די מאראלישע אחריות פון א ציווילע בירגער, און א דעמאקראטישע מדינה. #Lattetoamerica

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

די מאראלישע אחריות פון א ציווילע בירגער, און א דעמאקראטישע מדינה. #Lattetoamerica

שליחה דורך בר גיורא »

לכבוד מיין הונדערסטע תגובה וויל איך מיך ערלויבן דא צו עפענען א "קען אף ווארמס".. :).

מיינע מחשבות אויף די נייע Woke movment,
#Lattertoamerica.


(הבהרה: איך פרוביר נישט צו פארענטפערן אדער מצדיק זיין קיין שום צד. איך פרוביר צו זיין אביעקטיוו אין די נושא אויף וויפיל מעגליך, און אויסשמועסן ביידע צדדים).

פאר ווער ס'איז נישט באקאנט:
ס'איז אויפגעקומען א נייע באוועגונג די לעצטע 10 טאג אויף טיקטאק דורך די וואוק Gen Z צי ליינען די "בריוו צו אמעריקע" וואס אסאמא בין לאדין האט געשיקט צו די מערב וועלט אין 2002 ארויסברענגענדיג זיינע טענות אנטקעגן די מערב וועלט, צו בארעכטיגן זיינע מעשי טעראר וואס ער האט דורכגעפירט מיט א יאר פריער. ער שטעלט אוועק זיין דאקטערינע, פאר זיין אנגייענדע קאמף קעגן אפרעסיע און אגרעסיע.

די בריוו רעדט זייער אסאך איבער די שטיצע פון אמעריקע פאר ישראל און זייער הריגות אויף די אראבער אין יו"ש, לבנון, גאזא.

ס'איז געווארען טרענדי לאור המצב, און פאר דעם נייעם דור וואס פילט אז די פאלעסטינער זענען די נרדפים אין די קאנפליקט, האט אנגעכאפט אן "עקזיסטענציאלע קריזיס" לדברם, אז אפשר איז אמעריקע נישט אזוי גלאנציג ווי זיי האבן געמיינט, און די נאראטיוו וואס מ'האט זיי פארקויפט אין די מידיע א גאנץ לעבן איז בעצם סובזדשעקטיוו! שאקינג...

(לדעתי דארף דא זיין אן עקסטערע דיון אויב יעדער וואס איז אקופירט האט אויטאמאטיש א רעכט צו פייטן פאר זיין פרייהייט, נרדף=צדק. אדער ס'איז דא אופנים ווי מ'קען מאראליש פארענטפערן אקופאציע פאר א לענגערע תקופה.
ווי אויך א דיון איבער די לעגאלע און מאראלישע דעפינאציע איבער די ווארט און מושג "טעראריסט". אבער "מעשי טעראר" איז עס זיכער געווען בלי שום חולקים.
אבל עוד חזון למועד.)

הקדמה:
אסאך מענטשן פילן אז א בריוו איז געשריבן דורך אן ארכי-טעראריסט, וואס האט עס געשריבן צו בארעכטיגן זיינע אקטן פון הרג'ענען טויזענטער מענטשן, סא וואס האמיר עס פון ליינען און דיסקוסירן.
אבער, ווי אריסטול פלעגט זאגן אויף די Ad hominem" fallacy":
"Don't attack the arguer, attack the arguments."

און ווי אויך איז די טענות לאו דווקא זיין אייגענע, נאר אסאך מוזלימ'ס מיט וועמען איך האב דיבעיטעט דיע נושאים בשעת איך בין געווען אין יו"ש, ירושלים, ירדן, מצרים, UAE, טערקיי, האבן גע'טענה'ט די זעלבע זאך.
אלזא, ביטע Don't shut your ears..

כ'הייב אן מיט'ן אראפברענגען די עיקר אויסצוגן פון די אידישע ווערסיע פון די בריוו, וואס איך האב איבערגעזעצט אראביש-אידיש, געשריבן דורך דעם סוני עקסטרעמיסט אסאמא בין לאדין.

פרייע איבערזעצונג:

אין נאמען פון אללא, דער מערסט באגנאדיגער, דער מערסט רחמנות'דיגער,

"די ערלויבעניש צו קעמפן (קעגן כופרים) איז געגעבן צו די (גלויביגע) וואס קעמפן קעגן זיי, וויייל זיי זענען בא'עוול'ט געווארן, און עס איז זיכער אז אללא קען זיי שענקן א זיג" [קוראַן 22:39]
עטליכע אמעריקאנער שרייבערס האָבן פארעפנטליכט ארטיקלען אונטערן קעפל 'באזירט אויף וואס קעמפן מיר? די ארטיקלען האבן ערהאלטן א צאל ענטפערס, עטליכע פון זיי זענען אנגעקומען צום אמת און זענען באזירט אויף איסלאמישע געזעץ, און א צאל אנדערע נישט. דא מיר געוואלט מברר זיין דעם אמת - ווי א דערקלערונג און ווארענונג - מיט האפענונג פאר אללא'ס באלוינונג, און הצלחה און שטיצע פון אים.

בשעת מיר זוכן אללא'ס הילף, וועלן מיר באזירן אונזערע ענטפערס אויף צוויי פראגעס געריכטעט צו די אמעריקאנער:

(1) פארוואס קעמפן מיר, און שטעלן זיך אנטקעגן אייך?
(2) פארוואס רופן מיר אייך, און וואס ווילן מיר פון אייך?

אנבאלאנגט די ערשטע פראגע "פארוואס קעמפן מיר, און שטעלן זיך אנטקעגן אייך" איז דער ענטפער זייער פשוט:
ווייל איר זענט קעגן אונז און איר אטאקירט אונז.

איר האט אונז אטאקירט אין פאלעסטינע וואס איז שוין אונטער מיליטערישע אקופאציע העכער 80 יאר. מיט אייער הילף און מיט אייער שטיצע האבן די בריטישע איבערגעגעבן פאלעסטינע פאר די אידן וועלכע אקופירן איר שוין פאר העכער 50 יאָר. יארן אנגעפילט מיט אונטערדריקונג, טיראניע, פארברעכנס, מארד, צושטערונג און פארוויסטונג. די אנשטייאונג און עקזיסטענץ פון מדינת ישראל איז איינע פון די גרעסטע פארברעכן, און איר זענט די הויפט שפילער דערין. און אוודאי דארף מען נישט דערקלערן און אויפווײזן די שטאפל פון אמעריקאנער שטיצע פאר מדינת ישראל. די אנשטייאונג פון מדינת ישראל איז א פארברעך וואס מען דארף אויסמעקן און יעדער מענטש וואס האט זיך שמוציג געמאכט די הענט און צוגעגעבן פאר דעם פארברעך מוז צאלן א פרייז.


----------

דאס בלוט וואס איז אויסגעגאסן אין פאלעסטינע מוז מען גלײך נקמה נעמען. איר דארפט וויסן, אז די פאלעסטינער וויינען נישט אַליין; זײערע װײבער זענען נישט אלמנות אלײנס; זײערע קינדער זענען נישט יתומים אלײן.

איר אטאקירט אונז אין סאמאליע; איר האט געשטיצט די רוסישע ברוטאליטעט קעגן אונז אין טשעטשניע, די אינדיאנישער אונטערדריקונג קעגן אונז אין קאשמיר, און די אידישע אגרעסיווע קעגן אונז אין לבנון.

אונטער אייער אויפזיכט, צושטימונג און באפעלן, טוען די רעגירונגען פון אונזערע לענדער וואס דינען אלס אייערע אגענטן, אונז באפאלן אויף א טאג-טעגליכן פארנעם.


---------

איר גנב'עט אונזערע אוצרות און אויל און באקומען אויסנאם ביליגע פרייזן, אדאנק אייער אינטערנאציאנאלע איינפלוס און מיליטערישע מאכט. די גניבה איז דער גרעסטער גניבה וואס די מענטשהייט האט אמאל געזען אין דער געשיכטע.

אייערע קרעפטן נעמען איבער אונזערע לענדער; איר פארשפרייט אייערע מיליטערישע באזעס איבער זיי; איר פארדארבט אונזערע לענדער, און באלאגערן אונזערע הייליגע פלעצער, אלעס כדי צו באשיצן די זיכערקייט פון די אידן און צו פארזיכערן אייערע ווייטערע פלינדערייען מיט א פרייע האנט.

איר האט אויסגעהונגערט די מוסלמענער פון איראק, ווי קינדער שטארבן יעדער טאג. עס איז א וואונדער אז מער ווי 1.5 מיליאן איראקישע קינדער זענען אומגעקומען אלס רעזולטאט פון אייערע סאנקציעס, און איר האט נישט ארויסגעוויזן זארגן. אבער ווען 3,000 פון אייערע מענטשן זענען געשטארבן, איז די גאנצע וועלט אויפגעשטאנען און זיך נאכנישט בארואיגט.

איר האט געשטיצט די אידן אין זייער גלויבן אז ירושלים איז זייער אייביגע הויפטשטאט, און מסכים געווען צו אריבערפירן די אמבאסאדע אהין. מיט אייער הילף און אונטער אייער שוץ, פלאנירן די איזראעליס צו פארניכטן די אל-אקצא מעטשעט. אונטער דער שוץ פון אייערע וואפן, איז שרון אריין אין די על-אקצא מעטשעט, אלס א צוגרייטונג עס צו פארכאפן און פארניכטן.


-------

אבער דאס איז זיך סותר מיט די מהלך המחשבה אז אמעריקע איז די לאנד פון פרייהייט, און מיט די ארגומענט אז אמעריקא איז דער פירער פון די פרייע וועלט. וויבאלד, די אמעריקאנער מענטשן זענען די וואס וועלן אריין זייער רעגירונג; א בחירה וואס שטאמט פון זייער הסכמה צו די לאנד'ס פאליטישע פאלעסיס. אזוי האט דאס אמעריקאנער פאלק אויסגעוועלט, מסכים געווען צו און באשטעטיגט זייער שטיצע פאר דער מדינת ישראל אונטערדריקונג פון די פאלעסטינער, די אקופאציע פון זייער לאנד, און איר כסדר'דיגע מארד, פייניגונג, און ארויסטרייבונג פון די פאלעסטינער. די אמעריקאנער מענטשן האבן די אויסוואל צו אפזאגן די פאלעסיס פון זייער רעגירונג און אפילו צו טוישן עס אויב זיי ווילן.

די אמעריקאנער מענטשן זענען די וואס צאלן די שטייערן וואס פאנדן די פליגער וואָס באמבארדירן אונז אין אפגאניסטאן, די טאנקען וואס צעשטערן אונזערע הייזער אין פאלעסטינע, די ארמייען וואס פארכאפן אונזערע לענדער אין די אראבישע גאלף, און די שיפן וואס פירן אן די בלאקאדע פון איראק. די שטייער-דאלארן װערן געגעבן צו מדינת ישראל, אז זי זאל װײטער אונז אנפאלן און אטאקירן אונזערע לענדער. אזוי אז די אמעריקאנער מענטשן זענען די וואס פינאנצירן די אטאקעס קעגן אונז, און זיי זענען די וואס האבן איבערזיכט אויף די געלט אין די וועג וואס זיי ווילן, דורך זייער פארשטייער און די רעגירונג.



---------

איר זענט א פאלק וואס ערלויבט מעשי תועבה, און איר האלט אז דאס איז די יסודות פון פערזענליכע פרייהייט. איר זענט ווײטער אראפגעזינקען דעם תהום מדריגה למדריגה, ביז עס האט זיך צעשפרייט צווישן אײך.

ווער קען פארגעסן אייער פרעזידענט קלינטאן'ס אוממאראלישע אקטן וואס זענען באגאנגען געווארן אין די אפיציעלע אוועל אפיס? נאך דעם האט מען אים אפילו נישט געברענגט אין קאורט, אויסער מודה זיין אז ער האט 'געמאכט א טעות', איז ער אפגעקומען אן קיין שטראף. איז דען דא א ערגערע סארט געשעעניש פאר וואס ענקער נאמען וועט גיין אראפ אין געשיכטע?
איר זענט א פאלק וואס ערלויבט געמבלינג אין אלע פארמען. די פירמעס טוען דאס אויך, און די אינוועסטמענטס ווערן אקטיוו און די פארברעכערס ווערן רייך.

איר זענט א פאלק וואס נוצט פרויען ווי קאנסומער פראדוקטן אדער פאר אדווערטייזמענטס. איר נוצט פרויען צו דינען פאסאזשירן, וועטעירס, צו פארגרעסערן אייערע פארדינסטן. נאכדעם פראקלאמירט איר אז איר שטיצט די פרייהייט פון פרויען.

איר זענט א פאלק וואס פראקטיצירט די האנדל פון געשלעכט אין אלע זיין פארמען, דירעקט און אומדירעקט. ריזיגע קארפארעישנס זענען געגרינדעט אויף דעם, אונטער די נאמען פון ארט, אינטערטעימענט, טוריזם און פרייהייט, און אנדערע פארפירערישע נעמען איר לייגט צו.

די פרייהייט און דעמאקראטיע וואס איר רופט צו איז בלויז פאר זיך און פאר די ווייסע ראסע; פאר די איבריגע פון די וועלט, טוט איר ארויפצווינגען דעסטרוקטיוו פאלעסיס און דיקטאטורישע רעגירונגס, וואס איר רופט די 'אמעריקאנער פריינט'. ווען די איסלאמישע פארטיי אין אלדזשיריע האט געוואלט פראקטיצירן דעמאקראטיע און זיי האבן געוואונען די וואלן, האט עטץ אויף זיי ארויסגעלאזט אייערע אגענטן אין דער אלדזשיריער ארמיי, און זיי אטאקירן מיט טאנקען און ביקסן, זיי אריינצושטעלן אין טורמע און זיי פייניגן - א נייע לעקציע פונעם 'אמעריקאנער' בוך פון דעמאקראטיע'!!!

אייער פאליסי אויף צו פארבאטן און באזייטיגן וואפן פון מעס-דיסטראקשען לטובת וועלט שלום, גייט אן בלויז צו די לענדער וואס איר לאזט נישט האבן די וואפן, אבער פאר די לענדער וואס איר שטימט צו, אזוי ווי מדינת ישראל, זענען ערלויבט צו האלטן און נוצן אזעלכע וואפן צו באשיצן זייער זיכערהייט. ווער עס איז אנדערש וואס איר זענט חושד אז ער פראדוצירט אדער טוט האלטן די סארט וואפן, רופט איר זיי קרימינאלן און איר נעמט אונטער מיליטערישע שריט קעגן זיי.

איר זענט די לעצטע צו אנערקענען די רעזאלוציעס און פאלעסיס פון אינטערנאציאנאלע געזעץ, אָבער גלייכצייטיג דער ערשטער צו באשטראפן אזוינע לענדער וואס מאכן אייך נאך און פאלגן נישט אויס די יו-ען. מדינת ישראל טרעט שוין העכער 50 יאר אויף די יו-ען מיט די פולסטע אמעריקאנע שטיצע.



--------

דא קענט איר דאונלאדן די לענגערע ווערסיע.
A latter to America.pdf
(220.16 KiB) אראפגעלאדנט 14 מאל

(איך האב אויסגעלאזט רוב פון זיינע רעפרענצן צו די קוראן ווייל, ס'איז צו סאך ארבעט ;), און ווייל איך גלייב אז רוב עולם דא האט נאכנישט געעפנט א "קוראן" אדער "חדית" אין זייער לעבן....)

איך גיי נישט דא מרחיב זיין איבער די ווארימע שלש סעודות תורה אין עניני אמונה ובטחון און דברים העומדים על הפרק וואס ווערט דארט ארומגערעדט. איך גיי שרייבן איבער די מאראלישע פראגן וואס האט מיך געקיצלט.


ובזה החלי:

מיסטער אסאמא פאנגט אן מיטן אריינגעבן פאר די מערב וועלט פאר די לעצטע 100 יאר וואס זיי האבען געפייניגט די מזרח לענדער, דורך קאלאניעליזם, ווי למשל אויפשטעלן מדינת ישראל וואס האט בעסיקלי געטרענספערט "אייראפעאישע אידן" וואס אייראפע האט נישט געוואלט האבן, און זיי געמאכט פאר די "אראבערס פראבלעם".

A) די טענה: פארוואס האט מען נישט געגעבן א שטח פון דיישלאנד און פוילן פאר די אידן אלס רעטיובאציע פארן זיי פייניגן?
וואספארא רעכט האט אייראפע געהאט צוצונעמען א שטיקל לאנד פון אראביע/גרויס סיריע/פאלעסטין, לטובת די געפייניגטע אידן אנשטאט אליין צו קעהר נעמען פון זיי??

נאכדעם ברענגט ער אריין א רעליגיעזע פראספעקט אז די פאלעסטינער זענען די ריכטיגע עם הנבחר, וואס איך גיי מיך נישט באציען דערצו, כמובן.

B) נאכדעם רעכנט ער אויס אלע לענדער וואס אמעריקע האט געשטיצט מלחמות און דיקטאטארישע רעגירונגען וואס האבן געפייניגט זייערע בירגער.

C) די טענה: וואס האט אמעריקע בכלל צו זוכן אין די חלק וועלט אין די יאר 2000??
אמעריקע איז היינט צו טאגס די גרעסטע קאלאניעל פאוער דורך זייערע פראקסיס!

(איך לאז בכוונה אויס רוב פון זיינע רעליגעזע טענות, ווי אז מ'דארף ווען איינפירן שאריא געזעץ איבעראל, און ווי ער בלוטיגט איבער די חטא הידוע און אוממאראל פון די מערב קולטור, וויבאלד ס'איז ביי מיר קלאר אז ער איז געווען א היפאקריט לגבי דעם - למשל ער פארדאמט זייער שטארק די דראגס האנדל באותו שעה וואס זיין טאליבאן/פאשטון מיט אל קאידא שטעלן צו 90% פון די וועלטס אפיום - ווייל ווי געזאגט, אדרעסיר איך פון אלגעמיינע אראבישע טענות אויף אמעריקע, נישט דווקא פון זיין בריוו).

D) אמעריקע גייט אריין אין אומבארעכטיגטע מלחמות, הרג'נענדיג טויזענטער ציווילע אויפן וועג, נאר צו קענען אייננעמען אויל פעלדער, עיין איראק, קאוועיט, וכו'.

יעצט קומט ער אן צו זיין עיקר נקודה:

E) די חלק וואס ציווילע בירגער אין א דעמאקראטישע רעגירונג האבן אין זייער רעגירונגען פעולות לטוב ולרע און פארוואס זיי זאלן אויך ליידן די קאסעקווענצן פונקט אזוי ווי זיי פארדינען.

(לענינינו איז עס א שטיקל פאראדאקס, ווייל די זעלבע תירוץ קען מען לכאורה נוצן אנטקעגן די פאלעסטינער ווען זיי האבן אריינגעוועלט חאמאס, און חאמאס געניסט דארט פון א גאר שטארקע שטיצע.. בא לברך ונמצא מקלל...)

איז אזוי, די דריי עיקר נקודות וואס מ'קען מאכן אויף דעם צד אז די ציווילע טראגן א מאראלישע אחריות איבער די גאווערמענטס אחריות איז:

1) זיי צאלן טעקסעס און וועלן אריין זייער רעפרעזענטארן וואס מאכן באשלוסן פאר זיי מכוחם, וואס דאס מאכט עפעקטעוולי די בירגער א חלק פון די דעסיזשען מעקינג פראסעס.

2) עדיוקעישאן, פרייהייט פון אויסדרוק, און אינפארמעישאן, וואס מיר געניסען פון, וואס געט א יעדע סיבה פאר א מענטש צו זיין גוט אינפארמירט, אוועקנעמענדיג די "איגנארענס דעפענס" פון די עמך בירגער.

3) די סאושעל קאנסטראקשן טעאריע, וואס זאגט אז מיט דעם וואס יעדער איז מסכים צו זיין א חלק פון די סיסטעם און עס ארויסווייזן דורכ'ן איינטייל נעמען אין די דעמאקראטישע פראצעס פון וואוטן, און מסכים זיין אז די רוב איז מכריע און אקצעפטירן די אויסקום, אפילו דו האסט נישט געשטימט פאר די פארטיי, פארט האסטו אבער אנגענומען א דרגא פון ריספאנסעביליטי דורכ'ן אנטיילנעמען אין די פראצעס.

די טענות וואס מ'קען מאכען פארקערט איז:

1) אין די רעפרעזענטעטיוו דעמאקרעסי אין וואס מיר לעבן למעשה, ווערט די כח היחיד פונעם וואוטער זייער שנעל צעווישט, און ס'קומען אנדערע דעה זאגערס, צום ביישפיל מאכטפולע לאביס מיט זייערע אינטערעסן, ביג דאונערס, ביוראקראטיע, אד"ג, וואס דער פשוט'ער מענטש האט ווייניג השפעה אויף, און קען נישט עכט קאנטראלירן.

2) פאליטישענס זאגן ליגענט און שפילן אויס די וואוטערס דורכ'ן צוזאגן איין זאך און שפעטער טוהן דאס פארקערטע! און מיט די היינטיגע פאליטישע דיינעמיקס דארפן וואוטערס אסאך מאל בוחר זיין הרע במעוטו..
עיין ערך טראמפ-ביידען.

3) אין אמעריקע ספעציעל, איז דא 2 פארטייען ווי "יעדער" דארף אריינפיטן, ממילא מוז מען בוחר זיין איינע פון די פארטייען אפילו מ'איז נישט מסכים מיט אסאך פון זייערע פאליסיס.
דלא כאיירופע און ישראל ווי די פארטייען זענען מער צוגעפאסט צו די מענטשן און מער אייגענארטיג, און יעדע פאר מענטשן קענען עפענען נאך א פארטיי.

דאס זענען מיינע צדדים אין די קאמפליצירטע ניאוסנד נושא צי מ'קען האלטן ציווילע בירגער אין א דעמאקראטישע סיסטעם אחריות אויף זייער רעגירונג'ס מיסטעיקס/שלעכטע מעשים.
וה' יאיר עיני בזה :roll:

נ.ב. ביטע נישט מאכן די אשכול פאר נאך אן איזראעלי-פאלעסטינער אשכול. עס עקזיסטירט שוין אפאר אזעלכע אשכולות, און מ'דארף נישט נאך איינס.
לאמיר זיך דא קאנצעטרירן אויף די מאראלישע טענות וואס ס'ווערט דא אדרעסירט אנטקעגן די מערב וועלט.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר