איז גלייבן אז די אפפענדיקס האט נישט קיין תפקיד, אפיקורסות?

מחשבה, השקפה ועיון
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

מ'קען מסביר זיין יענע איד, פארוואס ער האלט אז עס איז אפיקורסות.
ווייל אויב מען גלייבט אין גאט אז ער איז בלי גבול און סיבה ראשונה, מוז ער דאך זיין דא פאר א סיבה, ווייל אויב נישט איז ער א מקרה וואס איז א געוויסע צמצום, און אויך דארף זיין עפעס העכער איהם, ממילא מוז זיין אז גאט איז א תכלית.
יעצט אויב גאט איז בלי גבול, זענען זיינע פעולות א חלק פון איהם, ווייל אויב נישט נאר די זאגסט אז ער טוט א פעולה, ביזטו איהם ווייטער מצמצם.
איז אויב זיינע פעולות זענען א חלק פון איהם, מוזן זיי האבן א תכלית אזוי ווי ער אליין, און ממילא מוז די אפפענדיקס האבן א תכלית, און אויב זאגסטו אז נישט האסטו מצמצם געווען גאט, ביזטו אן אפיקורס.

יעצט דאס וואס די פרעגסט:
קהל'ס נער האט געשריבן:ויותר מזה, די ביסט מצמצם דעם אייבערשטן, הייסט אזוי ווען די אייבערשטער וויל אריינלייגן א אפפענדיקס אינעם מענטש, קען ער נישט, ער מיז ערשט אויפקימען א סיבה פארוואס עס אריינצילייגן, כדי ציפרידן צישטעלן משה גרונם, דאס איז אפיקורסות.


איז נישט קיין קשיא, ווייל פונקט ווי מ'קען נישט פרעגן צו די גאט קען קאמיטען suicide, וואס לכאורה אויב זאגט מען אז גאט קען נישט ביזטו מצמצם גאט, נאר וואס דען, גאט קען נישט ווייל דאס איז א חלק פון גאט אז ער איז חי וקים לעולם, איז די זעלבע זאך מוזן זיינע פעולות זיין פאר א תכלית, ווייל דאס איז מהותו.

(איך בין זיכער אז יענער האט עוסק געווען ממש אין די סוגיא @פאר'ן דאווענען, מאכענדיג א הכנה גדולה צו דאווענען בביטול גמור)
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:לויט די כללים פון עוואולוציע, מוז יעדע זאך האבן א סיבה. אויב וועט איין גרופע בעלי חיים פארנוצן ענערגיע צו טון עפעס וואס העלפט נישט זייער פריה וריבה, וועט די גרופע ווערן עקסטינקט און עס וועט נאר איבערבלייבן די בעלי חיים וואס פארנוצן נישט די אומזיסטע ענערגיע. אוודאי ווען מען רעדט פון אזא שווערע אויפגאבע צו דעוועלאופן און אויסהאלטן א גאנצע נייע אבר, מוז זיכער זיין עס האט א סיבה.

קומט אויס, ווען מען זאגט די אפפענדיקס האט נישט קיין תפקיד, איז עס סיי א קשיא אויף עוואולוציע, און אויך ראי' עס איז פארהאן א גאט וואס קען טון זאכן וואס פעלן נישט אויס בכלל.

צו פארענטפערן עוואולוציע קען מען נוצן די הסבר וואס מי אני ברענגט אויבן. און אזוי שרייבן טאקע ברעט וויינשטיין און זיין שותף, דאקטוירעם פון ביילאגישע עוואולוציע, אין זייער נייע בוך A Hunter-Gatherer's Guide to the 21st Century. איך וועל עס מסביר זיין בקיצור.

אין די קישקע איז פארהאן אסאך גוטע באקטיריע צו פארענדיגן וואס עס פעלט זיך אויס צו טון דארט. אמאל כאפט זיך אריין נישט גוטע באקטיריע דארט, איז דא א קלוגע מעכאניזם צו אלעס ארויסשטויסן, מיטן נאמען דייעריע... די פראבלעם איז, ווען אלעס ווערט ארויסגעוואשן, גייט אויך מיט די גוטע באקטיריע. דאס איז די תפקיד פון די אפענדיקס צו אוועקלייגן די גוטע באקטיריע, און ווען עס קומט די צייט, נעמט מען פון דארט ארויס די באהאלטענע אפיקומן.

אבער היינט איז די וועלט איז געווארן אסאך ריינער, און מען היט זיך אסאך מער אפ פון באקטיריע, האבן מענטשן כמעט נישט קיין דייעריע, און די אפענדיקס פילט זיך נאר אן און עס ליידיגט זיך קיינמאל נישט אויס. ווערט די אפענדיקס אנגעלייגט און אינפלעימט, און דאס ברענגט צו אלע פראבלעמען וואס די אפענדיקס מאכט. און זיי ברענגען א ראי' פון דעם אז אין דריטע וועלט לענדער וואו דייעריע פאסירט סאך מער צוליב די אומריינע וואסער און אנדערע פראבלעמען, איז נישטא די פראבלעמען מיט די אפענדיקס, זעט מען קלאר אז ווילאנג די וועלט איז מער נאטורלעך דארף מען יא די אפענדיקס. לעצטנס ווען די לענדער ווערן מער דעוועלאופט, זעט מען טאקע אן אויפשטייג אין אפענדיקס פראבלעמען.


יעצט אז מען פארשטייט שוין די סיבה פון די אפענדיקס, קען מען זען א קלארע ראי' צום באשעפער וואס האט אויסגערעכנט פונקטלעך יעדע פרט, אשר יצר את האדם בחכמה!

ווארט נאר ווארט ביז מ׳העט פארקויפן אין העלט-פוד סטאר׳ס אין שיין געפעקעדזשטע באטלעך אזאנע קעפסאלס, ויקרא שמו: ׳סוער-עקסטרעקט׳....!
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

קהל'ס נער האט געשריבן:כ'האב געהאט א שמועס אין קאווע שטיבל (די פיזישע, נישט די ווירטואלע) איבער די אפפענדיקס האב איך געזאגט אז ס'האט נישט קיין תפקיד אינעם גוף, זאגט איינער אז דאס איז אפיקורסות ווייל ס'קען נישט זיין אז די אייבערשטער האט עס אריינגעלייגט אינעם גוף אן קיין סיבה.
דא האט זיך די שמועס געענדיגט מפני פחד ה.....


יעצט געהערט פישל שעכטער'ס וועלט פון גוטע מידות פרשת במדבר, געט דארט די מנהל א פסק פארן טיטשער ווייל ער זאגט אז די אפפענדיקס האט נישט קיין תכלית, און די מנהל זאגט אז ס'קען נישט זיין ווייל יעדע זאך וואס די אייבערשטער האט באשאפן איז פאר א תכלית. ;) ;)
פארשפארט