העלף! ווידיאס פרעסן אויף סטארעדזש ספעיס

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5560 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1325 מאל

העלף! ווידיאס פרעסן אויף סטארעדזש ספעיס

שליחה דורך טמיר »

א קורצע איין מינוטיגע ווידיא מיט מיין פאון פרעסט אויף איבער 100 מב פלאץ. ממילא ווערט א ריזיגע פראבלעם וועגן סטארעדזש פון אזויפיל דעטע, און דערנאך די סטרימימג וכו. טוישן די סעטטינגס העלפט א משהו, אבער ווייט נישט גענוג.

האב איך געטראפן א נחמה פורתא. ס'זענען דא עפפס וואס קענען קאמפרעסן די דעטע צי א פראקציע פון די ארגינעלע. און מען קען קוים באמערקן א חילוק! אזוי ווי פון inverse.ia. צ.ב.ש. א 3 מינוטיגע ווידיא וואס איז געווען איבער 400 מב איז געווארן 22!

אבער דאס מאכט די טענה שטערקער. אז מ'קאן יא, פארוואס זאל מען עס נישט קענען טון אזוי גלייך פון די קעמערא? פארוואס זאל מען דארפן דורגיין די פיינפילע יסורים פון קאנווערטן יעדע פייל באזונדער?

און די זעלבע פראבלעם איז מיט מיין ווייבס סאני קעמרע. נישט אומזיסט לויפט די קארטל אויס פון פלאץ יעדע שני וחמישי!

רבותי ראטעוועט,
חוסו עלי ועל ענני ועל דטאי ועל כרטיסאי
עד מתי???
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר