לאגישע שטרויכלונגען אין דעבאטעס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

לאגישע שטרויכלונגען אין דעבאטעס

שליחה דורך יידל »

דא אויף קאווע שטיבל קומען פאר אסאך דעבאטעס איבער כל מיני נושאים וטעמעס. די סדר ביי א דעבאטע איז אז איינער טענה'ט און דער צווייטער פרעגט אפ די טענה, דער דריטער פארענטפערט און דער פערטער שלאגט צוריק וחוזר חלילה. אבער אסאך מאל, ווען מ'וויל אפרעגן אגער אפענטפערן א טענה, ניצט מען א "לאגישער שטרויכלונג" (אין ענגליש: logical fallacy), דאס הייסט אז מ'ענטפערט שללא ממין הטענה, מ'פרעגט א קושיא וואס האט נישט קיין האפט אדער ס'פרעגט בכלל נישט אפ די געביידע וואס דער ערשטער האט אויפגעבויעט. וואס געשעט דאן איז אז די דעבאטע פארט אראפ פון די רעלסן, דער ערשטער שרייט צוריק אז דער צווייטער רעדט נישט צום זאך, דער צווייטער באליידיגט זיך, בקיצור... ס'נישט קיין עסק. דערפאר האב איך געטראכט צו עפענען אן אשכול איבער דעם ענין. ווען אימער איינער זעט א טענה ערגעץ וואו, צו דא אין שטיבל, צו אין א היימישע אדער אין א נישט-היימישע צייטונג וכו', א טענה וועלכע איז א לאגישע שטרויכלונג קען מען דא שרייבן דערוועגן אדער רעדן דערפון.

איך וועל אנהייבן מיט די לאגישע שטרויכלונג וועלכע רופט זיך "אד-האמינום" (לאטייניש פאר "צו דער מענטש") און איז היינט דערמאנט געווארן דורך "דבילה" דא. די שאלה איז געווען איבער מציצה בפה, "איינער" האט געשריבן אז די מערכה אנטקעגן מציצה בפה איז כנגד דעתו של החת"ס אין אוהב ספרים האט צוריק געהאקט אז איינער מוז אויפהערן ליינען משכילשע סייטס. אויף דעם האט דבילה רעאגירט אז דאס איז אן אד-האמינום אטאקע. דאס הייסט, אנשטאט אפענטפערן די טענה גופא שלאגט מען אפ די טענה מיטן באשולדיגן דעם טענה'נער מיט א אומגינסטיגע זאך (אין אונזער פאל: ליינען משכילישע סייטס). כאטשיג ליינען משכילישע סייטס איז אומגינסטיג פרעגט דאס אבער נישט אפ די טענה אז דער חת"ס האט מתיר געווען מציצה בכלי, און דערפאר איז דאס אן אד-האמינום אטאקע. למעשה, מיין איך אז מען קען פארענטפערן אוהב ספרים, אז ער האט געמיינט צו זאגן אז "איינער" איז פאר'נער'ט געווארן צו זאגן א נישט ריכטיגע זאך ווייל ער האט עס געזען אויף א משכילישע סייט, אבער דער אמת איז אז דער חת"ס האט נישט געהאלטן פון מציצה בכלי. דאס הייסט, עס איז נאך אלס א בייסיגע טענה, אבער עס איז נישט קיין לאגישע שטרויכלונג.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר