א שווערע סוגיא אין הלכות ביטול עכו"ם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:24 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4110 מאל

א שווערע סוגיא אין הלכות ביטול עכו"ם

שליחה דורך קופערניקוס »

דער הייליגער אויסגאבע "דער איד" וואס כלשונו פון די פאשקעוויל וואס די גודרי גדר ועומדים בפרץ האבן געשריבן דעם יום טוב איז זי אנדערש פון די מאגאזינען ווייל "עס איז פיל מיט מוסר און איז געשטעלט צו פירן א מלחמת חרמה מיט ציונות", האט זיך שטארק אפגעלערנט פון די נייע פרומקייט פון דער שטערן, און זיך אויך מיטגעכאפט אויפן קנאישן באן און אויפגעהערט לייגן בילדער פון גויים.
אז אבאמא האלט א גרויסע רעדע וועט זיין א בילד פון א שטענדער, און נישט חלילה פונעם עצם רעדנער, ווארום אויב קינדער וועלן זעהן אבאמא וועלן זיי אפשר וועלן ווערן שחורים, ועוד חששות חדשות כיד החידוש הטובה על יצחק שטערן, מנשה פילעפ, מיילעך שטערן, הערשל קלאר מרדכי בריל ושאר קדושי ארץ מלסטרי ילדים מצוקי תבל.
אבער בליקנדיג אין די צייטונג זעה איך אז אויב איז דער גוי ארומגענומען פונקט מיט געשוואלענע פרצופים פון אידישע א.ג. אסקאנים ווערן אויטאמאטיש זייערע פרצופים אויסגעגליט און געכשרט און מותר לבוא בקהל.
אלזא אבאמא אליין איז כאזער טרייף, אויב אבער זעהט מען די דיפרידו פאות און רונדיג פענימל פון שר העסקנים ואבי השתדלנים רבי אברהם יעקב שליט"א ווערט ער אזוי ווי בטל חד בחד.
די שאלה איז נאר אויב חלילה וואלט געווען אבאמא אינאיינעם מיט זשעק לו זיין שטאב הויפט - אן ארטאדאקסישער איד וועמענס בילד איז לכאורה אויך טרייף צוליב וואס ער רייסט נישט קיין קליין פארשטינקען בילקע ביי שאלעשידעס- אינאיינעם מיט די דיפרידו פאות, וואלט לכאורה שוין נישט געטויגט, ווייל דעמאלטס וואלט דיפרידו בטל געווארן חד בתרי.
אדער אפשר האלטן זיי אז א איד איז א בריה, מה שאין כן א גוי איז ווייניגער ווי א בריה, נאר ליבערשט ווי א שטיקל ראץ וואס האט קיין אחיזה אין מציאות נישט.
די שאלה איז מער, אויב למשל דער מאנטיפיורי בדורנו ווערט פסול, נניח, די נסיונות הזמן ברענגען און ער ווערט אן ארוני חלילה, וועט די בילד ווערן צוריק פסול ? צו ארבעט עס רעטרא-אקטיוו?
מער פון דעם: בדרך כלל זענען די גויים ערלים עכו"ם טמאים אין שעיפ, ווארום, זיי ווייסן נישט אז ונשמרתם מאוד לנפשותיכם איז א הלכה ואין מורין כן און מיט זייערע גויאישע קעפ גייען זיי אין עקסערסייז צענטערן וואס ביי אונז איז כמעט בגדר פרעס טראק, נו, על כן איז געווענליך דער גוי דארער וועט אייביג ר' אברהם יעקב זאל זיין געזונט, אדער רבי נפתלי משה אינדיג, אדער ר' יאנקל איצקאוויטש זיין דער רוב מבחינת המשקל, ווי וועט אבער זיין ווען א קליינטשיג אידל לאמיר זאגן א שטייגער ר' יודל ליכטנשטין טרעפט זיך מיט לאמיר זאגן גאווערנער קריסטי, איז די שאלה בתר משקל אזלינן והתמונה טריפה, או בתר חשיבות אזלינן ומי מנה עפר יעקב זה נשמת ישראל?
נאך א שאלה, א טויטער איד איז ער מכשיר א בילד? והשאלה הוא כדלהלן: הקדוש רבי מארטין יחיאל מיכל יעקב גראסמאן האט מען געמעגט לייגן א בילד אינאיינעם מיטן גוי טמא וואס היט אים אין טורמע, ווייל הרב גראסמאן זצ"ל האט מכשיר געווען דאס בילד, די שאלה איז צו מען וואלט געמעגט לייגן א בילד ווי רבי מארטין ווערט געטראגן על קידוש ה', והשאלה הוא אם בשעת מיתתו, גברא קטילא אם מבטל את טומאת העכו"ם.
והאמת הוא כי יש עוד הרבה לעיין בסוגיא דא, אולם מי אנו לפסוק בכגון דא, דבר זה מסור בידי חכמי הדור, והלוואי ולשכת הבד"צ יקדיש זמן ללבן את הענין לעומקה ולרחבה

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר