אקטיוויסטן ארגאנאזירן א מארש אקעגן אנטיסעמיטיזם היינט אין מאנהעטן. עס איז שווער צו רעקאמאנדירן א כולל אינגערמאן אהינצוגיין. אבער אפשר איז כדי צו שיקן די בני בית אדער עלטערע אינגעלייט וואס עסקן עם הנשים און פילן אז פאר זיי איז עס נישט קיין פראבלעם. די פאקט איז רובם ככולם פון די אטאקעס זענען געווען אויף חסידישע אידן. אז פרעמדע קומען און ווילן ווייזן סופפארט איז עס א געוואלדיגע זאך און מען דארף דאס מכיר טובה זיין. נישט דא קיין גרעסערע דרכי שלום ווי דעם. אז זיי וועלן קומען און מיר וועלן זיי לאזן אליין ווי א גולם אין מארק, איז כאילו מיר ווייזן זיי דעם רוקן כלאמר "שרייטס און זינגטס מיר ווילן מיט אייך נישט קענען" קען עס ח"ו שיקן די מעסעזש פון שקילא טיבותיך ושדיא אחיזרי. היל"ת. בנוסף לזה, חוץ חילול השם איז שוין היינט פשוט אז די פייער פון אנטיסעמיטיזם קאסט בלוט. אויפרידערן דעת הקהל איז א ווירקזאמע מיטל וואס האלט דעם ענין אויפן סדר היום און לייגט דרוק אויף פאליטישאנס. דאס איז א פאקט אין אמעריקאנער פאליטיק. ובזה יצאתי ידי חובתי והנראה לפענ"ד כתבתי.
מתון מתון האט געשריבן:פארמעקט געווארן אין ווייניגער ווי א מינוט.

11 אזייגער אין פאלי סקווער. ולה' הישועה!
איך פרוביר צי טרעפן דו חייבי כריתות אין דו תגובה. איך בין זיכער אז סאיז דא, אייוועלט איז ערענסטע מענטשען. זיי וואלטן עס נישט סתם אזוי פארמעקט.
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז געווען נעכטן עפעס א אשכול מיט א שלום בית קונטרס וואס דרייט זיך אין די שולן, איך האב עס געהאלטן אינמיטן ליינען ווען עס איז פארמעקט געווארן...
נאך איינער האט עס געזען? ווייסט איינער ווי מען קען באקומען א קאפיע פון דעם קונטרס? וואס איז די סיבה אז מען האט עס פארמעקט? איינער האט געשריבן אז עס איז פאליטיק אינוואלווד.
דו רעדסט פון רבי אביגדור מילער אויף ודבק באשתו?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

ניין.
ראנג ניק אלערט?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
כ’האב עס אויכעט געזעהן וואלגערן אין די שוהלן מיט א כוונה אז נעקסטע מאל וועל איך עס אריין לייגען אין בוזעם טאש צו לייענען ווען ס’וועט זיין צייט. למעשה האב איך עס נישט געטראפן נאכאמאל. עמער נישטערן אינעם שיימעס-באקס... ווי עס קוקט אויס ווי איינער גיט ארויס זיין ווייטאג נאך וואס איינער האט ערלעדיגט א גט שלא ברצון צד השני.
איך האב עס געטראפן יום טוב אין שול, דורכגעליינט גאר שנעל און נישט גענומען.
בערך שרייט יענער גאר שארף איבער די הארבקייט פון צוברענגען צו גיטין, האקט אריין אין עלטערן, עסקנים, בתי דינים און יעדער אינדערמיט וואס מישט זיך אריין, ברענגט מראי מקומות און האט א זיסע שפראך.
נאכאמאל, איך האב עס נאר דורך געבליקט אויבן אויף, אבער דאס איז עס בערך.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd