איז אמונה פשוטה, אפיקורסות?
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דאס איז נישט אינגאנצן א ריכטיגע טענה בדומה. והיינו, ווי דר. ריטשערד דאווקינס און דר. סעם העריס ענטפערן אויף די סארט טענה, אויב וויל מען ענטפערן "שלעכטס אין נאמען ממש פון רעליגיע ומטעם הרעליגיע" לעומת "שלעכטס אין נאמען ממש פון אירעליגיע/אטעאיזם ומטעם האירעליגיע/האטעאיזם" איז עס דאך דאס נישט דומה - דא איז די שלעכטס געטוהן געווארן אין נאמען פון די רעליגיע, משא"כ ביים צווייטן פאל איז דאס נישט געטוהן געווארן מטעם מכח ומשם אטעאיזם/אירעליגיע. ווידעראום אויב וויל מען דאס צוגלייכן צו אידעאלאגיעס גופא ווי נאציזם און קאמוניזם מאכט מען דאך די פראבלעם נאך ערגער: מען פארגלייכט דאך רעליגיע צו אידעאלאגיעס וואס מ'קען טענה'ן זענען ממש רע (בפועל), אדער לכה"פ יצא שכרם בהפסידם.
דאס צו פארגלייכן צו די אינסטיטוציע פון, צב"ש, "רעגירונג" אדער אידעאלאגיעס (בכלל/בסתם) וואס זענען מעורב במזג שוה מרע וטוב איז א בעסערע אנטווארט.
דר.יובל נח הררי רופט טאקע הומאניזם די "רעליגיע" פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט וואס אויף איר מזבח, שטרייטן אינערהאלב די "רעליגיע", זענען אומגעקומען מיליאנען מענטשן - די צוויי וועלט מלחמות. ער איז דאס מסביר לשיטתו באריכות.
דאס צו פארגלייכן צו די אינסטיטוציע פון, צב"ש, "רעגירונג" אדער אידעאלאגיעס (בכלל/בסתם) וואס זענען מעורב במזג שוה מרע וטוב איז א בעסערע אנטווארט.
דר.יובל נח הררי רופט טאקע הומאניזם די "רעליגיע" פונעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט וואס אויף איר מזבח, שטרייטן אינערהאלב די "רעליגיע", זענען אומגעקומען מיליאנען מענטשן - די צוויי וועלט מלחמות. ער איז דאס מסביר לשיטתו באריכות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווייל למעשה היינטיגע ציייטן איז נאר דא איין זאך וואס קען גורם זיין פאר א מענטש מיט א גוט הארץ צו טוהן רשעות, וגור יוכיח.
א נארמאלע גוט הארץ וועט איבערלאזן די שלעכטע חלקים פאר א צווייטן, דהיינו א מענטש ווי פרום ער זאל זיין, אויב האט ער א גוט הארץ וועט נישט זיין דער וואס זאל מוחא זיין אויף יעדע פירצה, א גוט הארץ וועט נישט שרייען שבת אפילו אויב ער האלט אז סאיז נישט דא קיין עירוב.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מסכים, איין זאך איז זיכער, אזא מעשה ווי אז גאנצע סעמינאר פון גערע מיידלעך זאלן זיך קענען אויפהייבן אינמיטן א דרשה און אפטראגן לאזענדיג דעם רעדנער לעקיש, אדער אז א טאטע זאל דערווערגן א קינד צום טויט אריינשטופענדיג אין זיין מויל א לעפל טשאלענט, אדער אז גוטהארציגע עלטערן זאלן אנשטאט קויפן עפעס צו דערפרייען די קינדער מנדב זיין דאס געלט פאר׳ן רבינ׳ס שוהל, דאס וואלט נישט געקענט געשעהן אן רעליגיע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:איך בין א מאמין אין תורה מסיני מתוך אמונה פשוטה, כ'האב דורך געטין אלע הוכחות אויף דעים אלעס קען מען גרינג אפפרעיגן (מען קען עפענען נאך א אשכול צי די הוכחות זענען וואליד, דאס איז אבער נישט די מטרה פון די אשכול).
אסאך מאל הייב איך אן טראכטן "וואס בין איך אנדערש פון א אפיקורוס?"
ער טענה'ט אז די גאנצע תורה שטאמט פון א בשר ודם, און איך טענה אז ס'קומט פונעם אייבערשטען ווייל מיין טאטע אויך א בשר ודם האט מיך אליינס געזאגט אזוי.
ער טענה'ט אז די גאנצע זאך הייבט זיך נישט אן, איך האלט אויך אזוי נאר איך פאלג די תורה ווייל אזא טראדיציע האב איך.
ער היט נישט די תורה ווייל עים איז באקוועים אזוי, איך היט יא די תורה ווייל פאר מיך איז באקוועים אזוי.
וואס וועט זיין אויב מיין טאטע ווערט מארגן א מוסלומעינער, בין איך מופרך ממה נפשך, אויב האב איך אמונה פשוטה דארף איך אויך ווערן א מוסלעמעינער, ווייל פאר דער זעלבע סיבה פארוואס כ'האב געגלייבט ביז יעצט אז תורה מסיני דארף איך יעצט גלייבן אז מוחמד איז געוועין א נביא, און אויב ווער איך נישט קיין מוסלומעינער איז מיין גאנצע אמונה אפגעפרעיגט, ווייל מיין גאנצע אמונה איז דאך באזירט אז מיין טאטע האט מיר אזוי געזאגט, נא יעצט זאגט ער אנדערש.
והנני צווח כי כרוכיא "מיט וואס איז אמונה פשוטה, אנדערש ווי אפיקורסות?"
׳פשוטה׳ איז מלשון ׳מופשט׳. ׳פשוט׳ פשט מיינט עס אויסגעטאן פון סיי וועלכע לבוש וואס גיבט א געוויסע פלעיווער פאר דעם באקליידעטן וואס איז נישט זיין אמת׳ער עצמיות׳דיגער מציאות. נעם לדוגמא א גאלדענע געבלימטע בעקיטשע, און טראכט אריין וואסארע אימפעקט דאס מאכט בשעת ס׳איז בסך הכל א שטיקל דעקארירטע סחורה...
ווען א מענטש ׳טראכט׳ אדער ׳זאגט׳ איך גלייב... און די סיבה דערצו איז סיי וואס איז נישט עפעס וואס רירט אן זיין עצמיות ומהות הנפש. דאן איז דאס נישט אמונה ׳פשוטה׳. ס׳איז אמונה צוליב א זייטיגע סיבה...
למעשה, איזעס נישט קיין סתירה. א מענטש קען כולל זיין אין זיך א געמיש פון ביידע אינאיינעם, אמאל איז גובר דער אמונה פשוטה און אמאל איז ער פארכאפט אין זייטיגע אינטערעסן...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אז מ׳רעדט שוין, שמואל בנימין (המכונה סעם) הערריס איז א גרויסע חסיד פון Jainism. ער זאגט אז ביי אלע אנדערע רעליגיעס ווי פרומער דו ביזט אלץ מער דארף מען מורא האבן אז דו וועסט זיך צופירן די הענט ביי Jainism איז אבער פארקערט, ווי פרומער און מער פאנאטיש דו ביזט אלץ ווייניגער דארף מען מורא האבן פון דיר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מסכים, איין זאך איז זיכער, אזא מעשה ווי אז גאנצע סעמינאר פון גערע מיידלעך זאלן זיך קענען אויפהייבן אינמיטן א דרשה און אפטראגן לאזענדיג דעם רעדנער לעקיש, אדער אז א טאטע זאל דערווערגן א קינד צום טויט אריינשטופענדיג אין זיין מויל א לעפל טשאלענט, אדער אז גוטהארציגע עלטערן זאלן אנשטאט קויפן עפעס צו דערפרייען די קינדער מנדב זיין דאס געלט פאר׳ן רבינ׳ס שוהל, דאס וואלט נישט געקענט געשעהן אן רעליגיע.
רביה"ק, ביזט היפש אומפארמירט וואס טוט זיך היינט אין די פראגרעסיווע גאס.. (אפשר קען מען זיי שוין טאקע עמטליך אנרופן "רעליגיעז")
-איבערלאזן א רעדנער לעקיש?? 10 מאל ערגער פאסירט סיי ווען א רעדנער "וואס זיינע השקפות שטימען נישט מיט די רוח הזמן" דערוואגט זיך נאר צו רעדן "נאנט" צו א פראגרעסיווע יוניווערסיטי...
-וויפיל הונדערטער מעשיות זענען ארום געפארן פון עלטערן וואס "אביוזן" זייערע קינדער צוליב זייער נישט וועלן אנטוהן א מאסק, צו זיי מאכן "דזשענדערלעסס", אדער סיי וואס פארא פראגרעסיווע משוגעת'ן ס'איז אין סטייל... (פאר א שטיקל השגה.. וואטש די עלטערע ווידעאויס פון libsoftiktock@ אויף טוויטער).
-טויזנטער מענטשן האבן פארלוירן זייערע דזשאבס, פיזיש אטאקירט געווארן אדער סתם "געלייגט געווארן אין חרם" צוליב'ן גיין אנטקעגן די פראגרעסיוון און זייער אידיאלאגיע...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
תרמב האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווייל למעשה היינטיגע ציייטן איז נאר דא איין זאך וואס קען גורם זיין פאר א מענטש מיט א גוט הארץ צו טוהן רשעות, וגור יוכיח.
א נארמאלע גוט הארץ וועט איבערלאזן די שלעכטע חלקים פאר א צווייטן, דהיינו א מענטש ווי פרום ער זאל זיין, אויב האט ער א גוט הארץ וועט נישט זיין דער וואס זאל מוחא זיין אויף יעדע פירצה, א גוט הארץ וועט נישט שרייען שבת אפילו אויב ער האלט אז סאיז נישט דא קיין עירוב.
תרמב: ס'שטייט אין שו"ע, ווער ס'שמועסט ביים דאווענען..."וגוערין בו"...איז דא ווער ס'איז נוטל חלק בראש. ער פריידט זיך אז ער קען יענעם אנשרייען און אנזידלען מיט די הסכמה פון שו"ע. אן איידעלער מענטש וועט דעם ..."וגוערין בו" אויך מקיים זיין אויף אן איידעלען אופן. אז ער מוז שרייען וועט ער ..."שרייען אויף אן איידעלען וועג...!"...
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
בן גוריון אויך געהאלטן אביסל ענליך ווי דר. קוגל אין דעם. ער האט געגעבן א לעקציע דערויף און א פרומע פארטיי האט דעריבער אין 1960 אריינגעגעבן א no-confidence מאָשׁען אין כנסת קעגן זיין פירערשאפט. א פרייע שר איז אויך געווען ברוגז און אים געזאגט אז ער פירט זיך אויף ווי א דיקטאטור וואס זוכט צו טוישן היסטארישע פאקטן.