תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און פארוואס איז דער געדאנק פון "אין מלך בלא עם" קודם למעשי בראשית
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פון דער בעל התניא קומט א מימרא, "נתאווה הקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים, און אויף א תאווה פרעגט מען נישט".
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות

שליחה דורך עוקר הרים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פון דער בעל התניא קומט א מימרא, "נתאווה הקב"ה לעשות לו דירה בתחתונים, און אויף א תאווה פרעגט מען נישט".
די מימרא קען איך אבער וואס איז די הסבר אויף דעם?? אפילו אן פרעגען קשיות אויף די פשט פון די תאווה ווייל א תאווה קען מען נישט פינקטליך מסביר זיין למעשה די פאקט אז עס איז א תאווה און יעדע תאווה קומט למלאות א חסרון איז זייער שווער......
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עוקר הרים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

עוקר הרים האט געשריבן:כ'מיין אז אין אמת'ן אריין איז נישט דא אזא זאך ווי איינער טוט עפעס פאר נישטיגקייט יעדער פעולה האט אינטער זיך סאבקאנטשעסלי א סיבה פארוואס די טוסט עס.....(און זיכער ביים באשעפער)

קלאר
אין די וועלט וואס דו קענסט האט א יעדער מסובב א סיבה!
אין די וועלט וואס דו קענסט איז א יעדער רצון איז א ריעקשען!
אין די וועלט וואס דו קענסט קימט א יעדע תאווה למלאות א חסרון!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אזויווי אסאך השקפה קשיא'ס, איז עס נאר איבערגעחזר'ט די זעלבע ידיעה בחירה קשיא, ווי איז גאט געווען ביים האלאקאוסט, ווי קומט אן אומפערפעקטע וועלט פון א פערפעקטע באשעפער ועוד.

די סתירה צווישן די אין סוף פון א באשעפער, און א וועלט און אפילו די נויט פאר א וועלט, איז די גרויסע קשיא פון די בריאה, וזה מה שנקרא מה לפנים אין חז"ל, דאס איז די קשיא 'וואס איז געווען פאר די וועלט אז די וועלט איז געקומען?'

גראדע, טוט חב"ד אסאך אין די קשיא, ניטש מיט קיין עמטליכע תירוץ, נאר א בילד וויאזוי זאכן האבן זיך אנטוויקעלט, פונקט ווי דער קשיא איז חל. אלס איז געווען פארשטענדליך ביז א געוויסע נקודה, און דארט שטעלט זיך עס אפ. זוך נישט קיין תירוץ, ווייל דו וועסט דאס נישט טרעפן. די וועלט איז דא לפניך, קענסט אים נישט פארווישן מיט א קשיא. א גאט אן אין סוף איז אויך פארהאנן, קענסט אים נישט פארווישן, און בפרט נישט מיט א קשיא אז ער איז צו גרויס צו זיין א באשעפער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות

שליחה דורך עוקר הרים »

כ'פארשטיי נישט וואס די קשיא פון ידיעה ובחירה האט מיט אינזער קשיא....
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עוקר הרים האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וואס די קשיא פון ידיעה ובחירה האט מיט אינזער קשיא....

די קשיא פון ידיעה און בחירה איז אז אלס וואס דער אויבישטער ווייסט, איז שוין א מציאות פאר זיך. ביי אים איז נישט דא די הגבלה צווישן וויסן און טון. אלזא, וואס עס פאסירט, ווייסט ער, און וואס ער ווייסט, מוז פאסירן. ווי קען א מענטש אין דעם וויילן? בקיצור, ווי האט א באגרעניצטע בריאה אריין צו רעדן אין אן אומבאגרעניצטע גאט? בקיצור, וויאזוי לעבן אומבאגרעניצטקייט און באגרעניצטקייט אינאיינעם?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות

שליחה דורך עוקר הרים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
עוקר הרים האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וואס די קשיא פון ידיעה ובחירה האט מיט אינזער קשיא....

די קשיא פון ידיעה און בחירה איז אז אלס וואס דער אויבישטער ווייסט, איז שוין א מציאות פאר זיך. ביי אים איז נישט דא די הגבלה צווישן וויסן און טון. אלזא, וואס עס פאסירט, ווייסט ער, און וואס ער ווייסט, מוז פאסירן. ווי קען א מענטש אין דעם וויילן? בקיצור, ווי האט א באגרעניצטע בריאה אריין צו רעדן אין אן אומבאגרעניצטע גאט? בקיצור, וויאזוי לעבן אומבאגרעניצטקייט און באגרעניצטקייט אינאיינעם?
אבער די תירוצים אויף ידיעה ובחירה ווי למשל אז ביים באשעפער איז נישט דא קיין עבר מיט א עתיד גייט נישט פארענפערען אונזער קשיא.....
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז די תירוץ פאר אן אנדערע ידיעה ובחירה קשיא. נישט דער פון דער רמב"ם אין שמונה פרקים. גיי צו יענער אשכול פון ר' מענדעלע וויטעבסקער ווי די שמועס ציט זיך זייער שיין. איך געדענק ערגעץ אנדערש אין שטיבל אויך, נאר איך געדענק נישט ווי. דוכט זיך אין [tag]זבלון[/tag]'ס עה"ת אשכול.

און דער אמת איז אז יענס איז גאר א שוואכער תירוץ למבין.

עכ"פ מיין עיקר פאוינט איז אז די סתירה פון א גאט און זיין בריאה איז פון די יסודות פון אונזער תאולוגיה. אין חב"ד רעדט מען גאר אסאך דערפון, און זיי טענה'ן גאר אז די חידוש פון דער בעש"ט איז גאר געווען א השגה אין א דרג אהעכער ווי אין סוף. דאס איז העווי חסידות, און מיר דארפן [tag]ונבנתה העיר[/tag] אונז אויסצוקלארן אין דער ענין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
עוקר הרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 26, 2020 3:49 am
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות

שליחה דורך עוקר הרים »

אינרעסאנט אז דער רש"ב אנפאנג אין זיין ספר תרס"ו פרעגט טאקע אפ אלע סיבות אויף בריאת העולם מיט ענדליכע קשיות צו דאס וואס אונז האבען דא דערמאנט אין דערנאך קומט ער צו אז עס איז מוכרח צו זאגען אז די סיבה איז אלץ נתאווה להיות לו דירה בתחתונים און ער זאגט אז אויף א תאווה פרעגט מען נישט קיין קשיות און מיט דעם איז ער אקעי מיט......ולענ"ד צע"ג
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער רש"ב הייסט ביי זיי 'דער רמב"ם פון חסידות', וואס נעמט צוזאם אלע עניינים אין חסידות אויף א קלארע אופן, און דער 'יו"ט שני של ר"ה' איז די יסודות'דיגע ספר זיינער. עס פאדערט אבער אן ערנסטע סדר לימוד, און ווער האט צייט דערצו?

זיי זאגען נאך די מימרא ווי א ווערטל, אבער עס איז נישט אזוי. די אלע תירוצים וואס די ראשונים און בעלי מחשבה זאגען זענען אמת. נאר זיי הייבן אן נאך די צמצום. נאך דעם וואס דער אויבישטער האט זיך געשטעלט גרעניצן, זענען די גרעניצן תוך א וועלט וואס מיר זען. דאס איז אבער נישט די גאנצע געשיכטע, ווייל די צמצום אליינס דארף א פשט. אבער צמצום איז א מוכרח המציאות, קיין מציאות עגזיסטירט נישט אן א צמצום, די עבודה איז מצמצם צו זיין א די צמצום.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות

שליחה דורך מי אני »

בנוגע [tag]רביה״ק[/tag]׳נס הערה אויף טעאלאגיע טענה׳ט דאווקינס, בשם עפעס א ווארדען פון א קאלעדזש, אז ס׳איז נישט זיכער אז עס איז אן אקאדעמישע סאביעקט בכלל.

ולגופו של ענין גייט די שמועס שוין ארום אביסל אין א צירקעל. דהיינו, דאס צו זאגן בכלל אז ״אלעס מוז האבן א סיבה (וכ״ש אצל הקב״ה)״, ״אין מלך בלא עם״, וכו׳ וכו׳ וכו׳, איז אויך אלס נאר פון אונזער מבט און לאגיק וכו׳. מצדו של הקב״ה קענען מיר דאס ניטאמאל אנהויבן צו משיג זיין. פרעגן ״סאָ ער האט דאס געטוהן פּלעין פאר פאָן?״ איז ווייטער בתוך דעם פּערעדיים פון ״א סיבה״ וואס אונז מוזן/ווילן צוקומען צו און נאר ווי אזוי אונז זענען און קענען משיג זיין אזא סארט ״געשעעניש״ וכו׳. און ווי [tag]כרם זית[/tag] און [tag]הקטן[/tag] האבן ערווענט קומט דאס אלעס צו מכח דעם וואס מ׳שטעלט צו אונזער קאנצעפט פון ״רצון״ לגבי אונז, וואס איז בעצם חוצה לנו [דעם פּרעדיקעט צום סאבּיעקט], צו דעם געדאנק פון ״רצון״ (ו״חכמה/דעת״) אצל הקב״ה, וואס דאס איז ביי אים כביכול תכלית היחוד.

עס איז אויך מערקווידיג צוצוצייכענען אין דעם שמועס דאס וואס דער רמב״ם זאגט ווייטער דארט אין פכ״ה-כ״ו אז די פעולות הקב״ה בהעולםאחר הבריאה בהטבע) זענען נישט לריק, און עס איז ל״ד אז די ציווי המצות זענען בלי סיבה בעצם ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

עוקר הרים האט געשריבן:אינרעסאנט אז דער רש"ב אנפאנג אין זיין ספר תרס"ו פרעגט טאקע אפ אלע סיבות אויף בריאת העולם מיט ענדליכע קשיות צו דאס וואס אונז האבען דא דערמאנט אין דערנאך קומט ער צו אז עס איז מוכרח צו זאגען אז די סיבה איז אלץ נתאווה להיות לו דירה בתחתונים און ער זאגט אז אויף א תאווה פרעגט מען נישט קיין קשיות און מיט דעם איז ער אקעי מיט......ולענ"ד צע"ג

דיין ע"ג נעמט זיך פין מאכן א פארלעל פין דיין נתאווה מיט זיין נתאווה

די רש"ב מיט זאגן "נתאווה" זיכט נישט מיט אויף קימען מיט נאך א תירץ אויף בריאת העלם, וואס אויף דעם וועט שוין אלס שטימען
זיין מטרה איז דיר צי זאגן אז דיין קשיות זענען בכלל נישט אין פלאץ, פינקט וואו די וואלסט נישט געפרעגט אויף תאווה!

און דו זאגסט, ניין! איך פרעג טאקע יא אויף א תאווה - יא אר מיסינג די פוינט!
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ס'קריצט מיר די אויערן ווען מענטשען זאגן אז גאט איז למעלה מהשגתינו ווען גאט אליין און זיין ווערטער צו אונז איז פיל מיט לאגיק ישרות און נקמה. נניח אז ער איז למעלה מהשגתינו, וויל ער דאך אז לאגיק זאל דיקטעטען אונזער רילעשענשיפ.

די מחייב אשר הוציאך מארץ מצרים, צו מיר, איז לאגיק 101
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'קריצט מיר די אויערן ווען מענטשען זאגן אז גאט איז למעלה מהשגתינו ווען גאט אליין און זיין ווערטער צו אונז איז פיל מיט לאגיק ישרות און נקמה. נניח אז ער איז למעלה מהשגתינו, וויל ער דאך אז לאגיק זאל דיקטעטען אונזער רילעשענשיפ.
די מחייב אשר הוציאך מארץ מצרים, צו מיר, איז לאגיק 101

גערעכט, זיין רילעשענשיפ מיט אינז איז אין די וועלט, די וועלט וואו לאגיק דאמענעט
און ווען גאט זאגט דיר אנכי ה' אלהיך (רילעשענשיפ ) קימט דאס באגלייט מיט לאגיק אשר הוציאך מארץ מצרים

א יעדע געזינטע רילעשענשיפ קימט מיט באנדעריס און גדרים, וואס יא און וואס נישט
אן גדרים, יאסל, הייסט דאס enmeshment' , זייער נישט געזינט

תנ"ך איז פיל פיל מיט די באנדעריס און גדרים כי גבהו שמים מארץ כן גבהו דרכי מדרכיכם ומחשבתי ממחשבתיכם כדי ס'זאל זיין א געזינטע רילעשענשיפ

פארוואס נתאווה האט מיט דיר נישט גארנישט איינגעלייגט, און איז בכלל נישט דיין חזערישע ביזנעס!


ואל זה העניין רמז דוד באמרו: "...לֹא הִלַּכְתִּי בִּגְדֹלוֹת וּבְנִפְלָאוֹת מִמֶּנִּי" (תהלים קלא, א). ואל זה העניין כוונו באמרם: "מופלא ממך אל תדרוש, ובמכוסה ממך אל תחקור, במה שהורשית התבונן, אין לך עסק בנסתרות." (חגיגה יג, א). רצו לומר, שאתה לא תשלח שכלך אלא במה שאפשר האדם להשיגו. אבל הענין אשר אין בטבע האדם להשיגו, העסק בו מזיק מאד, כמו שביארנו. ואל זה כוונו באמרם: "כל המסתכל בארבעה דברים [ראוי לו כאילו לא בא לעולם: מה למעלה, מה למטה, מה לפנים ומה לאחור]" (חגיגה יא, ב). והשלימו זה המאמר באמרם: כל שלא חס על כבוד קונו [ראוי לו שלא בא לעולם]." (שם). רָמָז למה שביארנוהו, שלא יהרוס האדם לעיין בדמיונים המופסדים. וכשיתחדשו לו הספקות, או לא ימצא מופת על העניין המבוקש, לא יניחהו וישליכהו ויתחיל להכזיבו. אבל יתיישב, ויחוס על כבוד קונו, וימנע ויעמוד. וזה הענין כבר התבאר.

ואין הרצון באלו הכתובים אשר אמרום הנביאים והחכמים ז"ל לסתום שער העיון לגמרי ולבטל השכל מהשיג מה שאפשר להשיגו, כמו שיחשבו הפתאים והמתרשלים, אשר ייטב להם שישימו חסרונם ופתיותם שלמות וחכמה, ושלמות זולתם וחכמתם חסרון ויציאה מן הדת. "שמים חושך לאור ואור לחושך" (ישעיה ה, כ). אבל כוונת כולם, להגיד שיש לשכל האנושי גבול יעמוד אצלו.

מורה נבוכים · חלק א · פרק לב
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער רמב"ם לחוד ותורת חב"ד לחוד. זיי דארפן נישט שטימן. אבער אגב אורחא וואלט איך דיר געזאגט אז אין חב"ד האלט מען אויך אז מ'קען פארשטיין. הייסט'ס זיי קריכן מער ווי מ'האט געקראכן פאר דעם, אבער זיי האלטן אויך אז אלע תורה'ס קומן צו א מסקנא למעשה בעבודת הוי"ה, און עס איז קיינמאל נישט אין די לופט, און כ"ש נישט העכער ווי די לופט. ויבאו הניקים החב"דניקים, כדון [tag]ונבנתה העיר[/tag], אדער דער נייער [tag]דוראק[/tag], [tag]קעראוועלטהיינט[/tag] אדער [tag]רוסישער[/tag] און עס איז דא נאך אבער איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט, און מסביר זיין כידם הטובה אליהם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מי אני האט געשריבן:וצייכענען אין דעם שמועס דאס וואס דער רמב״ם זאגט ווייטער דארט אין פכ״ה-כ״ו אז די פעולות הקב״ה בהעולםאחר הבריאה בהטבע) זענען נישט לריק.

סיי די רמב״ם און סיי חב"ד זענן נאר דן פעולות הקב״ה בהעולםאחר הבריאה בהטבע)
ביסט גערעכט, אז אין חב"ד איז די גאנצע פעליזאפיע און אויך קבלה סך הכול א קרדום לחפור בו אויף למעשה בעבודת הוי"ה
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

עוקר הרים האט געשריבן:אינרעסאנט אז דער רש"ב אנפאנג אין זיין ספר תרס"ו פרעגט טאקע אפ אלע סיבות אויף בריאת העולם מיט ענדליכע קשיות צו דאס וואס אונז האבען דא דערמאנט אין דערנאך קומט ער צו אז עס איז מוכרח צו זאגען אז די סיבה איז אלץ נתאווה להיות לו דירה בתחתונים און ער זאגט אז אויף א תאווה פרעגט מען נישט קיין קשיות און מיט דעם איז ער אקעי מיט......ולענ"ד צע"ג

דער רבי ערקלערט דאָרט זייער אַן אײדלע נקודה, ובהקדם:

אין חסידות איז מבואר אַז אַ מענטש באַשטייט פון פאַרשידענע זאַכן, שכל, מדות, מחשבה דיבור ומעשה וכו', אין דעם גופא זײַנען פאַראַנען די איידעלערע אָדער העכערע זאַכן און די גרעבערע/נידעריקערע זאַכן (שכל איז העכער פאַר מדות, מדות פאַר מחשבה א.ז.װ.).

אין וואָס באַשטייט „העכערקײַט”?

די אַלע אויבנדערמאָנטע אייגנשאַפטן און כחות, זײַנען דאָך ניט דער עצם פון דעם מענטשן, נאָר זיי זײַנען מתאר דעם באַצוג פון דעם מענטשן מיט דאָס וואָס איז מחוצה לו. וואָס „העכער” מ'קריכט, אַלץ מער הערט זיך אָן דער מענטש און ווייניקער די זאַך שמחוצה לו.

ומלמטה למעלה: מחשבה דיבור ומעשה פאַרשטייט אַיעדער אַז דאָס איז שוין אַ פולער אַרויסטריט פון דעם מענטשן צו דער וועלט, שכל ומדות איז שוין ווי דער מענטש באַנעמט די וועלט. אין דעם גופא איז מדות שוין זײַן התייחסות צו דער וועלט, בשעת שכל איז ווי ער פאַרשטייט די וועלט (אַ בעל שכל קאָן זיצן אַ גאַנצן טאָג איינער אַליין און דאָס שאַדט ניט צו זײַן בעל־שכלנישקײַט (ואדרבא), אַ בעל מידה וואָס טוט ניט מיט אַנדערע איז קיין בעל מידה ניט).

דעם מענטשנס העכסטע און איידלסטע כחות זײַנען רצון און תענוג. ניט דאָ איז דער זמן ומקום צו מסביר זײַן דעם חילוק פון די צוויי ביז מידות ווי אהבה/יראה וכו', די נקודה איז אַז „רצון” איז „מרוצת הנפש” – ד.ה. ניט אַן אַרױסטריט פון דעם נפש צו אַ צווייטער זאַך, נאָר אַז דער נפש אַליין גאַרט און ציט זיך דערצו. קלערער צו פאַרשטיין דעם ענין מוז מען לערנען אַ פולע חסידות, און ס'איז ניט אַזוי גרינג מסכם צו זײַן דאָ בכתב.

צוריק צו אונזער אָריגינעלער שאלה – דער טעם אויף בריאת העולם. בשעת מען זאָגט אַז ס'איז דאָ אַ סיבה אויף בריאת העולם, הייסט עס אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן צוליב דער וועלט, אַז זי איז נייטיק אויפצוטאָן עפּעס אַ פעולה. בשעת ווידער מ'זאָגט אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן וועגן אַ תאוה, הייסט עס אַז די וועלט פאַר זיך האָט ניט קיין שום חשיבות, און איר איינציקע חשיבות און תכלית איז ווײַלע אַזוי האָט דער אויבערשטער געוועלט.

פאַרוואָס טאַקע האָט ער אַזאַ משונהדיקע תאוה? אויף דעם זאָגט דער אַלטער רבי „אויף אַ תאוה איז קיין קשיא ניט”. ניט דער פשט איז, אַז מיר קאָנען ניט פאַרשטיין דעם טעם אויף דערויף, דאָס וואָלט מיינען חלילה אַז דעם אויבערשטן ‚פעלט’ עפּעס וואָס וואָס ווערט פאַרפולקאָמט דורך דער בריאה. נאָר דער פשט איז אַז עס איז ניטאָ קיין שום אַנדערע סיבה סײַדן דאָס וואָס ער אַליין האָט געוועלט, מצד עצמותו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דוראק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

די רגע איינער פיגערט אויס פארוואס דער אייבישטער האט באשפען דו וועלט, זאל ער וויסען אז ער חלומט. סאיז נישט מעגליך פאר א נברא צי פארשטיין זיין בורא. א נברא קען קיינמאל נישט זיין גלייך מיט זיין בורא.
@עוקר הרים, סאיז גאנץ קלאר פון דו בריאה אז סאיז נישט באשאפן געווארן כדי מיר זאלן מקיים זיין תורה ומצוות, רובא דרובא מענטשען,ַַַַרוב צייט פון דו בריאה , רוב פלאץ פון דו בריאה האבן נישט קיין שייכות מיט תורה.
דו פאקט אז ס'איז נישט וועגן דעם באשאפן געווארן מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט קיין גוטע זאך צי מקיים זיין תורה ומצות.
אייז קריעם איז גוט אפי דו וועלט איז נישט באשאפען געווארן פאר עם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך מיין אז ס'נישט מעגליך פאר א נברא נישט צו פארשטיין זיין בורא, און איינער וואס רעדט זיך איין אז ער פארשטייט נישט זיין בורא, אדער חלומ'ט ער אדער איז ער ברעינוואשד...

די זאך איז נאר אז ווילאנג גאט האט קיינעם נאכנישט פארציילט זיינע חשבונות איז נישט מעגליך צו וואוסן, מ'קען פילאזאפירן און זיך איינרעדן אז מ'ווייסט, אבער אויף צו וואוסן אויף זיכער דארף מען ווארטן ביז ער זאגט אונז אליינס, ביז דאן איז די גאנצע שמועס נאר גוט לפילפולא בעלמא.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ס'האט נישט מיט זאגן, ס'האט מיט פארשטיין און ארויס האבן.
גאט קען נישט קאמיניקעטן מיט אונז זיינע השגות אז מיר זאלן עס פארשטיין אזוי ווי ער.
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: ס'איז קלאר אז גאט האט באשאפן די וועלט פלעין פאר פאן אדער פאר די נישטיקייט, ווי ס'שטייט אין מדרש "לא ברא את העולם אלא לצחוק עליו", די אלע מדרשים און תורה'לעך פון נתאווה הקב"ה וכדומה קענען זיין משלים אדער כדי לשבר את האוזן.


און אגב [tag]פרייוויליג[/tag] און [tag]רביה''ק זי''ע[/tag], איר זאלט נישט ברוגז זיין, אבער דאס וואס ענק ציטירן דא מזכרונכם איז דאך אזא אמערראציעשער טעות אז ס'איז א בושה... נעקסט טיים מאכט ממש א טראפקעלע ריסוירטש, און יעצט האב איך דאס שוין געמאכט פאר אייך...

איז אזוי, דער איינציגסטער פאל וואו מ'טרעפט אזא בערך'דיגער ווערטער אויסלייג אין חז"ל פון יושב בשמים ישחק און ברא את עולמו לצחוק, איז מקורו אויפ'ן זוהר ווי פאלגענד: אז עתיד הקב"ה לצחוק עליהם, ככתוב יושב בשמים ישחק ה' ילעג למו (תהלים ב ד), באותו זמן ילבש הקב"ה גאות עליהם, ויכלה אותם מן העולם, כמש"כ, וזאת תהיה המגיפה אשר יגף ה' את כל העמים וכו' (זכריה יד יב).

בקיצור... געב א קוק אריין און מאך א מינוט'קעלע ריסוירטש צו זען פון וואס דער פסוק רעדט, 360 מאל דער פארקערטער משמעות....

אזעלכע טעותים רעגן מיר אויף.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
פארשפארט