א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19846
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15125 מאל
קאנטאקט:

א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך בין מוסר מודעה אז איך גיי נישט מאכן פאר מיין תפקיד אפצוענטפערן און געבן א "הסבר" אויף הרב בערגער'ס שטותים א יעדע וואך. נאר א סאך מאל איז דא א צייט ווען ס'איז א יוצא מן הכלל, ווייל רעדן און שרייבן שטותים והבלים איז זיין פרנסה. די וואך האט ער (אזוי מייניך) שוין איבערגעצויגן דאס שטריקל.

ער הייבט אן דעם ארטיקל (אזוי ווי אייביג) מיט א מעשה'לע פון עפעס א "חלום" אדער אנדערע פאנטאזיע. נאכדעם קומט ער צו צום "עיקר". ער פארציילט אז ער איז אריינגעקומען צו א שמחה און ער זעהט ווי דער עולם האקט "בשר בקר". האט ער זיך אזוי "כבדרך אגב" צוגעהערט צום שמועס. הערט ער ווי זיי זאגן און רעדן איבער "די מלחמה אין ארץ ישראל" און וואס "אונז" גיימיר טון. זאגט ער... האביך מיך אנגערופן... "אונז" גייען גארנישט טון. "זיי" גייען טון. אויך, ס'איז נישט דא קיין מלחמה אין "ארץ ישראל", די מלחמה איז אין "מדינת ישראל". זיי (כאמאס/אראבערס) הרג'נען נישט קיין אידן, זיי הרג'נען "ציונים", און די מלחמה (פון די ציונים) האט גארנישט צו טון מיט "אונז".

וויל איך דא געבן א שטיקל "הסבר" פאר דעם חשוב'ן שרייבער הרב בערגער שליט"א. נישט אז ער דארף א הסבר, מ'קען אים נישט אנרופן "תם" אדער "תמים", אדער אפשר "נאאיוו". ניין, ער איז נישט קיין איינס פון די זאכן. א "דעמאגאג", דאס איז ער יא.

הרב בערגער (שליט"ע), ווען ס'קומט צו דעם "עשיו שונא ליעקב" איז נישט דא קיין "אונז" און "זיי". די גויים די רוצחים ווילן (ח"ו) הרג'נען אלע אידן, קנאים און ציונים צוגלייך. ועוד, נישט נאר די אידן אין ארץ ישראל (אדער מדינת ישראל, ווי דו און די אנדערע דעמאגאגן זאגן) זענען ארומגענומען מיט רוצחים, שונאי ישראל וואס נאר דער שומר ישראל (יא אויך מדינת ישראל) קען אונז אפהיטן פון זייערע רוצח'ישע הענט, נאר אויך דא אין מאנסי זיצן אויף אונזערע גרעניצן די גרעסטע רוצחים און מערדערס. נישט די אחיהם של כושיים, נאר די כושים אליינס, וואס די שנאה און פאטענציעלע רציחה שפראצט און שפריצט ארויס פון זיי, מיט די הילף פון אנדערע גוי'אישע (ווייסע) פאליטישאנס.

אפשר האסטו שוין פארגעסן (נאר איך נישט) אז דער רשע און שונא ישראל (אויך שונא מדינת ישראל, יא) עד דעי ימ"ש, בראשית דרכו האט ער פרובירט אנצוהעצן די שווארצע באפעלקערונג ביי אונזערע גרעניצן (אויף מעין סטריט) אז די אידישע "כולל" יונגעלייט נעמען געלט פון די רעגירונג שלא ביושר ובגניבה און זיי נעמען אוועק דאס געלט פון די (ארעמע) שווארצע באפעלקערונג.

אויף וואס ווארטסטו, הרב בערגער? אז די גוי'אישע רוצחים זאלן קומען קיין מאנסי און דיר נאכווארפן שטיינער און שלעפן דיין בארד, אז דו זאלסט פארשטיין אז ס'איז נישט דא קיין "אונז" און "זיי"?

איך בין זיכער אז הרב בערגער ליינט (און שרייבט?) קאווע שטיבל, ווי ער אליין איז א מודה במקצת. זאל ער מולך זיין און זאגן אויב ער פארשטייט מיין "הסבר"...!.

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר