חתונות ראטע געפאלן מיט 20%

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16556
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19052 מאל

חתונות ראטע געפאלן מיט 20%

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין די צייטונגען די וואך ווערט געברענגט א באריכט, אז די באפעלקערונג אין ברוקלין איז זיך שטארק צעוואקסן, א דאנק דעם ארטאדאקסישן אידנטום, וועלכע האבן א נאטורליכע (תורה'דיגע) שנעלע געוואוקס.

אבער אין "דער בלאט" ברענגט ער אן "אלאמירנדער באריכט" אז די צאל חתונות איז געפאלן מיט א ערשטוינענדע 20 פראצענט, אין פארגלייך צו יארן צוריק, און מען קען נישט דערגיין די גענויע אורזאך דערפון.

ד.ה. אז עס דרייען זיך ארום גאר א געפערליכע גרויסע צאל עלטערע בחורים און מיידלעך וועלכע דארפן געהאלפן ווערן מיט זייער זיווג הגון.

גוט-זאגערס (אדער שלעכט-זאגערס) זאגן, אז דער מצב וועט בלויז ווערן ערגער ח"ו, ממש קריטיש, קאטאסטראפאל, עפידעמיק, א.א.וו. צוליב וואס אין צוגאב צו די ביז איצטיגע פראבלעמען, וועלן צוקומען די אלע שטובער מיט וועמען מען טאר זיך נישט משדך זיין אלס דעם איסור פון אינטערנעט, און לויט א טייל פוסקים, די קינדער דורך בוני עולם זענען נישט ראוי לבא בקהל ה', און דאס שוין חוץ דעם פאקט פון מער און מער אפגעפארענע נעבעך... השם ישמרנו.

וויצן אין א זייט. דער מצב איז איום ונורא, און מען דארף איינרייסן פאר א ישועה שלימה פאר די אלע צובראכענע נשמות.

עכ"פ איך וואלט געוואלט וויסן צי דער עולם דא קען אויסגעפינען און דערגיין די סיבה דערצו?
בייגעלייגטע פיילס
Wedding Rate Low.JPG
Wedding Rate Low.JPG (161.01 KiB) געזען געווארן 755 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר