מעיק די וויאזויהייסטעס גרעיט עגען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

מעיק די וויאזויהייסטעס גרעיט עגען

שליחה דורך קלינג »

ווי איר קענט זיך אליין פארשטעלן, בין איך גאר א שטארקער טראמפ שטיצער. אזוי איז עס. איך גלייך נישט אז דאס לאנד ווערט פארפלייצט פון אימיגראנטן. בכלל האב איך נישט צו ליב קיין אימיגראנטן. אמעריקע איז געמאכט פאר אמעריקאנער. איטס סימפל. יעדער, חוץ די צוריקגעשטאנענע חרדים וואס באקומען זייער נייעס פון "דער איד" און "דער בלאט", פארשטייט עס אליין. די אימיגראנטן קומען דא צו קריכן און ברענגען מיט זייער נאנסענס. ווער דארף דאס? ביזט אין אמעריקע, פיר זיך אויף ווי אלע אנדערע אמעריקאנער. און רעד נארמאל ענגליש, 'סטו געזען אזוינס! וואוינט אין אמעריקע, אבער רעדט נישט קיין מילה אחת ענגליש. דאס ביסל ענגליש וואס ער קען שוין יא, קומט ארויס פון זיין מויל מיט אזא מאדנע און שווערע אקצענט, אז ס'קומט צו ברעכן.


אימיגראנטן איז נישט די איינציגע זאך וואס כ'האב ליב וועגן טראמפ. איך בין ווילד פאר זיין פלאן צו שניידן טעקסעס. איך ארבעט שווער און בין נישט מחוייב אויסצוהאלטן דאס גאנצע לאנד מיט מיין געלט. מיין דאגה אז עפעס א שווארצער אין איסט ניו יארק האט נישט גענוג עסן? זאל ער גיין ארבעטן און מאכן זיין געלט פונקט ווי יעדן! מיין געלט באלאנגט צו מיר און די גאווערמענט האט נישט קיין רעכט אראפצונעמען דערפון קיין פרוטה פאר סאושעל פראגראמען. פוד סטעמפס אין קאפ אריין: קאט דע קרעפ. ס'איז מיין געלט! וואספארא מין ווירטשאפט איז דאס אראפצוציפן פון מיין שווער אויסגעהארעוועטן אינקאם צו טיילן ברייטע פארציעס פאר יעדן שלעפער? זאל ער קאטן טעקסעס און אויב ס'וועט נישט בלייבן קיין געלט פאר די פוד סטעמפס און אנדערע כאזערייען, איז עס אויך נישט מיין דאגה.


טראמפ איז פיינע נייעס. נישטא פון וואס צו רעדן. די קראנקע ליבעראלן האלטן עס נישט אויס. זיי לעבן אויף די גאווערמענט'ס חשבון און זענען א גאנצן טאג ביזי מיט אימיגרענטס שימיגרענטס. ממש משוגעים.


דאס איז שוין חוץ דעם וואס איך עקל זיך פון הילערי. זי איז קאראפּט! זי איז פול אוו איט. איך קען נישט דולדן קיין קארופטירטע מענטשן. קיין ווארט אמת איז פון איר מויל נאכנישט ארויס. און וואס זאגסטו צו די קלינטאן פונדעישאן? א שיינע צדקה קאסע, כי כי כי. הערסט א מעשה? זי מאכט זיך א גמ"ח און דרייט דארט ארום מיט געלט אויף תולה ארץ, און דרייט זיך ארום ווי א שיינער איד מיט א פנים פון א תמים. פוי! איך קען נישט סובל זיין קיין מענטשן וואס דרייען און מוזן אייביג גיין קרום. איך דארף פאליטישאנס וואס רעדן גראד, האנדלען לויט'ן געזעץ, און ווייסן וויאזוי צו מאכן א דאלאר אן בא'גנב'ענען די גאווערמענט און האלב לאנד.


טראמפ וועט ריווערסן ("ריווערסן", נישט מבטל זיין: ענגליש, רבי לעבן. א מענטש מוז קענען רעדן ווי א נארמאלער מענטש!) דעם סאושעליסטישן אבאמאקעיר. אבאמא ברענגט אונטער דאס לאנד! א געהעריגער פארריקטער ליבערעל. נישט גענוג וואס מיר מאכן מיט מיט מעדיקעיד, האט דער שחור פאר א נויט אריינגעברענגט דא סאושעליזם. טראמפ וועט דאס ענדיגן און אזוי ארום ראטעווען דאס לאנד. (הענעטי האט דאס פיין צעלייגט! נישט געהערט? איי האסטו פארפאסט!...)


איך האב לעולם א גאנצע צייט געוואוסט אז טראמפ וועט עס מאכן. נאַ, איך גלייב נישט קיין פאולס. יעדער נארמאלער מענטש וואס איך קען איז פאר טראמפ. קומט סי ען ען מיר זאגן אז הילערי ליעדט! משוגעים, ממש משוגעים. וואו דאווענסטו, זאג נאר. לאמיר יעצט אריבערגיין אהין און אויספרעגן דעם עולם פאר וועמען זיי האבן געוואוט. די מידיא איז אזוי בייעסד אז מען קען פייגערן. קיין איין ווארט אמת שרייבן זיי נישט. יעדעס מאל וואס טראמפ האט עפעס געזאגט, האבן זיי עס אויפגעשפילט און איבערגעשפילט ווי גלייך ס'איז נישטא עפעס אנדערש פון וואס צו רעדן. כ'מיין, ס'איז געווען אזוי אבוויעס אז זיי האבן אן אגענדע דא. הילערי קען שיקן סערווערס צו פרייוועט אימעילס, אבער די איינציגע דאגה פון די מידיא איז געווען צי טראמפ איז א ראסיסט. מורא'דיג. און אויב ער איז יא א ראסיסט? קאמ'אן! צווישן מיר און דיר: איז ער דען נישט גערעכט? ווער דארף די אלע מעקסיקענס וואס נעמען צו אונזערע דזשאבס און לעבן אויף אונזער חשבון. זאלן זיי זיך גיין פון דא!


וואס: טראמפ איז אויך אונטער אינוועסטיגעישאן? וואס האט די מידיא שוין ווייטער אפירגעקראצט? אה, טראמפ יוניווערסיטי? ביג דיעל! און דו קויפסט עס נאך אויך? משוגענער: דער מענטש באדט זיך אין געלט. האלסט טאקע אז ער האט געדרייט? וואס האט ער דערפון? ניין! וואס עפעס זאל ער ארויסגעבן זיינע טעקס ריטוירנס? ער איז עפעס דיין נאר? ווייל די קארופט מידיא וויל אזוי? זאלן זיי קודם רעדן פון הילערי'ס אימעילס און די סערווערס. פארוואס מיינסטו רעדן זיי נישט דערפון? ווייל זיי ווייסן אז ווען מען וועט טרעפן די סערווערס, וועלן אלע -- א-ל-ע! -- אימעילס אפירקומען און יעדער וועט זען אז זי לעבט אויף געלט פון אייסיס! נישט אומזיסט האט זי אונטערגעשמירט די חברה אין בענגאזי. זי האט געמיינט אז דער עולם וועט זיין ביזי מיט בענגאזי, וועט מען נישט רעדן פון איר בי עס. פארוואס מיינסטו האט זי גענומען הומא? הער גוט וואס איך זאג דיר: ווען קלינטאן וואלט געווינען (זי וואלט נישט געווינען - כ'מיין צו זאגן אויב ס'וואלט איר געלונגען צו פעלשן די עלעקטארעל סערווערס קאקוסעס אימעיל וואוטינג מאשינס), וואלט דא געווען א דריטע וועלט מלחמה.


צדיק: מאך שלום מיטן מצב. טראמפ איז היער טו סטעי און דו וועסט נאך זען ווי די עקאנאמי וועט בומען - ב-ו-מ-ע-ן! ער איז א ביזנעסמאן און פארשטייט שוין איינמאל וויאזוי אויסצורעכענען וויאזוי צו ענדיגן אייסיס איינמאל פאר אלעמאל. ער וועט צופיקסן רוסלאנד און מעקסיקא און טשיינע. (האסט געזען זיין טוויט לעצטע וואך? אוי האט ער זיי אריינגעריקט!) טשיינע הרג'עט אונזער עקאנאמי נאר קיינער חוץ טראמפ האט נישט די גאטס זיי עס צו זאגן אין פנים אריין.


עניוועי, כ'האב אן אפאינטמענט ביי וויק. מארגן וועל איך דיר מסביר זיין וויאזוי טראמפ פלאנט אויפצולעבן די עקאנאמי דורך קאטן טעקסעס. אבער מארגן זאלסטו קומען צוגעגרייט, ווייל איך האב מיינע פעקטס רעדי. דו יור האומווארק!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלינג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר