עלבונה של תורה ביי כינוס כלל ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2720
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

עלבונה של תורה ביי כינוס כלל ישראל

שליחה דורך דולה ומשקה »

דא וויל ארויף ברענגען א נושא, א וויכטיגע נקודה, וואס מוז אויס געשמועסט ווערען, און ווערען ארויס געזאגט, בנוגע מבזה זיין תלמידי חכמים אויפן גרעסטע פארנעם, באופן גלוי פאר די אויגען פון פערציג טויזענט אידען חסידישע ליטווישע גלייך, אבער אלס א חסיד וועל איך זיך שטעלן טאקע צו דער זייט.

דוגמת מעשה "מענגעלע" ווערט געטוהן דורך יונגע בעל בתישע מענטשען, אין מאכען "סעלעקציעס", זיי שטעלן אויס ווי אדמורי"ם ורבנים, אין פון די סאמע חשוב'סטע רבנים זאלען זיך זעצען ביי דעם כינוס.

ווער האט אפגעמאכט וועלכע רב זאל זיצען ווי?
וואס פאר א מהלך האבען זיי גענוצט בנוגע די פלעצער ווי די רבנים זאלען זיצען?

איך וועל גיין מער בפרטיות:

ווייסט איינער ווי הגאון האדיר מגדולי הפוסקים בעירנו בארא פארק רבי יחיאל מכל שטיינמעץ שליט"א איז געזעצן? האט איינער אריין געטראכט פארוואס מ'זעהט איהם נישט אויף קיין שום בילד?
פארוואס דארף דער פאלטיטשאנער רבי (49 סט.) זיצען אויף גאר א שיינע ארט, ווען אין די זעלבע צייט האט מען פארשטעקט כ"ק אדמו"ר רבי שמעלקא לייפער מחוסט שליט"א אין אויף די בליטשערס, איך ווייס נישט אויב ס'נאך דא איין רבי און ראש ישיבה וואס איז געזעצן אויף די ריכטיגע אויבן-אן וואס האט אזוי פיל געטוהן פאר צובראכענע בחורים. קומט איהם נישט אזא חשובע פלאץ ווי דער אייזענשטאטער רב?
דער ספינקא רבי (18 ענוו) האט באקומען א שיינע אויבן-אן בענקל, איהם אינאיינעם מיטם סקווירא פון בארא פארק, ווען בשעת מעשה זעצט מען הרה"ג ר' זלמן לייב פיליפ און ר' חיים דוד כ"ץ ערגעץ ווי פארשטעקט ציווישען יונגע לייטליך.
פארוואס דארף בני האדמו"ר רבי דוד טווערסקי מסקווירא ה"ה ר' אהרן מענדל אין ר' יצחק זיצען אויף די ריכטיגע אויבן-אן ווען בשעת מעשה זעצט מען דער לימינוב רבי וואס רבים נהנו ממנו עצה ותושיה, ואתו עמו דער דעעש רבי, יאקע רב, בעלעד, קאזלאוו, הורדונקא, הגאון רבי בן ציון שטראססער דומ"ץ נייטרא, הגה"צ מטאשנאד שליט"א, די זעצט מען כאחד הריקים אויף די בליטשערס ציווישען יונגעלייט אין נאך אזעלעכע מי יודע מי המה, ווען בשעת מעשה זעצט מען זמיגראד רבי און רבי שלמה לייפער מנדבורא אויף גאר שיינע פלעצער.

ווער איז דער וואס נעמנט דעם גראבע פינגער אין ווייזט רעכטס אדער לינקס?
האט מען דען נישט געקענט אויסציען דעם טיש נאך אביסל אדער עכ"פ זאלען זיך די גבאים גיין זעצן אויף יענע בליטשערס
אין זאלען די רבנים זיצען עכ"פ דארט, ווער וויל מיר איינרעדען אז דער דינוב רבי דארף צוויי גבאים מיט גוטע פלעצער דורך די גאנצע צייט וואס ער איז געוועהן צו גענאגלט צו זיין זיץ. כאילו זיין פרעזענטליכקייט והדרת פניו מאכט טאקע דער גרויסע תיקון הכללי פון דער היינטיגע נאכט.

בקומט דען נישט ר' בן ציון שטראססער דומ"ץ נייטרא, ר' מיכל שטיינמיץ דומ"ץ סקווירא, ר' חיים דוד כ"ץ דומ"ץ סאטמאר, באקומען זיי דען נישט אזוי פיל שאלות ווי ר' אברהם יהושע העשיל ביק אבד"ק מעזיבוז?

ווי אזוי אין מיט וואס פאר א פרעכקייט חוצפה און עזות, וואס פאר א וואגשאל האבן די אזוי גערופענע עסקנים גענוצט צו מעסטן ווער רעכטס ווער לינקס, ווער איז גרויס ווער איז קליין, צו זמיגראד רבי צו סקאליע רבי איז א גרעסערע בעל מופת ווי דער זידיטשוב באר שבע רבי אדער ווינא רבי מפלעטבוש.

ווען עפעס א בור ריק מיט קנייטש הוט וואס רח"ל פארמאגט דעם טיטול 'ראש ישיבה' זיצט זיך רואיג ווי יעדער קען איהם זעהן אבער דעם באבוב ראש ישיבה הג"ר ברוך אברהם הורוויץ האט מען אריין געשטיפט ערגעץ ווי דארט, פארוואס? ווייל דער טענקא רב לאמיר זיך נישט נער'ן ער שטייט סאך העכער ווי רבי מיכל שטיימיץ האט געדארפט באקומען דעם זיץ.

הייסען הייסט עס אז אלעס איז געווארען געטוהן דורך גדולי ומאורי הדור שליט"א, וועם זיי מיינען מיט דעם ווייס איך נישט, אבער דער כינוס איז דאך מכלומפערשט געוועהן תחת נשיאות פון סקולענ'ער רבי מיטן משגיח ר' מתתיהו סאלאמאן, ס'גלייבט מיר שווער דאס אז זיי האבען אויס געשטעלט די זיצען.

דער תוצאה דערפון איז דער גרויסע דורכפאל אינעם פראגראם פון דעם כינוס, ווייל אנשטאט די "גרויסע, געטרייע" עסקנים זאלען זיך האבען פארלייגט טאקע אויס צו שטעלן א מהלך מיט נארמאלע בעלי דרשים, אזוי ווי דער עולם האט געוואלט, האבען די עסקנים געוועהן פארנומען מיט דעם רבי און רבי, כאילו מיט זייער וועזנהייט ווען קומען די הצלה לדורות.

דאס איז א מחאה אויף דער גרעסטע בזיון התורה ולומדי' באמת וואס מ'האט נאר אמאהל געזעהן, ווען סאמוט אויף דער קאלור און הענט, מיט נאך אזעלעכע שטותים שטייט אסאך אסאך העכער. אוי לאותו בושה או לאותה כלימה, געהעריג ליצנות געמאכט פאר אסאך אסאך גאר חשוב'ער רבנים.

דאס קען מען נישט און דאס טאר מען נישט פארשווייגען!
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 48 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר