וואס איז דער שורש פונ'ם ווארט "פאשקעוויל"?

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19806
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15096 מאל
קאנטאקט:

וואס איז דער שורש פונ'ם ווארט "פאשקעוויל"?

שליחה דורך berlbalaguleh »

א יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט וואס א פאשקעוויל איז. נאר מיך האט אייביג געשטערט אז איך ווייס נישט דעם מקור פון דעם ווארט.

דער עצם געדאנק איז נישט ניי. אויך נישט קיין ספעציפיש אידישער חידוש. מיט בערך 200 יאר צוריק איז דאס געווען זייער שטארק פארשפרייט אין אמעריקע. ס'האט געהייסן "האנד ביללס". ווייל מ'האט עס געטיילט אין די הענט פון די פאבליק.ס'איז מערסטנס געניצט געווארן דורך פאליטישנס וועלכע האבן געוואלט אראפרייסן זייער קעגנער. דארט איז געווען צוזאמגעשריבן אלערליי רכילות און לשון הרע. טייל יא אמת. און אויך וואס איז נישט געווען אמת. און סתם אזוי ווען איינער האט געוואלט באשמוצן א צווייטן האט ער אפגעדרוקט די פאפירן און עס אויסגעטיילט פאר'ן עולם. וויאזוי ס'האט זיך דערקייקלט צו ווערן א אידישע זאך איז מיר נישט באקאנט.אפשר איינער פון אונזערע גרויסע היסטארישע פארשער ווי לייביששרייבער זאלל שרייבן איבער די נושא.. (ר' לייביש איז מכובד צו שרייבן אין דעם אשכול אדער סיי וואו ערגעץ אנדערש.).

נחזור לענייננו: לויט ווי ווייט איך האב געקענט דערגיין זענען דא 2 פשטים (פשט'לעך) אויף פראנצויזיש און אויף ענגליש. והנה...
אין פראנצויזיש זאגט מען אויף אן אומ-באוואוסטן שרייבער...(Ne) pas sait q'uil...
ס'איז אפשר נישט גראמאטיש פונקטליך ווייל אין פראנצויזיש זאגט אז "מ'ווייסט נישט"...(Je) ne sait pas...!
איבערגטייטשט אויף אידיש זאגט מען...מ'ווייסט נישט ווער (ס'איז דער שרייבער).

אויף ענגליש איז דער פשט זייער פשוט...
Pass (the) quill...
געב אוועק דעם פעדער...! ווען איינער שרייבט און ער וויל נישט אז מ'זאל וויסן אז ער האט דאס געשריבן געט ער אוועק דעם פעדער...!
כנלענ"ד...מ'קען מיר געבן א לייק אדער א דיס-לייק. און אויך מיך גוט אנזידלען כדרכם פון געוויסע (חשוב'ע) ניקס...איך וועל אינגאנצן נישט זיין ברויגז...!

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר