ווארשעווער היסטאריע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1385 מאל

ווארשעווער היסטאריע

שליחה דורך לייביששרייבער »

www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=16354

כדי צו האבן א דבר נאה ומתוקן איז פשוט א שאד נישט ארויס צו נעמען פון די ארכיוון די היסטאריע פון ווארשע ווי אזוי עס איז געווארן דער גרויסער שטאט און ווי אזוי דאס אידישקייט האט זיך דארט אזוי געשטארק עד כדי כך ביז עס איז געווארן איינע פון די גרעסט אידישע שטעט אין אייראפא פארן צווייטן וועלטס קריג


ווארשע היסטאריע

די היסטאריע פון ווארשע הייבט זיך אן שוין אין די יארן פון עלעף הונדרעט ד' תת"ס, די ערשטע יארן פון ווען ווארשע איז געווארן געגרינדעט קען נישט ווערן פעסטגעשטעלט מיט קיין דוקאמענטארישע הוכחת. די נעמען פון די שטעט ארום ווארשע ווייזט אז סלאווישע שבטים פון טשעכן האבן זיך דארט איייינקווארטירט אזוי פרי וווי ווי יאר ד' תת"ס אדער אפי' פריער.

די נאמען פון די עלטסטע גאס אין ווארשע איז געגעבן געווארן נאך א פישער וואס האט פארפיגט אויף די פיש מארקעט אויפן ווייסעל טייך אין די געגענט מיטן נאמען ריבאקס Rybaki

אין יענע יארן איז ווארשע געווען א דארף, עס האט זיך אהין געצויגען א פירשט אין יאר ד'תתס"ז 1207 מיטן נאמען קאנארד, ער האט זיך אויף געשטעלט זיין גרויסער רעזידענץ אינעם דארף, און געבויעט גאס נאך גאס אויפן חשבון צו מאכן ווארשע פאר א גרויסער שטאט. די טעריטאריע וואס די שטאט ווארשע איז דאן געזעצן האט געהייסען מאזאוויע. די פירשטליכער הויף האט צו זיך געצויגען אסאך איינוואוינער סיי די באדינער פונעם פירשט און ווי אויך סוחרים וואס האבן געהאנדעלט מיט די פירשט האבן זיך כסדר געמערט ביז די באדן מאזאוויע האט זיך ערווארבן א נאמען פון א גרעסערע ישוב א שטאטליכער אויסשטעל. קיין שום פאליטישער חשיבות האט דער שטאט נישט געהאט אין יענע יארן. די גרעסערע שטעט דערנעבן ווי סאכוטשאווע און טשערסק זענען געווען וויכטיגערע שטאטישע שטעט וואס האבן דאן םארפיגט אויף האנדל און וואנדעל. די אקאנאמיע אין די צוויי שטעט האט נישט געלאזט דעם נייעם שטאט/דארף מאזאוויע זיך הייבן אין די ראנגען פון ווערן אן אנערקענטע מאנציפאליטעט.

ווען די שטאט איז עמטליך געווארן אן אנערקענטע שטאט איז נישטא קען שום דאקאמענטישע באשטעטיגונג ביז אין יאר 1247 ד'תתקס"ז. הגם עס איז דא דא שריפטן וואס היסטאריקער האבן געשריבען וועגם דעם נייעם שלאס וואס האט זיך געגרינדעט אין מאזאוויע ("יאזדאוו" האט עס געהייסן דאן לויט די שריפטן) שוין אזוי פרי ווי 1224 ד' תתקפ"ג אבער ווארשע האט זיך עס נישט גערופן לויט די שריפטן און די אפיציעלע דאמענטאציע ביז אין יאר 1313 ע"ג

אין יענע צייטן צו באקומען די מאנציפאליטעט האט געמיינט צו האבן אן אייגענער האנדלס (אקאנאמי) און א גאראנטי אויף שוץ פון א פאליצייאישער וואך און גערוכטליכע פארוואלטונג פאר דיי איינוואוינער פון דעם מאנאציפאליטעט. די פאליציי געווארדיע און די ריכטער זענען געוארן באצאלט פון די איינצאלונגען פון די איינוואוינער וואס האבן דעם געגענט איינגענומען. מען זעהט נישט אין ערגעץ אזא אפיציעלער איינערקענונג ביז אין יאר 1339 צ"ט

דער ווארשעווער מארק און האנדעלס האט זיך שנעל ערווארבן צו א גרויסער מארק, צו פארדאנקען דעם געיאגראפישער פלאץ ווי דאס שטייט, ארום גענומען מיט וואסער פון איין זייט, טריקעניש אפן צו רוב אייראפע, פונעם צווייטן זייט. עס איז געווען זייער גרינג פון אלע זייטן אהין צו קומען, סיי די קויפער און סיי די פארקויפער האבן דאס געזעהן א גוטער מיטלפונקט.

נישט גרינג איז אנגעקומען צו מאכן פון דעם דארף מאזאוויע צו א שטאט, די פרייסען שכינים פונעם נייעם געווארנער שטאט האט זייער נישט געשמעקט דעם געדאנק פון א גרויסער ממש אין זייער נאז אריין און האבן כסדר געפירט מלחמות מיטן פירשט און זיינע מיליטאנטאנטען, עס איז אנגעקומען זייער שווער צו זיך אויס ברייטערן אין די צייט וואס מען איז פארנומען זיך צו באוואכען פון די פליצלינגע אנפעלער פון די פרייסישע שבטים. די באשוצונג פון די איינוואוינער איז נישט געווען קיין גרינגער ארבעט פאר די פירשטם אין יענע תקופה.

וויי נאר דער פירשט קאנאר האט צו געלייגט טעריטאריע צום דארף כדי עס צו ברענגען צו א שטאטישע געוויכט האבן די פרייסען געמאכט טעריטארישע אנפעלער און געשלאגן און געראצכעט מיט כל הבא ליד. אין יאר 1289 מ"ט זענען פארגעקומען שווערע שלאכטן ארום דעם ווארשעווער/מאזאוויע טאריטאריע מיט די פרייסען, און א יאר דעראויף האבן זיך צו די שלאכטן צו געשטעלט די ליטאים פון די אנדערע זייט וואס זענען איבער גערעדט געווארן דורך די פרייסען נישט צו צולאזען אז די רואיגע דערפער אין דעם געגענט זאל ווערן פארוואנדעלט אין א גרויסער שטאט ווי די רואיגקייט ווערט פון די איצטיגע אייוואוינער אוועק גענומען.

אין די תקופה פון די שלעגערייען האט פירשט קאנארד מחליט געווען אז ארום דעם גרויסען פירשטליכען פאלאץ צו בויען א שלאס מיט א שטארקער שטיינערנעם מויער ארום צו נעמען דעם נייעם שטאט, וואס האט זיך געצויגען פוונעם ברעג וווייסעל טייך און ארום גענומען א ריזיגער שטח ווי די נייע איינוואוינער האבן זיך אריין געצויגען צו אפהאלטן די שלעגער פון באפאלן דעם נייעם שטאט נאכאמאל און נאכאמאל.

אין צווישען די מויערן האט זיך די שטאט ענדליך אנגעהויבען אנטוויקלען (אלט-שטאט ווארשע, יא עס איז דא אן אלט שטאט אין ווארשע אויכעט. די היינטיגע רויאל קעסטל Royal Castle) די אנפעלער האבן נאך געלאזט.

אין יאר 1377קל"ז האט זיך די הויפט שטאט מאזאוויע אריבער געפירט פון טשערסק מאנאציפאליטעיט צו נייע געווארנע ווארשע.

די ערשטע אפיציעלע, דאקומענטאציע פון די שטאט ווארשע איז דא פון יענע יאר. דער שריפט לויטעט אזוי. "די שטאט ווארשע איז געווארן ארום גענומען מיט א מויער עס צוהט זיך פון ארום דעם שלאס פונעם פירשט קאנארד וואס שטייט נאנט צום ברעג פונעם טייך ווייסעל און נעמט ארום אלע הייזער אינעם שטאט. דער נייער שטאט האט אסאך גרויסע באקוועמע הייזער און האנדלס מארק פאר די באקוועמליכקייט פאר די איינוואוינער און געסט, אויסער אסאך אנדערע באקוועמליכקייטן"

דער מויער פונעם שלאס האט אין זיך געהאט אריין געבויט הויעכע טורם'ס צו באוואכען דעם גאנצען ארום צו זעהן מי הולך און מי בא, ווי נאר די וועכטער האבן באמעקט אום געבעטענע געסט זיך גענענען צום שטאט האבן זיי ארויס געשיקט א סיגנאל אריין אין אין שטאט און די פינעף טויערן פונעם שלאס זענען הערמאטיש פארשלאסען געווארן און אלע איינוואוינער אינעווייניג האבן זיך א לאז געטוהן צו די באשטימטע פלעצער אויפן מויער צו באשיצען דעם שטאט אנטקעגן די אנפעלער. די שטאט האט זיך פון אנהייב געבויעט פון די צארישע פירשטליכע פאמיליע און זיי האבן זיך משדך געווען צווישען זיך, די גאנצער שטאט מער אדער וייניגער זענען געווען אין די מלוכה פאמיליע באיזה אופן ממילה זייער פארטיידיגונגס זענען געווען ממש אן אייגענארטיגער פארטיידעגונגס אלע האבן זיך געשפירט ווי די בעלי אחריות פון די שטאט, און דערפאר האבן זיי פארטיידיגט שייער אייגענטום נישט קיין ציבורישער וואכונג, די זעלנער וואס האבן באוואכט דעם שטאט האבן זיך איבער געגעבן פאר די באוואכונגס ארבעט מיט לייב און לעבען. דער פאזיציע וואס די מויערן האבן צו געשטעלט אויף אלע פיר זייטן איז געוען זייער סטראטעגיש אהער געשטעלט אז די אנפעלער האבן זיך זייער שווער געקענט אן עצה געבען און צוריק שלאגען די באשיצער וואס האבן געשאסן מיט ברענעדיגע פיילן פון אויבען אויף אראפ, די אנפעלער האבן כמעט נישט במציאות געקענט נאנט קומען צום מויער אן פארלירן גאר אסאך סאלדאטן, און אזוי איז ארויס א קול אז מיט דעם נייעם שטאט מאזאוויע/ווארשע איז נישט כדי זיך צו אנפאנגען.

די וואס האבן געוואוינט אין דעם געגענט פונעם שלאס און ארום דעם שלאס, האבן אוטאמאטיש געדארפט אונטערשרייבען אונטערטעיניגקייט צום פירשט מיט זיינע אנטערטאנען כדי צו ווערן באשיצט פון אנפאלער און ווי אויך צו קענען אריין קומען אין שטאט צום האנגעלס מארק וואס האט געווירבעלט אינעם מויער פון סחורה וואס איז געברענגט געווארן פונעם ווייסעל טייך.

א גרויסער קלויסטער מיט א קאטעדרע דאך איז געווארן געבויט אינעם שלאס ווי עס פאסט פאר א מלוכה שטאט, און אינעם קלויסטער איז אויך גווארן אריינ-געשטעלט די אפיציעלע שולע. און ווי אויך איז ביי דעם קלויסטער געווען צו געשטעלט דעם אפיציעלער צווינטער (סעמענטערי)

די ענגע קליינע שמאלע היימישע געסלעך פונעם גאנצער שטאט איז געווען נישט לענגער ווען מען זאל אלע גאסן שטעלן און א שורה'דיגע לענג, איז נישט געווען לענגער ווי דער היינטיגער גאס אין ווארשע מארשאלקאווסקא גאס.

די שטאט איז געווען אויסגעשטעלט אין אן אליפטישער פארם, און דאס האט געמאכט דעם שטאט אויסזעהן ווי אן ארום-געצוימטן איזאלירטער בנין וואס איבער געפיהלט מיט פחדים'דיגער סודות'פולער אייגענשאפטן. מיט די פינעף פאריגעלטע טויערן, אינעם נוטראלער טייך שוץ האט גענאכט דעם שטאט אויסזעהן ווי א פלאסטישער מוסטער פון א מיטלאלטערישען פארפאנצעטער יישוב.

דער הויפט גאס אין דעם שטאט איז געווען אין די מארק פלאץ, דאס ראט-הויז, (סיטי אפיס) און פיר הייזער אין א שורה, די אנזעהנדיגער הייזער דארט איז געווען די הייזער ווי די ריכטער און די סולטיס (לוערס) האבן געוואוינט. צווישען די דאזיגע קוואדראט פון הייזער האבן זיך געפונען עטליכע קלענערע קלויסטערס, קרמאען, און און קנייפעס (ווערץ הייזער) ווי די הענדלער פון מארק פלעגען אייגענעם פארברענגען איבער א קאלט גלעזעל ביר און פארהאנדעלט אין זייערע געשעפטן. אפי' זונטאג נאך די פרעפלערייען אין די קלויסטער האבן זיך א חלק פון די מאבן אריינגעזעצט אין די פארברענג הייזער צו הנאה האבן פונעם רואיגער טאג וואס ערווארט זיי דעם זונטאג.

דער מארק פלאץ איז געווען די דאס הארץ פונעם שטאט זיינע ארטיערעס איז געווען זייער שמאל, א טייל געסער זענען געווען געמאכט פאר אדורך גייער צו אדורך שפרייזן פון איין זייט שטאט צום צווייטן, דער גאנצער שטאט איז באשטאנען פון עטליכע גאסען וואס אפאר פון דעם זענען נאר געווען די שמאלע שטעגלעך נאר פאר אדורך גייער.

שוויענטאיאנסקא
זאפיעצעק
שמאלער דוניי
גאלעמבי
א קזשיווע
קאלא
קא-מיענע
סכאדקי
צעלנא
יעזויצקא

די אדערן פונעם שטאט זענען געווען דער שלאס פלאץ מיט נאך עטליכע דורך גייענדע גאסן


פיוונא פיע,
קארסקא,
שמאלער דוניי
קאנאניא
חשעקאניא

ביי דעם ווינקעל םונעם שטאט זענען געווען נאך צוויי דריי גאסן
ריצערסקא שלעפא.

און א ריי געסלעך וואס עקזעסטירן שוין נישט, צווישן זיי א געסל מיטן נאמען ביעדא (ארעמקייט) וואס איז טאקע באוווינט געווארן פון ארעמעלייט, און א אידישע גאס וועגן וועלכער עס וועט אויסקומען צו שרייבן (אויב מיר וועלן זוכה זיין)
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר