי בארד] ער האט גערעט וועגען די בעלז'ער רבי'ס וואס זיי האבען געקעמפט פאר אידיש'קייט אין די צייט וואס און אונגארען האט מען נאך געגעסען שטאפ גענז, איז דאס א זלזול אין חתם סופר ? ווען איינער רעדען וועגען עסען "פיצא" איז ער מזלזל אין דעם רב המכשיר
קעגען סאטמאר'ער רבי'ן האט ער געזאגט די ווערטער "ער האט מזלזל געווען אין גדולי ישראל וועגען די אינטערעסען פון זיין שיטה"י
בכל אופן איז עס געווען א פאר קורצע ווערטער, געזאגט אין א ראאוגיער טאהן, שטייט און איבערגעטראכט, ווען א קנאי רייסט אראפ אן אנדערען גייט דאס געווענדליך מיט א טעמפו, מיט א טראק לאוד פון זלזולים
איך דארף איבערהערן די דרשה, און ציטירן ווארט נאך ווארט, פון די זלזול וואס ער רעדט פון מרן מסאטמאר. אבער פון זכרון ארויס, דאס אז ער האט געקעמפט פאר פריוואטע אינטערעסן איז נישט קיין זלזול? טאטש מיך נישט איך האב א שיטה איז נישט קיין זלזול?
איך גיי יעצט נישט אריין, צו ער איז ביסוד הדברים געווען גערעכט. צו די עדה איז געווען גערעכט.
די נושא איז יעצט, צו ער האט דאן גערעדט מיט חוצפה קעגן מרן מסאטמאר. און אויף די פראגע איז יעדער מודה, אפילו ב.מ. קופערשטיין בדרשתו דהאי שתא, אז ער האט גערעדט מיט חוצפה.
זר זהב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די גרויסע גדולה פון מהרא"ס וויזיט צו זיין אייגענעם שוואגער. ער וואלט געדארפט זיין אין גוטן מיט אים אלס א ש"ב.
ווייל אין די אייגענע קהילה האט ער געהאט גרויס התנגדות אז ער האט זיך נישט געקענט באווייזן בפני קהל ועדה צוזאמען מיט איהם איידער ער איז מפייס דעם דברי יואל זי"ע. כאטש פריוואט האבן זיי גערעדט טעלעפאניש און זיך געטראפן ביי פארשידענע געלגעגנהייטן.
ווער פון די בעלי החותמים זענען נאך עוד אתנו בחייהם חיותם על אדמות עד עמוד הכהן לאורים ותומים, לאורך ימים ושנים ארוכים?
אהרן צבי טויב - האליין (תלמיד עוד מקראלי ואח"כ סאטמאר, ויש כמה אגרות אליו מרביה"ק מסאטמאר - זיין פאטער רבי שמואל דוד טויב שו"ב מוזשאי איז געוועהן א שוואגער מיט ר' צבי גליק, ביידע זענען געוועהן איידימער ביי רבי יעקב יחזקי' גרינוואלד אחיו של קרן לדוד וערוגת הבושם, ר' צבי גליק איז געוועהן דער שווער בזוו"ש פון בילגרייע רב, קומט אויס דער האליינע רב איז א ערשטע קאזין מיט דער בילגרייע רב.) צבי הירש מייזליש - שאפראן ישראל חיים מנשה פריעדמאן - סאטמאר יצחק מאשקאוויטש - תורת חמ"ד יחזקאל ראטה - קארלסבורג ברוך כהנא - קארלסבורג משה יאזעפאוויטש
איינע פון די נישט פינקליכקייטען איז אז די קעגענער זאגען אז ער האט געזאגט אויפן סאטמארער רב פאר זיינע אייגענע אינטערעסען, וואס מען מאכט עס סאונדען זייער ביליג
אבער געזאגט האט ער "וועגען די אינטערעסען פון די שיטה" און דאס איז דאך אמת
און צו דיר ר' דולה
ר' יחזקאל ראטה האט שוין לאנג צוריק געצויגען, ער איז זייער נאנט פארבונדען מיט די בעלזער
משולם פייש סג"ל לאווי - טאהש שמואל זאב ליכטער - דומ"ץ קהל עדת קראסנא / כונת הלב אברהם אביש הורוויץ - מעליץ יוסף צבי איליאוויטש - שאמשאן יעקב שמעון דאכנער - בעדהאמענט