געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע!
גענומען פונעם פאפולערן טעלעגראם טשענעל "אידישלעך"
https://t.me/Yiddishlech
א קורצע איבערזיכט איבער די געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע אויף די סטאק מארקעט.
א "שארט סעל" (קורצע פארקויף) איז ווען מ'שאצט פאָר אז א געוויסע סטאַק וועט פאלן אין פרייז, בארגט מען מענטשן'ס שעירס און מ'פארקויפט עס, מיט'ן די חשבון עס צוריק צו קויפן איינמאל די פרייז טראסקעט.
דו פארקויפסט יענעם'ס סטאק ווען די פרייז איז למשל 20 דאלער, און דו קויפסט עס צוריק אפאר טעג שפעטער ווען די פרייז איז ביי למשל 8 דאלער. די איבריגע 12 בלייבט ביי דיר אין טאש (און מ'צאלט למשל איין דאלער פאר דער וואס האט עס פארבארגט אז די שפיל זאל זיך איהם לוינען, די שעירס אליינס באקומט ער דאך אויך צוריק).
אפאר העדזש פאנדס (גרויסע סטאק קאמפאניס וואס האנדלען אויף די מארקעט פאר אנדערע) ווי 'מעלווין קעפיטאל' און 'סיטראן ריסורטש' האבן דאס פרובירט צו טוהן בידים צו געים-סטאפ, אויף די חשבון אז נאכן פארקויפן אסאך שעירס אויף א מאל וועט די פרייז פאלן און מענטשן וועלן אריינפאלן אין א פאניק צו פארקויפן זייער שעירס אויס מורא אז די פרייז זאל נישט פאלן נאך מער. דעמאלטס וואלטן די העדזש פאנדס שנעל צוריקגעקויפט די ביליג געווארענע שעירס, צוריקגעגעבן פאר די ריכטיגע אייגענטומער און געמאכט די רווח.
אן ארמיי פון פריוואטע חברה אויף רעדדיט זענען אבער קלוג געווארן, און אנשטאט פארקויפן זייערע שעירס האבן זיי זיך גענומען איינקויפן נאך און נאך, און דאס האט געמאכט די פרייז ארויפגיין אנשטאט אראפגיין. יעצט דארף די העדזש פאנד, וועלכע האט פארקויפט ביי 20 צו וואס, צוריק קויפן די פארקויפטע שעירס ביי 300 צו וואס, ווייל לויט זייער אפמאך מוזן זיי דאך צוריקגעבן די זעלבע סכום שעירס ווי זיי האבן געבארגט. הוית דא רעדט מען פון מיליאנען זענען די העדזש פאנדס אין גרויסע צרות.
פון די אנדערע זייט די רעדדיט חברה, זיי האבן יעצט געקויפט אסאך סטאק פאר ביליג און מיט דעם ארויפגערוקט די פרייז, און זיי האלטן עס אן, צווינגענדיג די העדזש פאנדס אפצוקויפן די שעירס פאר גרויס געלט.
די גאנצע פינאנציעלע וועלט איז אויף דערמיט, און די ווייסע הויז און די עף.סי.סי. האלטן א נאנטע אויג אויף וואס ס'גייט פאר און באטראכטן צו פארשפארן די געים-סטאפ טרעיד פאר א וויילע. דאס האט געמאכט א שטורעם פון מענטשן וואס טענה'ען אז פריוואטע מענטשן האבן די זעלבע רעכט צו מאניפולירן די מארקעט ווי די גרויסע קאמפאניס, און פארוואס פארשפארט מען ווען די גרויסע קאמפאניס זענען אין צרות!?
היינט האט די באקאנטע 'ראבינהוד' עפפ, וועלכע ווערט גענוצט דורך מיליאנען פריוואטע מענטשן צו קויפן סטאקס פונדערהיים, אראפגענומען די געים-סטאפ סטאק פון זייער עפפ, מאכענדיג א מאסיווע שטורעם, וואו מענטש שרייען אז ס'איז נישט גערעכט פון זיי, און ס'ווייזט נאר אז די מארקעט גייט נישט אן די פריוואטע אינוועסטארס און האט נאר ליב די ריזיגע קארפירעישאנס. אלץ רעזולטאט האט די עפפ באקומען א 1 סטאר רעיטינג אויף די פלעי סטאר פונעם ציבור.
א קלעס עקשאן קאמפלעינט איז אריינגעגעבן געווארן אין ניו יארק קעגן ראבינהוד פארן דיליסטן געים-סטאפ, און נאך ווערן יעצט איינגעגעבן אין אנדערע סטעיטס. זיי האבן געטוהן אן אומלעגאלע זאך, יעצט צאלן זיי דערפאר...
אויף די סאושעל מידיא פראנט: נאך וואס די דיסקארד סערווער איז פארמאכט געווארן מיט שוואכע תירוצים פון היינט בפירוש פון געוויסע יחידים צווישן די 250,000 מעמבער'ס דעראויף, איז די עצם סאברעדדיט פארמאכט געווארן פאר א שעה דורך די מאדערעיטארס, און זיך געעפנט מיט א סטעיטמענט אראפרייסנדיג דיסקארד. אן אומאפיציעלע טעלעגרעם טשעננעל האט אויך גענאסן פאפולעריטעט און האלט ביי איבער 50,000 סובסקרייבערס און גאנצע 1000 אויף די לייוו קאל.
די העדזש קאמפאניס האבן שוין דערווייל איבער 13 ביליאן דאלער, און זייערע פארלוסטן זענען געשאצט אויף איבער א טריליאן דאלער. בשעת יעדער ווארט מיט נייגער צו זעהן וויאזוי דאס וועט זיך אויסשפילן איז סאושעל מידיע איבערגעדרייט...

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע!
אסאך בראקערעדשעס עפענען יעצט צוריק נאך גרויס דרוק פון באניצער און פון די גאווערנמענט.
אבער לדעתי גייען זיי טייער באצאלן, וואס איך קען נישט פארשטיין איז פארוואס קיינער פון זיי האט נישט געלאזט אפן און אזוי פארכאפט די אלע וואס גרויסן יעצט אויף זייער בראקערעדשעס (WeBull האט געלאזט אפן ביז שפעט אין טאג, און אסאך האבן גערעדט פון אריבערגיין)?

- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
Jason Koebler פון Vice:
Essentially, many normal-ish people have made a huge bet against gigantic financial institutions and are currently winning. In practice this means we are seeing one of the largest wealth transfers from the financial ruling class to the middle and middle-upper classes in recent memory, so it is, understandably, the only thing anyone is talking about.
https://www.vice.com/en/article/pkdvgy/ ... stop-stock

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
די שאלה איז אויב דאס וואס פארשידענע בראקערעדזעס האבען געמאכט היינט אז מען קען נישט קויפען דער סטאק, נאר פארקויפען, אויב עס איז קרימינאל אדער נישט. דערווייל האבען בלויז קארטעז און טעד קראז גערעדט קעגען די בראקערעדזעס, אבער אפילו זיי האבען נישט געזאגט אז עס איז קרימינאל. די שאלה איז פארוואס. כלומר, די העדזש פאנדס זענען אין מאכט, זיי דרייען מיט די סטאקס כמו שלבם חפץ, און דאס הייסט נישט מאניפיולעשען, אבער ווען יחידים קומען און מאכען א לעבען פין די פרייע מארקעט, און די גרויסע ליידען, ווערט אלעס אויס פרייע מארקעט. און אפילו רעדדיט האט היינט פארמאכט דער גאנצע סוברעדדיט פאר א שעה.
מיין מסקנא פין דעם איז אז ווען דער אינטערנעט האט זיך געפענט איז יעדער געוועהן אויף דערמיט אז עס טוט זיך א נייע פורום פין פרייע ספיטש, קיינער שטערט נישט, מען קען זאגען וואס מען וויל. דער גאווערנמענט האט זיך נישט אריין געמישט און געלאזט אלעס אנגיין. וואס איז למעשה געשעהן איז, אז אפאר גרויסע קאמפאניס פירען דער "פרייער" ספיטש אויף דער אינטערנעט, און קאנטרעלירען וואס גייט פאר.
די לעצטע סומטאכע וואס טוויטער קען אויסשליסען טראמפ אהן קיין שום געזעצליכע דין וחשבון, אדער יוטוב קען אויסשליסען זשוליאני, אדער דער היינטיגע רעדדיט וואס האט פארמאכט דער סוברעדדיט, און זיי אלע דארפען נישט אפגעבען א דין וחשבון, איז א זאך וואס דארף ווערען קאנטראלירט דורך פרי ספיטש. כלומר, פרי ספיטש מיינט איך קען זאגען וואס איך וויל, און ווען א קאמפאני וואס לייגט ארויס א פאבליק פורום שליסט אויס מענטשען פין זאגען זייער דעה, טאמער זיי קענען נישט פראווען אין א געריכט אז זיי האבען עס געטוהן מחמת א אמת'ע חשש סכנות נפשות, דארפען זיי ווערען באשטראפט מיט געלט קנסות, אז זיי זאלען וויסן אז עס לוינט זיי נישט.
דער היינטיגע מצב איז א סתירה צו דער אמעריקאנע יסוד. ד.ה. דער גאווערנמענט טאר נישט קאנטראלירען קיין ספיטש, וקל וחומר אפאר קאמפאניס.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
דאס איז אין אנדערע ווערטער א באלשעוויסטישע עקאנאמישער אויפשטאנד. די פשוטי עם זענען פעד אפ מיט דעם אז די רייכע קאנטראלירן די "פרייע" האנדלס מארקעט
אבער יוסי געשטעטנער פרעגט גוט. אויב ראבינהוד, אן איינצעלנע קאמפאני קען דאס טוהן לעיני כל, דאן פארוואס זאל נישט א פאליטישע מאשין קענען מאניפולירן א וואל אויסגאנג באהאלטענערהייט?

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע!
ווי קומט דא אריין וואלן?
איך בין צו א גרויסע תמים צו כאפן, ביטע זיי מסביר.
איך בין צו א גרויסע תמים צו כאפן, ביטע זיי מסביר.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ווייל זיי ק היינט קאנטראלירטענען און זיי האבן.
דאס איז נישט דער מחלוקת.
דער שאלה איז אויב אין דער נאמען פין ראטעווען דער דעמאקראטיעַ צו מען מעג עובר זיין אויף דעמאקראטיע. אמעריקא האט ביז היינט קאנטראלירט דעמאקראטיע אין די וועלט מיט ביליגע נישט דעמאקראטישע וועגן. יעצט איז מדה כנגד מדה.
דאס איז נישט דער מחלוקת.
דער שאלה איז אויב אין דער נאמען פין ראטעווען דער דעמאקראטיעַ צו מען מעג עובר זיין אויף דעמאקראטיע. אמעריקא האט ביז היינט קאנטראלירט דעמאקראטיע אין די וועלט מיט ביליגע נישט דעמאקראטישע וועגן. יעצט איז מדה כנגד מדה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
https://www.theverge.com/2021/1/28/2225 ... play-store
יעצט העלפט גוגל צו ראבינסען פין די שלעכטע מענטשן...
יעצט העלפט גוגל צו ראבינסען פין די שלעכטע מענטשן...
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 766 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע!
הייבט זיך אן פון פריש.....
געימסטאפ איז היינט ארויף מיט 103% און געווארן אפגעשטעלט פון טרעידינג ביז 4:00 (halted), יעצט אין After hours גאלאפירט עס ווייטער ארויף מיט א שנעלקייט און האט שוין אנגעקומען צו $200.....
דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע וואך איז געווען א סענאט פארהערן איבער דעם סומאטאכע און 'קיעטה גיל' המכונה טיפע****ווערט (DeepFu*kingValue) אויף רעדדיט - דער וואס האט מתחילה אויפגעברענגט די סטאק אויף רעדדיט אפאר חדשים צוריק און פארוואנדלט געווארן אלס א העלד -האט דארט געזאגט אז ער האט נאך אלס ליב דעם סטאק און ער האט אפי' געקויפט מער...... ווי אויך האט ער בשעתן רעדן צום סענאט געהאט א Meme (וואס כידוע איז מיעמס די רוקנביין פון יענעם סוברעדדיט) אויפ'ן וואנט מיטן אויפשריפט;
Hang in there..